Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לאמיר מאכן א קידוש השם

לאמיר מאכן א קידוש השם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 59 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #635
מיטוואך מאי 16, 2012 12:11 am#12509
לאמיר מאכן א קידוש השם
איך האב היינט מיטגעהאלטן (נישט צום ערשטן מאל) ווי א אידל קומט ארויס פון א געשעפט און פארקלאפט דעם טיר אין פנים פון דעם גוי וואס איז געקומען צו גיין ממש הינטער אים. כ'האב געזען ווי יענער קוקט אים אן מיט גרויסע בייזע אויגן. ער האט נאך געשאקלט דעם קאפ פון רעכטס אויף לינקס און צוריק זיבן מאל און געבליבן קוקן אויף יענעם ווי פון דער לבנה ביז ער האט זיך אריינגעזעצט אין קאר. עס האט מיך געבאדערט, (אפילו איך קען יענעם פארשטיין אז ער איז אויפגעוואקסן אין אן אנדערער אטמאספערע און באגרייפט נישט אפשר געהעריג די אמעריקאנער קולטור און ווי די קלייניגקייטן קענען זיי נעמען זייער ערנסט).

גענוג האבן שוין מיטגעהאלטן אזעלכע סצענעס ווי א צווייטער אידל מאכט א "לאקאלע" חילול השם, צי ביים זיך אריינכאפן אין דער ליניע, צי זיך שטעלן טענה'ן מיט'ן קעשיער א האלבע שעה אז ער האט געזען אן אנדערע פרייז אויפ'ן שעלף, ריטוירנען ראסטיגע עירקאנדישאנס נאכ'ן זומער, אן קיין רעסיט, טענה'ן מיט'ן באנק מענעדזשער א האלבע שעה וועגן א געקראכטע טשעק ווייל ס'געווען פרייטאג נאך די שקיעה, שיסן באנאנעס אין חיות-גארטן טראץ די בייזע וועכטער, צי אנדערע מטעמים אין פאבליק. עס איז קלאר אז מיר זענען ווייט נישט די איינציגע וואס קענען זיך צומאל אויפפירן "מאדנע", אבער למעשה זענען מיר אידן און דארפן זיך אלס דער עם סגולה מער היטן זיך אויפצופירן דוקא נאר ווי עס פאסט.

אבער אנשטאט זיך סתם נעמען באשעלטן די "פרומאקעס", האב איך היינט באשלאסן צו טון עפעס קאנסטרוקטיוו. שפעטער אין טאג האב איך אריינגעסטאפט אין א גאז סטאנציע (אין א היימישער געגנט) ווייל איך האב געדארפט "ארויסגיין". פונקט איז "ארויסגעקומען" אן אנדערער היימישער איד. איז מיר אריינגעטאנצן א מחשבה'לע אז מסתמא קומען דא כסדר אריין אידעלעך און באניצן זיך מיט דעם ביה"כ לרחצה, מיט אלע קינדערלעך אין די רייע, און אנטלויפן. אפי' עס איז אפשר נישט ממש טעכניש קיין "חילול השם" און אפשר איז עס נישט סטריקטלי געמאכט בלויז פאר קאסטומערס, שמעקט עס מסתמא נישט אזוי פאר'ן גויאישן אייגנטימער.

אלזא, ביים ארויסקומען בין איך צוגעגאנגען צום קעשיער און איך האב אים דערלאנגט א פינעווער, זאגנדיג "איך האב גענוצט די טוילעט, דו האסט מיר דערמיט צוגעשטעלט א סערוויס, און איך וויל דיר באצאלן דערפאר."

איר וואלט געמוזט זען ווי נאך א סעקונדע פון דעם שאקירטן בליק האט ער ממש אויפגעלאכטן מיט א שיינענדיגן פנים. ער האט מיר אויסגעשטרעקט די האנט און שטארק געדריקט, זאגנדיג מיט גלאנצענדיגע אויגן פיר מאל "טעינק יו, טעינק יו."

גלייבט מיר, איך האב נאך געשפירט בעסער פון אים (יותר ממה שהעגל רוצה לינוק וכו', אויך וויסנשאפטליכע שטודיעס באשטעטיגן די טיפע אלטרואיסטישע הנאה).

אבער בעיקר האב איך געשפירט אז אויף א געוויסע אופן האב איך דא עפעס "געטאן" קעגן יענעם טיר-פארקלאפער. עפעס "אויפגעטאן". און אזוי דארפן מיר אלע פרובירן טון. מיר דארפן פרובירן זיך אויפפירן ספעציעל איידל, דזשענטעל, געלאסן, צו מאכן א קידוש השם ווי נאר עס קומט אונטער. מיט אזעלכע קלייניגקייטן קען מען אנקומען ווייט.

אלזא, לאזט וויסן ווען איר מאכט אמאל עפעס א לאקאלן קידוש השם. אפשר אז איר וועט וויסן פון פאראויס אז איר וועט עס דערנאך דא אראפשרייבן, וועט עס געבן מוט צו אויספירן דעם נאבעלן אקט.
מיטוואך מאי 16, 2012 12:15 am#12512
פארוואס קען מען נישט געבן צוויי לייקס אויף איין הודעה? איין לייק :like קומט דיר פאר'ן אזוי שיין צעלייגן דעם פראבלעם און פארשטעלן אן עצה, און א צווייטער לייק :like קומט דיר פאר דיין הערליכער אינציאטיוו אזוי שיין צו באאיינדרוקן א פרעמדן מענטש.
כה לחי!
מיטוואך מאי 16, 2012 12:17 am#12513
אשריך ר׳ שרגא! כמוך ירבו בישראל.
מיטוואך מאי 16, 2012 12:41 am#12520
John Doe האט געשריבן:אשריך ר׳ שרגא! כמוך ירבו בישראל.

כיהודה ועוד לג'ון.
:לייק :לייק

אנשטאט עפענען אן אשכול ווי מ'שרייבט וואס אלס געשעט "נאר ביי היימישע אידן", שרייבט וואס מען קען טון קאנסטאראקטיוו. שרגא, ממך ילמדו וכן יעשו. אי"ה וועל איך זיך משתדל שרייבן אין דעם אשכול אזעלכע "קידוש השם" סיפורים.
מיטוואך מאי 16, 2012 12:56 am#12528
שכח שרגא זייער שיין, און אויך א דאנק פארן פארטרעטן אונז "פרומאקעס" אזוי שיין...
אבער ווי האט אמאל א קליגע איד געענטפערט פאר אזא איינעם וואס האט אראפגערוסן די "פרומאקעס" וואס האלטן נישט קיין טירן,
" דער חסידישע איד וואס וועט טאקע נישט אייביג געדענקן צו האלטן אפן די טיר וועט זיך צורייסן צו העלפן א צווייטען. דער פרומאק וואס שמייכלט טאקע נישט דעם פאלשן שמייכל ווען ער זאגט "האו אר יו" וועט זיך אבער צופליקן משמח צו זיין א אנדערע איד. דער כאניאק וואס פארגעסט איבערצולאזן א טיפ לויפט יעדע צווייטע נאכט צו א טיי אווענט,

אודאי דארפן מיר פראבירן צו זיין אנשי קודש - הייליג מענטשליך, (אבער מיר פרומאקעס ווי דו רופסט אונז) זענען נאך עני טיים אזאלעכע פיינע מענטשן ווי דער גוי וואס פירט זיך מיט טבע'דיגע נימוס
מיטוואך מאי 16, 2012 12:57 am#12529
סא דו זוכסט צו באאיינדרוקען דעם נידעריגען עם הדומה לחמור? ס'דאך הלכה בידוע אז עשו שונא ליעקב, ער וועט דיר סייווי וועלן הארגענען, ביזט ממש א מניח מעותיו על קרן הצבי! און וואס איז מיט לא תחנם? שפילט ביי דיר נישט קיין ראלע? מיר ווייסן דאך אז די גאנצע וועלט שטייט דאך אין זכות פון אונזער לערנען תורה, נע'זאל איך עם נאך האלטן די טיר? ער איז דאך נאר דא מיר צו באדינען און מיר געבן פוד-סטעמפס. און באלד וועסטו מער נאך זאגן אז איך זאל האלטן די טור פאר א שיקסע אויך, דאס איז דאך ממש אביזרייהו דגילוי עריות וואס איז ביהרג ואל יעבור, נאוואדען? אזוי ארבעט די יצר הרע, היום אומר לו עשה כך מיט א מסוה פון שיינקייט און מענטשליכקייט, און מארגען וועט ער מיר שוין הייסן שמייכלען צו א גויטע...

