פארומס › מה נשתנה - לב טהור

מה נשתנה - לב טהור

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6318
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מאי 20, 2014 1:51 pm#201335
ס'האט דיר גענומען גאנץ לאנג, דאס צו אויסהארבעטן
אבער איך וועל מקיים זיין דעם ענה כסיל כאיוולתו
און זאל דער עולם אליין זעהן למי החותמת ולמי הפסולי"ם


קרני צבי
ניין, דאס איז די גאנצע ענין...


דא האסטו גערעדט ווי דער חכם ארזים,
איך האב געשיקט פרעגן הרב קנייבסקי צו מ'מעג מאכן אויף דיר די ברכה שחלק מחכמתו לבשו"ד (ער טענה'ט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון רבוש"ע)
דערווייל מאך איך משנה הבריות.


קרני צבי
דאס פונקטליך איז מיין פאוינט, רבנים מישן זיך אריין לטובת לב טהור און זיי האלטן אז דאס איז "הצלת הילדים". און דו באטילטסט זיי כיד הדמיון הטובה עליך.


אוי זאגסט דאך אזוי גוט!!!
רבנים מישן זיך אריין לטובת "הצלת הילדים", יא יא
אבער נישט לטובת לב טמא, נאר די רבנים מישן זיך אריין לטובת די קינדער, הרב נתן שליט"א האט מיט זיך א רשימה פון 14 רבנים (יא יא, שפרינג נישט, פערצן רבנים), וואס שרייבן אונטער, מ'זאל איהם העלפן ראטעווען די קינדער מיד זדים ורשעים,
איך לייג דיר דא דעם נוסח אויף וואס זיי חתמ'ענען, חוץ וואס אסאך פון זיי האבן צוגעלייגט אייגענע ווערטער אויף דעם צעטל (כפי שתחזנה עיניכם משרים,ומצו"ב)

דאס איז זייער לשון
בעז"ה
קול שוועת האי גברא רבא ויקירא, האברך היקר העוסק באורייתא תדירא, הרב נתן האלבראנץ שליט"א בא אלינו אשר לדמו נדרשנו להצילו מיד מבקשי נפשו אשר שמוהו כמטרה לחץ ובפתע פתאום עמדו עליו הני אנשי דלא מעלי ובכח הזרוע במכות רצח לקחו מאתו אשתו וחמשת יוצ"ח וכל אשר לו רח"ל אשר תסמרנה שערות ראש למשמע אוזן.
ואחר זמן מרובה אשר עברו עליו ועל בניו הרפתקאות שונות באו כמה עסקנים חשובים במסירות נפש ממש והוציאו את חמשת ילדיו שהיו במצב קשה מאוד ושמו אותם בבית משפחה אחת חשובה במונטריאול והוציאו אותם מאפילה לאורה ומצבם הולך ומשתפר מיום ליום ב"ה, אבל דא עקא שמכל אלו נפל לחובות עצומות מהוצאות טיפול בילדים, וכן עדיין רובץ עליו משא כבד מאוד שהעלילו עליו בערכאות באופן נורא שקרים וכזבים לרוב כדי לחטוף שוב ילדיו ממנו היל"ת וכל זה עולה לו לרבבות דולרים.
ע"כ פונים אנו בזה אל כל אחד ואחד לעשות כל מה שביכולתו להציל עשוק מיד עשקו, ולתומכו ולחזקו בין בגוף בין בממון והיא מצות פדיון שבויים דלאו בכל יומא מתרחשא, ומיוחד בחשיבותו מכמה טעמים.
וכל העוסקים והמסייעים במצוה גדולה הזאת יתברכו מן השמים בכל הברכות האמורות בתורה.
הכו"ח למען המצוה כי רבה הוא


און די אלע רבנים זענען קרובים אל החלל, זיי געדענקען נאך, ווען מאנסי האט געליטן פון דעם שגץ משוקץ.

