Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אולטרא ארטאדאקסען און מאדערענע - ווער איז מחמיר/מקיל?

אולטרא ארטאדאקסען און מאדערענע - ווער איז מחמיר/מקיל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 37 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6565
פרייטאג יוני 06, 2014 10:31 am#204560
אולטרא ארטאדאקסען און מאדערענע - ווער איז מחמיר/מקיל?
אין א ארטיקעל אין דער איד שרייבן זיי אז די פראבלעם פון די מאדערענע ארטאדאקסען איז "קולות פשרות און זלזולים אין הארבע ענינים."

l viewtopic.php?p=204469#p204469 l

ס'איז טאקע אמת אז מאדערענע זענען מקיל אין פארשידענע זאכן. אבער זענען דען נישט חרדים מקיל אין פארשידענע זאכן אין וואס מאדערענע זענען מחמיר??
עניני בין אדם לחבירו, תורה עם דרך ארץ, לימוד אומנות לבנו, דינא דמלכותא, און נאך.
די איינציגסטע חילוק איז אז חרדים האבן א אנדערע סעט פון זאכן אין וואס צי מחמיר/מקיל זיין ווי די מאדערענע. נא, ווער האט אפגעמאכט וועלכע סעט איז עהרליכער און הייליגער?
פרייטאג יוני 06, 2014 11:02 am#204563
/
פרייטאג יוני 06, 2014 11:52 am#204569
אליבא דאמת האט געשריבן:\
עניני בין אדם לחבירו, תורה עם דרך ארץ, לימוד אומנות לבנו, דינא דמלכותא, און נאך.
?

דארספט מוכיח זיין אז מאדערנע זענען מער מחמיר אין די ענינים.
פרייטאג יוני 06, 2014 2:25 pm#204589
קענסט מוסיף זיין צום ליסט - דאווענען אין א בית הכנסת. מיר חסידים שטעלן זיך אוועק מאכן א מנין ווי ס'לאטצעך. אין קידוש זאל, נעבן די ביסקיסעס, אינדערהיים, אין קאנטרי, ביים רעסטעריע. מאכט נישט קיין נאפקע מינע.
פרייטאג יוני 06, 2014 2:58 pm#204594
לעיקוואד האט געשריבן:
אליבא דאמת האט געשריבן:\
עניני בין אדם לחבירו, תורה עם דרך ארץ, לימוד אומנות לבנו, דינא דמלכותא, און נאך.
?

דארספט מוכיח זיין אז מאדערנע זענען מער מחמיר אין די ענינים.

http://www.vosizneias.com/166784/2014/06/06/orange-county-ny-report-updated-records-show-93-of-kiryas-joel-residents-on-medicaid/


וויפיל פון זיי זענען באמת בארעכטיגט צו האבן מעדיקעיד?
מוצ"ש יוני 07, 2014 10:51 pm#204627
זענען מקפיד צו שערן די בארד כדי נישט עובר זיין חילול שבת, א דאורייתא וואס כמעט יעדע חסידישע איד ווערט נכשל מידי שבת בשבתו.

זענען מחמיר נישט צו גיין אין מקוה שבת, כדעת גדולי הפוסקים. בנוסף צום עצם איסור רחיצה אין שבת, ווערן חסידישע אידן נכשל, אין קאנטרי, מיט טראגען די האנטוך אן קיין עירוב.

זענען מקפיד נישט צו גיין מיט הוט שבת, כידוע אין שלחן ערוך אז די ברים איז א אוהל.

זמן תפילת שחרית, מנחה איז מען מקיל ביי חסידים וויאזוי ס'שמעקט.

ועוד הרבה.
מוצ"ש יוני 07, 2014 11:16 pm#204633
ATUB @ ATUB
טאמבל סאס האט געשריבן:קענסט מוסיף זיין צום ליסט - דאווענען אין א בית הכנסת. מיר חסידים שטעלן זיך אוועק מאכן א מנין ווי ס'לאטצעך. אין קידוש זאל, נעבן די ביסקיסעס, אינדערהיים, אין קאנטרי, ביים רעסטעריע. מאכט נישט קיין נאפקע מינע.

אלס בעסער ווי נישט דאווענען, ענדערש דאווענען ביים רעסטעריע ווי איידער גארניקס דאווענען.
מוצ"ש יוני 07, 2014 11:21 pm#204634
קאווע טרינקער האט געשריבן:זענען מקפיד צו שערן די בארד כדי נישט עובר זיין חילול שבת, א דאורייתא וואס כמעט יעדע חסידישע איד ווערט נכשל מידי שבת בשבתו.

