Under maintenance
הויפט זייט » ליפא זינגט מיט פרוי

ליפא זינגט מיט פרוי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6312
זונטאג אפריל 27, 2014 2:19 pm#197455
ליפא זינגט מיט פרוי
כאב מיך געווינדערט אז כאב נישט געזעהן קיינעם שרייבען דא וועגען ליפא שמעלצער האט געשפיעלט און געזינגען צוזאמען מיט א פרוי.

ליפא האט געשפיעלט די fidler on the roof און ער איז טויביה און א פרוי זינגט דארט צוזאמען מיט איהם אלץ זיין ווייב און זיי פרעגען זיך אויב זיי האבען זיך ליעב און נאך זאכן.

וואס זאגט מען דא צו עס?

מעג מען זינגען מיט א פרוי?

מעג א חסידישע זינגער זינגען מיט א פרוי?

ווער איז יענע פרוי וואס זינגט העכער און שטארקער ווי איהם?

ווער גייט איהם יעצט נעמען פאר א שמחה?
זונטאג אפריל 27, 2014 2:20 pm#197456
קודם א בילד.
זונטאג אפריל 27, 2014 2:21 pm#197457
ידען האט געשריבן:ווער גייט איהם יעצט נעמען פאר א שמחה?


די זעלבע וואס האבן אים גענומען ביז איצטערט...
זונטאג אפריל 27, 2014 2:23 pm#197458
וואו איז דאס געוועהן?
זונטאג אפריל 27, 2014 2:28 pm#197461
ס'דא א ווידיא?
זונטאג אפריל 27, 2014 2:32 pm#197464
מעגליך ער טוט דאס מקרב צו זיין נדחי ישראל לעצטענס הערט מען פילע היתירים בנוגע צו מקרב זיין שוואכערע...
זונטאג אפריל 27, 2014 2:47 pm#197472
איך מיין אז ס'איז באמת נישט קיין פרוי
נאר א זכר, בבחינת איד איד ווי איז דיין בארד
זונטאג אפריל 27, 2014 2:55 pm#197475
עס איז זיין ווייב
זונטאג אפריל 27, 2014 5:57 pm#197506
ראשעקאל האט געשריבן:ס'דא א ווידיא?

יא. כאב עס אויף whatsapp

סיז נישט זיין פפרוי.
זונטאג אפריל 27, 2014 6:04 pm#197510
עס איז געווען און אר סי סי, קען זיין עס איז געווען א האוםווארק...
זונטאג אפריל 27, 2014 6:54 pm#197523
ליפא האט געשפילט "טוביה דער מיליכיגער" אין א "פידלער אויף די ראף" פערפארמענס ביי RCC קאמיוניטי קאלעדזש ארט פערפארמענס סטודענטען, ווי ליפא איז אויך א סטודענט. די מוזיקעל האט אסך ניגונים געזינגן מיט פרויען. אנדערש פון די אריגינעלע שפיל, איז אונזער היימישע טוביה זייער נזהר געווען נישט אנצורירן קיין פרוי, און ס'איז געווען זייער מערקבאר. ס'האט אויך צוגעגעבן צו די אוטענטישקייט.

ס'איז פילייכעט איראניש ווי ליפא האט געשפילט טוביה די קערעקטער וואס זעהט זיינע דריי טעכטער "גליטשן" פון טראדיציע וואס ער האלט אזוי טייער און אינטעגראל צו זיין עקזיסטענץ. ווי באקאנט, קודם האט איין טאכטער חתונה מיט א דארפסמאן א שניידער אן א שדכן, טוביה אז בדיעבד מסכים. א צווייטע טאכטער האט חתונה מיט א רוסישע מאדערענע רעוועלוציענער, אבער פארט א איד, און טוביה איז ווייטער קוים אין צרות מסכים. די דריטע טאכטער האט חתונה מיט א גוי און א קאנפליקטע טוביה איז נישט מסכים אפי' בדיעבד און באטראכט איר אלס א געשטארבענע אין די משפחה, הגם די מוטער, פאר וועם טוביה האט דאס קדחת, איז פיל ווארימער און איר באנעמונג מיט די לעצטע טאכטער.

