Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
106 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 160 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6148
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:02 am#192241
שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?
שלום עליכם

סקאטש טעיפ איז א גאסט אין שטיבעל, און דאס גייט זיין מיין ערשטע תגובה, און א וועג האב איך מיר נאר אריינגעסיינט וועגן דעם תגובה, אז איך וועל זעהן מיין שאלה וועט גוט ווערן פארענטפערט אפשר וועט מיר דאס געבן די געשמאק ווייטער צו בלייבן דא.

איז אזוי, איך הייב נאר לעצטנס אהן ארויסצוגיין פון מיין צמצומ'דיגער וויליאמסבורגער קאפ, און אין מיין מח דרייען זיך ארום פון איין זייט א ים פון נייע ידיעות און א נייע בליק אויף אלעס, און פון די אנדערע זייט איז דא פיל מחשבות וואס איך האב קשיות וואס דארף נאך ווערן פארענטפערט,

איינע פון די זאכן וואס אויף דעם באציהט זיך מיין אשכול איז אין עניני צניעות, אז איך בין געווען צוגעוואוינט אז שווארצע טייץ איז מער אן עקסטרעמע צניעות'דיגע וועג ווי פרויען גייען אנגעטון, געמיינט האב איך אז די מאה שערים'דיגע אדער די העלעבראנצעס גייען אזוי, משא''כ ווי ליכטיגע די טייץ איז, איז עס מער מאדערנע און אום צניעות'דיג, אזוי ווי איך האב אלס געקענט די דרשות פון רבין ז''ל בנוגע דורכזיכטיגע שטרימפ.

אזוי האב איך געמיינט, ביז איך בין אמאל געפארן באזיכן מיין שוועסטער און שוואגער וואס האבן זיך געצויגן קיין ירושלים, ביפארן אהיימפארן זאגט זי מיר, "זאג נישט פאר טאטי און מאמי אז איך גיי מיט שווארצע טייץ", איך האב דאן אפילו נישט אין אכט גענומען אז זי גייט אזוי אבער אז זי האט מיר געזאגט פרעג איך איר וואס איז די פראבלעם, זאגט זי מיר אז טאטי מאמי האבן נישט ליב ווען איך גיי פעשענעבול, און דא האט זיך געענדיגט די שמועס.

אבער ביי מיר אין קאפ האט זיך נאר דעמאלס אנגעהויבן די צומישעניש, וואס גייט דא פאר צניעות'דיג עקסטרעם אדער פעשענבויל?

און אזוי גירבלען מיר שוין די מחשבות א שטיק צייט ווען איך באטראכט טאקע פרויען, און איך באמערק טאקע אז די בעסערע בארא פארקער פרויען גייען טאקע טונקעל פעך שווארצע טייץ פונקט אזוי ווי די פרומסטע פרוי און וויליאמסבורג, און נאר די אינצווישען פרום און מאדערן'דיגע חסידישע פרויען גייען ברוינע טייץ.

סא קען איינער מיר ערקלערן וואס דא קומט פאר?
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:08 am#192243
דא און דא
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:12 am#192245
איך וואלט זייער געוואלט פארענטפערן דיין גרויסע מבוכה, נאר וויבאלד אין דעם ענטפער איז תלוי צו וועסט בלייבען דא א גאסט אין שטיבל צו נישט כאפט מיר א ציטער בבחינת אוי לי מיוצרי אויב וועסטו בלייבן ואוי לי מיצרי אויב וועסטו נישט בלייבן (ויש אומרים להיפך).
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:28 am#192250
ס'דא אסאך אזעלכע פאראדוקסן אין דעם געביט, לדוגמא די לענג פונעם שעסל, קורץ איז מאדערן, וועסטו אבער מיינען אז די לענגער די בעסער? זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, לאנג איז אויך מאדערן, ס'מוז זיין קרח מכאן ובלק מכאן, חקת עולם לדורותם, אז נאר פונקט אינמיטן איז פרום. מאכט סענס? ניין, אבער זייט ווען דארף צניעות מאכן סענס?

