זונטאג מערץ 9, 2014 6:15 pm#189690
זלמן זאפירדער קידוש השם איז איום ונורא
זלמן זאפירדער קידוש השם איז איום ונורא
אבי גערעדט[ציטאט אראפגענומען]
וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן
אבי גערעדט[ציטאט אראפגענומען]
וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן
מנחם אבראמאוויטשאבי גערעדט[ציטאט אראפגענומען]
וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן
נאר מ'זאל לאזען נידערמאן רעדן? מוטב שידברו אלף אנשי קרית יואל ולא ידבר נידערמאן אחד
קאווע טרינקעראיך גיי ניסלעך פאר ר' דושינסקי, ער ווייסט גענוי וויאזוי צו טאנצען אויף 5 חתונות. היינט ביי מהרז"ל מארגן ביים ראב"ד, איבערמארגן ביים גאב"ד און נעכטן ביי מהר"א. זעהט אויס אז ער האלט פונקט ווי מיך, אז אלע זענען גלייך.
---
ס'טוט מיר וויי אז כ'בין נישט געגאנגען צום עצרת, צוליב דעם בין איך יעצט פסול לעדות, אבער לויט די בילדער פון דא און דארט מיין איך אז מיר גייען פאראויס! יא, "אויבן-אן" איז א פארגאנגענהייט, ריזיגע פלאקאטן זענען אויך נישט געווען, האלב סאטמאר ווערט מער מעסיג - כאטש ביים כינוס כלל ישראל האבן זיי זיך טועה געווען, גייען זיי צום בעסערונג. די אנדערע האלב, וואס ראדני מיט אירע רוחות זענען איינגעגלידעט אין זיי, קומען ארויס צו זיין מער א באזונדערע אפגעשיידטע קולט, א שטייגער ווי לב טהור, קענען זיך נישט צוזאמשטעלן מיט דעם המון. 48 פון בארא פארק, מיט זיין שיינע שטימע, זאל ער מיך מוחל זיין, גייט ארויס א פארלירער, עצרת נאך עצרת פארלירט דער דעם opportunity צו זיין אין די "ספר הזכרונות" פון יהדות החרדית תש"ע יארן וכו'.
---
אה, שיעור נישט פארגעסען, און וואס איז בנוגע די גיוס בני הישיבות?
ווער ווייסט...
יואלישא היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.
וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?
מאטיאיך האב א מורא׳דיגער פלאן. זאלן זיך די אלע בחורים וואס זענען ארויסגעווארפן געווארן פון א ישיבה צוזאמען נעמען און זאגן ״אויב האבן מיר נישט קיין ישיבה ביזן קומענדיגן זמן גייען מיר אריין אין צה״ל. יעדער בחור זאל ארויס שרייבן וועלכער ראש ישיבה האט אים ארויסגעווארפן און אזוי וועט מען צוטיילן קרעדיט פאר דיזע ראשי ישיבות לויט וויפיל בחורים זיי האבן אריינגעשטעלט אין צה״ל. סוף כל סוף וואס זענען די בחורים שולדיג אז א היימישער איד מיט א לאנגע בארד וואס האקט אויף ציונות האט זיי ארויסגעווארפן פון ישיבה, און נישט יאיר לפיד.
טיטאניקיואלישא היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.
וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?
ברעיקינג:
עוז והדר האלט שוין אינמיטען גיין נאכגעלט פאר א נייע אויפלאגע פון די לאנג געזיכטער ספר "עצרת תפלה"
עס וועט אינהאלטען אלע סארט תפילות פאר אלע סארט עצרת'ער, ווי צניעות צה"ל סעל פאונס אינטערנעט און אפילו א עקסטערע אפטיילינג פון תפילות און סגולות פאר די וואס האבען די "עצרת" מוצאי פסח......