ליפא האט נארוואס געענדיגט זיין דריטע און לעצטע פערפארמענס, אין וואס ער האט אין א פארפלייצונג פון טרערן דערקלערט אז מ'קען נאר אזויפיל בייגן די טראדיציע איידער מ'ווערט גענצליך צובראכן, און ער האט געצויגן א שטרייך אין דער ערד ביי אסימילאציע (דאס איז די סקריפט פון די שפיל, נישט זיינע ווערטער).

אנדערש פון זיין בראדוועי שאוי, איז ליפא דא נישט געווען די דירעקטאר און האט נאכגעפאלגט א טראדציאנאלע שפיל מיט א טראדיציאנאלע סקריפט און מסתם אסך קאוטישינג און פראקטיצירונג. די חילוק איז געווען הימעל און ערד. ליפא האט אראפגעברענגט די דאך פונעם געפאקטע זאל. ער האט באקומען די געלעכטער און די געוויינעריי פון די ביישאויער.

פאר א חסיד ווי מיר איז נישט געווען שווער צו אידענטיפיצירן די חסיד אויפן סטעידזש, פון זיין זיך שאקלן ביים דאווענען און צינדן שבת לעכט, ביז זיין קלאטשן ביים מזרז זיין די טעכטער לקראת שבת. ווי אויך איז אריינגעפאלן די חסידיש-ענגליש גראמאטיק געציילטע מאל. פארענט פון מיר איז געזיצן א סאטמאר'ע מאמע מיט איר טאכטער און האבן זיך געשאנקן בליקען יעדעס מאל וואס דער חסיד האט זיך אריינגע'גנב'ט אין זיין שפראך.

די טאטעל פערפארמענס איז געווען א היט.
זונטאג אפריל 27, 2014 7:47 pm#197534
זיך אונטערזינגענ'דיג 'sunrise sunset' זאגט מיר א בחור מיט ds אז ער קען דאס פון ליפא, זינגט ער דאס אויף איינע פון זיינע רעקארדס אדער האט ער געזעהן א וידיאו פון די פערפארמענס?
זונטאג אפריל 27, 2014 7:49 pm#197536
ווער איז געוועהן דער רב וואס טאנצט מצוה טאנץ?

בדרך אגב, עס איז כדאי צו זעהן דער אריגינאלער טעביע אויף אידיש.
זונטאג אפריל 27, 2014 7:54 pm#197538
ונבנתה העיר האט געשריבן:זיך אונטערזינגענ'דיג 'sunrise sunset' זאגט מיר א בחור מיט ds אז ער קען דאס פון ליפא, זינגט ער דאס אויף איינע פון זיינע רעקארדס אדער האט ער געזעהן א וידיאו פון די פערפארמענס?


די אורה אודיאו פסח שנת קידוש החמה האט געהאט דעם ניגון פון ליפא, sunrise sunset, צוגעפאסט צו נייע ענגלישע ווערטער. זייער שיין.
זונטאג אפריל 27, 2014 8:00 pm#197539
קען איינער פילייכט ארויף לייגען א ווידאו?
זונטאג אפריל 27, 2014 8:01 pm#197540
נאדיר, ATUB @ונבנתה ATUB , די Oorah ניגון פון קידוש החמה.

m http://www.oorah.org/vsk2/audio/626/sunrise-sunset.aspx m
זונטאג אפריל 27, 2014 8:11 pm#197543
איך האב אמאל געזינגען די sunrise, sunset ניגון אויף ממקומך סגעווען א היט, די אינגעלייט האבן מיטגעזינגען בהתלהבות און די עלטערע האבן זיך געווישט די טרערן פאר נחת.
זונטאג אפריל 27, 2014 8:16 pm#197546
ביבער האט געשריבן:איך האב אמאל געזינגען די sunrise, sunset ניגון אויף ממקומך סגעווען א היט, די אינגעלייט האבן מיטגעזינגען בהתלהבות און די עלטערע האבן זיך געווישט די טרערן פאר נחת.