:אומגלויבליך: :אומגלויבליך: :אומגלויבליך:
מיטוואך מאי 16, 2012 9:19 am#12560
גדעון האט געשריבן:שכח שרגא זייער שיין, און אויך א דאנק פארן פארטרעטן אונז "פרומאקעס" אזוי שיין...
אבער ווי האט אמאל א קליגע איד געענטפערט פאר אזא איינעם וואס האט אראפגערוסן די "פרומאקעס" וואס האלטן נישט קיין טירן,
" דער חסידישע איד וואס וועט טאקע נישט אייביג געדענקן צו האלטן אפן די טיר וועט זיך צורייסן צו העלפן א צווייטען. דער פרומאק וואס שמייכלט טאקע נישט דעם פאלשן שמייכל ווען ער זאגט "האו אר יו" וועט זיך אבער צופליקן משמח צו זיין א אנדערע איד. דער כאניאק וואס פארגעסט איבערצולאזן א טיפ לויפט יעדע צווייטע נאכט צו א טיי אווענט,

אודאי דארפן מיר פראבירן צו זיין אנשי קודש - הייליג מענטשליך, (אבער מיר פרומאקעס ווי דו רופסט אונז) זענען נאך עני טיים אזאלעכע פיינע מענטשן ווי דער גוי וואס פירט זיך מיט טבע'דיגע נימוס

אויב מעג איך מיך אננעמען פאר שרגא -
אויב וועסטו גוט קוקן האט שרגא געלייגט דעם ווארט ״פרומאקעס״ אין גענזן-פיסלעך, וואס גראמאטיש ווייזט דאס אז ער האט נאר ציטירט אן אויסדרוק וואס אנדערע נוצן, און האט עס נישט אליין אינדארסירט.

אגב, גדעון - דו ביסט א ״פרומאק״? פארוויילט אויפן וועב און א פרומאק נאך אויך?
מיטוואך מאי 16, 2012 10:43 am#12576
איך בין זייער דאנקבאר פארן עפענען דעם אשכול.

איך בין זיך נוהג ווען איך קען פשוט געבן א גוט ווארט פאר אן ערל. דאס קען זיין סיי ווען איך גיי איינקויפן, למשל אין וואלמארט וכדו' אדער סיי וועלכע גוי'אישע געשעפט (אדער אידישע געשעפט מיט גוי'אישע ארבייטער :evil: ) . )העלא סויר, האו אר יו טודעי? מיט א שמייכל (רח"ל), מאכן יענעם פילן ווי א יומען ביאינג. זיך באדאנקען נאכן ענדיגן.

אדער סתם אזוי איך גיי אדורך, לאמיר זאגן, א דזשעניטאר, א גוי וואס טוט אויפרייניגן. כ'ווייס, כ'האב נישט קיין שייכות צו דעם גוי. עס קען זיין אין ביהמ"ד, אין מיין היימישע אידישע גראסערי, אדער סיי וואו. זאגן העלא סויר! זיך מאכן וויסענדיג פון אים. און צולייגן "ווערי נייס דזשאב, וועל דאן". אדער אנדערע קאמפלימענטן.

ס'קאסט מיר גארנישט, און געווענליך זענען זיי אזוי פרייליך אז איינער קוקט אפילו אויף זייער זייט, און פארשטייט אז זיי זענען נישט ראבאטן נאר לעבעדיגע באשעפענישן מיט א לעבעדיגע הארץ אינווייניג...
מיטוואך מאי 16, 2012 11:05 am#12579
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין זייער דאנקבאר פארן עפענען דעם אשכול.

איך בין זיך נוהג ווען איך קען פשוט געבן א גוט ווארט פאר אן ערל. דאס קען זיין סיי ווען איך גיי איינקויפן, למשל אין וואלמארט וכדו' אדער סיי וועלכע גוי'אישע געשעפט (אדער אידישע געשעפט מיט גוי'אישע ארבייטער.

זייער שיין אז ביזט העפליך צום גוי אבער צו א איד מעג מען אויך זיין העפליך.
א חבר דערציילט מיר אז ער גייט ארום אין היימישע שטובער טוהן הענדי ווארק, זאגט ער ס'איז זייער אינטערעסאנט אז ווען ס'קומט צו זיין נייס, ווי באגרוסן מיט א שמייכעל, אפערען א טרונק וכדומה, זענען די היימישע יונג ווייבלעך סאך נייסער צו זיין גוי, ווייל א היימישע אינגערמאן איז דאך אסור בבל יראה, אבער חמצו של עכו"ם איז דאך מותר, און מאידך גיסא ווען ס'קומט צו געבן א טיפ שעמען זיי זיך נישט עם צו געבן טאפעלט פונם גוי, בפניו. און טאקע צו קאונטער באלאנסירן דע אפענע ראסיזם האט ער א אפמאך מיטן גוי אז זיי צוטיילן זיך די טיפס שוה בשוה.
מיטוואך מאי 16, 2012 1:40 pm#12627
געפילטע פיש,

יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן.

גראדע טוה איך עס פאר אידן אויך. אבער דא רעדט מען פון מאכן א קידוש השם פאר גויים, וועלכע האבן אומ-גינסטיגע מיינונגען אויף דעם מאדנעם אידישן פאלק, וואס קען נאר נעמען אבער נישט שענקען (לשיטתם), און דערויף האב איך געשריבן מיין תגובה.
מיטוואך מאי 16, 2012 2:12 pm#12635
שרגא, אסך קישעס פון דאנעט! איך גלייך זייער דיין פאזיטיווע תיקון עולם עדיטוד.

כמיין אז ס'איז דא א סכנה אין זיין א "מענטש" אלס "קידוש השם" אויס. ווייל דאן קען קומען א "פרומאק" און אנגעבן א "הייליגן" סיבה פארוואס ס'איז דייקא א חילול השם ("זיי" קוקען אונז ארויף ווען מיר ווארפן אראפ די טשעינדז ווי א קאגעלעך געים. "זיי" פארשטייען אז מיר זענען זייער "אפגעהיטן.") ליבערשט זאל מען זיין גיט לשם גיטסקייט, אלס אדם נפעל כפי פעולותיו, ווייל אנדערע מענטשן זענען מענטשן מיט געפילן פונקט ווי מיר, ווייל א גיטער איז אלעמאל א גיטער, ווייל מאי דסני עליך לחברך לא תעביד.

מ'קען זאגן בניחותא, על כבודי לא מחיתם ועל כבוד בשר ודם מחיתם.
מיטוואך מאי 16, 2012 2:18 pm#12636
יואליש האט געשריבן:שרגא, אסך קישעס פון דאנעט! איך גלייך זייער דיין פאזיטיווע תיקון עולם עדיטוד.

כמיין אז ס'איז דא א סכנה אין זיין א "מענטש" אלס "קידוש השם" אויס. ווייל דאן קען קומען א "פרומאק" און אנגעבן א "הייליגן" סיבה פארוואס ס'איז דייקא א חילול השם ("זיי" קוקען אונז ארויף ווען מיר ווארפן אראפ די טשעינדז ווי א קאגעלעך געים. "זיי" פארשטייען אז מיר זענען זייער "אפגעהיטן.") ליבערשט זאל מען זיין גיט לשם גיטסקייט, אלס אדם נפעל כפי פעולותיו, ווייל אנדערע מענטשן זענען מענטשן מיט געפילן פונקט ווי מיר, ווייל א גיטער איז אלעמאל א גיטער, ווייל מאי דסני עליך לחברך לא תעביד.

