Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מבשר בחסד עליון!

מבשר בחסד עליון!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 178 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6026
פרייטאג יולי 25, 2014 8:01 pm#213811
איינציגסטע צייטונג וואס האט נאכנישט קיין איסור איז די ניו יארק פאסט.
אזא ת'ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו'דיגע צוגאנג פארזיכערט א טויט שיין אויפן פארגוססטן כוח הרבנות.
# כי הלל רשע על תאות נפשו
אך, סגרוילט.
זונטאג יולי 27, 2014 1:29 am#213846
כוכב האט געשריבן:אזא ת'ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו'דיגע צוגאנג

כ'זעה דא ריכטיגע רייד פאר די וואס האלטן זיך פאר סאטמערע חסידים. ער טענה'ט מיט רעכט, אז קול מבשר האט שמועסן מיט רבנים פון פארטייען! רח"ל.

וואס איז מיר יא אינטערסאנט להעיר, אז די קובץ עץ חיים באבוב 45&49 איז דא פון אים, ר' וויינבערגער א תשובה אז מ'טאר נישט הערן קול מבשר מטעם מוציא דבה הוא כסיל, דהיינו אז ער מעלדט שלעכטע נייעס וכדומה. און אין די תשובה (תשובה?! עבירה!) דערמאנט ער בכלל נישט דעם פראבלעם. וי"ל דס"ל קם ליה בדרבה מיניה.
זונטאג יולי 27, 2014 9:04 am#213875
איך האב נישט געזעהן די תשובה פון קובץ עץ חיים, אבער ער צייכענט עס צו אין די תשובה און זאגט אז דארט האט ער מברר געווען על פי הלכה און די תשובה איז על פי השקפה.

בד"וו, די רבינו בחיי פרשת וישב שרייבט אז מוציא דיבה כסיל איז נאר ווען מ'זאגט עפעס וואס איז נישט אמת
זונטאג יולי 27, 2014 1:18 pm#213906
אוי וויי!! זאג מיר נישט אז מגייט יעצט הערן א גאנצע וואך אויף קו"מ. " סערדעהלי רב " איז געגאנגען דא . געקומען דארט. וכו
מיטוואך יולי 30, 2014 7:23 am#214495
איך דערהער נישט די גרויסער שטורעם דא
אין ארץ ישראל גייט שוין יארן אהן א סיסטעם פון טעלעפאנען וואס זענען געבלאקט צו די קווי הנייעס צוליב די ארויסטריט פון די ארטיגע מנהיגים קעגן די נייעס האטליינס, וואס איז דער בריוו יעצט עפעס אויפפאלענד אז די אויסגעהינגערטע דא נאך א שטיקל אויפגעקלערטקייט און רבנים האקעריי האבן זיך אזוי צוגעכאפט דערצו.
מיטוואך יולי 30, 2014 4:08 pm#214585
נישטא קיין שום שטורעם איך זעה נאר א תשובה פון דריי בלעטער און איך פארשטיי נישט וואס ער וויל. אדרבה, ליין דורך די תשובה און שרייב אין צוויי שירות א קיצור הדברים.
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 7:12 pm#215085
.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:23 am#215121
דער װאס טראגט מיט די עירוב טאר נישט רעדן..
זונטאג אוגוסט 03, 2014 4:07 pm#215219
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, און רבנים וואלטן געווען ריאליסטיש וואלט דאס געווען די תמצית...

היות עס איז - נאך פינף יאר וואס עס גייט אן - אנגעקומען צו מיינע אויערן אז בחורים און יונגעלייט פון אפילו פיינע שטובער דרייען זיך מיט איי-פאונס וואס איז אפען צום אינטערנעט (טראץ די מולטי מיליאן דאלארדיגע אסיפות דערקעגן); אייפאונס אויף וואס מען שיקט שמוציגע בילדער און קליפס פון אומאיידעלע זאכן און לשון הרע׳ס; טעלעפאון ליניעס וואו מען הערט זיך צו צו די מיאוסע ניוול פה פונעם ״וויקטים אקטיוויסט,״ טו איך אויפפאדערן דא בשער בת רבים אז די היימישע ציבור זאל הערן קול מבשר וויפיל מען קען און גלייכצייטיג אויך איינקויפן דער שטערן, שפאקטיוו און בליץ; יעדע אויסגאבע באזונדער. די אויסגאבעס און קול מבשר זענען ווייט נישט קיינע לכתחילות, אבער נאכ׳ן זיך דורכרעדן מיט גדולי הדור רבנים הגאונים שליט״א איז מען געקומען צו די החלטה אז - לכאורה - איז בעסער פאר׳ן עולם צו ליינען איבער האניגיידס/האני בעדזשערס און הערן באריכטן איבער אנטיסעמיטישע אטאקעס אין פאריז ווי איידער צו זיין פארנומען מיט שטותים אין פארעם פון פאלשע ק/פ אויף וואטס עפס; אין פארעם פון בילדער מיט ניוול ווערטליך פון דזשימי קימעל אדער אין פארעם פון א ווידיאו וואו בחורים זענען נהנה זה מזה ולא מעם אחר.