ס'ניגון זיצט זייער אומגעדולדיג אויפן ריטעם. שווער צו האבן א עמך עולם מיטזינגן און ארויסבאקומען די שיינקייט פונעם ניגון. א חלק פון די שיינקייט איז אויך די ווארעמע חופה, די געפיל פון עלטערן פון ובא השמה וזרח השמש וואס ווערט ארויסגעברענגט ביים שפיל, מיט וואס דאס ניגון איז געקניפט און געבינדן.
זונטאג אפריל 27, 2014 8:20 pm#197548
פאר אומוויסענדע ווי מיר, נאדיר די היסטוריה פון די מעשה/שפיל

דער פידלער אויפן דאך איז גאר א פאפולערער מוזיקאלישע פארשטעלונג און פילם געשפילט אויף דער ענגלישער שפראך, וואס איז פעסטגעשטעלט אויפן בוך טעוויע דער מילכיקער, געשריבן געווארן דורך שלום עליכם. דער ערשטער באשטראל פון דער פארשטעלונג איז געווען 1964 אין בראדוועי.

דער העלד פון די מעשה איז חיים טאפאל וועלכער שפילט אלס טעוויע (טביה). ער וואוינט אין אנאטעווקע, רוסלאנד, מיט זיין ווייב גאלדא און פינף טעכטער.

טעוויע שפיגלט אפ א תמימות'דיגער טראדיציאנאלער גא-ט'ס פארכטיגער יוד. דער עיקר וואס די מעשה ברענגט ארויס איז די טויש אין דעם לעצטן יארהונדערט, אז אנשטאט גיין צום שדכן (אין דעם פאל יענטע די שדכנ'טע - מאלי פיקאן) און דער טאטע זאל מאכן דער באשלוס וועמען די קינדער זאלן הייראטן, באשלוסן זיי דאס אליינס לויט זייער געפיל און וועם זיי גלייכן.

ביים ערשטן קינד, צייטל, וועלכע פארליבט זיך אין מאטל דער שניידער, גיט איר עס דער טאטע נאך נאכדעם וואס זי בעט זיך ביי אים אז זי וויל נישט הייראטן לייזער וואלף דער קצב ווי ער האט אפגעשמועסט. אזוי אויך ביי דער צווייטער טאכטער האדל וואס וויל הייראטן מיט פידשיק, א רעוואלוציאנער, גיט ער איר אויך נאך. אפילו זי וויל פארן קיין סיביר אים באזוכן און ער ווייסט אז מעגליך וועט ער זי מער נישט זען און זי וועט לכאו' נישט האבן קיין טראדיציאנעלע חתונה.

אבער ביי דער דריטער און זיין געליבטסטע טאכטער, חוה'לע, וואס פארליבט זיך אין פעטריק א גוי, קען ער שוין נישט איינשטימען מיט דעם און ער האקט אפ מיט איר.

די פילם ענדיגט זיך ווי מען פארטרייבט די יודן פון אנאטעווקע, און טעוויע פארט קיין ניו יארק, אמעריקע. לייזער וואלף קיין שיקאגא און יענטע קיין א"י.

דער פילם האט אסאך ווערטער וואס אן ערליכער יוד טאר נישט ארויסזאגן פון מויל, ווייל עס גרעניצט זיך מיט חוזק און חוצפה כלפי מעלה.

דער נאמען "אַ פֿידלער אױפֿן דאַך" איז באשיינט געווארן פון מארק שאגאלס געמעל.
זונטאג אפריל 27, 2014 8:24 pm#197551
אמת סגעווען מער אז איך בין געווען סאלא און דער עולם (היודעים) האבן מיטגעברומט, ממש ווי ביי די חופה.

די אריגינאל.

