Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 40 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6183
מוצ"ש מערץ 29, 2014 9:49 pm#193319
ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות
אונזער גאנצע תורה שטייט אויף די יסוד פון "מסורה". משה קבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע וכו'. און אויף די חזקה אין אדם מוריש שקר וכו'. אויב פאלט דער חזקה אוועק איז די גאנצע מסורה נישט קיין מסורה. עס איז דא אסאך מאל וואס א מלמד אדער טיטשער זאגט פאלשע זאכן פאר קינדער, וואס איז נישט אויסגעהאלטן צו טון, אבער דאך קען מען עס אביסל פארשטיין. אבער ווען זיי זאגן ליגנט אויף א זאך וואס איז ידוע לכל, א יעדער ווייסט אז עס איז נישט אמת, איז עס נישט נאר אן עוולה גדולה נאר אויך א טיפשות גדולה.
מיין קליינע תמימות'דיגע טאכטערל האט זיך אפגערעדט אז זי האט נישט ליב איר לערערין, ווייל זי זאגט אלעמאל ליגנט. פארשטייט זיך, ווען א טאטע הערט ווי זיין קינד זאגט אזא מין זאך איז עס מעורר שטארקע concern. איך האב מיר אוועק געזעצט מיט איר שטילערהייט און איר געבעטן אז זי זאל מיר איבערזאגן די ליגנט וואס זי האלט איר טיטשער האט געזאגט. איך האב געהאפט אז איך וועל איר קענען פארענטפערן אז די לערערין האט געמיינט עפעס אנדערש ווי וואס זי האט פארשטאנען. אבער ליידער האב איך עס נישט געקענט טון.

זי זאגט מיר אז איר טיטשער זאגט אז "גוים שלאגן זיך אלעמאל ארום איינער מיטן אנדערע". דאס איז אבער נישט אמת. ווען אונז גייען שאפינג זעה איך ווי גוים האבן זיך שטארק ליב, קיינער שלאגט זיך נישט ארום. פרעג איך איר, וואס נאך. ענטפערט זי אז די טיטשער זאגט אז אלע אידישע בחורים און טאטעס לערנען תורה א גאנצע טאג. דאס איז אזא ליגנט.

וואס האב איך איר געקענט ענטפערן? איך וויל נישט אריינגיין אין אונזער ווייטער'דיגע געשפרעך. אבער דער טיטשער האט סך הכל מיט איר נארישע סטעיטמענטס געמאכט אז די מיידלעך זאלן מער נישט טראסטן וואס זי זאגט אדער אנדערע לערערינס. אפשר זענען אלע אנדערע זאכן אויך נישט אמת. אויס מסורה און אויס תורה. און פארוואס? וואס האט זי אז די מיידלעך מיינען אז גוים שלאגן זיך? וואס האט זי אז די מיידלעך מיינען אז טאטעס לערנען א גאנצע טאג? איז דען דאס די תכלית? וואס פאר א גרויסע טיפוש דארף מען זיין צו מיינען אז די מיידלעך וועלן נישט כאפן די ליגנט?

די זעלבע זאגט מיר מיין בחור'ל (נאך דעם וואס ער האט זיך אונטערגעהערט האלבוועגס מיין שמועס מיט מיין טאכטער), אז זיין כיתה ד' רבי האט זיי געזאגט אמאל, אז ווען מען זעהט גוי'אישע קברים דארף מען זאגן "כן ירבו". ווען זיי זענען געווען אין כיתה ו' האבן זיך שוין אלע קינדער געכאפט אז ס'איז שטותים והבלים, עס שטייט אין ערגעץ נישט אזא זאך. (באבוד רשעים מיינט שלעכטע מענטשן נישט גוים.)

ווידער פארשטיי איך נישט דאס טיפשות פון א מלמד. האסט טאקע געמיינט אז מ'וועט נישט כאפן אז דו רעדסט ב"ש? ובכלל, וואס איז די חכמה פון מחנך צו זיין קינדער צו וויילאנס און hatred?

עס זענען דא מענטשן וואס בטבע האבן זיי ליב צו זאגן זאכן כאילו זיי ווייסן אדער אויפבלאזן זאכן מער ווי זיי זענען באמת. זיי כאפן זיך ערשט לאחר המעשה און דאן פאסט זיי שוין נישט צוריק צו ציען. ווען עס האנדלט זיך מיט א יונגערמאן וואס איז מייעץ זיין חבר אין א ענין מסחרי וואס ער פארשטייט נישט איז איין זאך. אבער ווען מען רעדט פון עלטערן ומחנכים איז שוין גאר א צווייטע מעשה. מען רעדט דא פון דאס קיום פון כלל ישראל, די המשכת המסורה און די חזקה פון אין אדם מוריש. היזהרו בדבריכם!!!