החותם בכובד ראש
הלל וויינבערגער


C/P
זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:25 pm#215256
אדער אין פארעם פון א ווידיאו וואו בחורים זענען נהנה זה מזה ולא מעם אחר.

:lol: :lol: :lol: :lol:
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 5:39 pm#219926
m http://bshch.blogspot.com/2014/08/blog- ... 9.html?m=0 m
חיים שאולזון איז דער גולם וואס נעמט דאס אן מיט אן ערנסטקייט
אין באריכט כאילו דאס איז טאקע די פאקט....
ליצי ליצנות :roll: :roll: :roll:
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:55 pm#220785
אז מען דערלעבט דערלעבט מען! אוי ווען די צדיקים וואס האבן געוויינט אויף טעלעוויזיע און די היינטיגע מנהיגי הדור אויף אינטערנעט, ב''ה אז דער פראבלעם איז נאר 'קול מבשר' משיח'ס צייטן
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:18 pm#220857
היינט אויף א אינטערוויא מיט א זוהן פון הרב סענדר דייטש זאגט ער אז זיין טאטע וואלט זיך ווען מחי' געווען מיט קול מבשר...
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:03 pm#231855
אין אן אייגנארטיגן שריט האט קול מבשר ארויפגעשטעלט אן אינטערוויו מיט זיין אייגענעם פאטער ר' שלום יונתן ווידער, איבער דער נושא פון אויפשטיין פארטאגס.
אויך הענדל ברייער האט אמאל אינטערוויואירט זיין פאטער מיט א צייט צוריק. יעצט ווארט מען צו הערן פון יצחק שלמה דרעזנער'ס פאטער...

אגב, דער אשכול איז ארויסגעפירט געווארן פון שבת אחים צו אנשי שם, צו געבן צוטריט פאר'ן ברייטן פובליקים.
דינסטאג יוני 16, 2015 1:11 pm#283021
איך וואלט שטארק געוואלט זעהן א בילד פון הני תרי צנתרי, ר' זלמן ווידער און ר' יצחק שלמה דרעזנער.

עמעצער האט?
דינסטאג יוני 16, 2015 1:16 pm#283024
Re: מבשר בחסד עליון!
lazar האט געשריבן:איך וואלט שטארק געוואלט זעהן א בילד פון הני תרי צנתרי, ר' זלמן ווידער און ר' יצחק שלמה דרעזנער.

עמעצער האט?


דרעזנער בין איך מוחל. דעם ווידער וואלט איך געקענט באשטיין צו זעהן.

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6
פרייטאג יוני 19, 2015 11:57 am#283793
אויס געהערט ביי די קליינע אונטערוויאוס ווי דרעזנער מיט הרב מניקולסבורג ב״פ סאיז צום לאכען און צום וויינען הוי! שומר פתיים ה'
פרייטאג יוני 19, 2015 3:46 pm#283855
קאמענטירער האט געשריבן:אויס געהערט ביי די קליינע אונטערוויאוס ווי דרעזנער מיט הרב מניקולסבורג ב״פ סאיז צום לאכען און צום וויינען הוי! שומר פתיים ה'

ער מאכט די אינטערוויא מיט אים שוין פאר אפאר יאר, יעדע יאר פאר די זימער, און אויך יעדעס מאל וואס די רבי טוט אויף פאר יודישקייט (לדוגמא: ווען די רבי איז געפארען צו די פרידאם טאוער - 9/11 מאמאריעל צו מאכן א קידוש השם) און יעדעס מאל עקסטער ברענגט עס ארויף א שמייכל אויף אסאך יודישע פנים׳ער.
למעשה דארף מען נישט חוזק מאכן פון א יוד וואס טוט אויף, און איז מקרב אונזערע דערווייטערטע בחורים.
פרייטאג יולי 21, 2017 9:36 am#379787
פארוואס מעלדט נאך נישט קול מבשר די פטירה פונעם צאנז זווהילער רבי?
פרייטאג יולי 21, 2017 12:13 pm#379814
פון יוניען סיטי?
פרייטאג יולי 21, 2017 12:19 pm#379818
יא
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:33 am#391076
מאראנצןזאפט האט געשריבן:זלמן איז יעדן טאג מתפלל מעומק הלב אז הרב שטיינמאן זאל מאריך ימים זיין. איין גאט ב"ה ווייסט וויאזוי ער גייט זיך ספראווען לאמו"ש, דערנאך וואס הרב שטיינמאן איז ביטער פארהאסט ביי די שלא כרעו לבעל'ניקעס, און זייער פארהייליגט אין די ליטווישע און אלוועלטליכע קרייזן.