גראדע איז סקאטש טעיפ אויך אביסל מאדערן, ס'דאך ממש דורכזיכטיג! נאר אויב נוצט מען עס צוצוקלעבן די הענטל פונעם גלעזער ווערט עס פרום, זעסט די פאראדוקס?
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:37 am#192253
למעשה האסטו געהאלטן ווארט? אדער האסט יא פארציילט פאר דיינע עלטערען? די אמת זאג
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:45 am#192255
באמת א שווערע פראגע, אבער איך נעם אן אלס פשטות אז ליכטיגע טייץ איז מער פרום, ווארום אויף זיי דערקענט זיך באופן בולט די 'סיעמס', משא"כ אויף די שווארצע טייץ זעהט מען עס נישט, און דאס גרעניצט זיך מיט אבזרייהו דג"ע רח"ל.
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:54 am#192256
אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, און דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:57 am#192258
סקאטש טעיפ אויב דיין שאלה ווערט נישט פארענטפערט פליז געב אונז נאך איין טשאנס, ברענג אויף נאך א ברענעדיגע נושא, למשל צו מאט טישבעקיטשעס איז חסידיש, און צו מען מעג גיין די קנעפלעך אויף די גארטל א.א.וו.
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:59 am#192259
מאטי האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.

לעסט טיים איי טשעקט האט די הירהורים צו טוהן מיט די כוונה פונעם קוקער, נישט פונעם פרוי, אבער ווי גאזאגט, די צניעות סטאנדארטן [ליין:חרדישע דרעס קאוד] האבן שוין לאנג נישט צו טוהן מיט לאגיק אדער אפילו הירהורים.
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:18 am#192263
די שאלה האט נישט עכט קיין קלארע תירוץ, ווייל עס איז ביידע, סיי פרום און סיי סטייליש,

פרום איז עס ווייל עס איז א טונקעלע קאליר, און יעדע טונקעלע קאליר איז צניעות'דיג און ציעט ווייניגער דעם אויג, משא"כ ליכטיגערע קאלירן. דאס שטייט שוין אין הלכה ערגעץ (כ'מיין אין איינע פון די נושאי כלים אין שו"ע).
מצד שני וועסטו נישט טרעפן קיין דיקע פאלם שטרימפ אין די גוי'אישע געשעפטן, און ס'רוב פון די היינטיגע בעידזש/ברוין קאלירן איז עקסקלוסיוו פאר היימישע ווייבלעך, און ממילא איז זייער סטייליש צו גיין מיט שווארצע טייץ, ונשי בארא פארק/פלעטבוש יוכיחו.

איכא דאמרי אז עס איז א נפק"מ צו מען נעמט דינערע צו דיקערע, אבער למעשה זעהט מען אז אפילו אסאך מאדערנע גייען דיקערע בפרט אום ווינטער.

אונטערשטע שורה מיין איך אז עס ווענדט זיך אין די איבריגע לבוש פון די פרוי, אויב גייט זי צניעות'דיג אלעס ארום, דאן טוט שווארצע שטרימפ קאמפלימענטירן און משלים זיין די צניעות'דיגע לבוש, משא"כ די נשים מיט לאנגע שייטלעך, שמאלע געפאסטע קליידער וואס ענדיגט זיך העכער די קניען און גייען מיט די הויכע שטעקל שיך נוצן די שווארצע טייץ צו קאמפלימענטירן די סטיילישע אוטפיט, וכדברי מאטי הנ"ל.
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:29 am#192266
מר. סקאטש וועלקאם טו די שטיבל.