מ'קען זאגן בניחותא, על כבודי לא מחיתם ועל כבוד בשר ודם מחיתם.

פאראן א בוך מיוסד אויף דער שיטה פון זיין/טאן גוטס לשם גוטסקייט. כ'האב נאכנישט געלייענט דאס בוך, אבער איך מיין אז דער אויספיר איז פשוט אז קיין אנדערע ברירה ווי גוט לשם זיין גוט איז נישטא.
מיטוואך מאי 16, 2012 2:27 pm#12642
שרגא בטיהרא אהני!
מיטוואך מאי 16, 2012 2:37 pm#12645
היינט געמאכט א קידוש השם, איך האב אריינגעלאזט א גוי פאר מיר, ווען ער האט זיך געיאגט אין באנק.
מיטוואך מאי 16, 2012 3:38 pm#12660
מוט א {פאלטשע} שמייכעל?
אדער מיט א חסידישע עדיטוד?
מיטוואך מאי 16, 2012 3:42 pm#12662
מיט אן אמתער שמייכל ווי עס פאסט פאר א חסיד
מיטוואך מאי 16, 2012 4:41 pm#12685
ישר כוח פאר דעם התעוררת. אט האב איך דורך געוואקט דעם נעבעך'דיקן זשעניטאר אין דעם בנין, טראכטנדיק פון דעם שמועס דא אין שטיבל You do a wonderful job you’re a good man
זאג איך, זיינע אויגן האבן אויפגעלאכטן ווי איך וואלט איהם געגעבן א מיליאן דאלער. קיינער האט איהם קיין גוט ווארט געזאגט דוכט זיך זייט ער ארבייט דא. לאמיר קאמפלימענטירן איינער דעם צווייטן. גיב א שמייכל ס'קאסט נישט קיין פעני. כולנו פאר א בעסערער וועלטל.
מיטוואך מאי 16, 2012 4:45 pm#12686
יעצט איינגעקויפט א קאווע אין רעסטעראנט, א אידישע רעסטוראנט. דער בעה"ב איז געשטאנען נעבן דעם אינגערמאן וואס סערווריט מיך יעדן טאג. געזאגט פארן בעה"ב בשעת דער ארבייטער האט געהערט, "ער מאכט א דעלישעס זשאב. ווען ער סערווירט גיט עס אריין א גיטן אפעטיט."

ביידע האבן קענטיג הנאה געהאט.
מיטוואך מאי 16, 2012 4:51 pm#12690
יואליש האט געשריבן:יעצט איינגעקויפט א קאווע אין רעסטעראנט, א אידישע רעסטוראנט. דער בעה"ב איז געשטאנען נעבן דעם אינגערמאן וואס סערווריט מיך יעדן טאג. געזאגט פארן בעה"ב בשעת דער ארבייטער האט געהערט, "ער מאכט א דעלישעס זשאב. ווען ער סערווירט גיט עס אריין א גיטן אפעטיט."

ביידע האבן קענטיג הנאה געהאט.

געוואלדיק יואליש. לעטס קיפ איט אפ. איי העב עי דריעם דאס זאל ווערן די לענגסטע אשכול אינעם שטיבל דא. דער עולם זאל מיטטיילן די גוטע זאכן. דער בוכ"ע וועט זיכער האבן פרייד ווייזנדיק חזו מה יש לי בעולמי.
מיטוואך מאי 16, 2012 4:59 pm#12694
John Doe האט געשריבן:אשריך ר׳ שרגא! כמוך ירבו בישראל.
מיטוואך מאי 16, 2012 5:19 pm#12713
נוי יארק האט געשריבן:
John Doe האט געשריבן:אשריך ר׳ שרגא! כמוך ירבו בישראל.

ברוך הבא נוי יארק. מאכט אייך היימיש השמיעינו את קולך.
מיטוואך מאי 16, 2012 6:13 pm#12724
העלא פליצלינג איז יעדער געווארען שיין אין גיטהארטציג
נישט נאר פאר דו גוי מעג מען שמייכלען און זאגען א גיט ווארט אויכ פאר די יוד אין שול פאר די יודישע ארבייטער די וויב און די קינדער
מיטוואך מאי 16, 2012 8:39 pm#12778
א הערצליכן דאנק פאר אייך אלע פאר די חיזוק און פאר'ן אזוי גוט אויפנעמען די ווערטער; עס איז מיר באמת נאנט צום הארץ דער ענין. עס איז א פאקט אז מענטשן בטבע ווילן זיין גוט איינער צום אנדערן, יעדער ווייסט דאך ווי גוט עס שפירט ווען מען איז נייס צו אים, נאר מען פארגעסט אז מיר זענען אלע משרשו ממש איין און די זעלבע בריאה. איז ווי קען די האנט צעבלוטיגן דעם אייגענעם קנעכל, אדער פארוואס זאלן נישט די פינגער געבן א קיצל ווען דער רוקן בעט זיך דערפאר. און ווען מיר וועלן זיך צוגעוואוינען צו אויפפירן אנשטענדיג און נייס צום גוי, וועט זיך אפשר עווענטועל אריבערכאפן די געוואוינהייט אויך צו אונזערע אייגענע אידישע ברידער...
מיטוואך מאי 16, 2012 9:12 pm#12799
שכח שרגא זייער שיין, און אויך א דאנק פארן פארטרעטן אונז "פרומאקעס" אזוי שיין...
אבער ווי האט אמאל א קליגע איד געענטפערט פאר אזא איינעם וואס האט אראפגערוסן די "פרומאקעס" וואס האלטן נישט קיין טירן,
" דער חסידישע איד וואס וועט טאקע נישט אייביג געדענקן צו האלטן אפן די טיר וועט זיך צורייסן צו העלפן א צווייטען. דער פרומאק וואס שמייכלט טאקע נישט דעם פאלשן שמייכל ווען ער זאגט "האו אר יו" וועט זיך אבער צופליקן משמח צו זיין א אנדערע איד. דער כאניאק וואס פארגעסט איבערצולאזן א טיפ לויפט יעדע צווייטע נאכט צו א טיי אווענט,
אודאי דארפן מיר פראבירן צו זיין אנשי קודש - הייליג מענטשליך, (אבער מיר פרומאקעס ווי דו רופסט אונז) זענען נאך עני טיים אזאלעכע פיינע מענטשן ווי דער גוי וואס פירט זיך מיט טבע'דיגע נימוס

גדעון, קודם האט שוין יאנקל ריכטיג געזאגט אז "פרומאקעס" איז בלויז געווען באצייכט ווי "יענע" רופן אונז.
אבער אגב, אז דו דערמאנסט דעם חסידישן איד וואס צערייסט זיך פאר א צווייטן, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז בשעת עס ליגט קלאר אסאך אמת אין די חסד וואס ווערט געטאן און די אומצאליגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס פאר קראנקע און צעבראכענע, זענען דא וואס טענה'ן אז טאקע נאר ווען איינער איז שוין על ערש דוי אדער פארזינקען אין די גרעסטע צרות, דעמאלט קומט יעדער צו לויפן און העלפן, אבער סתם פשוטע חסד, "יעדן טאגיגע חסד" איינער צום אנדערן, אדער טובות פאר מענטשן וואס איז נאך נישט דוקא "לעבנסוויכטיג", דאס איז עפעס נישט אזוי "אויפגעכאפט". ווי יענער האט זיך אויסגעדרוקט: ווען איינעם גייט גוט, וויל מען אים זען טיף אין דער ערד; נאר דעמאלט ווען ער איז שוין טיף טיף באגראבן, דעמאלט וועט מען שוין קענען באשטיין צוצולויפן געבן א האנט.
באמת קומט עס דא נישט אריין ווייל דא איז דאך א ריין פאזיטיווער אשכול, נאר אז מען מוסר'ט שוין האב איך דאס געוואלט ארויסברענגען.