און דאס איז חוץ פון פולע אנדערע רבנים וואס געבן אים חיזוק בע"פ, אבער ווילן נישט געבן בכתב מחמת המציק!!!!
איז פארקויף מיר נישט קיין לאקשן, און שריי נישט קוזק הנגזל, דו האסט צוויי רבנים וואס זענען נעבעך אינטרעגעווארפן אונטער די בלוטיגע הענט פון ב"א פערל.... און דעריבער זענען זיי בעד אלברנץ, אבער חוץ פון זיי איז קיינער נישט דארט,
און דא האסטו 14 רבנים בכתב ועוד בע"פ איז בארוהיגט אייך
בפרט אז איינער פון די צוויי האבן שוין אמאל באקומען א מכתב פון זיין ר"י אין מאנסי ער זאל זיך ארויסלאזן דערפון, ווייל ער איז נישט באהאווענט אין די נושא, און רבני מאנסי האבן שוין גע'חתמ'עט דערויף


ווען נאך האט רבי מרדכי שטיינער שליט"א גע'חתמ'עט אויף אזעלכע שוידערליכע ווערטער??
ווען נאך האט דומ"ץ וויזשניץ מאנסי שליט"א רבי אברהם ניסן ניימאן אינטערגעשריבן אויף אזעלכע זאכן???
ווען נאך האבן אפאר רבנים צוגעשריבן אייגענע ווערטער צו אזא נוסח, נישט זייענדיג צופרידן דערמיט, און האלטנדיג אז ס'איז אסאך ארגער ווי ארויסגעברענגט אין דעם כללות'דיגן בריוו...


קרני צבי
און נישט דא ווער זאל טוהן די "געוואלדיגע ארבעט" נאר דער "שגץ יוסל וואלדמאן מיט אלע זיינע שקוצעס", נאר עודד טויק וואס לעבט מיט ערל'טע (אפילו גיור רבנות האט ער געשפארט פאר געלט סיבות) און האט פון איר צוויי קינדער רח"ל (דאס איז שוין לכו"ע נישט קיין תינוק שנשבה). און דו ווילסט נאך זאגן אז דאס איז אלעס א מערכה על דבר כבוד שמו יתברך...


קודם כבר אמר מי שאמר, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם אראפ פון די תליה, דערצו וועמען גייט אן שקצות וכדו' איך לאז דעם באשעפער אליין קער נעמען פון זיינע פאציענטן
אבער ווען ס'רעדט זיך אין הצלת ילדים קטנים שלא טעמו טעם חטא, (ולא טעמו מזיו נועם התורה, מיינענדיג אז די תורה איז חלילה ביטער), דעמאלטס פירט מען די מערכה "למען כבוד שמו יתברך" קוק וויפל רבנים שטיצן דאס
גרעסערע חכמים ווי דיר האבן אנגעפרעגט ביי די אויבנדערמאנטע 14 רבנים היתכן זיי געבן א גושפנקא פאר אזא שגץ, האבן זיי געענטפערט, אז ווער ס'טוט אין די מערכה וואס איז נחוץ להצלת הילדים, איז ווערט צו באקומען דעם חתימת יד קדשם, אפגעזעהן וויפיל עבירות ער טוהט בזמנים אחרים, ואין אדם נידון אלא לפי מצבו העכשיו, ערגער ווי ישמאעל איז ער זיכער נישט.



קרני צבי

נו, זעהט אויס אז מצא מין את מינו, אז דער נתן האט געטראפן דעם וואלדמאן, טוייק, און נאך עפעס א שיקצע מיט די נאמען אורית וחבריהם. קא משמע לן, אז אית דברים בגו. און ער נישט קיין "טלית שכולו תכלת"...