זונטאג אפריל 27, 2014 8:28 pm#197554
פלעין יודיש האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז באמת נישט קיין פרוי
נאר א זכר, בבחינת איד איד ווי איז דיין בארד


ביז יעצט איז נאר געווען ווי די בארד יעצט איז אויך ווי די איד
בבחינת לקינו בכפלים
זונטאג אפריל 27, 2014 9:16 pm#197568
זונטאג אפריל 27, 2014 9:39 pm#197572
מאלי פיקון, איז די שדכנ'טע, און ס'איז אינטערעסאנט ווי גוט זי טוט אויסשפילן אלץ אין יעדע מאווי ווי זי שפילט, איר ראלע דאס בעסטע.
ווי א שטייגער יידל מיטן פידל
זונטאג אפריל 27, 2014 10:36 pm#197585
ידען האט געשריבן:מעג מען זינגען מיט א פרוי?

אויב מ'האט מתיר געווען אינטערנעט, וואס איז ביהרג ואל יעבור, לצורך פרנסה, מיינסטו נישט אז די זעלבע וועט זיין לגבי זינגן מיט א פרוי, בצירוף מיט תרי קלא לא משתמעי, קומט אויס מדין ערבות, כדי די אידן אינעם אודיענס זאלן נישט הערן קיין קול אשה, איז ער מחוייב צו זינגן.
ידען האט געשריבן:מעג א חסידישע זינגער זינגען מיט א פרוי?

נישט געוויסט אז חסידים אדער זינגערס האבן אנדערע הלכות.
דינסטאג אפריל 29, 2014 7:13 pm#198029
zurich האט געשריבן:ליפא האט רחמנות געהאט אויף די רבנים. דעמאלטס ווען מען האט עים געאסערט מיט יארן צירוק האבן מענטשן זיך געווינדערט: וואס איז אזוי שלעכט מיט ליפא? זענען די רבנים געוועין חוזק סתם זיך אנגעטשעפעט אויף א אומשילדיגער מענטש
ליפא האט דאס געוואלט פארמיידן

so he came out with his true colors.....

are you kidding
די ראש הישיבה פון שערי יושר רב רוזנבלום האט געלערענט(?) בחברותה מיט אים, רבנים האבן אים גענוצט פאר זייערע ענטערטעמענט, נאר די מחנכים מנהלי הישיבות האבן געשריגען א קול קורא במדבר.
דינסטאג אפריל 29, 2014 8:21 pm#198037
סמבטיון האט געשריבן:די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...

אידיש?

ווי קעמען עס זעהן?

רויטע וואנצעס האט נאר געלייגט א קליינע שטיקעל.
דינסטאג אפריל 29, 2014 9:04 pm#198041
די ארגינעלע פילם אין אידיש הייסט (Tevye (1939.
m http://en.wikipedia.org/wiki/Tevye_(film m )

די פולע אידישע פילם איז נישט צו געפינען אויפן געוועב. דא איז נאך א קליפ: m https://www.youtube.com/watch?v=GnhPI516x3w m
דא איז דא א לענגערע קליפ ס'איז געוואלדיג די שפראך און אויסדריקן: m http://www.dailymotion.com/video/xdowu7 ... shortfilms m

דא קען מען עס קויפן פאר 36.00
זיי בעטן א שיינע מטבע ווייל די חברה האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו ריסטארן די אלטע פילם.

עמעזאן האט עס אויך (א געניצטע איז 29.00) m http://www.amazon.com/s?ie=UTF8&x=0&ref ... oxcover-20 m

ATUB @ידען ATUB
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:54 am#198187
איך האב עס געקויפט מיט איבער 2 יאהר צוריק ביי גל פז אויף די דרייצענטע, פאר פינקט 21 דאלער נישט מער, גלייבטס מער סעלוינט זיך די פאר דאלער, יעך האב נאך נישט געזעהן אזאנס, אזוי הארציג אין אטענטיש, איך האב געוואטשט צענדליגע מאל.
מיטוואך אפריל 30, 2014 2:41 pm#198245
סמבטיון האט געשריבן:איך האב עס געקויפט מיט איבער 2 יאהר צוריק ביי גל פז אויף די דרייצענטע, פאר פינקט 21 דאלער נישט מער, גלייבטס מער סעלוינט זיך די פאר דאלער, יעך האב נאך נישט געזעהן אזאנס, אזוי הארציג אין אטענטיש, איך האב געוואטשט צענדליגע מאל.