.
מוצ"ש מערץ 29, 2014 10:10 pm#193320
Wow האסטו קלוגע קינדער קעיה"ר, איך שפיי בלוט מיט מיינע, וואס זאגן אלעס נאך פון זייער רבי אן קיין שום פראבלעם, און דיינע קליינע און נאך תמימותדיג אויך כאפן אלעס! וויאזוי האסטו זוכה געןוען דערצו, האסט זיי געגעבן עקסעס צו קאווע שטיבל? כמיין, ערנסט.
מוצ"ש מערץ 29, 2014 10:23 pm#193323
זייער א וויכטיגע און ברענעדיגע נקודה.
דער פראבלעם ווערט ערענסטער און שווערער ווען מחנכים ניצן די קינדער אנטקעגן די עלטערין. אז מיין קליינע מיידל קען זאגן פאר מיין ווייב אז זי האט נישט ליב איר (פשוטע, איידעלע) בענדענע ווייל עס איז קאלירדיג (סאליד פוירפל) ווייס איך אז די טיטשער אירע איז טאטאל אף גאורד און איז ביזי א גאנצע טאג ב"שין
מוצ"ש מערץ 29, 2014 10:43 pm#193324
הוגה: ווי ס'זעהט אויס קענמען זאגןאויף דיין קליינע טאכטער דעם פסוק, (או.קעי. ס'נישט קיין פסוק, נאר א מאמר חז"ל) "ברא כרעא דאבוהי'". דיינע קינדער זענען בטבע (ס'איז אין די דזשינס) זייער סקעפטיש. סאו דארפסטו זיין זייער פארזיכטיג וואס דו אדער דיין ווייב לערנט מיט זיי. און וואס מ'רעדט אין שטוב. :roll: :? 8-) :lol: :oops: :o
מוצ"ש מערץ 29, 2014 11:58 pm#193352
הוגה, די בוסט דאך פון דיע וואס טון צים זאך.
האסט אנגעריפען די טיטשער און מסביר געווען איר טועת?
זונטאג מערץ 30, 2014 12:17 am#193354
ווי אלט איז דיין טאכטער ?
זונטאג מערץ 30, 2014 12:32 am#193358
מ'הערט לעצנענס די טענות אסאך, איינער דא האט אלץ קינד געהערט פון א מלמד אדער טיטשער אזעלכע זאכן ווי מ'זאגט היינט? היינט קומען קינדער אהיים, טיילן איין פאר די עלטערן וואס צו טוהן, צו איז דאס וויאזוי צו פירן א שבת סעודה, וואסערע הכשרים צו עסן, וויאזוי די מאמע מעג גיין אנגעטוהן, אא"וו, זינט ווען איז דאס געווארן די דזשאב פונעם מלמד מחנך צו זיין די עלטערן? איך גלייב אז זיי ווילן אזוי בעקיפין אז א טאטע זאל פילן פארפליכטעט אריינצוקוקן אין א חסידיש ספר צווישן די אייער און די טשאלענט, און זונגען יום זה מכובד, אבער ער כאפט נישט אז דאס קינד זעט דאס דורך? פון דעם קען ארויסקומען איינס פון צוויי זאכן, איינס אז די קינד וועט האלטן זיין טאטע\מאמע א שגץ, וואס דאס איז זיכער נישט גוט פארן עתיד פונעם קינד, בגשם וברוח, אדער וועט דאס קינד אפלאכן פון אלעס וואס מ'איז עם מחנך און באקומען אזא דיסטראסט צו מחנכים בכלל, איז דאס וואס מ'וויל טוהן מיט אונזערע קינדער?

ווען עלטערן הערן אזא זאך פון א קינד זענען זיי מחוייב צו רופן די מלמד\טיטשער און זאגן גראב און אפען, ביי אונז טוט מען יא אזוי און אזוי, און ביטע זאגט דאס נישט נאכאמאל ווען מיין זון\טאכטער איז אין קלאס.
זונטאג מערץ 30, 2014 1:02 am#193363
סאיז קלאר אז די היינטיגע נעבעכדיגע מחנכים גייען מיט אזא שיטה אונטערצורייסן די עלטערן ווייל זיי פארשטייען בעסער. למשל די קינד זאל פארהאלטן די טאטע וועגען אינטערנעט און זיי טענהן נאך מיט עפעס א מעשה פונעם צעלימער רב האט געהייסן א קינד צוברעכען די טאטעס טעלעווישאן און אברהם אבינו מיט טרחס געטשקעס. די חברה זענען עפעס נישט נארמאל צודרייט מיט זייערע משוגעתן און מיר שטייען אין די זייט. מיין חבר דערציילט מיר אז ער האט זיך פשוט אנגעהויבן צוריק צו רייצן מיט זיין זונס רבי מיטן הייסן זיין זון זאגן אז מיין טאטע האט מיר געקויפט ליפא שמעלצערס טעיפ וכדו און אז מיין טאטע האט געזאגט אז יעדע זאך וואס דער רבי זאגט דארף מען מיר איבערזאגן צו זעהן צו סאיז אויסגעהאלטן. פשוט אביסל צו געבען פון זיין אייגן מעדיצין. ווי לאנג מיינען זיי קען אזא באן פארן
זונטאג מערץ 30, 2014 1:30 am#193369
לאמיר אריינווארפן מיין פאר סענטס.