ווען מען איז אין א צרה לויפט מען צו ווער ס'איז נאר גרייט צו העלפן, אפגעזעהן צו דאס איז א הייליגער אדער א שגץ, צו ס'איז א טלית שכולה תכלת, צו כולה איך ווייס וואס,
דערצו איז דער נתן הולך בדרכי אביו, וואס איז געזעצן 7 שעה און געקוקט אין די אויגן פון א שיקצע (יש לי עליה רשימה ארוכה של חייבי כריתות), ווייל ער האט געמיינט זי קען איהם העלפן אין די מערכה, איז ס"ה נתן געגאנגען בדרכי אביו, וואס האט אים זייער גוט מחנך געווען...


קרני צבי

ליין גוט דעם בלאג פון קאצמאן, און שטייט דארט קלאר, אז עודד איז נישטאמאל אריין אין קיין הויז. ער האט "נישט" געזען קיין שום מאטראץ און קיין שום עסן, קיין שום גארנישט. אלעס וואס ער שרייבט איז מאטיוועטעד ביי די "דירטי דזשו" טעאריע, פונקט ווי אלע אלעגעישנס פון די פראנצויזשע טשיילד פראטעקטיוו אין קוויבעק.

דו ביסט מדייק אין א "בלאג" ווי להבדיל אא"ה אין א תוס'?!
אבער קיינעם גייט נישט אן צו ער איז אריין אין א הויז, צו ער האט אליין געזעהן, דאס איז נישט קיין עדות ראיה אין בי"ד, ס"ה שרייבט ער ריכטיגע רייד (און דער אמת טוהט זייער וויי), און איך ברענג דאס אראפ (מיט דיין שרייען אזויפיל קעגן איהם איז די גרעסטע ראיה אז ער איז גערעכט, און שרייען שגץ איז קיין טענה נישט וווייל ארז פון קיבוץ חולתא איז נישט בעסער)
און יא דער צושטעל איז מורא'דיג ריכטיג, פונקט ווי אלע אלעגעישנס פון די פראנצויזשע טשיילד פראטעקטיוו אין קוויבעק, יא יא, דאס איז אמת און אלעס ארום איז אויך אמת. כפי שכבר נתבררה האמת מה שקורה בקיובעק.


קרני צבי

ניין, זיי ציען זיך נישט אריבער צו דארט ווייל די לעבן איז דארטן ביליג, זיי ציען זיך יא אריבער דארטן וועגן די אלע רדיפות און מסירות פון וואלדמאן וחביריו, אבער ס'מיינט נישט אז זיי לעבן דארטן אויף דער ערד, ווער ס'וויל זיי שטיצן זאל זיין געבענטשט, אבער זיי שטארבן נישט פון הונגער ב"ה. ווער ס'האט געלט אביסל איז זיך מסדר דארטן בעסער ווי ערגעץ אנדערש. דער פראבלעם אז רוב גוים האבן נישט קיין געלט בכלל. דאס איז מער-ווייניגער דער מצב אין גאנץ לאטין אמעריקע און ס'דא דארטן נישט ווייניג אידן.
.

