Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6393
דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:05 pm#199695
ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל
אזוי ווי ארבעס האט איינגעמאלדן נישט לאנג צוריק אין אחיעזר אז עס טוט זיך א געפארעכץ צום יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי'לע, האב איך מחליט געווען אז איך גיי מיר מיטכאפן מיט א קבוצה יונגעלייט וועלכע פארן, און איינרייסן ישועות און רפואות פאר מיינע נאנטע און פאר גאנץ כלל ישראל.

נישט גרינג איז געווען דאס פארן אויף אונגארן, בארץ לא זרועה, א אנגעפאשעטער אמעריקאנער יונג, אינעם לאנד ווי אונזערע עלטערן און אור עלטערן האבן געלעבט פאר יארן מיט אזא באשיידנקייט, אבער עס איז א מורא'דיגע עקספיריענס.

אנקומענדיג פרייטאג קיין קערעסטיר האבן מיר זיך איינקוואטירט אינעם הכנסת אורחים, טיילנדיג צימער מיט נאך 65 געסט וועלכע פארגינען פאר משפחת רובין דעם 500 טאלערדיגן טשעק... דערנאך בין איך ארויף צום ציון א 5 מינוט דרייוו פונעם אכסניה, ווי עס האט מיר ארומגעכאפט א שטארקן התעוררות און כ'האב געזאגט תהילים און מזכיר געווען אלע הזכרה'לעך.

עס איז איבעריג צו זאגן וואס עס טוט זיך אין קיטשען אין קערעסטיר ערב שבת יארצייט, ריזיגע טעפ אנגעפולט מיטן גאנצן מה ידידות, פרויען פון איין זייט, בחורים פון צווייטן זייט, שטייען און קאכן באקן שיילן מישן, און יעדעס מינוט וואשט מען פריש אויס די כלים און מען הייבט אן נייע רעצעפטן, טעצער קעיקס און קוקיס פארן ארויס יעדע עטליכע מינוט, וואס זאל איך אייך זאגן.. נוסח קערעסטיר!

פארן מקוה ערב שבת האב איך מיר נישט באגנוגנט מיטן פראוויזארישן קערעסטירער מקווה, נאר איך האב אריינגעדרייווט מיטן קליינעם עיוויס קארעלע קיין אוהעל, אוי איז דאס געווען א מקווה. א פיינע ווארעמע בור, מיט צוויי שיינע סטעיט אוו די ארט שאוערס וואס שטייען גרייט צום באנוץ אויף דער זייט, פרישע האנטוכער, פיינע סטים, מעין עולם הבא.

צווישן די אנשי שם וואס איך האב דארט באמערקט אין קערעסטיר זענען געווען: האדמו"ר מניקלשבורג וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן שבת אין איינעם פון די דערנעבנדע דערפער דורכאויס שבת. האדמו"ר מקאסאן פארשעי, און האדמו"ר מקאסאן לאנדאן. לואיס שיינער פון מאנסי (אומאן) האט זיך אויפגעהאלטן אינעם דערנעבנדן דארף טערצל.

די פלאץ ווערט אויפגעהאלטן און געראנט דורך רעב שייעלעס אייניקלעך משפחת רובין וועלכע פארן אהין יעדעס יאר אנשים נשים וטף און שטעלן צו אז אלעס זאל קלאפן עצהיו"ט, צווישן זייערע פעולות דעיס יאר ציילן זיך: דאס אויפבויען א נייעם פרעכטיגן קאך אויפן ארט צו קענען אקאמאדירן און סערווירן דעם גרויסן ציבור, וועלכע ציילט זיך עטליכע טויזנט א יאר ווי דעם היי יעריגן, און ווי אויך האבן זיי אויפגעבויט א גרויסן אהל געביידע אויפן ציון, נוסח מעזבוזש און אומאן.

איך האף אז די זכות פון הרה"ק ר' ישעילע זאל מיר טאקע מגין זיין און מיר העלפן בכל מילי דמיטב, און אלע יודן זאלן זוכה זיין געהאלפן צו ווערן מיט כל משאלות לבם.
דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:23 pm#199698
הערליך שיין באשריבן!
דאנערשטאג מאי 08, 2014 10:15 pm#199709
יין שרף האט געשריבן:הערליך שיין באשריבן!

שקויעך יין שרף פארן מיר געבן מיין 500'סטע לייק! :like
דאנערשטאג מאי 08, 2014 10:16 pm#199710
העי דעיס איניש פעיר.
פרייטאג מאי 09, 2014 1:07 am#199730
לאלי דו רייצט מיר אן. נעקסטע יאר כאפ איך זיך מיט. גוט צו געדענקען: די עיוויס קארעלע באלאנגט פאר לאלי.
זונטאג מאי 08, 2016 9:56 pm#332194
אויב איינער וועט זיין די וואך אין באדראג קען ער אריינקומען זאגען היי.
מאנטאג מאי 09, 2016 1:36 pm#332243
שמעקעדיג האט געשריבן:לאלי דו רייצט מיר אן. נעקסטע יאר כאפ איך זיך מיט. גוט צו געדענקען: די עיוויס קארעלע באלאנגט פאר לאלי.