געפילטע האסט מיר גורם געווען א אויספלאץ. אבער זעהסט למשל איך באנוץ מיך בעיקר מיט ברוינע פעקינג טעיפ ,איך האב קיינמאל נישט אזוי אריינגעטראכט פארוואס עד שבא געפילטלינו וגילה לנו אז די דורכזיכטיגע איז נישט צניעותדיג.
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:52 am#192271
די פרומע גייען מיט שווארצע טייץ מעולם, און די לעצטע 15 יאר איז די שווארצע טייץ ביי פענסי פרויען געווארן די סטייל. די פרומע זענען מיט די צונג אינדרויסן, זיי האקן אויף די לבוש פון די קאפ ביז 4 אינטשעס נאכן קני, נאכדעם איז כשר כעת.
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:59 am#192272
איך מיין צניעות איז געווארען א פשוטע חק:

אויב די ווילסט דאס אנטוהן טאר מען נישט. פיריאד.

מעגסט נאר אנטוהן וואס איך הייס און די ווילסט נישט.
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:04 pm#192273
א נייע דוגמא וואס מיין ווייב פארציילט מיר.

לעצטנס איז די סטייל אז יונגע מיידלעך טוען אן בעיזש טייטץ פאר חתונות.

האבן די סקולס אהיים געשיקט צעטלעך אז זיי טארן נישט.


איי! אמער! און א יאר צוויי גייסטו זיי זאגן אז נאר בעיזש איז צניעותדיק. דעמאלטס פארוואס מעגן זיי נישט זיין א דוחק את הקץ און זיין צניעותדיג יונגערהייט?

די תירוץ איז ווייל די ווילסט און דאס איז געווארען די סטייל ווערט א חק אז דאס איז פלוצלונג אויס צניעותדיג. תיקו.
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:11 pm#192276
שלום עליכם, מיסטער בראנפען קלעבאכטץ.

קיינער שרייבט נישט דא מיט א תנאי קודם למעשה.

קיינער (הערסט פינטל?) זוכט נישט קיין אטענשאן אדער אנערקענונג פאר'ן שרייבן. מען עפרישיעיט ווען מען באקומט עס.

מיר זענען דא ווייל מיר ענדזויען די קאמפעני, טעיק איט אר ליוו עט.
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:26 pm#192280
פישל'ע איך ציטער אז ער וועט גיין, מיר וועלן בלייבן אנע סקאטש טעיפ און אן מנשה קענסט דיך פארשטעלן ווי אומעטיג עס וועט זיין דא?
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:39 pm#192290
שווארצע זאקן שבת, חניוקיש אדער פעשענבול
איך האב גענוי די זעלבע שאלה אויף בחורים וואס גיין שווארצע זאקן שבת. איז עס פעשענבול אדער חניוקיש?

אמאל זענען נאר 250 פונטיגע גראבע רעבישע אייניקלעך וואס טוישען די זאקן איימאל א חודש געגאנגען מיט שווארצע זאקן, ווידער היינט זעהט מען אלע סטייל בחורים גיין שווארצע זאקן.
אין באבוב גיין רוב בחורים לעטצענץ מיט שווארצע זאקן (דאס מיינט מיט מאט חאלאטלעך אין שיינע גלעזער)

אקיצור כ'מיין אז די זעלבע תירוץ אויפן טייץ קען חל זיין אויפן זאקן.
איין נפק"מ צווישען מיר מיט סקאטש טעיפ. איך סטראשה נישט צו אנטלויפן, איך בלייב דא א תושב אפי טאמער ס'ווערט נישט פארענטפערט
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:41 pm#192292
איז ער נאך בכלל דאהי דער סקאטש?? ער האט דערווייל נישט צוריקגעענטפערט אויף קיין איין תגובה, ניטאמאל א לייק געגעבן און מיר זענען פארנומען אז ער זאל אונז נישט איבערלאזן, ער איז שוין לאאאאנג נישט דא!!!
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:47 pm#192295
איש עברי האט געשריבן:למעשה האסטו געהאלטן ווארט? אדער האסט יא פארציילט פאר דיינע עלטערען? די אמת זאג

