מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:06 pm#8
פראגרעס באריכט
מיר בעטן דעם ציבור אז מ'זאל אונז אויפמערקזאם מאכן אויף יעדן ענין וואס איז צריך תיקון. מיר האבן צוגעשטעלט פארשידענע פארומס פאר די פילע אינטערעסן פון אונזערע לייענער. מיר האבן נישט געעפנט יעדן סארט פארום וואס קען נאר געמאלט זיין, נאר צוביסלעך, אויב עס וועט זיין א פארלאנג, וועלן מיר צושטעלן נאך פארומס. אויב איינער וויל, צום ביישפיל, שרייבן איבער א נייעם מוזיק סי-די, און עס איז נישטא דערווייל קיין מוזיק פארום, איז דער פאסיגטער ארט וואו דאס צו שרייבן אין דעם פארום "אין קאווע שטיבל".