שוין צוויי יאר שפעטער, ביסט געפארן לעצטע יאר? פארסט די יאר?
מאנטאג מאי 09, 2016 2:17 pm#332247
ווי געשריבן אמאל דא וועיגן די נייע יום טוב וואס געפאלט אויס ג' אייר, העמיר זען היי יאר וואס פאר א פראגרעס עס וועט מאכן, קיין ביטול מלאכה איז נאך נישט דא, אבער אפשר וועט שוין היי יאר אלע אינוואויסעס וואס האט שייכות מיט עסן ווערן בטול אזוי ווי יובל אדער שמיטה.
דינסטאג אפריל 25, 2017 8:42 am#368980
Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל
איינער האט די נאמבער פון די הכנסת אורחים אין קערעסטיר?
דינסטאג אפריל 25, 2017 1:45 pm#369002
איינער פרעגט מיר ווען קען ער אפישעל אנהייבן צו עסן לכבוד היום ג' אייר הממשמש ובא...
לאל
דינסטאג אפריל 25, 2017 3:46 pm#369025
לך לך האט געשריבן:איינער פרעגט מיר ווען קען ער אפישעל אנהייבן צו עסן לכבוד היום ג' אייר הממשמש ובא...
לאל


יָכוֹל מֵרֹאשׁ חֹדֶשׁ, תַּלְמוּד לוֹמַר בַּיוֹם הַהוּא, אִי בַּיוֹם הַהוּא יָכוֹל מִבְּעוֹד יוֹם, תַּלְמוּד לוֹמַר בַּעֲבוּר זֶה - בַּעֲבוּר זֶה לֹא אָמַרְתִּי אֶלָא בְּשָׁעָה שֶׁיֵּשׁ פיש פלייש גאלע לעבער הערינג קיכעל קוגל חלה לקח משקה מֻנָּחִים לְפָנֶיךָ...
דינסטאג אפריל 25, 2017 10:00 pm#369081
Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל
ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?
דינסטאג אפריל 25, 2017 10:15 pm#369082
קלוגע יודל האט געשריבן:ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?

3 sipos koz
דינסטאג אפריל 25, 2017 10:31 pm#369087
Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל
איך אויך האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?

3 sipos koz

וועלעכע איז דאס?
דינסטאג אפריל 25, 2017 10:58 pm#369091
וואס דו האסט געבעטן.
מיטוואך אפריל 26, 2017 7:27 pm#369197
Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל
איך פאר נישט קיין קערעסטיר דאס יאר איך בין אויף דייעט!
מיטוואך אפריל 26, 2017 11:44 pm#369228
Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל
איך אויך האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?

3 sipos koz

Bais Yeshaya dKeristerer Shtiebel
3401 Prairie Ave  
Miami Beach, FL 33140
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:34 am#369265
פליקער: וואסי. אין קערעסטירער שטיבל אין מיאמי פלארידא געט מען דען נישט לקח און בראנפן מיט הערינג און קאווע פאר תיקון (כמעט) א יעדן טאג....?!
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:39 pm#369266
מיטוואך אפריל 11, 2018 10:16 pm#399503
הייאר פאר איך נישט צו ר' ישעילה ווייל איך בין אויף א דייעט
זונטאג אפריל 15, 2018 12:55 pm#399832
פארן מיר אי''ה קיין קערעסטיר, אויב ווילט איהר, שיקט א קוויטל אין אישי אדער צו e itisgevaldig@gmail.com e , איך וועל פראבירן צו ארויס פרינטן און אראפלייגן ביים ציון.
זונטאג אפריל 15, 2018 1:05 pm#399835
חתם סופר האט געשריבן:הייאר פאר איך נישט צו ר' ישעילה ווייל איך בין אויף א דייעט


נישט יוצא ג' אייר מיט סתם א דייעט. די מיעוט חלבו ודמו דארף מען פארטיילען פאר עניים אדער גאר פאר יודען וואס האבן נאר זיי דארפן פשוט נאך.

וכן נתפשט המנהג במדינתינו...
זונטאג אפריל 15, 2018 1:07 pm#399836
געוואלדיג האט געשריבן:פארן מיר אי''ה קיין קערעסטיר, אויב ווילט איהר, שיקט א קוויטל אין אישי אדער צו itisgevaldig@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ארויס פרינטן און אראפלייגן ביים ציון.


