Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » LOVE ATTACK!!

LOVE ATTACK!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
40 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 43 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5985
פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:39 am#187464
LOVE ATTACK!!
מאכט זיך אמאל וואס גייט אריין אין א לאוו אטעק? אמאל געשעהט עס דא אין קאווע שטיבעל. איך ליין וואס איינער האט געשריבן און איך באקים א אינסטענט לאוו אטעק אויף דעם שרייבער ווייל ס'איז אזוי טרעפליך און גוט ארויסגעברענגט.

@שמעקעדיג,
i love you!!!
פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:26 am#187482
לריח שמניך טובים... על כן עלמות אהבוך...
פרייטאג פעברואר 28, 2014 5:52 am#187484
איינער האט געכאפט אן אטאקע?
אלעס אקעי?
פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:06 am#187495
אויף דעם איז דאך דא די לייק קנעפל. יא, די קליינע הענטעלע דארט אויבן....
קענסט עס רופן די love קנעפל.
פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:17 am#187516
קופערניקוס האט געשריבן:ליבשאפט איז אין די לופט!
פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:19 am#187517
ראשעקאל האט געשריבן:מאכט זיך אמאל וואס גייט אריין אין א לאוו אטעק? אמאל געשעהט עס דא אין קאווע שטיבעל. איך ליין וואס איינער האט געשריבן און איך באקים א אינסטענט לאוו אטעק אויף דעם שרייבער ווייל ס'איז אזוי טרעפליך און גוט ארויסגעברענגט.

@שמעקעדיג,
i love you!!!

מאכסט מיר נייגעריג. וואס האט ער געשריבן וואס האט דיר אזוי איבערגענומען? א לינק ביטע.
פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:40 pm#187554
@נאר,,פרייליך
i love you!!
פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:49 pm#187556
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:@נאר,,פרייליך
i love you!!

פון ואהבת לרעך כמוך איז משמע אז מען דארף זיך אליין ליב האבן...
פרייטאג מערץ 14, 2014 12:49 pm#190711
@ראש הישיבה!!!!
i love you!!!
פרייטאג מערץ 14, 2014 1:16 pm#190719
ראשעקאל האט געשריבן:@ראש הישיבה!!!!
i love you!!!

פארצייל די מעשה...
פרייטאג מערץ 14, 2014 1:29 pm#190726
@המןטאשען מיט אפריקאט זשעם!!! (נישט די שווארצע)
I Love you!!!
פרייטאג יולי 25, 2014 7:21 pm#213807
@רויטע וואנצעס I LOVE YOU
פרייטאג יולי 25, 2014 7:24 pm#213808
מממ... איך בין נישט ג', אבער א ווייערלעס קוש איז מותר לויט טייל פוסקים. איי לאוו יו בעק בראדער! האסט אויך געבראכן היסטאריע, ביסט די ערשטע משבק וואס איך האב ליב!!!
פרייטאג יולי 25, 2014 7:30 pm#213809
און דו ביסט דער ערשטער רויטער וואס איך האב ליב!!
פרייטאג יולי 25, 2014 8:08 pm#213813
איך בין א גרויסער חסיד פון ישראל קאפקע.
ער איז א סאלידער אידעאלאגיסט, און פארטרעט זייער שיין די אנטי ציוניסטישע שטרעמונג, בהשכל ובדעת.
מוצ"ש יולי 26, 2014 10:48 pm#213820
עס זענען אויך געוואן אסאך סאלידע און זאגאר 'העפליכע' נאציס עס מיינט נישט גארנישט.
מוצ"ש יולי 26, 2014 10:52 pm#213821
ארויס פון דא אבער שוין!!! דעיס האט גארניקס מיט דעם אשכול
זונטאג יולי 27, 2014 12:54 am#213841
משבק האט געשריבן:ארויס פון דא אבער שוין!!! דעיס האט גארניקס מיט דעם אשכול

נו, לאוווווו..... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: ;) :o
זונטאג יולי 27, 2014 9:49 pm#214028
איך האב א לאוו אטאקע צו ידידינו המתוק רויטע וואנצעס. אויסער זיינע פילפארביגע טאלאנטן פון שרייבן און פאעזיע, האט ער שטענדיג אויף יעדע מאורע עפעס א פאסיג ווערטל, אויסדרוק, מליצה וואס קוקט ממש אויס ווי געפאסט.

דאס זעלביגע קען מען זאגן אויף ידידינו היקר יין שרף. איך גיי ניסלעך פאר די מליצה'לעך און ווערטלעך.