ניין, זיי ציען זיך נישט אריבער צו דארט ווייל די לעבן איז דארטן ביליג,
גערעכט זיי ציען זיך בכלל נישט אריבער, זיי "אנטלויפן", ווייל דער ראש הקולט האט מורא פאר זיין רעביסטעווע, שכמעט בא על קיצו, דעריבער גייען זיי דארט,
זיי ציען זיך יא אריבער דארטן וועגן די אלע רדיפות און מסירות פון וואלדמאן וחביריו, זיי מתקן דיינע ווערטער, וועגן די רדיפות וואס ארז האט זיך אנגעמאכט, און נעמט מיט זיינע תמימות'דיגע אינטערטאנען, ליידער, פון וואס וואלדמאן וחביריו בהוראת הרבנים וויל זיי ארויסראטעווען.
אבער ס'מיינט נישט אז זיי לעבן דארטן אויף דער ערד, ווער ס'וויל זיי שטיצן זאל זיין געבענטשט, אבער זיי שטארבן נישט פון הונגער ב"ה. זיי שטארבן נישט פון הונגער, איך האף אזוי, אבער לעבן אין א פאריקטן לאנד, וואס איז נישט געבענטש מיט אהבת ישראל, איז זייער א רשעות'דיגע אויסוואל, (יעצט שריי אז קאנאדא האט אויך שנאת ישראל, אבער יהדות מאנטריאל, קרית טאהש און אייך אליין ביז אייערע מיעוסע ווערק האט ארויסגעליקט צו די פרעסע יוכיח אז קאנאדא האט גארנישט קעגן אידן, נאר ווען זיי זעהען אומדערהערטע רשעות ואכזריות ווילן זיי דאס אפשטעלן, אזוי ווי ס'איז געווען אין מלכות החסד אמעריקא, וואס האט דעם ארז פאריאגט פון מאנסי ב"ה), איז שטארבן פון הונגער, טאקע אפשר נישט קיין פראבלעם, אבער אנדערע אטענטען קען יא געשעהן, ווי אזוי נעמסטו (סליחה נישט די, דיין רבי) די אכריות אויף אלע אומדערטרעגליכע זאכן וואס קומט דארט פאר, און וואס קען אלץ געשעהן??.
ווער ס'האט געלט אביסל איז זיך מסדר דארטן בעסער ווי ערגעץ אנדערש. ווי אזוי? ווען מינימאלע געבוירכן איז נישטא געהעריג??. הדבר אומר דרשינו ופרשינו
דער פראבלעם אז רוב גוים האבן נישט קיין געלט בכלל.
און איר פלאנט זיי ארויסצורייסן די אויגן??? בכלל ווי אזוי גייען אייך האבן געלט, גייט דען ארז ארויסטיילן פון זיין 6 מיליאן דאלערדיגע רויב פאר אלע מיטגעלידער פון דעם קולט, אדער שיקן זיינע מטורפים שאפן געלט פאר "א חשוב'ע צוועק" און באראבעווען גאנץ כלל ישראל???
דאס איז מער-ווייניגער דער מצב אין גאנץ לאטין אמעריקע און א בעסערע פלאץ האט מען נישט געטראפן ווי זיך איינקוואטירן, קאנאדא איז נישט גוט, אמעריקא איז נישט גוט, ארץ ישראל אויך נישט (פארגעס נישט די ציונים רודפ'ן איהם זייער על לא עוול בכפו,) ממש א נדרף אויף די העכסטע מדריגה א קדוש מעונה (יאשקעלע ימש"ו איז אויך געווען א קדוש מעונה)
און בכלל ווי נעמט מען א גאנצע געמיינדע פאר די פארשטינקענע תאוות השררה, און מ'פירט זיי אין תהום אריין, וואס איז מיט חינוך הבנים והבנות, וואס איז מיט מקוה טהרה, וואס איז מיט אלע אידישע באדארפענישן (די גרים זענען נאכנישט אויסגעשטאט מיט אלעס, און איר ווילט זיי דאס ביסל אויך צונעמען???) מיט וועמען גייען אייך זיך דארט משדך זיין (באמת איז גאנץ גוט, די פרענקען פון אייך וועלן נעמען די גרים, אבער די אשכנזים וועלן מוזן מגייר זיין פרישע), און וואס גייט זיין נאך ווען ארז וועט פארמאכן די אויגן (אוי הלוואי גאר בקרוב), ווער וועט דעמאלטס ארויסהעלפן די געליטענע חברי הקולט וואס זענען נעבעך געבינדן צו די רשעות'דיגע רעזשים??? (איך האף אז נחמן וועט תשובה טוהן בקרוב און נאכגיין אין די פיס טריט פון נתן'ען)
און ס'דא דארטן נישט ווייניג אידן. שרייב ארויס קלאר, ס'איז דא דארט א קהלה פון גרים, וואס נעבעך ווייסן נישט אין וואס זיי פאלן אריין, איך האב רחמנות אויף זיי, זיי זאלן נישט פאלן קרבן צו אייערע בלוטיג פארשמירטע הענט, זיי וועלן נאך מיינען אז די תורה איז זייער ביטער רח"ל!!!