ווי אויך וועט זיין קאלורפולע בילדער פון הרב פאלק'ס דרשה, מיט זייער קלארע אנוויזינגען ווי אזוי פרויען טארען נישט גיין
עס וועט זיין ציבאקימען אין אלע פארמאטס און אויך אין לעדערנע באנד מיט עכט גאלדענע אותיות פאר צאנזער אייניקלעך כמנהג בית גריבוב
ס'הייסט אז ביי די חנוכת הבית פון בית המדרש פוזנא גייט עס ארויס קימען אלץ א פריוויו און ביי די חנוכת הבית פון עוזר והדר שיל אין מאנסי גייט עס זיין פילקאם געדעקט 20 מאל
יואלישא היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.
וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?
יואלישסעוועדזש אויף 770 איבער די עצרת און גיוס בני ישיבה. א קאלער, מנחם, איז מסביר בחורים "דעד סיט ענד לורען" ברויכן נישט דינען אין מיליטער. א באקאנטע טעות צו פארמישן סטאדי מיט לורען
kligerאיינער וואס רעדט נישט צום זאך און ער רופט אריין, פארשעמט אונז אלע!!
שוטה וואס דו ביסט!!!!! דו ביסט א פאררעטער פאר אונז אלע און די מאכסט א חילול השם איום ונורא!!!!
מען דארף נאך גיין ווער זיי זענען און מפרסמין עושי עולה!
kligerאיינער וואס רעדט נישט צום זאך און ער רופט אריין, פארשעמט אונז אלע!!
שוטה וואס דו ביסט!!!!! דו ביסט א פאררעטער פאר אונז אלע און די מאכסט א חילול השם איום ונורא!!!!
מען דארף נאך גיין ווער זיי זענען און מפרסמים עושי עוולה!
שעפטלכ'וואלט דא פשוט געבלעימט די אגודה, זיי האבן פאריפן דעם פראטעסט, אפפפס עצרת און זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין ווארט זאגער וואס זאל זיך ארומדרייען צווישן די מאסן (וואטעווער די נאמבער איז...) מענטשן און פיטערן די הונגעריגע מידיא ריפארטערס וואס האבן געלעכצט נאך א ווארט פארוואס אזויפיל (וואטעווער די נאמבער איז...) חסידישע מענטשן האבן באשלאסן איבערצונעמען דאונטאון מאנהעטען. ר' חיים דוד צוויבל האט מסתמה געהאלטן אז יעדער ווערט ווארטן אויף זיין קלאסינג סטעיטמענט... און ר' יוסל ראפאפארט איז אויך נאר געשטאנען מער אויבן אן
אודאי האבן זיך די נטרונא חברה צוגעכאפט דערצו און געגעבן זייערע ווארע פאר די מידיא.
צו דעם קאסט א גרעסערע פרייז אז יעדער מיט שתי שערות כאפט זיך דעם מייק און זאגט זיך אפ זיינע בויך קרעמפן פאר די חברה און זיי וועלן דאס נאך אלס לצנותא ד.... יענץ דייקא ארויפלייגן
היסטארישע אסיפת כלל ישראל, שטרענג פארבאטן צו אפנעמען די פאסט פרייטאג!
עש"ק בה"ב, שנת תשפ"ח.
דורך: בערל אנאנים.
ווי באקאנט, אין די לעצטערע יארן, זעהט זיך אן א שוואכקייט אין די דינערן און בליצן פון אונזערע היימישע מוסדות. וואס א יאר שפעטער, פאלן די דורות, ווייניגער מענטשן ערשיינען צו די מעלאווע ד'מלקות, טראץ דעם וואס עס ווערט סערווירט הייסע בעגעלס, פרישע פיצע און סושי, און אנדערע מעדנים און כל מיני דיפס און סאלאטן בשמותם הנרדפים ליודעי חן.
די עסקנים זענען פרוסטרירט, די הנהלה גשמי פון אלע מוסדות'ער שטייען און פארקלאפן מיט די הענט, זיי האבן שוין פרובירט אלע מיטלען, ווי סערווירן די בעסטע עסנווארגן, אראפרופן בדחנים וועלכע מאכן וויצן, זינגערס און קווייערס, טייערע גורלות, קענסלען די באורינג דרשות, לייגן שיינע סיינס מיט פראכטיגע גראפיקס, אבער אן ערפאלג. דער עולם ערשיינט נישט, מען באווייזט זיך נישט דאס פנים. א שאנדע!