# קיפ איט קאמינג, פלעגט דער רבי בעטן.
זונטאג יולי 27, 2014 9:52 pm#214029
כ'ווייס נישט וועגן מיינע וואנצעס, אבער מיין פנים פלאמט! :oops:
מאנטאג יולי 28, 2014 1:07 am#214081
פרעס רעלויס, מידיא קומט!!! איך בין געווארן אטאקירט מיט לאוו!! כ'ווייס נישט פונקטליך ווער ס'האט עס געטוהן, אבער ערשטע לאבעטארי רעזולטאטן ווייזן אז ס'שמעקט' גאר שטארק. עזרת נשים הצלה האט אינטערגענומען א אויספארשונג, היות זיי זענען מומחים אין לאוו. די פאליציי געבט איבער אז די לאוו איז געווען פון א גאר שטארקע גראד, און דער שולדיגער וועט באשטראפט ווערן לאוו תחת לאוו, מיט א פארציע פון הויעך קאנצעטריטע לאוו. ווי מ'געבט איבער איז דא א שטיקעל סקעטש פונעם לאווער: ער טראגט שטענדיג א שמייכעל פון אויער צו אויער, ער שמעקט שטארק, ספעציעל פון קאווע, און ער איז ציינלאז.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:23 am#217545
ATUB @יואב ATUB
I couldn't love a stranger more, I literally have a crush
נאך א שווערע טאג ביזטו פון די אייציגסטער וואס קענען מיך טוישן די מצב רוח אזוי שנעל. האסט טאלאנט, כ'האף דיין ווייב עפרישיעט עס אזוי פיהל ווי איך.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:38 am#217557
איך האב א לאוו אטאקע פאר ידידינו היקר ATUB @ונבנתה העיר ATUB . איך ווייס אין לויבאוויטש האט מען נישט געקושט, וועל איך מיר איינהאלטן.

דיינע ידיעות, חכמה, און שרייב טאלאנט איז מיר גורם צו ווערן א משיח'סט. איך האב אן טראכטן אז די רבי לעבט נאך בתוכינו.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:39 pm#253475
היינט איז מיין לאוו אטאקע צו ATUB @וועטערבאריכט ATUB . וועטערבאריכט איך קען דיר נישט גענוג דאנקן פאר די גאר אינטערעסאנטע באריכטן, בילדער און מאפעס. א גאון אין וועטער און א גאון אין מדות.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 1:55 pm#253504
רויטע וואנצעס האט געשריבן:היינט איז מיין לאוו אטאקע צו @וועטערבאריכט. וועטערבאריכט איך קען דיר נישט גענוג דאנקן פאר די גאר אינטערעסאנטע באריכטן, בילדער און מאפעס. א גאון אין וועטער און א גאון אין מדות.

:דמיונות: :דמיונות:
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:52 am#263737
האחד בא לגור, קוים אריינגעקומען, און שוין גיסט ער רייכע הודעות נאן-סטאפ! וועקט אויף אלטע באלערנדע אשכולות!
שש משזר!!
ממנו ילמדו וכן יעשו, איין ניק וואס פאקט איין 20 אנדערע נייע ניקס וואס מען הערט נישט קיין פיפס פון זיי.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:24 am#263758
איך 'בלאש' אוועק...

זינט כ'בין אנגעקומען דא צוויי טעג צוריק, בין איך ב"ה כסדר אונטער אטאקע. 'ליבשאפט אטאקע' - ווי דער נאמען פון דעם אשכול.
כ'ווייס נישט במה זכיתי [אייגנטליך. האלט דיך נישט אזוי קליין, דו ווייסט פונקטליך פארוואס. אבער שוין, מען ברויך רעדן 'פאליטיקלי קארעקט'], אבער אוודאי געבט דאס כסדר א שטופ אויף ווייטער, ללמוד ללמד ולהתלמד.

ייש"כ טייערע חברים וידידים וואס געבן כסדר חיזוק און הערכה צו א צווייטן.
ועל כגון דא קאמרינן: כל המהנה את חבירו הוא נהנה תחילה...
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:12 pm#263865
ATUB @שש משזר ATUB , איך ווייס וואס די מיינסט. איך באקום עס אויך.
דינסטאג אפריל 14, 2015 9:47 pm#266072
כ'פרוביר שוין אפאר טעג צו באפאלן א צווייטן מיט א LOVE ATTACK, ווערנדיג נתפעל פון זיינע שטארקע געדאנקען, פילפארביגע שפראך, זאפטיגע לשון, און שיינע ארטיקלען.

אבער כ'בין שנעל געקומען צום החלטה, אויפצוגעבן אויף אזא חלום, זעענדיג אז 'כל העדה כולם קדושים'. ס'איז ב"ה דא א געפאקטע קאווע שטיבל מיט פיינע מענטשן, ליבנדע ניקס, געשמאקע לייט, און ספעציעל ברודערליכע פערזאנען. ממילא איז נישט שייך צו רימען, ווייל ס'וועט נישט סטייען די טינט און שפייעכץ פון מויל מרוב שירה וגעזאנג.