קרני צבי

לגבי די חתונה יונג, איז עס א גוט ארטיקל פאר וואלדמאן צו מאכן מסירות און טעראר, אבער צווישן אידן גערעדט, וועם גייט דאס אן, זאלן זיי חתונה מאכן ביי 12-13, ווערן זיי דען אויס אידן. וואלדמאן קען אנרייצן די קאנאדישע רעגירונג, אבער ס'האט גארנישט צו טוהן מיט די הלכה (אנטשולדיגט, "יש דין בישראל ודינא דמלכותא דינא" איז שגור בפי וואלדמאן, אבער דאס איז געזאגט ווערן נאר לגבי דיני ממונות, והדברים ידועים. מ'מעג נישט מסר'ן משפחות וואס זייער וויזא איז געענדיגט און נישט ווער ס'האט חתונה פאר די לעגאלע קאפריזן פון די פאבליק סקול עדיוקעיטעד ערלים וערלות ביים פארלאמענט).



חתונה מאכן יונג, איז נישט א עבירה, אבער גורם צו די ארגסטע עבירה, זיי ווערן נישט אויס אידן, אבער ווערן אויס מענטשן, אין ארץ ישראל איז אויך דא א סקעטע וואס מאכט חתונה יונג, און דער בי"ד הגדול בירושלים, האט מתיר געווען זיי צו מוסר זיין צו ערכאות (יא צו די פארשאלטענע ציונים) כדי צו ראטעווען כלל ישראל פון די ביטערע נאכווייען און קאנסקאווענצן וואס דאס ברענגט (יעצט שעלט דעם בי"ד הגדול),
דעריבער מסר'ט מען אויף עבירות וואס די רעגירונג פארשטייט, כדי צו ראטעווען פון עבירות וואס די תורה הק' לאזט נישט (איך רעד נישט פון די תורה וואס ארז האט מקבל געווען אין חולתא, נאר די תורה וואס מיר האבן באקומען אויף דעם בארג סיני, און איז א געשמאקע תורה, געשמאק צו מקיים זיין, וואס זענט איר שולדיג, אז דער ארז וואס פלעגט אמאל עסן נבילות וטריפות, און עובר זיין אויף אלע עבירות הכתובות בתורה, האט שפעטער געזאגט אז ער איז מקבל די תורה, און געווארן א בעל תשובה ווי דער קאצקער זאגט, א בעל עבירה איז ער זיכער געווען, אבער צו ער האט תשובה געטוהן ווייס איך נישט, און דער ארז, האט פארדרייט די תורה אריינגעלייגט זיין גאנצע גאווה, ותאוות השררה אין די תורה, אריינגעלייגט אזוי פיל רשעות ואכזריוות, פארדרייט די תורה כאוות נפשו הטמ... און מגלה געווען פנים בתורה שלא כהלכה כיד הדמיון, זאג דיין ראבינער אז איך בין איהם גרייט צו אויסלערנען דעם תורת משה וואס מיר האבן באקומען פון קוב"ה אליין ביים בארג סיני, און מיר וועלן איהם ווייזן די געשמאק דערין)

דעריבער אז מ'וויל ראטעוען יונגע קינדער, און מ'וויל ראטעווען די אלע דורות הבאים
פאלגט מען די אלע רבנים,
וואס שרייבן אין בריוו
ע"כ פונים אנו בזה אל כל אחד ואחד לעשות כל מה שביכולתו להציל עשוק מיד עשקו, ולתומכו ולחזקו בין בגוף בין בממון והיא מצות פדיון שבויים דלאו בכל יומא מתרחשא, ומיוחד בחשיבותו מכמה טעמים.
און מ'איז זוכה צו די ברכה וואס זיי שרייבן אין בריוו,
וכל העוסקים והמסייעים במצוה גדולה הזאת יתברכו מן השמים בכל הברכות האמורות בתורה.