לאמיר זאגן אז נישט. טאטי גייט שוין נעמען די נעקסטע פלעין קיין ירושלים און גוט אנשרייען די שוועסטער. אוי. ס'איז דא א פראבלעים. נאר די טמא'נע מדינת ישראל עירליין אל-על האט א פלעין. די כשר'ע און וואוילע דייטשע עירליין לופטהאנזא האט ערשט דאנערשטיג. יא. הערר ראבינער....דער הייליגער ברך משה זכותו יגן עלינו האט אייביג מקפיד געווען נאר צו פארן מיט לופטהאנזא... :? :roll: 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :o
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:50 pm#192299
היינטיג טאג חסיד'יזים איז דעפענירט לויט וועלכע קאליר dye מ'האט געווייקט א קלייד, ביפאר מ'האט עס געשניטן אויף א געוויסע וועג. דיינע חברים, דיין חסידות, דיין שידוך, מחותנים, ווי די וואוינסט, הכל בכל איז דעפענירט לויט דעם וויכטיגן כלל.
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:53 pm#192300
געפילטע פיש האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.

לעסט טיים איי טשעקט האט די הירהורים צו טוהן מיט די כוונה פונעם קוקער, נישט פונעם פרוי, אבער ווי גאזאגט, די צניעות סטאנדארטן [ליין:חרדישע דרעס קאוד] האבן שוין לאנג נישט צו טוהן מיט לאגיק אדער אפילו הירהורים.

אויב די רעבעצין קלו--- פון מאנסי מאכט אפ די סטענדערדס, איז עס זייער לאגיש...וק"ל, וד"ל, ודפח"ח, ואכמ"ל, וצ"ע,ונ"ע. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :o
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:57 pm#192302
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איך האב גענוי די זעלבע שאלה אויף בחורים וואס גיין שווארצע זאקן שבת. איז עס פעשענבול אדער חניוקיש?

אמאל זענען נאר 250 פונטיגע גראבע רעבישע אייניקלעך וואס טוישען די זאקן איימאל א חודש געגאנגען מיט שווארצע זאקן, ווידער היינט זעהט מען אלע סטייל בחורים גיין שווארצע זאקן.
אין באבוב גיין רוב בחורים לעטצענץ מיט שווארצע זאקן (דאס מיינט מיט מאט חאלאטלעך אין שיינע גלעזער)

אקיצור כ'מיין אז די זעלבע תירוץ אויפן טייץ קען חל זיין אויפן זאקן.
איין נפק"מ צווישען מיר מיט סקאטש טעיפ. איך סטראשה נישט צו אנטלויפן, איך בלייב דא א תושב אפי טאמער ס'ווערט נישט פארענטפערט

וואס איז דווקא שבת?
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:04 pm#192308
אפטעמיסט האט געשריבן:באמת א שווערע פראגע, אבער איך נעם אן אלס פשטות אז ליכטיגע טייץ איז מער פרום, ווארום אויף זיי דערקענט זיך באופן בולט די 'סיעמס', משא"כ אויף די שווארצע טייץ זעהט מען עס נישט, און דאס גרעניצט זיך מיט אבזרייהו דג"ע רח"ל.