גערעכט אז עס איז א פשע און נישט גערעכט, אבער טוען מיר נישט די זעלבע מיט אונזערע קינדער?

מלאך לייגן די דאלער (אדער קוואדער ווענט זיך צו דו ביסט א אונגארישע אדער א גאליציאנער) אונטער די קישן ווען די עלטערע קינד ווייסט אז דו זאגסט שקר פארן אינגערע?

דיין נירסערי אינגל קומט אהיים מיט א בריטשקעבעראטשקע און דו באווידערסט עס פאר א האלבע שעה בשעת די עלטערע טראכט ״איין מינוט, ווען ער זאגט מיר אז עס איז שיין מיין זאך, איז עס די זעלבע פאלש?

זאגן מיר נישט פאר א קליין קינד אז די מאמע קויפט א בעבי אויב דו ביסט א איד, און זאגן פארן קינד אז א פייגל דעליווערט א קינד אויב דו ביסט א גוי?

זאגן מיר נישט פאר א קינד אז יעדע מאהל אנצינדן און אויסלעשן די לייט קאסט געלט? אויב לאזסטו די טעלעפאן אפן רופט עס די פאליציי?

וכדומה וכדומה. יעדער זאגט פאר קליינע קינד ער שקר מיט דמיון סיי אויב ביסטו א איד אדער א גוי.
זונטאג מערץ 30, 2014 2:39 am#193376
ממי, כ'מיין אז דו מישט דא צאם צוויי זאכן. מ'רעדט נישט דא פון קליינע ליגענטליך, וואס יעדער ווייסט אז ס'נישט עכט, יעדע קינד ווייסט אז די טאטע וואס זאגט עם ווען ער פאלט אראפ אז ער האט געמאכט א לאך אין די פלאר אז ער מיינט עס נישט ערענסט, אבער ווען א רבי זאגט פאר א קינד, אז אלע טאטעס זאגן אסאך תורה'ס ביים סעודה און זיצן אנגעטוהן מיט שטריימל בעקיטשע, מיינט דער קינד אז אלע טאטעס חוץ זיינס טוען טאקע אזוי, און אז די רבי זאגט אז ביי "אונז" פירט מען זיך אז מ'עסט נישט קיין אונטערגעשלאגענע ביצים אום פסח, (נאר א משל), און דאס קינד זעט ביי זיך אינדערהיים אז מ'נוצט יא די מאכלים מיינט ער ווייטער אז ער איז עפעס ווייניגער ווי אלע אנדערע.
זונטאג מערץ 30, 2014 4:30 am#193382
הוגה האט אנגערירט א האקעלע נקודה וואס עגבערט מיר שוין יאהרן לאנג, אונזער גאנצע אמונה איז געבויט אויף די חזקה פון אין אדם מוריש שקר לבניו, אבער איינמאהל מיינע עלטערען האבן מיר מוריש געווען מער שקר ווי אמת, ווען אין אונזער מסורה האט אנגעהויבן לויפן משוגעת'ן און הבלים, מנהגים של שטות און באבע מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, פארוואס זאל איך נישט אנהייבן מהרהר זיין אז קריעת ים סוף איז אזוי אמת ווי די לעגענדעס פון אלעקסיי מיט'ן בעש"ט?
די תירוץ דערויף ווייס איך אויך, אבער מה יעשה הבן ולא יבעוט באמונתו, ווען מ'פיטערט אים ביודעין מיט ליגנט און אמונות תפלות ערב בוקר וצהריים.
זונטאג מערץ 30, 2014 8:46 am#193385
ערגעץ אין שטיבל איז דא א שיינע אשכול דערוועגן, וואו אנזער אמאליגער חכם השטיבל, יידל, האט באשריבן דעם אין אדם מוריש שקר לבניו.
זונטאג מערץ 30, 2014 9:59 am#193387
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'הערט לעצנענס די טענות אסאך, איינער דא האט אלץ קינד געהערט פון א מלמד אדער טיטשער אזעלכע זאכן ווי מ'זאגט היינט? היינט קומען קינדער אהיים, טיילן איין פאר די עלטערן וואס צו טוהן, צו איז דאס וויאזוי צו פירן א שבת סעודה, וואסערע הכשרים צו עסן, וויאזוי די מאמע מעג גיין אנגעטוהן, אא"וו, זינט ווען איז דאס געווארן די דזשאב פונעם מלמד מחנך צו זיין די עלטערן? איך גלייב אז זיי ווילן אזוי בעקיפין אז א טאטע זאל פילן פארפליכטעט אריינצוקוקן אין א חסידיש ספר צווישן די אייער און די טשאלענט, און זונגען יום זה מכובד, אבער ער כאפט נישט אז דאס קינד זעט דאס דורך? פון דעם קען ארויסקומען איינס פון צוויי זאכן, איינס אז די קינד וועט האלטן זיין טאטע\מאמע א שגץ, וואס דאס איז זיכער נישט גוט פארן עתיד פונעם קינד, בגשם וברוח, אדער וועט דאס קינד אפלאכן פון אלעס וואס מ'איז עם מחנך און באקומען אזא דיסטראסט צו מחנכים בכלל, איז דאס וואס מ'וויל טוהן מיט אונזערע קינדער?