זענען מחמיר נישט צו גיין אין מקוה שבת, כדעת גדולי הפוסקים. בנוסף צום עצם איסור רחיצה אין שבת, ווערן חסידישע אידן נכשל, אין קאנטרי, מיט טראגען די האנטוך אן קיין עירוב.

זענען מקפיד נישט צו גיין מיט הוט שבת, כידוע אין שלחן ערוך אז די ברים איז א אוהל.

זמן תפילת שחרית, מנחה איז מען מקיל ביי חסידים וויאזוי ס'שמעקט.

ועוד הרבה.

סאיז בערך אזא ליסט ווי יענער וואס לערנט נישט ווייל ער וויל נישט פארגעסן די תורה. אדער עסט נישט קיין אייער נישט צו עובר זיין אויפן בליץ טראפ. אדער דאווענט נישט ווייל ער איז אין א רעסטעראנט. אדער נוצט א גוטער פארפיום צו פארשפרייטן אידישקייט :lol:
דינסטאג יוני 10, 2014 4:03 pm#205275
מיט אלע ליצנות אין א זייט איז קלאר אז ביי מאדערענע זענען דא אסאך הלכות וואס זיי זענען מער מחמיר ווי ביי אונז.
ליין נאר דורעך די שלחן ערוך ארטיקעל אין די שבת בלעטעל זעהט מען זיער אסאך הלכות וואס חרדישע אידן זענען נישט מקפיד אויף.

דארטען שטייט וועגן די איסור פון האבן א בעל תפילה א "זקן מאוד ונשמע קולו מכתת ושבור". ביי חרדים קעיר מען נישט פאר דעם כדי די אלטע רבי שליט"א זאל קענען דאווענען פאר'ן עמוד. אבער ביי מאדערענע איז מען אסאך מער מקפיד אויף כבוד ביהכ"נ און די בעל תפילה וועט נישט זיין אזא איינער.
נאך א הלכה איז אז א ביהמ"ד דארף זיין בכבוד'יג. אין אלגעמיין זענען די מאדערענע אסאך מער מקפיד אויף דעם, און האבען נישט קיין ביהמ"ד אין א רבי'לע'ס בעיסמענט.
די איסור פון האבן מער פון 25 קינדער אין א קלאס פון נאר איין מלמד. ביי די מאדערענע איז מען אסאך מער מקפיד אויף דעם.
ועיין שם עוד אסאך הלכות וואס אונז זענען נישט מקיים אבער א חלק דערפון זענען די מאדערענע יא מקיים.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:44 am#360221
און די אידישע מידיע טוט זיך אן איבערקערעניש איבער די מעלדונג וואס אן אקטיוויסט פון די רעפאבליקאנער פארטיי אין א"י האט דערציילט אין אן אינטערוויו. די מעלדונג לויטעט אז איוואנקא טראמפ, די ארטידאקסישע טאכטער פון פרעזידענט עלעקט, מיט איר מאן מר. קושנער, האבן באקומען א היתר פון א רב צו פארן מיט א קאר אום שבת, אויפ'ן וועג אהיים פון די אינאגערעישן צערעמאניעס. ער האט נישט געזאגט ווער די רב המתיר איז און אויף וואס די היתר איז געבויעט.

מאנכע שפעקולירן אז די היתר איז אלץ פקוח נפש וויבאלד זי איז א מעגליכע טארגעט, זייענדיג פון די פורסט פעמילי. אויף דעם טענה'ט מען, ווער הייסט זיי בלייבן דארט ביז ביינאכט? זאלן זיי אהיים גיין א האלבע שעה פאר'ן זמן מיט א קאר, אדער זאלן זיי בלייבן שלאפן אין ווייסן הויז.
זונטאג יאנואר 22, 2017 10:22 am#360295
לכאורה ארבעט עס נישט אזוי.

אין שולחן ערוך שטייט לגבי מפליגין, אז מען ברויך פארען פאר מיטוואך, און לויט איין שיטה איז דער טעם ווייל מען קען צוקומען צו חילול שבת.

און דארט שטייט אז פאר א צורך גדול מעג מען אפילו נאנט צו שבת, אפילו מען ווייסט מען וועט צוקומען צו חילול שבת.
זונטאג יאנואר 22, 2017 12:32 pm#360303
כ'האב געהערט אז למעשה האבן זיי יא אהיים געוואקט.