ס'פארשטייט זיך מכח ק"ו. מה דאך די נאכגעמאכטע (פידלער) איז זיס, כש"כ די אריגינאלע. נאר ס'מוז ווערן געשפילט דורך א מייסטער אקטיאר, ווי חיים טאפאל, למשל. די עקטינג טאלאנטן פונ'ם חתן דנן, ליפא שמעלצער הינקט שטארק אונטער. ווען ער פרעגט מיך וואלט איך איהם מייעץ געווען צו בלייבן ביי זיין איצטיגן פארמאט פון ענטערטעינמענט. ווייל עקטינג איז נישט זיין "פארטעי". ער האט נישט דעם עמאציאנאלן טיפקייט וואס חיים טאפאל האט געהאט. אדער אפילו ווי טייל פון ר' אליעזר נייהויז'ס שפילערס אין "אונטער'ן" פלעיס... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o :o :o
דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:05 pm#198583
וואספארא צוגלייך? , דער טעביע איז דאך אזוי ציקער זוס , אין פון זיינע מאמרים אין פתגמים פין שלום עליכם וואס ווארפן זעך פין זיין מויל, איז דאך צי חאלישן פאר געלעכטער. ווען ליפא עקט קומט מיר די גאל ארויף. איינער וואס קען רעדן דרשות מיז נישט זיין א שרייבער אין אוודאי נישט פארקערט, ווייס וואס די קענסט, קים מיר נישט דא אריינטרעטן אין די גרויסע שיך פין אינזערע באחנטע עקטערס וואס קענען דאס הארץ צישמעלצן. 
פרייטאג מאי 02, 2014 1:01 am#198620
טיטאניק האט געשריבן:אזוי איז יעדע יאר געווען ערגער און ערגער עד כדי כך אז ער זינגט מיט א פרוי וואס חז"ל פסקענען "קול באשה ערווה" עס איז בעסער ווען ער כאפט איר אן ביי האנט (מקומות המגולים) ווי איידער הערען איר שטימע

וואס מאכט דיר זאגן אז קול איז ערגער ווי טפח? ביי ביידע, ווען ס'איז א נגיעה של חיבה, אדער א קול של שירי עגבים, איז עס בכלל ערוה, אבער טפח שדרכו להיות מגולה, וקול שדרכו להישמע איז דען בכלל?

טיטאניק האט געשריבן: ער זאל זיך נישט שטאלצירען אז ער האט איר נישט אנגעכאפט ווייל על פי "טריקענע" הלכה (לא מנהגי סקוירא) איז מער הארב איר הערען לייוו און מיטזינגען מיט איר ווי איש אל אשתו דאס גאר נישט אנדערש פון טאנצען מיט איר בחיבוק ונישוק גארנישט אנדערש

אבי גערעדט. נגיעה של חיבה איז אביזרייהו דג"ע, סתם קול שירה איז נישט.

זייט מיר נישט חושד מיטן זיין א ליפא פען, אבער די אויפברויז יעצט, ווען יעדער האט געזען די קליפ און הנאה געהאט, און דערנאך קומט מען דא און מ'שפילט אויפגעברויזט ווייל מ'קען זיך נישט מוחל זיין פארן הנאה האבן, איז לויטער היפאקריטסווע.

און ניין, די פערפארמענס איז בכלל נישט עפעס אזוי גוט, ער איז זייער קווענקעלדיג, נישט זיכער מיט זיך, משא"כ זיין מיטשפילערן איז דרייסט, קאנפעדאנט, אבער קען זיין אז ס'נאך ליבו נוקפו, ער ווייסט וואסערע שטורעם אין א גלעזל וואסער ס'וועט פארקומען אין די וואטסעפ גרופעס, אי"ה קומענדיגע מאל וועט ער שוין האבן מער קאנפידענס.
פרייטאג מאי 02, 2014 1:16 am#198623
אנטשולדיגט געפילטע, איך האב נישט געזעהן דעם קליפ, טאקע ווייל מען האט געשריבן אז נשים זינגען.

