איינער איז ארויס געקומען מיט א סטעיטמענט אז דער זון האט מער זכות צו מאכן א דעסיזשאן איבערן פאטער ווי די טעכטער, און עולם גולם שרייבט דאס איבער ביז מען מיינט אז איז טאקע אזוי, ניין!, על פי הלכה האבן אלע קינדער די זעלבע רעכט, אלע קינדער, זכרים ונקבות האבן פונקט די זעלבע רעכט, נישט דער זון האט מער רעכט און נישט דער בכור האט עפעס א עקסטערע רעכט, און אוודאי נישט די אייניקלעך בני המנוח ר' צבי אלימלך, א זון האט נאר מער כח בענין ירושה און דאס אלעס, איז עמעצער מחולק? זאל ער פרעגן א דיין, דאס איז קלאר ולית מאן דפליג, די שוועסטער האבן נישט געוואלט און נישט געדארפט פאלגן זייער ברודער, נאך א זאך וואס יעדער איז מודה און קיינער פון ביידע צדדים זענען נישט מחולק, אז ר' בנציון האט קיינמאל נישט צוזאם גערופן די קינדער (נוסח ר' משה חיים רובין ור' יעקל שווארץ) זאגן קלאר און דייטליך וואס זיין רצון איז, און אויך האט ער נישט געשריבן א צוואה (נוסח ר' נח אבראהאם) וואס ער וויל, יא, אמת, ער איז געווען א זאלי, און גאנץ מעגליך אז ער האט אפילו געוואלט ליגן ביי די זאליס, אבער געטון וואס ער האט געדארפט צו טון האט ער נישט, במילא קען מען צו קיינעם נישט האבן קיין ליגיטע טענות, וכל דאלים גבר,
דער פאקט איז אז ר' בנציון האט כסדר געזאגט קונפליקטינג סטעיטמענטס, ווען זאלי סעילסלייט זענען געקומען פארקויפן זייער פראדאקט, נעמליך א חלקה אין זייער בית החיים און ר' בנציון האט זיי געגעבן א טשעק פון טויזענט דאלאר, האט ער געזאגט פאר די משפחה אז ער האט נישט געקויפט א חלקה ער האט זיי נאר געוואלט שטיצן, שפעיטער האט ער געלאזט סטעימענטס וואס האט אפשר יא אויסגעזען אז ער קען ביישטיין צוליגן ביי די זאליס ווייל ער האט געזאגט אז די זאליס האבן עם געזאגט אז אלעס איז איינס און אז בקרוב גייט די וואנט אראפ, אבער ווען ר' יאנקל גליק (גבאי) האט געלייגט זיין ווייב ביי די אהרונים, האט ר' בנציון דערציילט אז ר' יאנקל האט עם געזאגט אז אלעס ווענדט זיך במילא נאר אין די קינדער און אז זיי (די באטרעפענדע) האבן אין דעם נישט וואס אריין צו רעדן, ר' בנציון האט דאס כסדר איבער געזאגט אז ער לאזט דאס צו די קינדער און אז זיין מיינונג איז במילא נישט מאסגעבענד, ובפרט נאך די פטירה פון זיין ברודער ר' מרדכי ישראל וואס איז געווען א גרויסער זאלי (אסאך מער ווי ר' בנציון) און דער זון האט מחליט געווען עם צו לייגן ביי די אהרונים, דאס האט ביי עם געהאט א גרויסע השפעה, און ער האט ווידער געזאגט אז ער לאזט דאס צו קינדער, על כן איז זייער קלאר, יעדער זייט האט געוויסט אז ווער עס לייגט אויף עם די האנד נאך די פטירה וועט געווינען, שלמה יאנקל האט פאר ארבייט מעשים ער זאל וואוינען ביי די טאכטער אין קרית יואל, (כאטש עס האט געקאסט אסאך געלט, און ווער מיינט איר האט באצאלט? שלמה יאנקל? ניין! די איידעמער האבן באצאלט שווערע געלטער), נאר אפאר חדשים צוריק איז ער ל''ע אוועק געפאלן און מען האט עם אריינגעפירט אין שפיטאל ווי ער האט זיך עטליכע וואכן געראנגלט בין חיים למוות, אבער ער האט זיך ב''ה ארויס געדרייט און דער מצב איז געווארן עטוואס בעסער האט מען עם אריין געשטעלט אין דעם ריהאב סענטער לעבן מיימאנידעס האספיטאל, ווי די טעכטער (וואס וואוינען ממש דערלעבן) מיט די אייניקלעך האבן זיך אפגעגעבן מיט עם מיט מסירת נפש, יומם ולילה לא ישבותי, (שלמה יאנקל האט פארפירט מען זאל עם טראגן צו א ריהעב לעבן מאנסי, (פאר פארשטענדליכע סיבות) אבער למעשה האבן די טעכטער פארפירט אז מען זאל עם טראגן קיין בארא פארק און ר' בנציון טאקע געהייסן מען זאל עם טראגן נאנט צו די טעכטער כדי זיי זאלן זיך קענען אפגעבן מיט עם) דער מצב איז לכתחילה בעסער געווארן אויף אזוי ווייט אז מען האט שוין גערעדט פון צוריק גיין צום אייניקל אין קרית יואל, (וואס דאן אויב דאס וואלט געשען ווייסט יעדער ווי ר' בנציון וואלט היינט צו טאג געלעגן) אבער דער רצון הבורא איז געווען אנדערשט, דער באשעפער האט געוואלט אז אזא איד וואס האט אזוי געטריי געדינט רבינו הק' זי''ע זאל האבן די זכי' צו ליגן ממש סמוך ונראה לעבן צדיק און נישט מאחורי הגדר, האט ער צו געפירט אז פאר פסח האט זיך געמאכט עפעס קאמפליקאציעס, מען האט עם אריין געפירט אין שפיטאל, און דעם ערשטן טאג פסח האט מען עם אפערירט, און חול המועד איז ער שוין געווען צוריק אין ריהעב סענטער, שביעי של פסח האט ער ב''ה פיין געפילט, ער האט געדאווענט אין בית המדרש אינעם סענטער, (ער האט אפילו עולה געווען) אלעס איז געגאנגען כשורה ביז שפעט נאכמיטאג האט אן אייניקל באמערקט עפעס א שינוי אויף ר' בנציון און שנעל גערופן א נוירס וואס האט פעס געשטעלט אז מען דארף עם תיכף צוריק פירן אין שפיטאל, ווי ער האט לדאבון לבם אויסגעהויכט זיין נשמה בערך 9 אזייגער בכניסת יום אחרון של פסח,
נו, פרעג איך אייך, וואס האלט איר? וואלטן די אהרונישע קינדער געדארפט עם אפשיקן צו די זאליס, אדער ארענדזען א בכבודיג פלאץ (עט ליסט לדעתם) אינעם בית החיים ווי זיי האלטן אז עס איז לכבודו, אינעם בית החיים ווי זיין ווייב ליגט, אינעם בית החיים ווי זיין זון און זיין ברודער ליגן, און אינעם בית החיים ווי דער רבי זי''ע ליגט, אדרבה, טראכט אריין, טיט נישט ריעקטן מיט קיין פילינגס און מיט פניות, נאר מיט א אפען מיינד, איך האלט אז לויט די אומשטענדן וואלט יעדער אויף זייער פלאץ געטון פונקט די זעלבע, זיי וואלטן עם געלייגט ווי זיי האלטן איז דאס ריכטיגע בכבודיגע פלאץ פארן נפטר, און אקאראט דאס האבן זיי געטון.