איך שיק שוין, נאר איך וויל מאכן זיכער פאר דעם, איז דאס גענצליך בחינם? אדער כמנין ח"י פעמים ישעיה"ו עם הכולל צוטיילט אויף צוועלעף פעימענטס...
זונטאג אפריל 15, 2018 1:14 pm#399838
פדיונות זענען מער פון וועלקאם :oops: :oops: :oops:
מאנטאג אפריל 16, 2018 2:15 am#399904
די וועלט זאגט פארוואס ביים כותל איז ניש דא קיין עסן ווייל די אונגארישע גייען נישט דארט
מאנטאג אפריל 16, 2018 9:49 am#399913
Gimpel האט געשריבן:די וועלט זאגט פארוואס ביים כותל איז ניש דא קיין עסן ווייל די אונגארישע גייען נישט דארט

גראדע כ''ו אב איז דא תיקון אפילו ביים כותל. הגר''מ וואלפסאן וועלכער וויילט אויף די זומער וואכן אין ארץ האט זיין חזקה צו געבן תיקון פאר סאטמאר רב ביין כותל.
מאנטאג אפריל 16, 2018 9:57 am#399914
איסר האטלקי האט געשריבן:
Gimpel האט געשריבן:די וועלט זאגט פארוואס ביים כותל איז ניש דא קיין עסן ווייל די אונגארישע גייען נישט דארט

גראדע כ''ו אב איז דא תיקון אפילו ביים כותל. הגר''מ וואלפסאן וועלכער וויילט אויף די זומער וואכן אין ארץ האט זיין חזקה צו געבן תיקון פאר סאטמאר רב ביין כותל.

דאס איז בערך ווי געבן תיקון ט''ב לע''נ דעם חוזה..
מאנטאג אפריל 16, 2018 10:01 am#399916
ממש אזוי, ניין? ער האט געלאזט פרעמדע קרייזן גיין צום כותל.

עטליכע רבנים האבן אים געפרעגט לגבי גיין צום כותל, ער האט עטליכע מאל געענטפערט וועמען האב איך געמיינט אויב נישט אייך, און צומאל אייך מיינט מען נישט.
מאנטאג אפריל 16, 2018 1:46 pm#399934
עיין על הגאולה אסור לילך לכותל
מאנטאג אפריל 16, 2018 2:13 pm#399935
איסר האטלקי האט געשריבן:גראדע כ''ו אב איז דא תיקון אפילו ביים כותל. הגר''מ וואלפסאן וועלכער וויילט אויף די זומער וואכן אין ארץ האט זיין חזקה צו געבן תיקון פאר סאטמאר רב ביין כותל.

די משגיח ר' משה וואלפסאן איז שוין באלד 10 יאהר נישט געקומען קיין ארץ-ישראל אויף די זומער,
השי"ת ישלח לו (ובעיקר למשפחתו הרבנית...) בריאות וכח שיוכלו להחזיר עטרה ליושנה.
פון די מנהג צו געבן תיקון כ"ו אב ביים כותל-המערבי האב איך ניט געהערט,
באט
אין קונטרס "דעה-חכמה-לנפשך" פון הגרי"מ מארגענשטערן שליט"א לעצטע אלול
איז געברענגט געווארן אז האדמו"ר הנ"ל איז געפאהרן עקסטער צום כותל אויף כ"ו אב מקיים צו זיין 'השתטחות' אויף'ן ציון.
אין די הסבר איז געשטאנען אז וויבאלד ער קען נישט אנקומען צום ציון אין קרית יואל מחמת ריחוק המקום,
און אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אז נשמות הצדיקים לאחר פטירתם זענען פארהאן אין אט די מקום
(לרגלי שכינה, לא זזה שכינה מעולם, וכדו' מובא באריז"ל על עניין זה רבות)
האט דער צדיק געפאהרן צום כותל זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון פונעם רעבין-זכותו-יגן-עלינו

#ס'איז-נישט-קיין-דזשאוק
מאנטאג אפריל 16, 2018 2:19 pm#399936
געוואלדיג האט געשריבן:פארן מיר אי''ה קיין קערעסטיר, אויב ווילט איהר, שיקט א קוויטל אין אישי אדער צו itisgevaldig@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ארויס פרינטן און אראפלייגן ביים ציון.

היינט קען מען נאך
מאנטאג אפריל 16, 2018 5:58 pm#399949
איסר האטלקי האט געשריבן:
Gimpel האט געשריבן:די וועלט זאגט פארוואס ביים כותל איז ניש דא קיין עסן ווייל די אונגארישע גייען נישט דארט

גראדע כ''ו אב איז דא תיקון אפילו ביים כותל. הגר''מ וואלפסאן וועלכער וויילט אויף די זומער וואכן אין ארץ האט זיין חזקה צו געבן תיקון פאר סאטמאר רב ביין כותל.

שקר
מאנטאג אפריל 16, 2018 8:46 pm#399964
ליפא האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
Gimpel האט געשריבן:די וועלט זאגט פארוואס ביים כותל איז ניש דא קיין עסן ווייל די אונגארישע גייען נישט דארט

גראדע כ''ו אב איז דא תיקון אפילו ביים כותל. הגר''מ וואלפסאן וועלכער וויילט אויף די זומער וואכן אין ארץ האט זיין חזקה צו געבן תיקון פאר סאטמאר רב ביין כותל.

דאס איז בערך ווי געבן תיקון ט''ב לע''נ דעם חוזה..

ווען ת"ב געפאלט ווי היי יאר געבט מען תיקון אין גרויסן, וועל מיר זען די יאר אויב עס וועט זיין תיקון ביים כותל קומעדיגע כו אב