*
.[/i]

למעשה זאגט ער שיין, איך האלט אז ער ארבעט שוין לאנג אויף דעם נוסח.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 3:16 am#391077
פריעד באטשי האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:אויס געהערט ביי די קליינע אונטערוויאוס ווי דרעזנער מיט הרב מניקולסבורג ב״פ סאיז צום לאכען און צום וויינען הוי! שומר פתיים ה'

ער מאכט די אינטערוויא מיט אים שוין פאר אפאר יאר, יעדע יאר פאר די זימער, און אויך יעדעס מאל וואס די רבי טוט אויף פאר יודישקייט (לדוגמא: ווען די רבי איז געפארען צו די פרידאם טאוער - 9/11 מאמאריעל צו מאכן א קידוש השם) און יעדעס מאל עקסטער ברענגט עס ארויף א שמייכל אויף אסאך יודישע פנים׳ער.
למעשה דארף מען נישט חוזק מאכן פון א יוד וואס טוט אויף, און איז מקרב אונזערע דערווייטערטע בחורים.

היכי תימצא: וויאזוי קענמען געבן א לייק פאר א (ווירטואלן) נפטר...?!

איך האב יעצט געגעבן א לייק פאר פריעד באטשי וועלכער איז שוין נפטר געווארן אויף קאווע שטיבל מיט בערך א 2 יאר צוריק. יהא זיכרו בחור. איך האב איהם זייער שטארק ליעב געהאט. כ'האב געפיהלט אז איך קען מיך אדורכשמועסן היימיש מיט איהם. איז ער מיר פלוצלינג הלך לעולמו. נאר אויב אונז עמיר נאכזאגן פון זיינע זיסע מאמרים און געבן לייקס וועט מקויים ווערן דער פסוק......"ושפתותיו דובבות בקבר"...איך ווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק. אויב נישט. האביך עס יעצט אויפגעמאכט...! יהא זיכרו לנצח. ס'איז דא נאך א סאך (געוועזענע) מעמבערס פון קאווע שטיבל אויף וועם מ'קען שרייבן שיינע הספדים. נאר איך וויל בעסער אז זיי זאללן צוריקקומען און אויפשטיין לתחיה...!
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:21 am#391079
Don't worry בערל ער איז שוין מגולגל געווארן אויך
מיטוואך מאי 01, 2019 2:24 pm#429394
דער גרויזאמער קאפי פעיסט האט זיך דאסמאל אריינבאקומען צווישן די "אכשר דרא" בלעטער אין "א בליק" און גלאט אזוי איבערגעלאזט גאנצע שטיקער פון דעם ארטיקל.
דאנערשטאג מאי 02, 2019 10:23 am#429463
lazar האט געשריבן:איך וואלט שטארק געוואלט זעהן א בילד פון הני תרי צנתרי, ר' זלמן ווידער און ר' יצחק שלמה דרעזנער.

עמעצער האט?

ר' יצחק שלמה דרעזנער אויפן רעכטע זייט,
ביי א RCCS דינער.
1332978.jpg
פרייטאג מאי 03, 2019 4:19 pm#429604
קאווע קריטיק האט געשריבן:דער גרויזאמער קאפי פעיסט האט זיך דאסמאל אריינבאקומען צווישן די "אכשר דרא" בלעטער אין "א בליק" און גלאט אזוי איבערגעלאזט גאנצע שטיקער פון דעם ארטיקל.

און דער מאמענט, גיבט קרעדיט פאר די בליק!!!
ערשטע דעגרי חוצפה!!!
פרייטאג מאי 03, 2019 4:31 pm#429606
ליקוטי בתר ליקוטי...
פרייטאג מאי 03, 2019 4:35 pm#429608
/
פרייטאג יאנואר 08, 2021 1:21 am#465309
איינס... צוויי... און דריי.....

א בילד פון די מנהיג הדור....
פרייטאג יאנואר 08, 2021 1:22 am#465310
אן די וואסער מארק
פרייטאג יאנואר 08, 2021 2:21 am#465315
דער וואס זיצט דער רעכטע זייט זעהט מיר אויס ווי די בעל הבית פון מפואר אין ב"פ. ניין?
פרייטאג יאנואר 08, 2021 3:59 am#465317
ר׳ הערשל זעט אויס ווי נאכן קאראנע וואקסין (לויט די קאנספיראטארן...)
פרייטאג יאנואר 08, 2021 4:24 am#465318
Re: מבשר בחסד עליון!
והיו עיניך רואות את מוריך
מוצ"ש יאנואר 09, 2021 4:23 pm#465337
דער וואס זיצט לינקס מיט די קוועשטן מארק איבערן קאפ איז נישט שמעון ראלניצקי? און כ'האב גארנישט געוואוסט אז אבראמאוויטש איז אויף קולמעבאסער. דער מיט'ן שטריימל איז מיסטער ווידער?
מוצ"ש יאנואר 09, 2021 4:28 pm#465338
תפארת האט געשריבן:דער וואס זיצט דער רעכטע זייט זעהט מיר אויס ווי די בעל הבית פון מפואר אין ב"פ. ניין?

וואס איז מפואר? א מחזורים קארפערעישן?