אויף דעים איז אויכעט דא אן עצה. (ב"ה). מ'זאל לייגן א ווייסע סיעם אויף שווארצע טייטס. מ'דארף מעורר זיין אז די התאחדות הרבנים (זיי האבן שוין כמעט געענדיגט דן צו זיין איבער די קברים אין בית שמש. מ'ווארט נאך פאר הרה"צ ר' דוד שמידל שליט"א.) זאל דאס אויפברענגען אין זייער נעקסטע מיטינג. הרב איצא שייגעץ שליט"א איז שטארק פארנומען איצט אין די ערב פסח טעיג. תיכף נאך יו"ט אי"ה, גלייך נאך שחרית און אשר יצר, וועט ער אנהייבן ארבעטן אויף ארגאניזירן די נעקסטע נסיעה מיט געדונגענע אויטאבוסן קיין וואשינגטאן. ס'הייסט אז בנימין נתניהו קומט באזוכן אבאמא. מ'דארף דאך ווייזן אז לא אלמן ישראל (נישט ח"ו מדינת ישראל.). איינער מוז דאך ארויסגיין שרייען "פוי" ביים ווייסן הויז... :? 8-) :roll: :twisted: :lol: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o :shock:
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:12 pm#192311
אלעס ווענט זיך ווי דער חמער שטייט איין

אויב איז דער חמער ביי איינעם מיט א פלאכע ביבער היט אדער מיט ווייסע זאקן, אדער אפילו אויב דער חמער שטייט טאקע יא איין ביי איינעם מיט גאלדענע גלעיזער מיט שווארצע זאקן, אבער מען קען דערקענען אז ער האט נישט די ריכטיגע סימנים, למשל ער גייט נישט פאר א געוויסע אייניקל פון ר' אלימלך נאך געלט דאן איז נישט מוכרח אז זי גייט מיט די שווארצע זאקן וועיגן צניעות, ברויך מען קיקן אויפן חמער זעלבסט זעין גענוי וואס דארט טיט זיך אויב למשל דער חמער האט א קרוין וואס טייל ריפן אן קיין באוויסטע סיבה שפיצעל דאן קען מען אן נעמען אז די שווארצע זאקן זענען מחמת צניעות, אבער דעיס איז אויך נישט קיין הינדערט פראצענטיגע ראיה ווייל מיר זעיען ביי געוויסע וואס תחילתו איז עס צניעות אבער סופו איז עס א פעשען, געוועינטליך קען מען דאן באמערקן אויפן שפיצעל געוויסע פעשען'ס למשל אז דער שפיצעל ווערט העכער און גרעסער, און זי הייבט אן מער אויס זעין ווי די מאהארזש פון שערלאק האלמס ווי א מנהלת און בנות חיך, והמזל יזיל
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:17 pm#192312
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא אסאך אזעלכע פאראדוקסן אין דעם געביט, לדוגמא די לענג פונעם שעסל, קורץ איז מאדערן, וועסטו אבער מיינען אז די לענגער די בעסער? זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, לאנג איז אויך מאדערן, ס'מוז זיין קרח מכאן ובלק מכאן, חקת עולם לדורותם, אז נאר פונקט אינמיטן איז פרום. מאכט סענס? ניין, אבער זייט ווען דארף צניעות מאכן סענס?

גראדע איז סקאטש טעיפ אויך אביסל מאדערן, ס'דאך ממש דורכזיכטיג! נאר אויב נוצט מען עס צוצוקלעבן די הענטל פונעם גלעזער ווערט עס פרום, זעסט די פאראדוקס?

איך זיץ אין א פאבליק טוילעט ליינענדיג דיין תגובה אין איך רייס מיר פאר געלעכטער. וואס מיינסטו טראכטען מיינע קאלעגעס
נאך א מזל די ווענט זענען נישט דורךזיכטיג
מאנטאג יוני 09, 2014 2:24 pm#205014
סקאטש טעיפ האט געשריבן:אין די סעמענריס לאזט מען נאר גיין שווארצע טייץ. אזוי האב איך געהערט. פארוואס?
מאנטאג יוני 09, 2014 2:34 pm#205019
ווייל דיינע אויערן ארבייטן....
מאנטאג יוני 09, 2014 2:37 pm#205020
יין שרף האט געשריבן:ווייל דיינע אויערן ארבייטן....