בכלל אויב צוליב דעם זענען שוין אפאר אידן אוועק פון דארט, האט זיך אויך געלוינט, ווייל איך גלייב נישט אז זיי וועלן נאכפלאגן קיין דרום אמעריקא, און אפי' אויב חלילה יא, האט מען זיי כאטש געראטעוועט אויף אפאר וואכן און חדשים, האט זיך אויך געלוינט.
און מיר האפן אז בקרוב יערה ה' רוח "טהרה" ממרומים, און די חברי הקולט, יתהפך לבבם לטהרה באמת,
און דער ארז זאל גאר בקרוב תשובה טוהן, אדער....
📎 מכתב קודש נגד רשעי עמינו.pdf
דינסטאג מאי 20, 2014 2:10 pm#201338
ירושלים
זייער גוט געשריבן
אבער א שאד דיין ארבעט
דער קרני'לע וועט נישט פארשטיין לא מיניה ולא מקצתיה

זיין קאפ איז שוין נעבעך אזוי פארדארבן, און פאקויפט פאר'ן שטן (אויב ער איז נישט דער שטן אליין)
ס"ה וועט ער שרייבן א פרישע מגילה אריכתא כדרכו בקודש

אבער דאך איז גוט צו שרייבן
כדי די צוקוקערס און ליינערס זאלן כאטש זעהן דעם אמת
מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 8:21 pm#222284
איך וואלט מציע געווען פאר דעם ארז צו כאפן א בליק אויף דעם.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/y8_4kQBJlnM">http://youtu.be/y8_4kQBJlnM</a>
מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 10:01 pm#350963
אנאנים: אין דעם אינטערוויו וואס דער מאמענט שרייבער האט מיט דעם קולט פירשפרעכער נעמט די מאגאזין נישט קיין שטעלונ. זיי לאזן איהם נאר רעדן... און יענער שילדערט זייער זייט און היפט איבער די אלע באשולדיגונגען. אויך בלעימט ער אלעס אויף די ציונים כדרכם...!
מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 11:26 pm#350965
Re: מה נשתנה - לב טהור
יאפ איך האב געליינט די מאמענט ארטיקל, איך דינג זיך נישט אז עס איז זיי גאר עינג, און אז זיי זענען אויף געהאקטע צרות, אבער דער פאקט אז בלויז זייער קולטישע עקשנות האט געפירט צים ביטערן מצב אין וואס זיי געפינען זיך.
זייערע קינדער זענען רחמנות שוין איין מאל גרויסע רחמנות. אבער
מיין שאלה איז צו אים, אויב כלל ישראל איז דיר נישט געניג הייליג אזש אז אינזער שחיטה און אינזערע השגחות זענען נישט לפי רוח הקהילה, ווען מען כאפט אוועק די קינדער און זיי ווערן פלאצירט צווישן גיטהארציגע אידן אין קאנאדע, שרייבן זיי בלעכערהייט אז די קינדער געפינען זיך ביי אידן וואס זענען נישט געווען לפי רוח עסקני הקהילה.
איי געט איט, מיר די רוב ריבו פון כלל ישראל טויגן נישט, מיר זענען פארכאפט, מיר זענען פארסם'ט, פארדארבן, נאר איר פערציג משפחות זענען די וואס משיח גייט ווייזן מיטן פינגער, נאר איר אלע טויגן, אבער פארוואס ווען איר זענט אויף צרות איז אינזער געלט פאר אייך כשר, גייט אייך אייער וועג און זאל אייך אייער גאט באגליקן ווי איר זענט, דזשאסט קוק נישט אויף אונז ווען איר זענט א רחמנות, שמיץ נישט אן די מאמענט מיט אייערע זעלבסט געפלאנצטע וואונדען, ווייל פון מיין זייט זאלט איר זיך איינגלידערן ביי כלל ישראל און פטור אן עסק, איך אפרישיעט נישט אייערע קאשקעטלעך און שווארצע קליידונג און אייער אייגענע געמעלקטע קוען, פון מיינעט וועיגן קענט איר טרינקען גאלדען פלאו, דעריבער כאפט איר מיך נישט מיט אייער רחמנות וויי געשריי ווי איר ווערט געפייניגט אזוי ביטערלעך, לעש זיי מוחל אויס דיין קהילה און גוד בּיי טשארלי והגזירה בטילה.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:15 am#350981
Re: מה נשתנה - לב טהור
דער פותח האשכול וועט דיר ענטפערן אז די היפקראטיע איז נישט נאר ביי לב טהור. מה נשתנה לב טהור. צום ביישפול, באבוב לעבט פון איזי ענגלענדער. ער איז אויך נישט לפי רוח הקהילה. אזוי גייט עס ביים שנארן. מ'קערט זיך צו כלל ישראל. צו ווער ס'גיט.
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:08 am#351050
ביים זיך געזעגענען פון גאטמאלא
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:09 am#351051


