פארומס › אויסטוהן ווייסע זאקען

אויסטוהן ווייסע זאקען

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6215
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אפריל 09, 2014 12:29 am#195415
איך זעע אויך דערין א געוואלדיגע חן.
בוט for some reason האט עס נור א חן אויף מיין חבר׳ס פוס,אבער נישט אויף מיינס.
מיטוואך אפריל 09, 2014 11:19 am#195454
איך באמערק אינטערעסאנטע מהלך.
בדרך כלל די וואס זאגען טוה נישט אויס זענען די זעלבע וואס טראגען נישט.
די וואס זאגען שעם דיך נישט אין טוה יא אויס,,, אדער פייף אהן יעדער וכדומה, טראגען יא.
מה פשט ?
מיטוואך אפריל 09, 2014 1:19 pm#195475
למעשה איז זייער זעלטען ממש אחד מאלפאים וואס האבן אויסגעטהון
זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:30 pm#228490
וואלסטי אויסגעטיהן די ווייסע זאקען ווען די גייסט אויף חול המועד טריפ?
כ׳האב שוין שלום געמאכט מיטן מצב אבער חול המועד אין פרעמד שטערט עס מיר זייער
זונטאג אקטאבער 12, 2014 2:08 pm#228495
איך קען א געוויסער חסידישער/ סאטמערערער רב וואס חול המועד גייט ער נישט קיין ווייסע זאקן, איז יש לך על מי לסמוך..
זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:24 pm#228537
לעיקוואד האט געשריבן:איך קען א געוויסער חסידישער/ סאטמערערער רב וואס חול המועד גייט ער נישט קיין ווייסע זאקן, איז יש לך על מי לסמוך..

אינמיטן יאר גייט ער אויך נישט ויש לך על מי לסמוך אויך נישט צו גיין אינמיטן יאר...
זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:09 pm#228543
איך רעד דאך פון איינער וואס סתם שבת ויום טוב גייט ער יא..
זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:57 pm#228565
איך פערזענליך האב א שוואכקייט פאר ווייסע זאקן , איך וואלט ווען אנגעטין ווייסע זאקן ווען איך קען , איז זע עס פאר זייער א שיינע מלבוש ,איך רעד נישט ווען די יעניגע וואס די זאקן איז שמוציג אין מער שווארץ מיט אויסגעריבענע שיך אין די בענדלעך הענגן , שיינע קלאפידיגע פערטעל שיך מיט שיינע אויסגעצובערטע ווייסע זאקן איז הערליך , איך האב טאקע דעם גאנצען מלבוש אין פורים למשל טי איך אן די גאהצע סעט אפילו א שיין ווייס וועסטל
זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:09 pm#228571
איך בין פאר דיר.
לאך זיך אויס פון חעדען אין זאלסט טהון וואס עס שמעקט דיך אפילו אינמיטען יאר נישט נאר פורים
זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:23 pm#229205
הלוואי כקען זיך אנטוהן ווייסע זאקן עס האט דרך אזא חן
זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:46 pm#229226
די גרינדער, נישט מר. וואשינגטאן!
זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:36 pm#229256
מאנסי חסיד האט געשריבן:הלוואי כקען זיך אנטוהן ווייסע זאקן עס האט דרך אזא חן

ווער לאט דיך נישט
זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:40 pm#229259
די עקרת הבית
זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:14 pm#229266
דו זאגסט איר אויך וואסארא קאליר זאקן צו גיין?
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:39 am#229274
און איך פגר צו שלאפן אין די סוכה נאר מיין הארטנעקיגע ווייב לאזט נישט.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:22 am#229282
קען איינער מיר מסביר זיין וואס א חילוק וועלכע קאליר זאקן מ׳גייט ? וואס פאר א שווארץ יאהר האט זאקן מיט אידישקייט ? האבן מיר טאקע אינגאנצען פארלוירן
touch with reality ???
אין עולם־ביצה רעד זיך איינער אויס די הארץ וועגען א געפעכט וואס זיין ברודער האט מיט זיין צוקנופטיגע מחותן וועגן טראגן זאקן :? :x

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 64#p949459 m

האבן מיר טאקע נישט קיין אנדרע דאגות ?
וואס זאל איך אייך זאגן יעך פארשטיי דאס נישט ! :shock:
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:32 am#229296
מען איז דן דארט וואס דער שווער האלט און וואס דער איידעם האלט. איך וואונדער מיר וואס די ווייב און די שוויגער האלטן. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן?
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:55 am#229299
דארט שרייבט איינער אז ווייסע זאקען האט א ענין על פי סוד. דאס איז טאטאלע בולשיט, ווייל אפילו עס איז דא א ענין צו טראגען ווייסע מלבושים, מיינט נישט אז מען ברויך טראגען קורצע הויזען. כאמור.
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:39 am#229742
ביידיוועי כווייס איינער וואס האט אינמיטן זימער זיך אויסגעטוהן די ווייסע ארויפגעצויגענע זאקן און האט עס יעצט סוכות צוריק אנגעטוהן
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:51 pm#229973
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אדרבה טוה עס אויס אפי' אסאך בהמות וועלן זאגן אז דו ביזט א שיגץ אבער עס מוז נישט זיין.
איך קען גראדע אפאר אינגעלייט וואס האבן עס אויסגעטוהן אבער בעיקר איינער וואס איך קען שוין 30 יאר בערך. און ער פלעגט אלעמאל זיין א פרייליכע א שטיקל לץ אבער זייט זיין חתונה איז ער געווארן זייער א דיפרעסטע מרא-שחורה דיגע מענטש. ער האט מער קיינמאהל נישט אפי' געשמייכעלט.

אבער בערך 6 יאהר נאך זיין חתונה האט ער אויסגעטוהן די ווייסע זאקען און עס איז געווען ווי א נס... ער איז צוריק געווארען די זעלבע אלטער לץ א לעבעדיגער א פרייליכער.

איך וואלט אייך געראטען דאס אויסצוטוהן וואס פריער וואס שנעלער.

א סגולה נפלאה ממש ווי די תהילים חצות קברי צדיקים מקוה וכדו' כוללים
מאנטאג אפריל 11, 2016 3:28 pm#328719
לכבוד פסח, ווער איך גאר געוואויר אז אידן אין מצרים זענען אויך געגאנגען ווייסע זאקן (און פערטל שיך, און א גארטל און א רבישע שטעקן) :P :P

האט דאך דער קאלערינג בוכל "א הילף פארן קינד" יא געהאט א ווייטן בליק! :roll:

.
מאנטאג אפריל 11, 2016 3:32 pm#328720
מקור?
מאנטאג אפריל 11, 2016 3:48 pm#328725
פרעגסט מקורות? אפיקורס איינער 😕
מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm#328731
פון וואו איז די בילד, כמו שלפני אדר שמרבין בשמחה צריך למעט מקודם כך קודם חג האמונה צריך למעט מקודם.
מאנטאג אפריל 11, 2016 4:15 pm#328737
אה, דאס מיינסטו? א בפירוש'ער אויסשניט פון "דער איד" (שוין אפאר חדשים צוריק, אבער הקריאה מעורר הזמן)
מאנטאג אפריל 11, 2016 5:38 pm#328763
שוין דא צו באקומען שיינע האלבע שיך..
📎 photo12334184457677981.jpg