?
מאנטאג יוני 09, 2014 2:39 pm#205021
סקאטש טעיפ האט געשריבן:
סקאטש טעיפ האט געשריבן: אזוי האב איך געהערט. פארוואס?
מאנטאג יוני 09, 2014 2:45 pm#205023
דו פארוואס גייט ארויף אויף די קשיא פארוואס לאזט מען זיי נאר גיין מיט שווארצע
מאנטאג יוני 09, 2014 2:47 pm#205025
פעטיש?
מאנטאג יוני 09, 2014 2:52 pm#205027
שצם_חנכל האט געשריבן:פעטיש?

?
מאנטאג יוני 09, 2014 2:54 pm#205030
סקאטש טעיפ האט געשריבן:דו פארוואס גייט ארויף אויף די קשיא פארוואס לאזט מען זיי נאר גיין מיט שווארצע

אהה....
מאנטאג יוני 09, 2014 3:19 pm#205040
פארוואס דארף מען אלעס זעהן ביי אונז שווארץ? אלץ זענען מיר שווארץ קוקערס.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 5:19 pm#215232
ווען טוישט מען שוין צורוק אויף שווארצע טייץ??????????????????????????
זונטאג אוגוסט 03, 2014 5:33 pm#215233
#פעטיש_אלערט
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:34 pm#224301
סקאטש טעיפ האט געשריבן:ווען טוישט מען שוין צורוק אויף שווארצע טייץ??????????????????????????

איך מיין אז איינער פין די טעג קימט די טויש.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:36 pm#224302
דריידל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:פארוואס מעגן מענער גיין שווארצע אדער ווייסע זאקען אין שבת און פרויען נאר בעיזש׳ע זאקען.

איך האלט אז מענער זאלן אויך מוזען גיין נאר מיט בעיזש׳ע זאקען שבת...

מאנכע מענער וואס גייען שבת מיט א שווארצע שטריימל אויפן קאפ און ווייסע זאקן אויף די פוס,
גייען זייערע ווייבער א ווייסע טורבאן אויפן קאפ און שווארצע טייץ אויף זייערע פוס


אפשר דארף מען גרינדן א פרישער אשכול פאר הלכות טורבאן ובאנדאנעס, אבער וויבאלט מ'רעדט שוין דערפון דא וועל איך עס אהער שטעלן.
קען איינער מסביר זיין פארוואס שבת גייען פרויען מיט ווייסע טורבאנס? פרייטאג צונאכטס איז איינגעפירט ביי אסאך חסידישע קהילות מחמת איזה סיבה צו גיין מיט א ווייס טיכל. אבער שבת בייטאג גייט מען דאך נישט ווייס, סיי די וואס גייען מיט א שייטל און סיי די וואס גייען אראפגעבינדען. איז ווי קומט עס אז נאר ווען מ'גייט מיט א טורבאן דארף עס זיין ווייס?

איז באנדאנא חסידיש?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:41 am#224610
ארבעס האט געשריבן:
סקאטש טעיפ האט געשריבן:ווען טוישט מען שוין צורוק אויף שווארצע טייץ??????????????????????????

איך מיין אז איינער פין די טעג קימט די טויש.