ווען עלטערן הערן אזא זאך פון א קינד זענען זיי מחוייב צו רופן די מלמד\טיטשער און זאגן גראב און אפען, ביי אונז טוט מען יא אזוי און אזוי, און ביטע זאגט דאס נישט נאכאמאל ווען מיין זון\טאכטער איז אין קלאס.

געפילטע: ייש"כ פאר ארויסברענגען די אמת'דיגע נקודה. נאר איך בין מחולק מיט דיר אז די רעזולטאט פון אט די געמיינע און שעדליכע אויפפיהרונג דורך מלמדים און טיטשערס וועלכע האבן אן אגענדא מחנך צו זיין די עלטערן דורך די קינדער, איז נישט איינס פון די צוויי. אדער די קינדער ווערן פארקרומט אין זייערע דיעות אדער פארלירן זיי די אמונה אינ'ם חינוך און אין אלץ וואס מיר האלטן הייליג. נאר אין א יעדן פאל, ווען די קינדער ווערן עלטער און זעען איין אז זייער מחנך איז געווען פאלטש צו זיי, פארלירן זיי ח"ו די אמונה אינ'ם באשעפער און זיין תורה און מצוות. אויסער אויב זיי באקומען גאר שטארקן חיזוק אקעיגן צו ארבעטן די שעדליכע פעולות פון די פארדארבענע מעשים פון די אזוי-גערופענע מחנכים... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o
זונטאג מערץ 30, 2014 10:12 am#193389
ממי שאמרו: אבער די אלע זאכן וועלכע דו האסט אויסגערעכנט וואס עלטערן ( אידישע און גוי'אישע) רעדן איין פאר קינדער זענען אומשעדליך. און ווען די קינדער ווערן אביסל גרעסער און פארשטייען שוין בעסער לאכן זיי אליינס פון די מעשה'לעך. אבער ווען די רעבע אדער טיטשער לערנען אויס פאר די קינדער צו קוקן אויף די עלטערן ווי גלייך זיי טוען אן עבירה אויב טוען זיי נישט געוויסע זאכן. ווי למשל אויסטון די בעקישע און שטריימל נאך די המוציא. דאמאלס, ווען די קינדער ווערן עלטער און זעען איין אז די זאכן זענען נישט קיין הלכות, פארלירן זיי די אמונה אין אלע זאכן. טראכטנדיג אז פונקט אזוי ווי די רבי האט מגזים געווען ביי דעים אזוי אויך ביי אנד'ערע זאכן. ס'איז די זעלבע בחינה ווי ווען די נחש הקדמוני איז געקומען צו חוה און זי האט געזאגט אז די אייבישטער האט געזאגט אז מ'טאר נישט צו רירן צו די בוים. ווען די אייבישטער האט נאר געזאגט אז מ'טאר נישט עסן... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
זונטאג מערץ 30, 2014 11:56 am#193414
איש עברי האט געשריבן:הוגה האט אנגערירט א האקעלע נקודה וואס עגבערט מיר שוין יאהרן לאנג, אונזער גאנצע אמונה איז געבויט אויף די חזקה פון אין אדם מוריש שקר לבניו, אבער איינמאהל מיינע עלטערען האבן מיר מוריש געווען מער שקר ווי אמת, ווען אין אונזער מסורה האט אנגעהויבן לויפן משוגעת'ן און הבלים, מנהגים של שטות און באבע מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, פארוואס זאל איך נישט אנהייבן מהרהר זיין אז קריעת ים סוף איז אזוי אמת ווי די לעגענדעס פון אלעקסיי מיט'ן בעש"ט?
די תירוץ דערויף ווייס איך אויך, אבער מה יעשה הבן ולא יבעוט באמונתו, ווען מ'פיטערט אים ביודעין מיט ליגנט און אמונות תפלות ערב בוקר וצהריים.

