זונטאג מאי 19, 2019 12:56 pm#430746
דער אמת איז, אז די אלע רעליגיעזע ענינים וועלכע קומען מיט א מעשה, איז נישט פשט אז מ'טוט דעם ענין צוליב יענע מעשה. ס'דא מנהגים פון געוויסע רעליגיעס וועלכע האבן אונטער דעם מעשיות וואס זענען נישט מעגליך במציאות, און יעדער ווייסט אז ס'איז קיינמאל נישט געשען, נאר הא גופא איז די מנהג, אז בשעת מ'טוט עס פארציילט מען די מעשה.
ועיין בבית הלוי מבריסק עה"ת, וזלה"ק: "אבל עיקר יסודה של המצוה למה כך היא. המצוה איננו בשביל זה מה שהיה במצרים דהרי התורה קדמה לעולם וגם קודם העולם היתה התורה והיה כתיב בה מצות מצה, וגם אברהם אבינו וכל האבות קיימו התורה כולה עד שלא ניתנה וא"כ הוא בליל ט"ו בניסן אכל אברהם מצה ומרור אע"ג דאז היה קודם גלות מצרים. ועל כרחך מצות אלו לא נצמחו מגאולת מצרים רק הוא להיפוך דמזכות מצות פסח ומצה ומרור שיש בלילה הזאת נצמחה גאולתן ממצרים בלילה זו, וזהו דמשיב להרשע על חקירותיו והגדת לבנך ביום ההוא לאמר בעבור זה עשה ה' לי בצאתי ממצרים, לא אמר לו בעבור שיצאתי ממצרים אני עושה המצוה רק להיפוך בעבור מצות אלו נתחדש לנו יצ"מ, וזהו בכלל בכל טעמי המצות דלא בשביל הטעם נעשה המצוה רק להיפוך דבעבור המצוה בא הטעם. וכמו דראינו דבזכות פסח ומצה ומרור שיש בלילה זו זכו להגאל ושלא הספיק בצקם להחמיץ." (פרשת בא עה"פ והגדת לבנך - עיין שם באורך, ואם אתה באמת משועמם עיין גם כאן)
הגם מאנכע כופרים ווילן 'טענה'ן אז די אלע פאנטאסטישע געשיכטעס פון אלע רעליגיעס איבער די גארער וועלט זענען סתם אזוי אויסגעזויגן פון פינגער, אבער די מאמינים האלטן נישט אזוי, זיי שווערן זיך ביי די כלל פון אין אדם מוריש שקר לבניו. זיי 'טענה'ן אז אין אנפאנג האט קיינער נישט געגלייבט אין די געשיכטעס, זיי האבן עס נאר פארציילט ווייל אזוי איז געווען די מנהג מאיזה סיבה שיהיה (און פאר א מאמין ליגט אודאי א חוב צו פרובירן צו פארשטיין די כוונה דערפון עד היכן שידו מגעת). נאר במרוצת הדורות כשנתמעטו הלבבות ומאורך הגלות האבן מענטשן פארגעסן די ריכטיגע כוונות פון די געשיכטעס, און אז מ'האט זיי סתם אזוי פארקויפט א שקר קען דאך נישט זיין, זענען זיי צוביסלעך געקומען צום פאלשן מסקנה אז די דאזיגע געשיכטעס זענען ווירקליך געשען במציאות, און אויף דעם איז דורכאויס די יארן צוגעקומען גוזמאות ע"ג גוזמאות, כמו שנאמר דיברה תורה לשון הבאי. און הגם די כופרים (אויסער אין זייער אייגענע רעליגיע) ווילן זיי באטיטלען מיט'ן נאמען "כופרים", אבער די דאזיגע מענטשן גלייכן נישט דעם דאזיגן טיטל, זיי טענה'ן אז זיי גלייבן אין די געשיכטעס פון יציאת מצרים פונקט ווי משה רבינו האט געגלייבט דערין, צו דען קען מען באצייכענען משה רבינו אלץ כופר?!