פין א צישאסאנעם אין דערביטעטרטן זאלי וואס גיסט זיך אויס זיין ציבראכן הארץ אויף די הפקר הנהגה ביי די זאליבאנער
לאמיך דיר זאגן מיין פיעס אוו מיינד, מעגסט מחולק זיין מיט מיר אבער דאס איז מיין באשלוס דאס איז מיין מסקנא נאכ'ן אבזערווירן די פארלאפענע פאר יאר.
הער זיך איין,אויב וועט מען נישט פטור ווערן פון דע משוגענע פרומע מכם ובכם!! יא אזוי ווי דו הערסט, סאיז נישט קיין סוד אז אונזערע בתי מדרשים זענען אנגעפיקעוועט מיט דע אלע אכמעזשינדאד סטייל עקסטרעמיסטן, אין זיי דרייען ארום די רעדל אין סאטמאר ככל העולה על רוחם!
אויב וועט רבינו שליט"א נישט פטור ווערן פון זיי ביז א קורצע צייט, איז דערנאך מיט סאטמאר אין אהרן מיט'ן בער וועלן פירן די וועלט! היל"ת!
למשל, פארוואס האט רבינו שליט"א נישט געקענט זאגן ביי כינוס כלל ישראל אז "ער וויל" מזאל גיין?? פארוואס האט מען זיך געדארפט בעטן בתחנונים ביי אלע פרומע למיניהם אז ממעג גיין (אויב סאיז טאקע געווען א געלוענגענע שריט וואס פון דעם דארף מען עקסטער רעדן), ביטע, פארפירטס נישט די ביד"צ זאגט אויך אז עת לעשות לד', רבי טודרוס זאגט ממעג, סקולענע רבי זקן הרבנים וכו' פארוואס דע אלע נארישע תירוצים??? בו בזמן האט אהרן ארויסגעזאגט זיין מיינונג "אליינס"!! אן קיין הילף פונעם עגלה דבש, אין זיינע אנדערע גאונים אין פוסקי הדור.... פארוואס האט ער געקענט זאגן וואס ער וויל אין אלע זיינע קעלבער נעמען עס בחפץ לב?? אין על של עתה באתי, פארוואס האט אהרן נישט קיין פראבלעם זיך אויפצושטעלען פאר זיינע בחורים אין לאזן לופטערן זיין מיינונג פאר די וועלט, אין ביי אונז פירט מען ארום ביי די נאז, באלד וועט זיין א הוקאפ פון די בארא פארק'ע דינער אין רבינו שליט"א וועט משמיע זיין חוות דעתו, אין..... אין איך ווארט נאך יעצט! פארוואס?
אמת דער אהרן רעדט הבלים, רעדט מיט שחצנות אין גאות, אלעס פיין אין וואויל, אין די ענד אוו די געים, ער לאזט זיך הערן, שטעלט אהער א פנים ווי א פירער! אין רבינו שליט"א ווואקעלט זיך אונטער די דאכענע מיט פחדים מה יאמרו "תלמידי רבינו"???
פארוואס האבן מיר געמוזט צוליב זיי דערלייגען די "נארמאלע" אימעזש וואס מיר האבן זיך דערווארבן- נאך גרויס מיה אין פלאג ווי פריער דערמאנט- ביים כינוס כלל ישראל?? אין גורם געווען אז אהרן זאל זיך אנריקען צום עצרת ווי א גאנצע יום זה מכובד! פארוואס???
אהרן האט זיך אן פרעגן קיינעם אויפגעשטעלט אין געזאגט זיין מיינונג, ביי אונז איז מען פארנומען מיט זיין דרשה אז ער האט "געפליקט דעם ברודער" וכו' איין מינוט, טאקע אמת ער האט זיך צולאזט כדרכו בקודש... אבער אין די זעלבע דרשה האט ער דע אלע אגודאים אין דגל'יסטן אריינגערוקט ביזן זיבעטן ריפ! (כלש"ק...) יא! ער האט געזאגט מדארף גיין, אין אין די זעלבע צייט זיי אראפגעריסן, (קוק איבער זיין דרשה, סגווען צושפרייט אין אלע ארונישע שולען) אין אחרי ככלות הכל, האט ער באקומען כבוד מלכים ביים עצרת! שמע ישראל, ד מלך, פאר הונדרעטער טויזנטער אידן אנשים נשים! וואלטן מיר דען נישט געקענט אפהאלטן דעס פון פאסירן? ווען רבינו שליט"א זאגט אז מגייט יא! אין ער קען טון די זעלבע ווי אהרן, זיי מגנה זיין עד לב השמים, אין פון די אנדערע זייט זאגן מגייט, נאר לגבי בית שמש ארבעט דע זאך? אז מדארף מוחה זיין בכל תוקף ועוז קעגן די גרובינגען אין ווען רבי דושינסקי קומט צום תנאים טאנצט מען מיט אים ווי אלטע גוטע ידידים.... נאר דא ארבעט דע דיפלאמאטיע? ווען רבינו שליט"א האט ווען דע דרייסט עס צו טאן, אין מיר אלע גייען ברבבותינו צום עצרת קיינמאל וואלט אהרן נישט דעס באקומען!
אבל אשמים אנחנו! יא מיר זענען אליינס שולדיג אין דעם! אז די רבי האט נישט די דרייסט! ווייל דע אלע חמורים דרייען זיך נאך ביי אונז, אין נאר וועגן זיי האבן מיר יעצט דערלייגט דאס! אין הער צו וואס איך זאג דיר, אויב שניידט מען נישט ארויס דעם שעדליכען געוואוקס מתוכינו, יא! הער גוט! וועט אהרן אייננעמען די וועלט! אין מיר וועלן באקומען אזא אויפמערזאמקייט ביים חרדי'שען עולם, ווי אלטער משה מיט ציממערמאן האבן באקומען ביז יעצט.... לאמיר יעצט זאגן למלאך המשחת הרף! סאיז דא נאך אסך צו זאגן ועוד חזון למועד