סא דו זוכסט צו באאיינדרוקען דעם נידעריגען עם הדומה לחמור? ס'דאך הלכה בידוע אז עשו שונא ליעקב, ער וועט דיר סייווי וועלן הארגענען, ביזט ממש א מניח מעותיו על קרן הצבי! און וואס איז מיט לא תחנם? שפילט ביי דיר נישט קיין ראלע? מיר ווייסן דאך אז די גאנצע וועלט שטייט דאך אין זכות פון אונזער לערנען תורה, נע'זאל איך עם נאך האלטן די טיר? ער איז דאך נאר דא מיר צו באדינען און מיר געבן פוד-סטעמפס. און באלד וועסטו מער נאך זאגן אז איך זאל האלטן די טור פאר א שיקסע אויך, דאס איז דאך ממש אביזרייהו דגילוי עריות וואס איז ביהרג ואל יעבור, נאוואדען? אזוי ארבעט די יצר הרע, היום אומר לו עשה כך מיט א מסוה פון שיינקייט און מענטשליכקייט, און מארגען וועט ער מיר שוין הייסן שמייכלען צו א גויטע...

געפילטע פיש, בעת איך אפרישיעיט דיין טאלאנט פון סארקאזם, דארף מען עס קענען פילטערן און וויסן ווען עס קומט אריין און ווען נישט. (אגב, א יסודות'דיגער טייל פון ליצנות און הומאר איז אז מען ווייסט נישט פריער וואס עס גייט קומען, עס דארף זיין אומגערישט. אויב אבער ווערט עס פרעדיקטעבל און עס גייט אלץ נאר אויף איין און דעם זעלבן ריכטונג [אין אונזער פאל, בייסיגע אנטי-..... באמערקונגען] קען עס אביסל פארלירן דעם טעם.)

איך בין זיך נוהג ווען איך קען פשוט געבן א גוט ווארט פאר אן ערל. דאס קען זיין סיי ווען איך גיי איינקויפן, למשל אין וואלמארט וכדו' אדער סיי וועלכע גוי'אישע געשעפט (אדער אידישע געשעפט מיט גוי'אישע ארבייטער ) . )העלא סויר, האו אר יו טודעי? מיט א שמייכל (רח"ל), מאכן יענעם פילן ווי א יומען ביאינג. זיך באדאנקען נאכן ענדיגן.

אדער סתם אזוי איך גיי אדורך, לאמיר זאגן, א דזשעניטאר, א גוי וואס טוט אויפרייניגן. כ'ווייס, כ'האב נישט קיין שייכות צו דעם גוי. עס קען זיין אין ביהמ"ד, אין מיין היימישע אידישע גראסערי, אדער סיי וואו. זאגן העלא סויר! זיך מאכן וויסענדיג פון אים. און צולייגן "ווערי נייס דזשאב, וועל דאן". אדער אנדערע קאמפלימענטן.

ס'קאסט מיר גארנישט, און געווענליך זענען זיי אזוי פרייליך אז איינער קוקט אפילו אויף זייער זייט, און פארשטייט אז זיי זענען נישט ראבאטן נאר לעבעדיגע באשעפענישן מיט א לעבעדיגע הארץ אינווייניג...

שמעקעדיג, אט אזוי, ממש פון דעם רעדט דער פסוק. האסט ווארשיינליך א נאטירליך פיינעם נאטור (א געפילישער אפשר, אויב מעג איך פרובירן צוטרעפן דיין פערזענליכע [פשוט מענטשליכע] כאראקטער?)
און צו געפילטע וואס האט דיר געשריבן:
זייער שיין אז ביזט העפליך צום גוי אבער צו א איד מעג מען אויך זיין העפליך.
וואלטסטו געמעגט שיקן א לינק צו דעם אשכול צו ווייזן אז צו אידן ביסטו אויך א מענטש, ווי דו האסט געשריבן:
מנשה'לע טייערע,

מה דעלך סני לחברך לא תעביד -
דו האסט נישט ליב ווען מען שימפט און מען מאכט חוזק פון דיין רבי'ן, ביטע טוה עס נישט פאר אנדערע אידן מיט זייער רבי'ן - אפגעזעהן צי דו ביסט גערעכט צי נישט.
מיט פארשטענדעניש,
הק' שמעקעדיג

כמיין אז ס'איז דא א סכנה אין זיין א "מענטש" אלס "קידוש השם" אויס. ווייל דאן קען קומען א "פרומאק" און אנגעבן א "הייליגן" סיבה פארוואס ס'איז דייקא א חילול השם ("זיי" קוקען אונז ארויף ווען מיר ווארפן אראפ די טשעינדז ווי א קאגעלעך געים. "זיי" פארשטייען אז מיר זענען זייער "אפגעהיטן.") ליבערשט זאל מען זיין גיט לשם גיטסקייט, אלס אדם נפעל כפי פעולותיו, ווייל אנדערע מענטשן זענען מענטשן מיט געפילן פונקט ווי מיר, ווייל א גיטער איז אלעמאל א גיטער, ווייל מאי דסני עליך לחברך לא תעביד.

מיר רעדן דאך דא נישט דא צו די "פרומאקעס", נאר טאקע צו די דאזיגע וואס ווילן זיין די אנטידאוט, דעריבער איז קליינע סכנה צו זיין א מענטש אלס "קידוש השם" אויס (אפילו אגב מעג ארויסגעברענגט ווערן אז קידוש השם גילט פונקט אזוי צווישן אידן, ווי דער רמב"ם זאגט קלאר). אבער בעצם ביסטו כשר גערעכט מיט דיין טעם פון טון פשוט גוטס לשם גוטסקייט און איך האב דאס אויך אריינגערעכנט זאגנדיג אז דער נותן האט נאך גאר א שטארקערע הנאה פון דעם מקבל.

ישר כוח פאר דעם התעוררת. אט האב איך דורך געוואקט דעם נעבעך'דיקן זשעניטאר אין דעם בנין, טראכטנדיק פון דעם שמועס דא אין שטיבל You do a wonderful job you’re a good man
זאג איך, זיינע אויגן האבן אויפגעלאכטן ווי איך וואלט איהם געגעבן א מיליאן דאלער. קיינער האט איהם קיין גוט ווארט געזאגט דוכט זיך זייט ער ארבייט דא. לאמיר קאמפלימענטירן איינער דעם צווייטן. גיב א שמייכל ס'קאסט נישט קיין פעני. כולנו פאר א בעסערער וועלטל.

אט אזוי ר' תמליון, עט דע באטעם זענען מיר אלע פון דעם זעלבן מין און מיר לעכצן נאך א שמייכל, א גוט ווארט. מ'קען פרובירן אריינגיין אין די טיפע הינטערליגנדע סיבות דערצו, אבער איין בחינה איז פשוט אז מיר אלע זענען פארלוירן אין דעם זעלבן וועלטל און ווען מיר קוקן זיך אריין איינער דעם צווייטן אין די אויגן, די פענסטער צום מענטשנ'ס אינערליכע נשמה, און מען "שפירט" זיך לויט אונזערע געמיינזאמע מענטשליכע סיגנאלן, די פשוט'ע געפיל פון איין מענטש צום אנדערן, די פאזיטיווע סיגנאל, די איינפאכע אנערקענונג פון א קאלעגע פון דעם זעלבן ספישיס, געט א טיפע אינערליכע צופרידנקייט וואס דרינגט אריין אין די אינערליכסטע קאמערן.