ייש"כ איש עברי: אבער ס'איז דאך דא א שטיקל חילוק. אז טראץ די אלע שקרים און פאלשקייטן און לעגענדעס וועלכע לויפן אין אונזער מסורה, קענען די דערוואקסענע (אין מערסטע פעלער) יא מבחין זיין צווישן די זאכן וועלכע זענען באבע מעשיות און די וועלכע זענען אייביגע אמת'ן ווי יציאת מצרים און קריעת ים סוף. נאר די אומפארגעיבבארע עוולות וועלכע די אזוי-גערופענע "מחנכים" מיט זייערע פאלשע אגענדאס באגייען לגבי די קינדער און זייערע עלטערן איז אז די קינדער ווערן קאנפיוז'ד און זיי ווייסן נעבעך נישט ווער ס'איז דער גוטער און ווער די שלעכטער. נאר דאס אליינס איז די רעזולטאט פונ'ם פארדארבענעם חינוך וואס זיי אליין ( די מחנכים) האבן ליידער באקומען... :roll: :? 8-) :x :oops: :cry: :( :o
זונטאג מערץ 30, 2014 12:41 pm#193422
בערל טייערע, דער פותח האשכול רעדט דאך וועגן אנדערע סארט לגיונות. בנוגע דיין נקודה, ביסטו טויזענט פראצענט גערעכט
זונטאג מערץ 30, 2014 12:59 pm#193435
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ אין שטיבל איז דא א שיינע אשכול דערוועגן, וואו אנזער אמאליגער חכם השטיבל, יידל, האט באשריבן דעם אין אדם מוריש שקר לבניו.


געטראפן, דא:
l viewtopic.php?f=13&t=698 l

עיי"ש ותמצא נחת.
זונטאג מערץ 30, 2014 3:32 pm#193493
ממי_שאמרו האט געשריבן:לאמיר אריינווארפן מיין פאר סענטס. גערעכט אז עס איז א פשע און נישט גערעכט, אבער טוען מיר נישט די זעלבע מיט אונזערע קינדער?


קודם כל, 2 wrongs don't make a right. צווייטענס, עס זענען דא זאכן וואס זענען אלעמאל געווען נארמאל און מקובל. זאגן אז אלע גוים שלאגן זיך אלעמאל האב איך קיינמאל נישט געהערט, און איך זעה נישט קיין שום תועלת דערפון.

ממי_שאמרו האט געשריבן:בערל טייערע, דער פותח האשכול רעדט דאך וועגן אנדערע סארט לגיונות. בנוגע דיין נקודה, ביסטו טויזענט פראצענט גערעכט


מיט וואס זענען מיינע דוגמאות ווייניגער ווי בערל'ס?

שמערל האט געשריבן:איך שפיי בלוט מיט מיינע, וואס זאגן אלעס נאך פון זייער רבי אן קיין שום פראבלעם, און דיינע קליינע און נאך תמימותדיג אויך כאפן אלעס! וויאזוי האסטו זוכה געןוען דערצו, האסט זיי געגעבן עקסעס צו קאווע שטיבל?


זיי האבן א לעבעדיגע קאווע שטיבל און קאווע שטיבלטע אינדערהיים. עס פעלט נישט אויס די ווירטואלע.

berlbalaguleh האט געשריבן:הוגה: דיינע קינדער זענען בטבע (ס'איז אין די דזשינס) זייער סקעפטיש. סאו דארפסטו זיין זייער פארזיכטיג וואס דו אדער דיין ווייב לערנט מיט זיי. און וואס מ'רעדט אין שטוב.


סקעפטיזם גייט ביידע וועגן. מען איז סקעפטיש פון דאגמע און מען איז אויך סקעפטיש פון אויפגעקלערקייט. אויב וועלן זיי גיין אין מיינע דרכים וועלן זיי זיין די מערסט חרדי'שע מענער און פרויען וואס כלל ישראל פארמאגט... :roll: :o :shock: :? :lol: :x :P :oops:

נולד מאוחר האט געשריבן:הוגה, האסט אנגעריפען די טיטשער און מסביר געווען איר טועת?