איך מעג אויסדרוקן אויפברויז?
פרייטאג מאי 02, 2014 1:25 am#198624
דאן טארסטו נישט מקבל זיין לשון הרע.
פרייטאג מאי 02, 2014 1:38 am#198625
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אנטשולדיגט געפילטע, איך האב נישט געזעהן דעם קליפ, טאקע ווייל מען האט געשריבן אז נשים זינגען.

איך מעג אויסדרוקן אויפברויז?

אויף וואס?
פרייטאג מאי 02, 2014 4:12 am#198635
פרייטאג מאי 02, 2014 8:00 am#198640
לעיקוואד האט געשריבן:ויש לו על מה לסמוך


Even according to your link, Lipa's singing is still kol biishe. They're singing about love and he's asking her if she loves him.
מאנטאג מאי 12, 2014 2:09 pm#200143
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט אונז? האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אינטערנעט ואביזרייהו?

נחום רז״ב איז גין גאלד קעגן קליפא שמעלצער. ווען וועלט איז וועלט איז מען מחרים ליפא בכל החרמות שבתורה. ליפא איז א שוויין ווי יענע צעטל לויטעט, ער איז א איבל פאר די דת אנושי, און א גרויל פאר יעדער אשר בשם יהודה יכונה.
מאנטאג מאי 12, 2014 7:24 pm#200188
איש אשכולות האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט אונז? האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אינטערנעט ואביזרייהו?

נחום רז״ב איז גין גאלד קעגן ליפא שמעלצער. ווען וועלט איז וועלט איז מען מחרים ליפא בכל החרמות שבתורה. ליפא איז א שוויין ווי יענע צעטל לויטעט, ער איז א איבל פאר די דת אנושי, און א גרויל פאר יעדער אשר בשם יהודה יכונה.

וואס עס זאגט זיך נישט פאר שנאה מחמת קנאה
מאנטאג מאי 12, 2014 8:47 pm#200199
מנשה ביסט מעכטיג
מאנטאג מאי 12, 2014 8:48 pm#200200
איך בין מקנא אלע סקווירא חסידים און אלע עקס סקווירא
איך בין זיי מקנא ווען זיי זענען נאך אין דעם סקווירא באבעל ווייל די מיינד קאנטראל פון די סקווירא שלטון לייגט אריין דעם סקווירא חסיד אין א דמיון באבעל, און עס פארטייבט אלע חושים דער חסיד שפירט גארנישט ער פילט נישט ווי דער שלאנג בייסט ער מיינט אז ער קישט
און דער עקס, בין איך אויך מקנא ווייל איינמאל ער טיט אויס די שטיוועל מיינט ער אז ער איז שוין דער גרעסטער שייגעץ אין טאון, מיטען נישט לייגען זיין בעיבי אין א לעדל האט ער שוין טועם געווען די טעם פון די בעסטע עבירה אין די וועלט, כאטש ער האט נישט געצאלט פאר די חזיר און נישט געגעסען דעם חזיר דאך שפירט ער אין שיך די טעם פון חזיר
וואספארא גרינגע לעבען האבען זיי!