יעצט איינגעקויפט א קאווע אין רעסטעראנט, א אידישע רעסטוראנט. דער בעה"ב איז געשטאנען נעבן דעם אינגערמאן וואס סערווריט מיך יעדן טאג. געזאגט פארן בעה"ב בשעת דער ארבייטער האט געהערט, "ער מאכט א דעלישעס זשאב. ווען ער סערווירט גיט עס אריין א גיטן אפעטיט."

יואליש'ל, איך ווייס נישט צי דו אליין ווייסט די מוראדיגע הנאה און סערוויס וואס דא האסט מיט דעם מענטש געטאן. נאר אויב מען האט שוין אמאל אליין באקומען אן אמת'ע קאמפלימענט פארנט פון דעם אייגענעם בעה"ב, קען מען באגרייפן די פארגעניגן (וואס קען זיך נאך אפי' טרענסלעיטן צו קעש, ווייל די רעיס בעט זיך עפעס גרינגער נאכדעם). איך האב עס שוין געפילט, און גלייב מיר אז עס איז פון די אנגענעמסטע סארט קאמפלימענט וואס שייך.
דינסטאג מערץ 31, 2015 2:14 am#263086
איינמאל די אשכול האט זיך געגעבן א ריק צום נושא פון זיין פשוט 'פריינטליך' צום גוי, קען מען דא אנמערקען, אז דער גדול הדור נאכן חורבן - רבי יוחנן בן זכאי, האט זיך געפירט צו גריסן מיט יעדן גוי וואס ער האט נאר אנגעטראפן. און נישט נאר דאס, נאר ער האט נאך מקדים געווען צו גריסן די ערשטע.
אזוי שטייט אין גמ' ברכות י"ז ע"א: 'אמרו עליו על רבן יוחנן בן זכאי, שלא הקדימו אדם שלום מעולם, ואפילו נכרי בשוק'.

די מעשה גייט אויך מיט די שוחטים וואס פלעגן אלס גריסן דעם גוי וואס האט געארבעט אין שלאכט הויז, און איינמאל זענען זיי איינגעשפארט געווארן אין פריזער, און זיי האבן זיך שוין געגרייט צום ערגסטן. ווען פלוצלינג איז די גוי אריין און אויפגעשלאסן דעם פריזער. דער גוי האט זיי דערציילט, אז היינט אינמיטן וועג אהיים האט ער זיך געכאפט אז די שוחטים האבן אים 'משום מה' נישט געוואונטשן דעם טראדיציאנאלן 'א גוטן טאג', און דערפאר איז ער צוריקגעקומען צום שלאכט הויז צו זען וואס איז געשען מיט זיי. הוי אומר, זה מתן שכרן של צדיקים בעולם הזה.

כלל גדול: דער באשעפער איז א רחמיו על כל מעשיו. כל מעשיו מיינט א גוי אויך. ביי יונה הנביא האט מען געזען אז יונה האט אפילו געכאפט א געזונטע פסוק פארן זיך נישט מרחם זיין אויף גוים. ומה הוא רחום אף אתה רחום. זיי גוט צו גוים אויך, פונקט ווי דו וואלסט געוואלט זיי זאלן זיין העפליך צו דיך.
זונטאג מאי 17, 2015 5:53 pm#276001
ch1.jpg
ch1.jpg (171.65 KiB) געזען געווארן 2139 מאל
זונטאג מאי 17, 2015 9:01 pm#276092
נו, וועלעכע מוסד גייט זיין דאס ערשטע צו honorען דעם הערוישע אינגערמאן??
מאנטאג מאי 18, 2015 12:23 am#276159
Re: לאמיר מאכן א קידוש השם
סאיז אן ערנסטע שאלה פון לא תחנם
מאנטאג מאי 18, 2015 9:30 am#276208
זעץ דיך לערנען וועסטי נישט האבן אזויפיל שאלות.

ס'איז קרוב לוודאי אז א איד וועט אמאל האבן א טובת הנאה דערפון
מאנטאג מאי 18, 2015 10:39 am#276234
Re: לאמיר מאכן א קידוש השם
א גוי מאכט א קידוש השם, ראטעוועט ארויס א היימישע איד פון וואסער
http://www.vosizneias.com/203714/2015/05/18/london-cyclist-saves-fellow-jewish-rider-from-drowning-in-london-river/
מאנטאג מאי 18, 2015 11:52 am#276252
דער אלטער פון קעלם הגה''ק מורינו רבי שמחה זיסל זיו זצוקל''ה האט אמאהל געדארפט זיין אין דייטשלאנד לרפואת גיפו הק', און איינמאל גייענדיג אזוי אין די גאסן פון בערלין, באמערקט ער פון א דייטשער שייגאץ קישט זיין כלב מיט א אויסטערלישע אהבה, האט דער צדיק געגבן א זאג פאר זיינע באגלייטען וואס דער הייליגער נביא הושע האט געזאגט הֵם אֹמְרִים זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן. זיי זאגן די וואס שעכטען מענטשען קישן קעלבער.

עס האט נישט גענומען צו לאנג און די מלחמה האט אויסגעבראכן און די "ענדגילטיגע סלאטציע" איז אריין אין קראפט, און די פיינע, העפליכע, סאלידע דייטשען האבן העפליך אריין געשיקט אונזער זיידעס און באבעס, אנשים, נשים, וטף אין די גאז קאמארן, און זיי געזאגט . "ביטע שעהן מאדאמקע" און דערנאך פארקלאפט די טיר, און אריין געלאזט גאז, און זיך אונטערגעהאלטן פון א קליין ספעציעל לעכעל, ווי די אידן שטיקן זיך אויף טויט. יא הֵם אֹמְרִים זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן. זיי האבן גענומען פיצליך קינדער "אינפענט'ס" און זיי געכאפט ביי די פיסעלך און מיט די בלויזע הענט זיי דערשטיקט צום טויט. יא הֵם אֹמְרִים זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן.

פארוואס זאלן מיר פראבירן נאכצומאכן די זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן ???
דער גוי איז א פאלנער רוצח, דער גוי פארמאגט נישט קיין חובת הלבבות, ער איז א משחת במידת, ער הארגעט זיינע שונאים אן קיין רחמנות. איי ער האלט מיר האפן די טיר? דאס איז איין גרויסע שטיק חיצונות, ער וויל זיך בלויז אהערשטעלן ווי א פיינער מאן, זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן.

מען דארף זיך אויף פירן ארענטליך ווייל דער תורה הק' פארלאנגט אזוי, נישט ווייל דער גוי דער זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן פירט זיך אזוי:

אגב רבינו שליט''א האט אמאהל נאכגעזאגט ביי א דרשה אז דער וועלט האטט א טעות אינעם מושג פון חילל ה' און קידוש ה', ער האט נאכגעזאגט פון א מג''א אין הלכות שבת וואס ברעגנט נאך פינעם הייליגן רמב''ם, אז חילל ה' מיינט אז די גוים זאגן אז אידן האלטן נישט די תורה הק' און קידש ה' מיינט אז גוים זאגן אז אידן האלטן איין די תורה.
איך וויל נישט פארקריכען פינעם נושא, אבער לפי זה, ווער מאכט די גרעסטע חילל ה'? און ווער מאכט די גרעסטע קידש ה'? ווען די גוים זעהן ווי די וואס שטעלן זיך אהער אלס די אידישע פירער און ווארט זאגער זענען פאלנע פרייע כופרים, און האלטן נישט איין די תורה הק', איז דאס די גרעסטטע חילל שם שמים, זיי פארשוועכן דעם נאמען פינעם הייליגען באשעפער. וואס האט אינז ארויסגעצויגן פון מצרים.