היינטיגע טעג ליידער לעבן מיר אין א פחד און גגעפענגעניש אז מען האט מורא אז א יעדע ריר קען רעזאלטירן אין דאס ארויסשליידערן די קינדער אויפן גאס. ואשר על כן זוך איך זיך נישט קיין צרות, איך קריטיקיר און פאררעכט קיינעם, איך גיב נאר די ריכטיגע חינוך (אויף ווי ווייט עס איז מעגליך) אין דער היים.



.
זונטאג מערץ 30, 2014 3:38 pm#193496
זיינע דוגמאות זענען ווען די רבי זאגט זאכן וועלכע מאכן דעם טאטע׳ן אויסזעהן ווי א באם און א שייגעץ.
זונטאג מערץ 30, 2014 3:41 pm#193503
מיינער א חבר א מלמד פארציילט מיר אז זיינס א תלמיד איז געקומען אין חדר מלא שמחה אז ער האט דעם שבת געהרג'ט 67 ציונים, ווייל זיין טאטע האט אים געזאגט אז מיט יעדע בונדעל הרגט מען א ציוני.
קאמענטארן זענען איבריג.
זונטאג מערץ 30, 2014 3:47 pm#193510
א גרויס געשעפט. ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער געוואר ווערן אז נישט און עס וועט נישט שאטן. געזינטערהייט, גע׳הרג׳ט ציונים? מסכים.
זונטאג מערץ 30, 2014 3:50 pm#193515
עס לייגט אריין אין א קינד תאוות רציחה מער ווי די ארטיקלן אין די שטערן
זונטאג מערץ 30, 2014 3:55 pm#193519
די תורה מיט חזל לייגן אזוי אויך אריין רציחה, נישט אזוי? אינטערעסאנט אז ווען די גאוישע פסיכאטערס רעדן וועגן נישט געבן פאר אינגע קינדער ווילדע ווידעאוס האבן זיי נישט גע׳אסערט אויך די בייבל. טאקע אינטערעסאנט
זונטאג מערץ 30, 2014 4:31 pm#193532
איש עברי האט געשריבן:מיינער א חבר א מלמד פארציילט מיר אז זיינס א תלמיד איז געקומען אין חדר מלא שמחה אז ער האט דעם שבת געהרג'ט 67 ציונים, ווייל זיין טאטע האט אים געזאגט אז מיט יעדע בונדעל הרגט מען א ציוני.
קאמענטארן זענען איבריג.

יעצט איז דער שאלה א פארקערטע. וואס דארף דער מלמד זאגען צו אט אזא טיפש א טאטע׳ס קינד? ער מעג איהם מציל זיין מפי ארי און זאגען אז א ציוני איז נישט חייב מיתה און באנדעלעך קען מאכען אביסל אומבאקוועם פאר דער וואס שטייט לעבען דיר, אבער נפיחות הרגנ׳ען נישט? אדער זאל ער עס לאזען וואוילגייען?
אויך וויל איך פרעגען אלע יוצאי סאטמאר אין ק׳׳ש. וואס האבען ענק אלע געטוהן ביים באגעגענען דער רמב׳׳ם וואס זאגט קלאר אז וויאזוי משיח וועט קומען איז נישט מעיקרי הדת, נאר אז ער גייט קומען. דאס הייסט אויס אפיקורסים, אויס מדינה הטמאה, אויס מעכבים את הגאולה, אלס איז פרחה כעלה נדף. ס׳האט געשטערט דער גאנצע אמונה? חטא הידוע איז געווארען א מצוה?
זונטאג מערץ 30, 2014 4:51 pm#193538
א גוט מארגן הרב ליטוואק. עס איז שוין אן אויסגעדראשענעם נושא דא. ביטע קוקן די ערשטע אשכולות איבער ציונות והמסתעף. שעם דיר אבער נישט צו ברענגען פרישע נושאים.
זונטאג מערץ 30, 2014 9:45 pm#193654
איך האב נישט געמיינט צו רעדן וועגן ציונות. איך האלט נאך דעם וואס אלע פארשטייען אז ס'איז נארישקייטען, צו מ'האט געלייקנט אלע אנדערע זאכן אויך.