די לעצטע חדשים האבן זיך צוזאמענגענומען א רייע מוסדות'ער אויף א אסיפה נחוצה דחופה וחרופה, מיט א טייל קאנסאולטענס, צוזאמען פרובירן אויסצוטרעפן בשל מי הרעה הזאת, וואס איז די סיבה פאר דעם פארקלענערטן עולם, בשעת דער היימישער ציבור מערט זיך מיטן נאטורליכן וואוקס, עס איז שוין דא באלד דאפעלט משפחות זינט תשע"ג, און אנשטאט די מסיבות זאלן ווערן מער אנגעפילט, פאסירט די פארקערטע, צום אנטוישונג פון די מוסדות הקדושים.
נאכן אדורכשמועסן אלע מעגליכע סיבות, איז מען געקומען צו די מסקנא, אז דער שולד איז: די פאסט! יא, גענוי אזוי ווי איר הערט, די פאסט!
נאך א אנקעטע און אויספרעגן די עלטערע אידן פון אמאליגע צייטן, תשע"ג יארן, בשעת עס פלעגן זיך באטייליגן א ריזיגע עולם ביי יעדע מלוה מלכה, איז מען דערגאנגען אז די גרעסטע שטופ פארן עולם צו גיין צום דינער איז געווען דאס עפענען מוצש"ק דעם פאסט קעסטל, און מיט א רואיגקייט האבן זיי אדוכגעלייענט דעם רייכן פראגראם וואס ערווארט זיי, און גלייך נאך הבדלה האט מען זיך אנגעטאן דעם אויבערראק (דעמאלס האט עס נאך געהייסן 'רעזשוואלקע' ביי א טייל, ע"פ רוב ביי די דאזיגע וואס זייערע פרויען האבן גערופן דאסטערס "פאנזשעלויס", און די סליפערס "פאפוטשן"), און זיך ארויסגעלאזט צו מלוה דמלכה'ס צו געבן און צו באקומען.
פסיכאלאגן האבן באשטימט, אז די צייט פון לייענען די אינוויטאציעס איז געווען אויסגעצייכענט! מוצאי שבת, ווען דער קאפ איז רואיג, דער קערפער אויסגעשלאפן, נישטא קיין דאגות, קיין ארבעט, איז געווען די בעסטע צייט צו לאדענען דעם ציבור (פארן יונגערן דור: דאן אין יענע צייטן פלעגט מען נאך דעליווערן פאסט אום שב"ק). היינט נעמט מען אפ די פאסט פרייטאג, ווען דער קאפ איז נאך מלא דאגות, מען האלט נאך בעפאר כניסת השבת אינמיטן די הכנות אויפן גרעסטן פארנעם און ברען, און מען שמייסט דעם אינוויטעשיאן אין מיסט, און ביז מוצ"ש האט מען שוין לאנג פארגעסן פון אלעם. און דאס איז גורם די אויסגעשפילטע מלוה מלכה'ס יעדע וואך.
מיט א צובראכן הארץ זענען די מנהלים אריין צו זייערע רבי'ס, די ראשי גולת אריאל, און זיך אויסגערעדט זייער פארביטערט הארץ, ואף הם מתכוין לעומתם, ווער דען שפירט דעם געלט פארלוסט אזוי שטארק ווי די רבי'ס אליין, וואס די פינאנציעלע דאגה פון די מוסדות ליגט דאך על שכמם הקדושים, די הייליגע פלייצעס, אינאיינעם מיט אנדערע צרות ישראל.