ווייסן מיר פארט אז 'פטור בלא כלום אי אפשר', על'עך פשוט אראפברענגען די ווארימע אויפנאמעס און שבחים וואס אנדערע האבן דא צוגעטיילט אויף מיין חשבון, און דאס וועט מעיד זיין כמאה עדים אויפן ספעציעלקייט, ווארעמקייט, ברודערליכקייט, און פארגינערישקייט, פון די חברים דא אין קאווע שטיבל.

[ואל יקשה הדבר בעיניך לאמר, הן דברים פשוטים יאמר, וכן ראוי ונכון לעשות כדת תורה ואנושיות. אף אתה אמור לו, לא כן הדבר בכל אתר ואתר, אני בעניי השתמשתי בכתרה של שש משזר בעוד מקומות, והגם שזכיתי להיות מאריות שבחבורה במקו"א, מ"מ חיבה יתירה נודעת לי במקום קדוש הלז יותר מבכל מקום. ומאתרא הדין ילמדו וכן יעשו אחרים!].

אט זענען אויסצוגן פון די אויסערגעווענליכע ליבשאפט בין איש לרעהו אין 'קאווע שטיבל', וואס כ'האב געשפירט אויף מיין הויט:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער שש שיין געפלאכטן. וועלקאם! viewtopic.php?p=263044#p263044

נופת צופים האט געשריבן:שלום עליכם ר' שש. איך האב נאך געהאלטן פאר'ן ליינען דיין אינטראדוקציע און כ'האב שוין הנאה געהאט פון דיינע ווערק.

כה לחי! viewtopic.php?p=263112#p263112

ישראל קאפקע האט געשריבן:שש משזר האקט, קוקט מיר אויס אז ער וועט זיין א גוטע עסעט צום פארום. viewtopic.php?p=263116#p263116

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער שש משזר@ איז עפעס אזא געפלאכטן שטיקל וואו עס ברויך צו זיין , איך האב שוין געליינט דיינע ערשטע פאר תגובות נעכטען שפעט אויף דערנאכט עס האט מיר שטארק דערקוויקט דעם זעהל ,
עס קוקט אויס וואו די האסט א שטארקע פאטענטשעל דא , לך בכוחך ! viewtopic.php?p=263188#p263188

זייגער האט געשריבן:איך בין היפש ניי דא, און איך קען נישט אנהייבן באדאנקען אלע גוטע שרייבער, אבער היות @שש משזר איז אויך ניי, וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן און עם באדאנקען ברבים.

ירבו כמותך ב'קאווע שטיבל viewtopic.php?p=266000#p266000

עזריאל האט געשריבן:הרב שש משזר, קודם שלום עליכם, סקוקט אויס ווי די ביזט פיינע נייעס viewtopic.php?p=263391#p263391

שמעקעדיג האט געשריבן:האחד בא לגור, קוים אריינגעקומען, און שוין גיסט ער רייכע הודעות נאן-סטאפ! וועקט אויף אלטע באלערנדע אשכולות!
שש משזר!!
ממנו ילמדו וכן יעשו, איין ניק וואס פאקט איין 20 אנדערע נייע ניקס וואס מען הערט נישט קיין פיפס פון זיי. viewtopic.php?p=263737#p263737

און צום לעצט, א באמבע:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:@שש משזר איז די פיוטשער פון קאווע שטיבל. א באמבע. viewtopic.php?p=266062#p266062


טייערע קאווע שטיבל מיטגלידער, א גרויסער דאנק פארן ארויסווייזן אזויפיל ליבשאפט צו א צווייטן, עס געבט דיר א הרגשה פון וועלן צוריקקומען און שמועסן מיט גוטע פריינט. און דערפאר זאג איך אייך אלע:

איך שפיר א גרויסע LOVE ATTACK צו אלע חברים וידידים תושבי קאווע שטיבל.
I LOVE YOU ALL !!!
פרייטאג אפריל 24, 2015 2:21 pm#269412
ATUB @הקטן ATUB , עס געפעלט מיר זיין אייגנארטיגקייט.
דינסטאג יוני 23, 2015 7:33 pm#284697
ATUB @moshav zekeinim ATUB
ביסט מכובד אפצונעמען מיין לאוו אטאקע!!!
דינסטאג יוני 23, 2015 8:31 pm#284721
איך האב א לאוו אטאקע אויף ATUB @ונבנתה העיר ATUB
אזא צום גאט צום לייט ניק וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.
דערצו איז ער געווען דער סאמע ערשטער באשטייערער סיי פאר שושנים און סיי פאר פה סח, איך האב צוויי מאל געדינט מיט אים אלס גבאי, כבין ממש חולת אהבה.
וואלט ער געווען א פרוי, וואלט נישט געוועןקיין חרם דרבגמה וואלט איך מיט אים חתונה געהאט.
זונטאג יולי 05, 2015 4:11 am#287096
איך געב דא איבער מיין ליבשאפט אטאקע אין ריכטונג פון א פארהעלטנמעסיג ניי-אויפגעקומענעם כוכב,
וואס ווייניג דא האבן אויסגעדריקט זייער ריכטיגע שעצונג אויף זיין געוואלדיגע מאס וויסנשאפט און קלארע שפראך,
ה"ה מורה מורינו @אויבערלענדער חכם שליט"א.