ולא תחללו את שם קדשי ונקדשתי בתוך בני ישראל: אני ה' מקדשכם. המוציא אתכם מארץ מצרים להיות לכם לאלהים אני ה' ......
מאנטאג מאי 18, 2015 12:55 pm#276268
אנדערע פארציילן עס אויף ר' ישראל הוסיאטענער.[און ער איז טאקע ארומגעפארן זיך בעטעהן אן ווארענען די חסידים מען זאל עולה זיין קיין ארץ ישראל אזוי ווי ער האט אויך געטוהן]

דא אויף ק''ש זעהט מען כסדר פערפעקט עקזעמפעלס פון די הנהגה וכמו שכתבו אחרים באשכול אחר.
מאנטאג מאי 18, 2015 6:12 pm#276430
קאך_לעפל האט געשריבן:
אגב רבינו שליט''א האט אמאהל נאכגעזאגט ביי א דרשה אז דער וועלט האטט א טעות אינעם מושג פון חילל ה' און קידוש ה', ער האט נאכגעזאגט פון א מג''א אין הלכות שבת וואס ברעגנט נאך פינעם הייליגן רמב''ם, אז חילל ה' מיינט אז די גוים זאגן אז אידן האלטן נישט די תורה הק' און קידש ה' מיינט אז גוים זאגן אז אידן האלטן איין די תורה.

סתם אויף צו מעורר זיין ביי דיר אין ביהמ"ד ווייסט מען ווער רבינו שליט"א איז, אדער אויב דער אשכול האט א קעפל מיטן נושא פון דיין רבין שליט"א.
אבער סתם אזוי אין א פשוטן אשכול, שרייב ביטע א נאמען.
ייש"כ למפרע
א איד
מאנטאג מאי 18, 2015 6:22 pm#276437
א איד האט געשריבן:

יו. פון ווי האסטו געוויסט וועמען מען מיינט?
מאנטאג מאי 18, 2015 6:39 pm#276448
ווער זאגט אז איך ווייס?, גראדע ווייס איך נאכאלץ נישט.
איך בין אביסל נייגעריג צו וויסן, נאר להערה בעלמא האב איך עס ארויסגעברענגט בדרך מוסר.
זונטאג יוני 28, 2015 10:20 am#285591
Re: לאמיר מאכן א קידוש השם
איך וויל דא מיטטיילן מיטן עולם א מעשה וואס כ'האב לעצטענס געהאט און לדעתי דארף מען עפעס דראסטיש טוען פאר דעם,

מעשה שהיה כך היה, לכבוד זומער ירום הודו האב איך געוואלט קויפן קליידער פאר מיינע קינדער, א פרישע סיזען מיט פרישע קליידער. מיין בני בית איז געוואר געווארן אז ס'איז דא א קאמפעני מיטן נאמען OLIVE JUICE און זיי האבן פאר ביליג סוף סיזען זאכן
געזאגט און געטוען, כ'האב אויפגעהויבן דעם טרייבל און זיי אנגערופן, אבער אין קול ועונה זיי הייבן נישט אויף, נא אז נישט איז נישט לא פיללתי,

נאך אפאר מינוט קאלן זיי מיר צוריק, און אנשטאט צו נעמען מיין קאל און מיר סארווירן ווי א נארמאלע מענטש האב איך באקומען א פארציע אויפן קאפ,

זיי זאגן מיר אז אסאך מענטשן פון מיין קאמיוניטי באשטעלן ביי זיי 30 אדער אפילו מער זאכן אויף סעיל און שיקן צוריק כמעט די גאנצע, און דאס איז נישט קיין וועג צו מאכן געלד ועוד ועוד. כ'האב נישט געהאט די געדולד אים אויסצוהערן, און ער טענה'ט אז נאר דווקא די קאמיוניטי פירט זיך אזוי אויף צו אים, און ער האט מיר געבעטן אז איך זאל עס אויפמערקזאם מאכן פארן עולם.

כ'מיין אז אין די נושא זענען מיר היפש געשלאגן און מ'דארף זעהן עפעס צו טוען דערוועגן. באמת איז עס נישט די ערשטע מאל וואס איך שטויס מיר אן אין דעם. אפאר יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן א לענגערע שמועס מיט א מענידזשער פון די home depot געשעפטן, און ער האט גע'טענה'ט די זעלביגע זאך, און ער האט מיר פארציילט אז איינמאל נאך סוכות האבן אסאך אידעלעך צוריקגעברענגט טול'ס און אלע ערליי בוי געצייג צו די סטאר נאכן נוצן, זאגנדיג אז ס’איז נישט אזוי גוט ווי מ'האט געמיינט וכדומה, און ער האט זיי נאכגעקוקט און געזעהן אז זיי קויפן נישט קיין אנדערע וואס וועט יא גוט זיין פאר זיי, האט ער געזעהן אז זיי נוצן סתם אויס די סטאר פאליסיס פאר זייערע אינטערעסן.

ברוך השם אז דעמאלטס איז געווען נאכדעם א שטיקעלע אויפשאקלונג אין די נושא,
די חילול השם איז גרויס. מיר זענען אונטער ראדאר, די גוים קוקן אויף אונז מיט גרויסע אויגן, און מיר דארפן זיך היטן.
זונטאג יוני 28, 2015 2:41 pm#285668
איך אויך האט געשריבן:אנדערע פארציילן עס אויף ר' ישראל הוסיאטענער.[און ער איז טאקע ארומגעפארן זיך בעטעהן אן ווארענען די חסידים מען זאל עולה זיין קיין ארץ ישראל אזוי ווי ער האט אויך געטוהן]

דא אויף ק''ש זעהט מען כסדר פערפעקט עקזעמפעלס פון די הנהגה וכמו שכתבו אחרים באשכול אחר.

אני הקטן. בערל בעל עגלה האב אמאל צו געזעהן די פאלגנדע סצענע אויף איינס פון די גאסן אין בארא פארק. א שייגעץ פון בערך 14-15 יאר. האט זיך געשפיעלט מיט זיין כלב. געלעקט איהם און געטאנצט מיט איהם. אין א מינוט ארום איז אריבער געגאנגען (להב') א אידיש יונגעלע, האט דער זעלבער שייגעץ איהם אנגעהויבן נאכיאגן און געוואלט שטויסן מיט א שרעקליכע שנאה...!
זונטאג יוני 28, 2015 2:45 pm#285669
א איד האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
אגב רבינו שליט''א האט אמאהל נאכגעזאגט ביי א דרשה אז דער וועלט האטט א טעות אינעם מושג פון חילל ה' און קידוש ה', ער האט נאכגעזאגט פון א מג''א אין הלכות שבת וואס ברעגנט נאך פינעם הייליגן רמב''ם, אז חילל ה' מיינט אז די גוים זאגן אז אידן האלטן נישט די תורה הק' און קידש ה' מיינט אז גוים זאגן אז אידן האלטן איין די תורה.

סתם אויף צו מעורר זיין ביי דיר אין ביהמ"ד ווייסט מען ווער רבינו שליט"א איז, אדער אויב דער אשכול האט א קעפל מיטן נושא פון דיין רבין שליט"א.
אבער סתם אזוי אין א פשוטן אשכול, שרייב ביטע א נאמען.
ייש"כ למפרע
א איד

א איד: ייש"כ פאר מעורר זיין. אבער באמת ווייסט א יעדער בר בי רב ד'קאווע שטיבל דחד יומא ווער קאך לעפל'ס רבינו הק' שליט"א איז...די פראבלעם איז נאר אז א צווייטנ'ס רביה"ק שליט"א טוט ער נישט אנערקענען...!
זונטאג יוני 28, 2015 2:51 pm#285673
שרגא האט געשריבן:איך האב היינט מיטגעהאלטן (נישט צום ערשטן מאל) ווי א אידל קומט ארויס פון א געשעפט און פארקלאפט דעם טיר אין פנים פון דעם גוי וואס איז געקומען צו גיין ממש הינטער אים. כ'האב געזען ווי יענער קוקט אים אן מיט גרויסע בייזע אויגן. ער האט נאך געשאקלט דעם קאפ פון רעכטס אויף לינקס און צוריק זיבן מאל און געבליבן קוקן אויף יענעם ווי פון דער לבנה ביז ער האט זיך אריינגעזעצט אין קאר. עס האט מיך געבאדערט, (אפילו איך קען יענעם פארשטיין אז ער איז אויפגעוואקסן אין אן אנדערער אטמאספערע און באגרייפט נישט אפשר געהעריג די אמעריקאנער קולטור און ווי די קלייניגקייטן קענען זיי נעמען זייער ערנסט).