The


מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:45 pm#351156
וואו זענען זיי יעצט?
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:24 am#351162
דא

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/250434/2016/09/25/oratorio-guatemala-jewish-community-in-guatemala-resettles-claiming-harassment/">http://www.vosizneias.com/250434/2016/0 ... arassment/</a>
זונטאג אפריל 30, 2017 11:42 am#369439
יישר כח ראובן...
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 1:18 am#418606
Re: מה נשתנה - לב טהור
וועם האסטו געזען רעדן אזוי וועגן מער מאדערנע אידן?
אפשר וועגן פרייע אידן.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:48 am#418622
אידן! - גלויבט נישט די פאר ווערטער אויסגעצויגענע שורות וואס די עסקנים פארקויפן אייך!

פארוואס ווייזן זיי נישט די גאנצע בריוו?

אין אן איינמאליגע פאקט, ברעכנדיג די פריוואטקייט למען הצורך, האב איך ארויפגעשטעלט דעם גאנצן בריוו אויפן אנדערן אשכול. וירא הקהל וישפוט.

און צו די פאר עסקנים; פארוואס האט איר בלויז ארויסגעגעבן איין קליינע חלק פון די בריוו? - וואס האט אייך געשטערט צו ווייזן דעם גאנצן בריוו?
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:51 pm#418674
נאכן זען די גאנצע בריוו, האב איך פאר דיר אן עצה, הרב סגי נהור. נעקסטע מאך זאלסטו האלטן אין איין צוזאגן אז עס איז דא א בריוו און מ׳לאזט נישט ארויסגעבן. אזוי וועט מעגליך איינער האבן א הו"א אז יש דברים בגו. יעצט איז שוין נישט דא קיין הו"א אויך נישט.

Better keep the mouth closed and be suspected of being a fool, than to open the mouth and remove all doubt
מאנטאג מערץ 11, 2024 10:27 am#554333
Re:
חבקוק הנביא #
שיק דיינע קינדער אויף לב טהור אויף צוויי חדשים, נאכדעם וועסטו שוין נישט האבען קיין קשיות,
דאס איז טאקע די פוינט, ווייל "איך" וויל נישט די לייפסטייל איז עס נאך נישט אפגעפרעגט
מאנטאג מערץ 11, 2024 1:58 pm#554362
Re: Re:
מילך טראק #
חבקוק הנביא #
שיק דיינע קינדער אויף לב טהור אויף צוויי חדשים, נאכדעם וועסטו שוין נישט האבען קיין קשיות,
דאס איז טאקע די פוינט, ווייל "איך" וויל נישט די לייפסטייל איז עס נאך נישט אפגעפרעגט
דער עולם דייוועד טיעף אריין.
ארויף ברענגען אלטע אשכולות…
דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:37 am#554891
Re: מה נשתנה - לב טהור
צ/ק מה נשתנה

סאיז אוודאי דא א געוויסע חילוק און מ'קען עס מעסטן לויט די BITE מאדעל אבער מיט רוב כאראקטעריסטיקס איז עס גלייך. איך וויל נאך אמאל צוריקקומען און בעסער מרחיב זיין איך לייג דא א וויכטיגע תגובה פאר רעפערענס.