פארגאנגענעם חודש איז געווען א אסיפה פון טויזענט רבנים, אלע זענען געקומען להתייעץ ולטכס, אנצונעמען די ריכטיגע מיטלען און ראטעווען די דורות הבאים פון אונטערגאנג. "אנע מוסדות, איז כלל ישראל דערנאך" האט דער קאטפעלער רבי געדונערט; "אזא קאטאסטראפע וואס מען וועט נישט קענען ראטעווען" האט זיין פעטער, דער מו"ץ פון פרימיזעץ געשריגן פון טיפן הארצן, און האדמו"ר ממילק שעיק האט מנהמת לבו הטהור אויסגעבראכן אין א געוויין, "מיר וועלן האבן ליידיגע פארענטשעס קומענדיגן דור, אויב וועט דער מצב ווייטער אזוי אנהאלטן חס וחלילה"..
נאך א שטיקל דין ודברים, ווי מ'האט נושא ונותן געווען געווען אין דעם ענין, איז באשלאסן געווארן צו שטרענג פארבאטן דאס אפנעמען די פאסט אום פרייטאג! די רבנים האבן תיכף ומיד אויפן פלאץ גע'חתמ'עט א קול קורא אז "דעתינו, דעת תורה" פון היינט און ווייטער איז אסור אויפצופיקן ערב שבת די פאסט, און וועמען מען וועט כאפן אזוי טון, וועט מען ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.
גראדע האט איין עסקן גע'טענה'ט אז אויב ווארפט מען ארויס קינדער, מאי הועילו חכמים בתקנתם, עס וועלן דאך אזוי ארום זיין ווייניגער מענטשן ביי די דינערס, אבער די רבנים האבן דאס אפגעווארפן און געזאגט אז יעצט קען מען נישט קוקן אויף לאגיק, מען מוז איינצוימען דעם פראבלעם בעפאר עס גייט אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. א צווייטער עסקן האט פארגעשלאגן אז מען זאל אפשר ארויסשיקן מוצאי שבת אימעילס, אבער די רבנים האבן אים ארויסגעווארפן בשן ועין נאר פארן אויפברענגען אזא געדאנק. "אונזערע חסידים האבן נישט קיין אימעיל, און זיכער נישט אינדערהיים", האט איינער פון די צדיקי הדור, וועלכער האט געבעטן צו בלייבן אנאנים, זיך געבייזערט, ואורייתא קא מרתחא ביה. "און קיינער גייט דאך נישט אריין אין די ביזנעס מוצאי שבת"! און ביי דעם איז עס געבליבן.
נעקסטע וואך וועלן אלע תלמידים אהיימברענגען פראגע בויגענס פאר די עלטערן וואס זיי וועלן מוזן אויספילן. גלייכצייטיג פארמירט זיך שוין א "וועד לבי דואר סמוך לכניסת שב"ק", וועלכע וועלן אדורכגיין בכובד ראש יעדע איינציגע אפליקאציע, און פארלאנגען א חתימה סיי פון די טאטע און סיי פון די מאמע אז אלע פאסט וואס קומט אן פרייטאג וועט נישט געעפענט ווערן בעפאר שב"ק.
די מנהלי המוסדות זענען זייער פרייליך, און זעהען שוין די טויזענטער פארזאמעלטע און די טויזענטערס גיסן זיך. זיי זענען דאנקבאר פארן רבש"ע אז ער האט אונז צוגעשטעלט דור ודור ומנהיגיו, די געטרייע פאסטוכער וועלכע פארלאזן אונז נישט אפילו אין די שווערסטע צייטן, וברוחב בינתם גיבן זיי כסדר ארויס פראקטישע תקנות פאר אונזער טובה, און פאר די טובה פון אונזערע דורות. אשרי העם שככה לו! אשרינו מה טוב חלקינו!
פדה ה' את יעקב
פישל'ע העררינגווען קאווע שטיבל איז נאך געגאנגען פעמפערס
גאלדא עד וואס גייט לויפן היינט אויף 770 WABS
<a class="postlink" href="http://www.truetorahjews.org/images/radiomarch2014.mp3">http://www.truetorahjews.org/images/radiomarch2014.mp3</a>
How irinic, that the so-called "Jewish state" has become the most difficult place for Orthodox Jews to practice Judaism.