גענוג האבן שוין מיטגעהאלטן אזעלכע סצענעס ווי א צווייטער אידל מאכט א "לאקאלע" חילול השם, צי ביים זיך אריינכאפן אין דער ליניע, צי זיך שטעלן טענה'ן מיט'ן קעשיער א האלבע שעה אז ער האט געזען אן אנדערע פרייז אויפ'ן שעלף, ריטוירנען ראסטיגע עירקאנדישאנס נאכ'ן זומער, אן קיין רעסיט, טענה'ן מיט'ן באנק מענעדזשער א האלבע שעה וועגן א געקראכטע טשעק ווייל ס'געווען פרייטאג נאך די שקיעה, שיסן באנאנעס אין חיות-גארטן טראץ די בייזע וועכטער, צי אנדערע מטעמים אין פאבליק. עס איז קלאר אז מיר זענען ווייט נישט די איינציגע וואס קענען זיך צומאל אויפפירן "מאדנע", אבער למעשה זענען מיר אידן און דארפן זיך אלס דער עם סגולה מער היטן זיך אויפצופירן דוקא נאר ווי עס פאסט.

אבער אנשטאט זיך סתם נעמען באשעלטן די "פרומאקעס", האב איך היינט באשלאסן צו טון עפעס קאנסטרוקטיוו. שפעטער אין טאג האב איך אריינגעסטאפט אין א גאז סטאנציע (אין א היימישער געגנט) ווייל איך האב געדארפט "ארויסגיין". פונקט איז "ארויסגעקומען" אן אנדערער היימישער איד. איז מיר אריינגעטאנצן א מחשבה'לע אז מסתמא קומען דא כסדר אריין אידעלעך און באניצן זיך מיט דעם ביה"כ לרחצה, מיט אלע קינדערלעך אין די רייע, און אנטלויפן. אפי' עס איז אפשר נישט ממש טעכניש קיין "חילול השם" און אפשר איז עס נישט סטריקטלי געמאכט בלויז פאר קאסטומערס, שמעקט עס מסתמא נישט אזוי פאר'ן גויאישן אייגנטימער.

אלזא, ביים ארויסקומען בין איך צוגעגאנגען צום קעשיער און איך האב אים דערלאנגט א פינעווער, זאגנדיג "איך האב גענוצט די טוילעט, דו האסט מיר דערמיט צוגעשטעלט א סערוויס, און איך וויל דיר באצאלן דערפאר."

איר וואלט געמוזט זען ווי נאך א סעקונדע פון דעם שאקירטן בליק האט ער ממש אויפגעלאכטן מיט א שיינענדיגן פנים. ער האט מיר אויסגעשטרעקט די האנט און שטארק געדריקט, זאגנדיג מיט גלאנצענדיגע אויגן פיר מאל "טעינק יו, טעינק יו."

גלייבט מיר, איך האב נאך געשפירט בעסער פון אים (יותר ממה שהעגל רוצה לינוק וכו', אויך וויסנשאפטליכע שטודיעס באשטעטיגן די טיפע אלטרואיסטישע הנאה).

אבער בעיקר האב איך געשפירט אז אויף א געוויסע אופן האב איך דא עפעס "געטאן" קעגן יענעם טיר-פארקלאפער. עפעס "אויפגעטאן". און אזוי דארפן מיר אלע פרובירן טון. מיר דארפן פרובירן זיך אויפפירן ספעציעל איידל, דזשענטעל, געלאסן, צו מאכן א קידוש השם ווי נאר עס קומט אונטער. מיט אזעלכע קלייניגקייטן קען מען אנקומען ווייט.

אלזא, לאזט וויסן ווען איר מאכט אמאל עפעס א לאקאלן קידוש השם. אפשר אז איר וועט וויסן פון פאראויס אז איר וועט עס דערנאך דא אראפשרייבן, וועט עס געבן מוט צו אויספירן דעם נאבעלן אקט.

אוי זאגסטו גוט רבי שרגא
אני כשלעצמי ווען איך זעה א גוי שטיין ביי די זייט פון די ראוד פראביר איך מיך אפצושטעלן אין פרעגן צו איך קען מיט עפעס העלפען (איך האלט שטענדיג אין קאר booster cables אין שוין מקדש שם שמים געווען כמה פעמים)
ווי אויך ווען די גייסט אין געשעפט פרעג דעם קעשיר how are you today? אפילו אויב סאיז א אשה סוועט דיר גארנישט געשעהן אין די וועסט מאכען א קידוש השם
ווען די נעמסט געז אדער עני אנדערע סערוויס די באקומסט פון א גוי באדאנק דיך (דעס נעמט אויך אריין די גוי וואס פאקט צוזאם דיין ארדער ביים רעדזישסטער)
אז די קענסט געבן א טיפ מה טוב ומה נעים
כהנה וכהנה
זונטאג יוני 28, 2015 3:01 pm#285677
וכן אני נוהג (חוץ מיט די בוסטער קעיבלס, איך בין נישט קיין פאכמאן דערין).
זונטאג יוני 28, 2015 4:06 pm#285704
שמעקעדיג האט געשריבן:וכן אני נוהג (חוץ מיט די בוסטער קעיבלס, איך בין נישט קיין פאכמאן דערין).

מדארף נישט זיין קיין פאכמאן אין דעם עס איז זייער סימפל אין קען שפארען אסאך עגמת נפש. קאסט אויך נישט קיין סאך
זונטאג יוני 28, 2015 4:26 pm#285715
וויל קענען האט געשריבן:אפאר יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן א לענגערע שמועס מיט א מענידזשער פון די home depot געשעפטן, און ער האט גע'טענה'ט די זעלביגע זאך, און ער האט מיר פארציילט אז איינמאל נאך סוכות האבן אסאך אידעלעך צוריקגעברענגט טול'ס און אלע ערליי בוי געצייג צו די סטאר נאכן נוצן, זאגנדיג אז ס’איז נישט אזוי גוט ווי מ'האט געמיינט וכדומה, און ער האט זיי נאכגעקוקט און געזעהן אז זיי קויפן נישט קיין אנדערע וואס וועט יא גוט זיין פאר זיי, האט ער געזעהן אז זיי נוצן סתם אויס די סטאר פאליסיס פאר זייערע אינטערעסן.
ברוך השם אז דעמאלטס איז געווען נאכדעם א שטיקעלע אויפשאקלונג אין די נושא,
די חילול השם איז גרויס. מיר זענען אונטער ראדאר, די גוים קוקן אויף אונז מיט גרויסע אויגן, און מיר דארפן זיך היטן.

ר' וויל קענען, ביזט אזוי גערעכט.
אבעאר דיין סוף פסוק ווייזט אליינס אויפן חורבן פון אונזער סיסטעם.