און וואס וועגן דער אנדערע שאלה? וואס דארף א מלמד טוהן ווען א קינד קומט פון שטוב מיט אזעלכע נארישקייטן?
כ'געדענק איך האב אמאל געליינט אינ'ם יתד פון א"י א באשרייבונג אויפן געיטסהעדער רב הרב בצלאל ראקאוו זצ"ל. א איד הרב ראובן קארן שליט"א (אן עדים פון דיין אליעזר פאזען זצ"ל, דער ברודער פונ'ם שאפראנער רב) האט געזאגט אז ווען ער איז געווארען מנהל אינ'ם חדר אין געיטסהעד האט דער רב איהם געזאגט 'היט זיך מחנך זיין די קינדער, נישט די עלטערן'. ודפח"ח.
זונטאג מערץ 30, 2014 11:42 pm#193682
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב ראובן קארן שליט"א (אן עדים פון דיין אליעזר פאזען זצ"ל)

על פי שנים עדים יקום דבר...
מאנטאג מערץ 31, 2014 12:10 am#193690
א דאנק פאר'ן ארויפברענגען א וויכטיגע נושא וואס איז שוין דאכט זיך מיר באהאנדלט געווארן ערגעץ אבער שאט נישט אויפצוברענגען. אבער במכת"ה פון רבינו הוגה פארשטיי איך נישט דעם קעפל, חז"ל זאגן נישט אין אדם מוריש שקר לתלמידו, זיי זאגן אין אדם מוריש שקר לבנו. און מ'זעט טאקע ווי ס'ברענט פאר הוגה'ן - און פאר אנדערע שרייבער דא - נישט צו אויסלערנען שקר פאר זייערע אייגענע קינדער, טראצדעם וואס די מחנכים פרובירן דאס אריינצולייגן.
מאנטאג מערץ 31, 2014 1:45 am#193719
גערעכט ATUB @יאיר ATUB , חז"ל בלייבן אלעמאל גערעכט... :lol:
מאנטאג מערץ 31, 2014 8:01 am#193741
כל ערום יעשה בדעת.
איך וויל מיטיילען מיין עקספעריענס מיט די חשובע עולם דא.
איך האב ברוך השם א טוץ מיט קינדער און די סיסטעם.
איך שמועס און איך פארברענג אסאך מיט מיינע קינדערלעך.
פארשטייט זיך זיי זאגען אסאך איבער וואס די רבי אדער די טיטשער האט געזאגט אדער פארציילט.
איעדעס מאל א קינד זאגט עפעס נאך פון זיי, לייג איך צו קאפ און איך הער אויס בכובד ראש וואס ער זאגט נאך, אויב זאגט ער נאך עפעס דברים של טעם וועל איך עס צונעמען און איבערקייען, אומדירעקט לערנען זיי זיך אויס,צו מקבל זיין און מחשיב זיין חשובע זאכען וואס זיי הערן.
פון די אנדערע זייט אויב זאגען זיי איבער נערישקייטען פון די רבי,דעמאלס טוט מען צוזאמען דורך פארוואס דיע מאמר אדער דיע מחשבה איז נישט קיין קראנטע מאמר,אדער אומאויסגעהאלטען.
בעקיפין לערנט זיך די קינד אויס, ביידע חלקים וואס א תלמיד דארף האבען
א) א שטארקע שאיפה צו לערנען נייע זאכען.
ב) א חוש הביקורת מבקר צוזיין בין טוב לרע, בין אמת לשקר, בין חכמה לסיכלות, און נישט אהן צונעמען איעדע זאך וואס מהערט.
די גוטע חלק פון דיע מהלך איז אז מלאזט ארויס די מענטש פון די פיקטשער, אנשטאט זיין פארנומען צו די מלמד איז א טיפש אדער א ליגענער וכ"ו, באציעט מען זיך אויף די מימרא צו סאיז קראנט אדער נישט.
אזא קינד אויב איז ער א רואיגע נאטור, קען ער רואיג אדורכגיין די סיסטעם, מיט די תוכו אכל וקליפתו זר
נ.ב.
איך בין א אלטע ליינער דא, איך האב נישט אזויפיל צייט צושרייבען.
מחמת קושי השיעבוד פון פרנסה.
איך פיל אבער אז סאיז אוממענטשליך צו הנאה פון די אלע הערליכע שרייבערס, און נישט עכ"פ פרובירען צו מהנה זיין אנדערע.
מאנטאג מערץ 31, 2014 9:48 am#193750
דא האב איך געשריבן אויף דעם ענין:
l viewtopic.php?f=24&t=5362 l
מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:38 am#316286
ATUB @געוואלדיג ATUB , חינוך ארטיקל. יישר כח.
מוצ"ש פעברואר 08, 2020 10:36 pm#442713
ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות
IMG_6544.jpg

התניא בחינוך קטן.

ער ענטפערט נישט אז דאס איז כדי צו מחזק זיין די אמונות אמיתיות, און דאס איז די מעליותא אז עס זאל בלייבן (איך פארשטיי אז ער וויל נאר ארויסברענגען א פונקט בנוגע חסידות).