זייער קלארע דעת איז אויך צי באווינדערען
לייגען אלעס אויף איין וואגשאל און עס זאל נאך מאכען סענץ נאך אויך, העלבראנץ סקווירא ליפא אלע זענען הייליג גערעכט און יעדער איז זיי גאר מקנא און דערפאר האקט מען אויף זיי
זאג מנשה, וועלכע דראגס געבט דיר דער סקווירא הויף? מיז זיי גאר א גיטע, שיק מיר אויך אביסל
מיין לעבען איז מיר צי שווער ווייל ביי מיר מיז אלעס מאכען סענץ און ווען נישט בין איך נישט העפי
אפשר וועט מיר דיין סקווירא דראגס מאכען בעסער פילען?
:lol: :lol: :lol:
דינסטאג מאי 13, 2014 10:37 am#200264
טיטאניק: ייש"כ. צו ניצן די זעלבע לשונות וואס דו ניצט. דו ביסט (לעכטיג) מעכטיג. דו האסט מייר ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. ס'איז אבער דא נאך א צד צו די סקווירא'ער קולט. דער חלק פון טעראר. ס'קען זיך דאכטן אז די רעבע שליט"א (במחכת"ה) האט גראדואירט פון די קעי. דזשי. בי. קאלידזש מיט אויסצייכענונגען. כ'האב געהערט א טעיפ (בשעת די ראטנבערג-שריפה פרשה) ווי די רעבע שליט"ע זאגט "אינז געיען נאר בעדארקעי נויאם". (בדרכי נועם.). נאר דאס אז די טעראר אגענטן טוען אויך זייער מלאכה בשקט בשקט און בנאמנות מיט מסירת נפש דאס פארציילט מען נישט. איך רעד נישט סתם אין די וועלט אריין. ביודעי ומכירי קאמינא... :? 8-) :roll: :twisted: :cry: :evil: :( :twisted: :oops: :cry: :evil: :( :o
דינסטאג מאי 13, 2014 12:28 pm#200282
טיטאניק האסט עס גוט ארויסגעברענגט, אבער דער איינציגסטער וואס איז נישט צופרידן איז אזא איינער ווי מנשה'לע וואס לעבט נישט אינגאנצן אינעם באבל, איר געדענקט נאך מנשה'ס אוואטאר ווי ער בייגט זיך אריין און ארויס פונעם באבל??? דאס איז זיין ריכטיגער מצב, פארדעם איז ער אזוי אומצופרידן
זונטאג מערץ 25, 2018 9:09 pm#398370
ער איז א רב ער מעג
מאנטאג מערץ 26, 2018 1:33 am#398389
ס'איז שוין דא א פרישע מעשה מיט הרב הגאון הצדיק הקדוש והטהור. כ"ק מרן אבד"ק"ק (מיט אן אלף) עירמאנט יצ"ו. ווי ער טאנצט און זינגט מיט די רעביצין שתליט"א ביי די באר מיצוועה (אך און ווי צו אזא בר מצוה) פון זיין יונגעלעה. או.קעי. דאס איז נישט קיין פעילער. נאך א מזל ער טאנצט נישט מיט א צווייטע פרוי...!
(קרעדיט. האסידיק 1)
מאנטאג מערץ 26, 2018 11:00 am#398420
און זיין פרוי גייט מיט די איינגענע האר מיט קשיא איז נישט אויף אים יעדער ווייסט ווי ער שטייט היינט אין אידישקייט
די חידוש איז אויף די אידען וואס שטייען ארום און קוקען צו ווי כאילו לא היה
מאנטאג מערץ 26, 2018 11:01 am#398422
זיין טאכטער נישט ווייב
מאנטאג מערץ 26, 2018 11:06 am#398424
סקרן: דו קענסט זיין רואיג אז ער גייט מיט סטראקעס, למשל ביי רעבישע שמחות. און ער נעמט ארויס זיין חסידי'שן ייחוס...!

אבער נאכדעים וואס ער האט געגעבן פאר שאולי גראסמאן אן עליה נאכדעם וואס ער איז געקומען שבת אינדערפריה אין שול מיט זיין פיק אפ טראק, האבן זיך א סאך מעמבערס פון זיין קהילה אפגעטיילט פון איהם. ווייל סוכ"ס, איינער וואס שפייט דעם שבת אין פנים אריין פארדינט נישט קיין עליה. און דאס ווייזט אויכעט וואו ער (דער אדמור שליט"א) האט דעם באשעפער...!
מאנטאג מערץ 26, 2018 11:07 am#398425
ליפא האט געשריבן:זיין טאכטער נישט ווייב

ליפא: ייש"כ. איך מיין אויך אזוי. זיין רעבעצין שליט"א גייט מיט א שייטל...!
מאנטאג מערץ 26, 2018 11:23 am#398431
איך האב נישט צופיהל מעיין געווען אבער די פרוי זעהט אויס כאטש 25-30 ליפא איז נישט 50 יאהר אלט