אבער יעצט טוט זיך אן אנדער איבערקעניש... די קושנער'ס האבן שבת צופרי איבערגעהיפט שול, און אנשטאט דעם געגיינגען צום טשערטש ר"ל פאר א געוויסע 'פרעיאינג סערוועס' וואס איז פארגעקומען מיט זיין שווער - דעם נייעם פרעזידענט. אויף די בילדער זעט מען ווי די קאפל קושנער קומען אריין מיט זייערע דריי (אידישע?) קינדערלעך און גייען אדורך די פולע מתפללים - להבדיל, אנצוקומען צו זייער באשטימטן פלאץ.
זונטאג יאנואר 22, 2017 2:15 pm#360308
איינער וואס איז אזוי מקורב למלכות ווי מר קושנער נ"י האט אנדערע דינים ווי א פשוט'ער איינוואוינעראין א מדינה. דאס איז אבער נאר אין מנהגים, ווי גיין אין א יארמולקע, שערע זיך אין די ספירה טעג, געבן די האנט צום אנדערן מין, אריינגיין אין א בית תיפלה, כסוי הראש פון זיין פרוי (כידוע זענען אסאך מתיר בזמננו, וכן נהגו כמה גדולי ליטא ואשכנז קודם שאתכשר דרא), וכדו'. אבער נישט אין יסודות הדת ווי כשרות אדער שבת וכדו'.
לכאורה, אויב ער עסט ביי די סעודות אדער איו די רעסטוראנטען מיט זיין שווער יר"ה איז ער מומר. לעומת זה, אויב ער האלט זיך איין אין עסט נאר כשר'ס, און זיין פרוי, די גיורת תחי', עסט נישט מיט מיט איהרע געשוויסטער דאכצעך מיר אז זיי זענען גאר בעלי מדרגה און חשובער אידען א שטייגער ווי מרדכי ואסתר בבית המלך.
זונטאג יאנואר 22, 2017 3:14 pm#360315
איך בין נישט קיין דיין און נישט קיין זון פון א דיין, אבער איך שפעקוליר שוין לאנג אויב איוואנקע טראמפ איז א איד. ווער האט איר מגייר געווען? וואס איז די הלכה אויב עמיצער איז זיך מגייר נאר צו קענען חתונה האבן מיט א איד? האט זי באמת געוואלט זיך מגייר זיין? מה לה לצרה זאת, בלויז פאר מערידזש, איז דאס א גיירות כדת משה? למעשה היט זי אפ אידישקייט? גייט זי אין מקוה? עסט זי נאר כשרות? היט זי זיך פון טריפות?

אידישיקייט איז נישט בלויז מל צו זיין די קינדער אדער גיין אין שול. אויך נישט איז נישט אידישקייט בלויז צינדן שבת ליכט, און א מנורה לכבוד חנוכה. אידישקייט איז נישט קיין קאליר אדער יוניפארם. איך בין נייגעריג אויב איוואנקע איז אפילו א מאדערענע איד.
זונטאג יאנואר 22, 2017 5:36 pm#360333
לכבוד די אלע אויבנדערמאנטע חשוב'ע מגיבים: אונז שפעקולירן אויב די קושנער/טראמפס זענען אמת'ע ארטאדאקסן. אויב די רביצין איוואנקא'ס גירות איז אן אויטענטישער גירות. און אויב זיי עסן יא, אדער נישט כשר'ס ביי די סעודות צוזאמען מיט די איבריגע בני המשפחה.!

לפענ"ד זענען די אלע שפעקולאציעס איבריג. א יעדער מענטש דארף ביי זיך וויסן דעם אמת. און זיך נישט פאפן אליינס. איז ער אן אמת'ער ערליכער איד אדער נישט. דאס אידישקייט איז לכאורה אזוי ווי א ראבבער בענד. מ'קען עס ציען. און ציען. אבער ביי א געוויסן פונקט רייסט זיך עס איבער. און ס'געט א געזינטן ציפ אין פנים.