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=554867#p554867
חכמת שלמה #
זיי ווילן נישט גיין פון דארט. אויב יא, וואלטן זיי געגאנגען. זיי ווייסן אז מען גייט זיי אריינלייגן אין א הויז, די טיר איז אפן יעצט און ווער עס וויל קען גיין. זיי ווילן נישט גיין, זיי ווילן אריינגיין אין דעם הויז און ארויסקומען פון דארט נאך זעקס חדשים (אדער פריער - ווי זיי ווייסן אליין אז זאכן ווערן גרינגער במשך די צייט).

אזא מעלדונג, איבער אזא עונש, מיינט אין אנדערע ווערטער, "גיי ארויס פון דא, גיי". זיי ווילן דאך נישט גיין, זענען זיי גרייט צו טון וואס זיי קענען, אז זיי זאלן קענען דא בלייבן.

עס קוקט דיר אויס מאדנע? - דו פרעגסט די קושיא, פארוואס ווילן זיי טאקע נישט גיין? - די ענטפער איז פארשידענע תירוצים:
1. זיי דארפן זייערע ווייבער. זיי האבן אפילו נישט די אפציע צו טרעפן אנדערע ווייבער אינדרויסן. זיי וועלן קייען מרור און עסן שטרוי ביז זיי וועלן קענען טון א געהעריגע שידוך אינדרויסן, וכולה האי ואולי... ס'איז נישט גרינג. זיי דארפן אהבת נעוריהם, די פרוי וואס פארשטייט זיי און וועלן קענען געהעריג לעבן מיט זיי.
2. זיי האבן נישט וואו צו גיין. זיי האבן נישט קיין באקאנטע אויף די גרויסע וועלט. אפשר וועלן אפאר גוטע אידן רחמנות האבן און צואווארפן עפעס א ביינדל זיי צו העלפן, אבער בדרך כלל וועט זיי דאס לעבן זיין ביטער שווער ערגעץ-אנדערש. פרעג נאר די אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון דארט, וויפיל זיי האבן זיך געפייניגט דערויף. מאנכע זאגן אז עס איז שווער אין לב-טהור, אנדערע זאגן אז עס איז פיל שווערער פאר א געוועזענע לב-טהור זיך איינצוגלידערן אין דער סוסייעטי אין אמעריקע. זיי ווייסן דאס און זיי קענען נישט מחליט זיין ביי זיך דאס דורכצוגיין. עס איז זיי גרינגער דא צו בלייבן.
3. זיי האבן געשוואוירן ביי א ספר-תורה און זיי ווילן נישט צושטערן זייער שבועה.
4. זיי זענען באמת יראי-שמים און זיי זענען איבערצייגט אז דער אמת איז דא און עס איז כדאי צו ליידן די אלע תיקונים, אבי אנצוקומען צום תיקון.
5... עס זענען פארהאן נאך א סך סיבות פארוואס זיי זאלן נישט וועלן גיין.

הצד השוה שבהם, אז די הנהלה ווייסט אז מען גייט נישט אזוי שנעל פארלירן נאך אנדערע. ממילא זענען זיי גאנץ זיכער מיט זיך.
דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:30 pm#554985
Re:
ליטוואק פון בודאפעסט #
נאכן זען די גאנצע בריוו, האב איך פאר דיר אן עצה, הרב סגי נהור. נעקסטע מאך זאלסטו האלטן אין איין צוזאגן אז עס איז דא א בריוו און מ׳לאזט נישט ארויסגעבן. אזוי וועט מעגליך איינער האבן א הו"א אז יש דברים בגו. יעצט איז שוין נישט דא קיין הו"א אויך נישט.

Better keep the mouth closed and be suspected of being a fool, than to open the mouth and remove all doubt
א לינק צום בריוו?