‏(ווי אויך איז מערקווידיג צו באמערקן אז וואו די רמב״ם רעדט פון אמונות הכרחיות, מו״נ ח״ג פכ״ח, איז עס אינ׳ם קאנטעקסט פון מחזק זיין די מפורסמות [Apparent Truths] ווי איידער די מושכלות [Necessary Truths] (עיין לעיל שם בח״א פ״ב).)
זונטאג פעברואר 09, 2020 9:40 am#442737
אינטרעסאנט וויאזוי צייט לויפט אין דער געביט.

מיין בכור (13) איז בטבע א גרויסע גלויביקער (אין אלס וואס א פרעמדע זאגט איהם, נישט אין זיין טאטע), און די מלמדים וואס האבען אויסגעלערנט קנאות האבען געהאט ביי איהם א גוטע אויער. דאס העלפט זיי נישט קיין סאך, ווייל זיין קנאות קען ווערן געווידמעט צו זיי אויך. איך האב אבער נישט קיין מורא פאר די צוקונפט, אין זיין יארען האב איך אויך גענומען יעדער זאך עקסטרעם, ביז איך האב מיר באזעצט, און אדרבא, היינט קוקט מיר אויס יעדער קנאות אלס א קינדערישע זאך. אין זיין יארען פלעג איך ליינען החומה און מיין טאטע האט עס מיר צוגענומען.

מיין צווייטע (11) האט א געוואלדיגע ב"ש ראדאר, און ער נעמט אן גארנישט קיין נארישקייטן. ער האט מיר לעצטענס געוויזען אין ביהמ"ד, ווי מ'האט פארשפרייט אן עלון וועגן די מצוה פון וואוינען אין א"י, און זיי האבען געברענגט גוטע נייעס פון א"י אז אמאזאן דעליווערט דארט שוין אומזיסט. ער האט גוט געלאכט דערפון. ביי אבות ובנים האט זיך איינער אויפגעשטעלט און פארציילט א מעשה מיט די גלות פון דער רבי ר' מיילעך און זיין ברודער, און ער האט מיר אריין געזאגט אין אויער "יעדעס מאל מ'הערט די מעשה טוישען זיך די פרטים". האב איך איהם א פרעג געטון, "און וועלכע גירסא גלויבסטו?" האט ער געזאגט "קיינער".

מיין דריטער (10) האט דער שבת געזען אין ביהמ"ד א נייעם עלון וואס איז געווידמעט קעגען טכנולוגיה. ער האט מיר געפרעגט, "וויאזוי האבען זיי געדרוקט די צעטל? און וואס איז דער אימעיל אדרעסס פו אונטן ווי מ'קען שיקען נדבות און עצות?"

בקיצור, די מלמדים וועלן צו שנעל נישט אנקומען צו זיי.

די 'מחנכים מומחים' באקען איין א משוגעס ביים עולם, אז זאגען די קינדער א ווארט קעגן א מלמד איז א ריזיגע סכנה. מ'דארף איינזען אז דאס איז סעלף סערווינג נאנסענס. עס איז נישט אמת, מ'קען זאגען פאר'ן קינד אז נישט אלס וואס דער מלמד זאגט איז ריכטיג, און ער איז נאכאלס דער מלמד פאר וועם מ'דארף האבען דרך ארץ. ווען דער טאטע שפירט זיך נישט גוט פאר'ן נישט אריין קוקען אין א חסידישע ספר צווישען די איי מיט די טשאלענט, צו אפשר פאר'ן בכלל נישט עסן קיין איי (איינער ווייסט פארוואס מ'האלט אן די מנהג? אין 2020 ווען דער עולם ווייסט פון עכטע מאכלים, איז עס נישט קיין כבוד שבת נאר אפשר פארקערט. מיינסט איך עס נישט קיין צוויבעל מיט אייער? אוודאי עס איך עס, און איך פארשטיי עס נאכאלס נישט), דעמאלס איז איהם שווער צו זאגען פאר'ן קינד מיט אן אמת אז דער מלמד איז נישט גערעכט. דאס איז אבער נישט די שולד פון דער מלמד, נאר דער טאטע. ווען א טאטע לעבט וואס ער גלויבט, קען ער רואיגעהייט אויסלעבן די מלמד'ס פרואווען צו פארדרייען זיין קינד א קאפ.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:19 pm#464626
Re: ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ אין שטיבל איז דא א שיינע אשכול דערוועגן, וואו אנזער אמאליגער חכם השטיבל, יידל, האט באשריבן דעם אין אדם מוריש שקר לבניו.
איז דא אן אופן ווי איך קען עס טרעפן???

Sent from my SM-G988U using Tapatalk