מ'קומט און מ'פארציילט אונז אז די טראמפ/קושנערס זענען ארטאדאקסישע אידן. און דא זעהט מען אז הרב קושנער שליט"א גייט אן א קאפל. און די רביצין איוואנקא שתליט"א גייט אן א קאפ-צודעק/שייטל. אויך גייט זי בלבוש פריצות. אויך פארן זיי מיט א קאר אום שב"ק. אויך גייען זיי אין טשוירטש. און זיי הייסן נאכאלץ ארטאדאקסישע אידן. וויפיל איז דער שיעור וואס מ'קען שלעפן און בייגן דאס אידישקייט, אפילו מיט התירים/דיספענסאציעס. ביז דאס אידישקייט רייסט זיך איבער. אשטייגער ווי דער חשוב'ער רב און געוועזענער עסקן לכל קדשי ישראל במסינ"פ ראבאי אבי ווייס. וועלכער קומט אייביג אויף מיט אינטרעסאנטע און נוצליכע חידושים אין אידישקייט פון וואס אונז און אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געטראכט. ער ציהט דאס בענדל פון ארטאדאקסישע אידישקייט נאך, און נאך. די שאלה איז וואו איז די רויטע ליניע...?! וואס אויב מ'גייט ווייטער פון דעם איז מען שוין ארויס פון די מחנה פון ארטאדאקסן. און מ'הייסט שוין קאנסערוואטיוו. (אויך וואוילע אידן. אבער נישט פאר אונז.). די פראבלעם מיט איהם (און די חשוב'ע טראמפ/קושנער קאפל) איז אז זיי וויללן נהנה זיין פון ביידע וועלטן אין די זעלבע צייט. זיי וויללן אלעס האבן און טון. און נאך הייסן ארטאדטאקסן אויך...!
זונטאג יאנואר 22, 2017 5:51 pm#360336
berlbalaguleh האט געשריבן:לכבוד די אלע אויבנדערמאנטע חשוב'ע מגיבים: אונז שפעקולירן אויב די קושנער/טראמפס זענען אמת'ע ארטאדאקסן. אויב די רביצין איוואנקא'ס גירות איז אן אויטענטישער גירות. און אויב זיי עסן יא, אדער נישט כשר'ס ביי די סעודות צוזאמען מיט די איבריגע בני המשפחה.!

לפענ"ד זענען די אלע שפעקולאציעס איבריג. א יעדער מענטש דארף ביי זיך וויסן דעם אמת. און זיך נישט פאפן אליינס. איז ער אן אמת'ער ערליכער איד אדער נישט. דאס אידישקייט איז לכאורה אזוי ווי א ראבבער בענד. מ'קען עס ציען. און ציען. אבער ביי א געוויסן פונקט רייסט זיך עס איבער. און ס'געט א געזינטן ציפ אין פנים.

מ'קומט און מ'פארציילט אונז אז די טראמפ/קושנערס זענען ארטאדאקסישע אידן. און דא זעהט מען אז הרב קושנער שליט"א גייט אן א קאפל. און די רביצין איוואנקא שתליט"א גייט אן א קאפ-צודעק/שייטל. אויך גייט זי בלבוש פריצות. אויך פארן זיי מיט א קאר אום שב"ק. אויך גייען זיי אין טשוירטש. און זיי הייסן נאכאלץ ארטאדאקסישע אידן. וויפיל איז דער שיעור וואס מ'קען שלעפן און בייגן דאס אידישקייט, אפילו מיט התירים/דיספענסאציעס. ביז דאס אידישקייט רייסט זיך איבער. אשטייגער ווי דער חשוב'ער רב און געוועזענער עסקן לכל קדשי ישראל במסינ"פ ראבאי אבי ווייס. וועלכער קומט אייביג אויף מיט אינטרעסאנטע און נוצליכע חידושים אין אידישקייט פון וואס אונז און אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געטראכט. ער ציהט דאס בענדל פון ארטאדאקסישע אידישקייט נאך, און נאך. די שאלה איז וואו איז די רויטע ליניע...?! וואס אויב מ'גייט ווייטער פון דעם איז מען שוין ארויס פון די מחנה פון ארטאדאקסן. און מ'הייסט שוין קאנסערוואטיוו. (אויך וואוילע אידן. אבער נישט פאר אונז.). די פראבלעם מיט איהם (און די חשוב'ע טראמפ/קושנער קאפל) איז אז זיי וויללן נהנה זיין פון ביידע וועלטן אין די זעלבע צייט. זיי וויללן אלעס האבן און טון. און נאך הייסן ארטאדטאקסן אויך...!

גיין אן א קאפל, אן צוגעדעקט דעם קאפ, און בפריצות הייסט נאכנישט א גוי. איך מיין מ'קען זיך דינגן אין הלכה דא. איך האב גערעדט פון by and large אויב זי פירט זיך אידיש, אויב זי וויל באמת זיין א איד, אדער אויב זי איז א כשר איד.