יא יעך האב טאקע באמערקט צענדליגע מיט דו שווארצע טייץ
איך טראכט אלעמאל ויאזוי מאכט זיך דו טויש, איז דא א פונקטלוכע דאטום אויף דעם וואס אלע לעידיס וויסען אז היינט דארף מען טוישן? אדער איין לעידי הייבט אן און יעדער מאכט איר שטולערהייט נאך?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 3:42 pm#224771
מען טוישט ארום די אנהייב פונעם 'הערבסט' (Fall בלע"ז) סעזאן, סעפטעמבער דער ערשטער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 5:56 pm#224813
It changes based on the weather not on a particular date
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:03 pm#224830
איך ליין דורעך אזוי דער אשכול, מען איז פארנומען דיסקאסירען פרויערישע קליידער סטייל'ס וכדומה. איז מיר בייגעפאלען ארויפצוברענגען א זאך וואס קוועטש מיר שווין לאנג צו פארשטיין
1. פארוואס איז עס אז נאר ביי אונז היימישע יודען באדערט ווי אזוי דער פרוי גייט אנגעטוען? צו סאיז יא און סטייל-קאהל אדער נישט.. מקען זען פון דער פאקט פון וויאזוי מען דעסקעסירט דער זאכן דא אזוי אז סדריקט עפעס.
איי וועסטו פרעגן מהיכי תיתי אז ביי גוים איז נישט אזוי? אדרבה איך טו אין פסיכעלגיע אביסעל און שוין דורך געליינט אסאך ביכער און ס'ווערט נישט דערמאנט וועגן אזא אישו
2. ווי אזוי באקעמפט מען די נעגעטיוו פילינגס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:12 pm#224832
דו טוסט אין פסיכאלאגיע און דו פרעגסט אונז די שאלות?
עולם הפוך ראיתי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:19 pm#224835
שמעקי קענסט א פסיכילאג וואס פרעגט נישט קיין שאלות? יאלא פון היינט און ווייטער נעם דיך רעכענן א צוואנציגער פאר יעדע שיילע וואס דו פרעגסט און וועסט האבען א פרנסה קלה/כלה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:58 pm#224843
Big Boy האט געשריבן:It changes based on the weather not on a particular date

?vot does it have to do wis the weather
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:32 pm#224875
מ'טוט אן די שווארצע ווען ס'ווערט ווינטער, ווייל דאס ווארעמט מער....
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:47 pm#224901
דעדעלך האט געשריבן:איך ליין דורעך אזוי דער אשכול, מען איז פארנומען דיסקאסירען פרויערישע קליידער סטייל'ס וכדומה. איז מיר בייגעפאלען ארויפצוברענגען א זאך וואס קוועטש מיר שווין לאנג צו פארשטיין
1. פארוואס איז עס אז נאר ביי אונז היימישע יודען באדערט ווי אזוי דער פרוי גייט אנגעטוען? צו סאיז יא און סטייל-קאהל אדער נישט.. מקען זען פון דער פאקט פון וויאזוי מען דעסקעסירט דער זאכן דא אזוי אז סדריקט עפעס.
איי וועסטו פרעגן מהיכי תיתי אז ביי גוים איז נישט אזוי? אדרבה איך טו אין פסיכעלגיע אביסעל און שוין דורך געליינט אסאך ביכער און ס'ווערט נישט דערמאנט וועגן אזא אישו
2. ווי אזוי באקעמפט מען די נעגעטיוו פילינגס?


1-ווייל ביי אינז די מענער זענען איטערדריקט אין דעם נושא. די נאטירליכיר זאך פין חייב אשה להתקשט האט מען ציקוועטשט ממילא paradox. ביסט דאך א פסכילאג .......

2- עס איז נישט נעגעטאו. דאס איז א מענשטליכע נאטור. לב חומד. פארדעם דארף מען א פרוי. דיין שמצילן מן החטא.
זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:15 pm#225223
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'טוט אן די שווארצע ווען ס'ווערט ווינטער, ווייל דאס ווארעמט מער....

עמוק! :like
זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:59 pm#225243
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'טוט אן די שווארצע ווען ס'ווערט ווינטער, ווייל דאס ווארעמט מער....

ליין: ווייל דאס היצט אן מער,
ס'מאכט אנדערע גאר הייס בבחינת חם ליבי בקרבי
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 6:17 pm#225697
סקאטש טעיפ האט געשריבן:
Big Boy האט געשריבן:It changes based on the weather not on a particular date

?vot does it have to do wis the weather


Because in winter women wear darker clothing in general even chasidish ladies. The tights is of course a big aveiere by us to change. Look in your wife's closet you will see that her summer clothing is a lighter color. The same is by the litvish/modern with tights as well.