זיין ידיעה בכל כך הרבה מכמנים, זיין דעת תורה צרופה, זיין מצטט זיין מקורות נאמנים,
און איבערהויבט - דאס אז ס'איז נישט קיין שטער פארן האבן שכל הישר [אדרבה, גייטס אדורך זיינע רייכע 95 הודעות],
איבערצייגט מיך נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר האבן אריינבאקומען אן אוצר בלום ביי אונז אין שטיבל.

יהא בואך לברכה, און זיי אונז ווייטער מהנה מיט דיינע ברייטע ידיעות!!!
מאנטאג יולי 06, 2015 12:50 am#287281
ENGLISH TRANSLATION
שש משזר האט געשריבן:
איך געב דא איבער מיין ליבשאפט אטאקע אין ריכטונג פון א פארהעלטנמעסיג ניי-אויפגעקומענעם כוכב,
וואס ווייניג דא האבן אויסגעדריקט זייער ריכטיגע שעצונג אויף זיין געוואלדיגע מאס וויסנשאפט און קלארע שפראך,
ה"ה מורה מורינו @אויבערלענדער חכם שליט"א.

זיין ידיעה בכל כך הרבה מכמנים, זיין דעת תורה צרופה, זיין מצטט זיין מקורות נאמנים,
און איבערהויבט - דאס אז ס'איז נישט קיין שטער פארן האבן שכל הישר [אדרבה, גייטס אדורך זיינע רייכע 95 הודעות],
איבערצייגט מיך נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר האבן אריינבאקומען אן אוצר בלום ביי אונז אין שטיבל.

יהא בואך לברכה, און זיי אונז ווייטער מהנה מיט דיינע ברייטע ידיעות!!!


@שש משזר שרייבט זייער וויכטיגע אשכולות און תגובות, פון צייט צו צייט טראכט איך אז ליטיראטור אויף אזא הויכע מדרגה וואלט געדארפט איבערגעטייטשט ווערען אין א שפראך וואס ביליאנע מענטשען קענען ליינען, נישט נאר אונז פאר היימישע לייט. איך קען זיך נישט אונטערנעמען אזא ארבייט אליין, אבער אזא וויכטיגע הודעה דארף זיכער איבערגעטייטשט ווערען. וממני ילמדו וכן יעשו אחרים בכיוצא בהם.

I offer here my “love attack” in the direction of a rather new rising star, that few here have expressed their rightful appreciation for his amazing mass of knowledge and clear language,

Behold he is: Moreh Moreinu Oberlander Chacham Shlit’a

His knowledge in so many precious areas, His pure da’as torah, his citations of trustworthy sources, and above all – that it doesn’t deter him from having a clear mind [I recommend that you all go through his 95 rich posts] shows me again and again that we have a treasure trove in our shitbel.

May your arrival be a blessing, and may you continue indulging us with the breadth of your knowledge!!!
מאנטאג יולי 06, 2015 1:30 am#287287
;) !
מאנטאג יולי 06, 2015 2:40 pm#287374
31gOcmZDVNL.jpg
31gOcmZDVNL.jpg (10.03 KiB) געזען געווארן 2524 מאל
מאנטאג יולי 27, 2015 9:07 pm#292229
@מושב זקנים

ATUB @moshav zekeinim ATUB
איך האב געוואלט מודיע זיין פאר דיר און פאר יעדעם איינעם אז איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבן דא, פון דיין אפענקייט און ברייטקייט צו יעדע זאך, כה לחי׳ שרייב ווייטער וואס דו האלטס אז סאיז ריכטיג, ואל יתבייש מן המלעיגים! :like :like :like
זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:03 pm#435323
ATUB @מי אני ATUB
דער'דיך א גאון
זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:30 pm#435326
איש חזון האט געשריבן:@מי אני
דער'דיך א גאון


יא, ער איז גוט.
זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:04 pm#435329
Re: LOVE ATTACK!!
ייש״כ ייש״כ.

(איך גלייב נישט אז איך בין, אבער איך וויל זיין א גאון. אויך א מדריגה... ועיין ברבינו יונה באבות ריש פרק ד.)