מיר דארפן אויפהערן צו טון די שקאצעריי צו home depot משום חילול ה'?
וואס איז מצד 'מענטשליכקייט'? אונז זענען שוין אזוי לקוי אין די מינדנסטע פארשטאנד אין וואס איז מענטשליך און וואס נישט, אז אן אריינריקן גאט וועלן מיר נישט פארשטיין וואס איז ראנג מיט די סארט געמיינע אויפפירעכץ כלפי home depot וכדומה?!!!
זונטאג יוני 28, 2015 4:40 pm#285723
מסתמא מיינט ער בבחי' לא זו אף זו קתני,
אדער בבחי' אם אין אתה יוצא בגינך, צא בגין אשתך ובניך.
זונטאג יוני 28, 2015 4:41 pm#285725
שש משזר האט געשריבן:
וויל קענען האט געשריבן:אפאר יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן א לענגערע שמועס מיט א מענידזשער פון די home depot געשעפטן, און ער האט גע'טענה'ט די זעלביגע זאך, און ער האט מיר פארציילט אז איינמאל נאך סוכות האבן אסאך אידעלעך צוריקגעברענגט טול'ס און אלע ערליי בוי געצייג צו די סטאר נאכן נוצן, זאגנדיג אז ס’איז נישט אזוי גוט ווי מ'האט געמיינט וכדומה, און ער האט זיי נאכגעקוקט און געזעהן אז זיי קויפן נישט קיין אנדערע וואס וועט יא גוט זיין פאר זיי, האט ער געזעהן אז זיי נוצן סתם אויס די סטאר פאליסיס פאר זייערע אינטערעסן.
ברוך השם אז דעמאלטס איז געווען נאכדעם א שטיקעלע אויפשאקלונג אין די נושא,
די חילול השם איז גרויס. מיר זענען אונטער ראדאר, די גוים קוקן אויף אונז מיט גרויסע אויגן, און מיר דארפן זיך היטן.

ר' וויל קענען, ביזט אזוי גערעכט.
אבעאר דיין סוף פסוק ווייזט אליינס אויפן חורבן פון אונזער סיסטעם.

מיר דארפן אויפהערן צו טון די שקאצעריי צו home depot משום חילול ה'?
וואס איז מצד 'מענטשליכקייט'? אונז זענען שוין אזוי לקוי אין די מינדנסטע פארשטאנד אין וואס איז מענטשליך און וואס נישט, אז אן אריינריקן גאט וועלן מיר נישט פארשטיין וואס איז ראנג מיט די סארט געמיינע אויפפירעכץ כלפי home depot וכדומה?!!!

הרב משזר איר זענט ביטער גערעכט
אין אויב כלל ישראל וואלט נישט געווען אונטערען ראדאר מעג מען זיך יא אזוי אויפפירען?
מיר כלל ישראל זענען א איידעלע פאלק סאיז נאר א שאד אויף די יעניגע וואס טוען אונז כסדר פארשווארצען דאס פנים
בכלל מיין איך אז היינטיגע צייטען אנשטאט לערנען מוסר מיט די קינדער אין חדר דארף מען פשוט לערנען הלכות מענטשליכקייט
מוסר האט צייט אויף שפעטער אין לעבן
זונטאג יוני 28, 2015 4:44 pm#285727
Re: לאמיר מאכן א קידוש השם
ערעב שש איר זענט100% גערעכט און איך האב טאקע געטראכט צוויי מאל פארן עס שרייבן ווייל מיין עיקר פיונט איז טאקע דאס אז ס’איז נישט אויסגעהאלטן צו אויסנוצען שלא ביושר א סטאר פאלעסי וכדומה נאר וואס זאל מען טוען אז די עולם גולם וויל נישט פארשטיין און אפשר מיט אפאר אידישע ווערטער וועלן זיי פארשטיין אולי ואולי
זונטאג יוני 28, 2015 4:47 pm#285730
Re: לאמיר מאכן א קידוש השם
בעיקר וויל איך פארשטיין פארוואס טאקע זענען מיר געשלאגן מיט אזא מידה גרוע אסאך מער ווי דער גוי
קומט עס מכח ווייל א איד האט בהכרח געוויסע הוצאות למעלה מיכלתו אדער?
זונטאג יוני 28, 2015 4:53 pm#285738
שמעקעדיג האט געשריבן:וכן אני נוהג (חוץ מיט די בוסטער קעיבלס, איך בין נישט קיין פאכמאן דערין).

שמעקעדיג: אפשר גיימיר צוזאמען אין ביזנעס...?... :lol:
איך בין נאר אן עם הארץ אין קאמפיוטער-טעק והמסתעף. אבער אין מעקעניקל און עלעקטראניקס ביניך ב"ה גאנץ אינדערהיים...פארגעס נישט איך בין א פארצייטישער איד...נאך פון פאר די חרם דרבינו גרשון... :lol:
זונטאג יוני 28, 2015 5:00 pm#285741
וויל קענען האט געשריבן:בעיקר וויל איך פארשטיין פארוואס טאקע זענען מיר געשלאגן מיט אזא מידה גרוע אסאך מער ווי דער גוי
קומט עס מכח ווייל א איד האט בהכרח געוויסע הוצאות למעלה מיכלתו אדער?

קוק נאך, וועסטו זען אז וואס פרומער מען איז, אלס מער איז מען לקוי דערינען [קרית יואל, למטה הימנו וומס"ב, למטה הימנו ב"פ].
לדעתי איז די סיבה דערצו, וויפיל מער מצומצם מען איז, אלס מער האט מען דער געפיל פון אני ואפסי עוד כלפי דעם גוי. דאס זעט זיך ארויס כלפי צענדליגע אנדערע ערליי אופנים, ולדוגמא: ווער וועט זיך די מערסטע באנוצן מיטן צויבער שטעקעלע 'אנטיסעמיטיזם', ווער וועט אמת'דיג האלטן אז יעדע גוי זוכט דיך צו באגראבן, און ווער עס וועט זיין איבערצייגט אז ס'איז אסור ליב צו האבן א גוי. דו"ק ותשכח אז אלעס איז צונויפגעבינדען.
זונטאג יוני 28, 2015 5:23 pm#285754
וויל קענען האט געשריבן:בעיקר וויל איך פארשטיין פארוואס טאקע זענען מיר געשלאגן מיט אזא מידה גרוע אסאך מער ווי דער גוי
קומט עס מכח ווייל א איד האט בהכרח געוויסע הוצאות למעלה מיכלתו אדער?

איך גלייב נישט אז עס האט מיט די גרויסע הוצאות צוטון סאיז פשוט דא מענטשען וואס יעדע מאל זיי שפילען אויס די סיסטעם אפילו זיי שפארען סך הכל אפאר דאללער מאכט עס זיי פילען גוט
איך וואלט נישט געזאגט אז מיר אידען זענען געשלאגען מיט אזא מידה גרועה נאר עס איז דא אידען וואס זענען געשלאגען דערמיט
זונטאג יוני 28, 2015 5:25 pm#285755
שש משזר האט געשריבן:
וויל קענען האט געשריבן:בעיקר וויל איך פארשטיין פארוואס טאקע זענען מיר געשלאגן מיט אזא מידה גרוע אסאך מער ווי דער גוי
קומט עס מכח ווייל א איד האט בהכרח געוויסע הוצאות למעלה מיכלתו אדער?

קוק נאך, וועסטו זען אז וואס פרומער מען איז, אלס מער איז מען לקוי דערינען [קרית יואל, למטה הימנו וומס"ב, למטה הימנו ב"פ].
לדעתי איז די סיבה דערצו, וויפיל מער מצומצם מען איז, אלס מער האט מען דער געפיל פון אני ואפסי עוד כלפי דעם גוי. דאס זעט זיך ארויס כלפי צענדליגע אנדערע ערליי אופנים, ולדוגמא: ווער וועט זיך די מערסטע באנוצן מיטן צויבער שטעקעלע 'אנטיסעמיטיזם', ווער וועט אמת'דיג האלטן אז יעדע גוי זוכט דיך צו באגראבן, און ווער עס וועט זיין איבערצייגט אז ס'איז אסור ליב צו האבן א גוי. דו"ק ותשכח אז אלעס איז צונויפגעבינדען.

איך מוז מחולק זיין מיט דיר עס האט גארנישט צוטון מיט א געוויסע געגנט אדער ווי פרום די ביזט
עס האט פשוט צוטון מיט ווער דיינע עלטערען זענען געווען אין וואספארא חינוך די האסט באקומען