א קרוב מיינע פרעגט מיך, אויב איך האב געהערט אז איוואנקע איז א איד, ס'איז אמת? זאג איך אים: יא, אבער זי גייט נישט מיט א שפיצל.
זונטאג יאנואר 22, 2017 6:00 pm#360339
פרייוויליג: איך הער וואס דו זאגסט. אבער, ס'איז אפגעזעהן ווי שטארק די אריגינאלע גירות פון מרס. קושנער איז. די אפשאצונג דארף זיין אויף דעם סך הכל פון זייער ביהעיוויאור. די שאלה, וואס זיי אליינס דארפן זיך פרעגן. זענען מיר ארטאדאקסן, אדער נישט...! מ'רעדט נישט פון אינדיווידועלע, צייטווייליגע היתרים. ווייל א יעדע זאך קענמען פאקטיש מתיר זיין. ווי די גמ' זאגט אז צו זיין קוואליפיצירט פאר די סנהדרין האט מען געמוזט קענן מתיר זיין את השרץ בק"ן טעמים...! אבער די סומע פון זייערע מעשים והתנהגות דארף באטראכט ווערן. אויב זיי הייסן נאך ארטאדאקסן. אדער זענען זיי צוגלייך מיט די קאנסערוואטיווע פליגל פון די אידישע רעליגיע...!
זונטאג יאנואר 22, 2017 6:06 pm#360341
נעכטען אויף דער זאב ברעננער שאו האט דער ראבבאי וואס האט מתפלל געווען פרייטיג ביים צעראמאניע געזאגט אז ער קען די קושנערס פון די נאהנט, און זיי איוואנקא און דזשערעד זענען מדקדק קלה כבחמורה. אויכעט זאגט ער אז דזשערעד איז אן ערשט קלאססיקער בעל קורא.
m http://www.vosizneias.com/260214/2017/0 ... nediction/ m
זונטאג יאנואר 22, 2017 6:09 pm#360344
תורה ומדע: ייש"כ. הקיצור. ער איז צו גאט און צו לייט. ווער ווייסט. אפשר וועט ער נאך אויפמאכן א שול און זיין ווייב וועט זיין די רביצין. זי וועט אפבאקן 2 קוגלען. און ער וועט שטעללן א פלעשל וואדקא אויפ'ן טיש. און ער וועט זיין אין ביזנעס...!
זונטאג יאנואר 22, 2017 6:11 pm#360345
גלייבטס מיר ער וואלט געהאט גרויס מנין... :)
זונטאג יאנואר 22, 2017 8:01 pm#360354
מערקווירדיג וואו איוואנקע פרעפעלט נישט מיט..
זונטאג יאנואר 22, 2017 8:29 pm#360359
קודם כל ס'איז נישט זיכער, און אפי' זי פרעפלט טאקע נישט מיט איז זי אבער ווייט נישט דער איינציגסטער. קוק ארום דארט.
זונטאג יאנואר 22, 2017 9:26 pm#360366
בן אדם האט געשריבן:כ'האב געהערט אז למעשה האבן זיי יא אהיים געוואקט.


די היתר צו פארן מיט א קאר איז געווען נישט נאר אויף אהיים צוגיין נאר אויף ארומצופארן צו עטליכע הוליערייען (טישן בלע"ז).
ס'איז שווער צו גלייבן אז די סיקרעט סערוויס האט זיי געלאזט אהיים וואקן נאך דעם וואס ס'זענען פארגעקומען דארט אזאנע ווילדע ריאטן ס'איז באמת געווען פיקוח נפש, און לויט די מצב וואס איז געווען וואלט איך זיי אויך מתיר געווען
זונטאג יאנואר 22, 2017 9:50 pm#360369
העי ווען האט זיך טראמפ'ס האר געטוישט פון ארענדש צו ווייס?
זונטאג יאנואר 22, 2017 10:58 pm#360373
Re: אולטרא ארטאדאקסען און מאדערענע - ווער איז מחמיר/מקיל?
א. אריינגייען אין א בית תיפלה איז לכאורה אסור סיי ווען.

ב. אין ליטא\אשכנז האט מען נישט מתיר געווען גייען בלויז קאפ. פרויען האבען זיך ערלויבט און די רבנים האבען קיין עצה זיך נישט געגעבען. איך האב פארשידענע באבעס, מאנכע צוגעדעקט און מאנכע אויפגעדעקט.

ג. דאס ווייסט מסתמא יעדער אז די גמרא, און נאך דעם רמב"ם און שו"ע, פסקנ׳ן אז מ׳טאר נישט מגייר זיין לשם אישות, אבער בדיעבד איז עס חל.

ד. אנגענומען ביי אידען איז, אז מ׳דארף היטען שבת כשרות און טהרת המשפחה צו הייסען א איד. ווער און וואס ווייס איך שוין נישט.

ה. ס׳וואלט געווען ראטזאם ווען א קלארע מחאה קומט ארויס פון די ארטאדאקסישע אידענטום אויף קושנער׳ס גייען אין א קלויסטער. אביסל זעלבסט שעצונג קענען מיר האבען. לאז אפ מיט געי מערידזש וכדו׳, דאס איז א הארבע קלאפ פאר די דמות פון אידען אין דער וועלט, אז די זאכען גייען אונז נישט אן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk