און דער אמת איז נאך מער, אויב זאל איך אנעמען אז די זאלי/בני יואל באוועגונג קעגן ברך משה ור' אהרן איז געטריבן מחמת עפעס א אידעאלגיע, דאן על דא קא בכינא, דאס איז ליידער די גרעסטע צרה, אזוי לאנג מ'פארשטייט נאך אז די גאנצע סיכסוך איז ליידער א פאליטיק פון מי בראש א דיני ממנות, איז נאך דא ראשינאל אבער איינמאל מ'לייגט אריין אידישקייט און אידעאלאגיע, אין לנו שום תקוה, און ליידער ליידער איז דאס אזוי מער ווייניגער מצד הזלמונים, ס'א גרויס ווייטאג, און מ'קען טאקע פארדאנקען אונזער ר' אברהם'ן אויף דעם, איך בין מכבד דער עולם צו הערן זיין דרשת הסברה וואס ער האט גערעדט וועגן די מחלוקה א געוויסער מוצ"ש, דאכצעך ביי די דינער פון זיין אייגענע קהלה, אויב איינער קען עס ביטע פארשאפן למצוה גדולה יחשב, די זאליס זעלבסט האבן עס געהאט מעתיק געווען און מפיץ געווען,
איך מצידי, און איך גלייב 95% פון ארונים, האבן גארנישט פערזענליך קעגן ר' זלמן לייב'ס אידישקייט, זיין דרך אין עבודת השם, ער איז באמת א פיינע וואוילער איד, און גארנישט ערגער ווי סיי ווער, איך האב באמת קיין שום פראבלעם אז ער איז א רבי פון א מיליאן חסידים, טראץ וואס 90% זיינע אייגענע אנהענגער וועלן מודה זיין אז ער האט קיין שום קרידענשלס צו זיין א מנהיג, אבער איך בין נישט פון די סארט מענטשן וואו די בני יואל ודומיהם וואס האלטן אז די "פאלשע רבי'ס" איז די פירצה בדורינו, איך מעסט נישט קיין רבי'ס, און כ'זעה נישט קיין פראבלעם אז א פשוט'ער איד האלט זיך פאר א רבי, געזונטערהייט, (מיין גרויסע פראבלעם מיט ר' זלמן לייב איז די גניבה וגזילה, די לצנות ער האט געמאכט פון זיין טאטן, סיסטעמטאטישע השתמטות לדין, די מאפיאנערישע, קאראפטירטע, צביעות'דיגע וועג ער האט פארכאפט די נכסי וומ"ב, זה הוא, ואכמ"ל)
למשל איך הער אסאך, בעיקר פון די זאלי מענטעליטי מענטשן, ווי זיי שפעטן אפ פון ר' אביש ספינקער, צו למשל פאפא רב, (איך כאפ נאר אן א משל), זיי קענען זיך בשום אופן זיך פארגינען זיי צו מיטאמאל רופן "ר'", זיי שפירן זיך אז אויב זיי העלן געבן דאס מינדעסטע רעספעקט פאר זיי זענען געווארן געסקעמט און אריינגענארט געווארן, דאס קומט ליידער פון די פארדארבענע מהלך וואס די בני יואל אידן האבן פארסמט אגרויס חלק סאטמאר,
וואס איז דען אז ר' אביש ספינקער איז א רבי, ער איז א זוהן פון א גרויסע צדיק, הולך בדרכי אבותיו, א יורש, נוהג בחסידות כפי אבותיו והשגתו, ציוואס פעלט אויס איהם צו משפיל זיין און אוועקמאכן? וואס האסטו מורא העט פאסירן אז מ'העט איהם געבן א ביסל קרעדיט און רעספעקט, געוואלד אין געשריגן, ער איז דאך פון אונזער קנאישע חדר,
נאר דער יסוד דערפון איז ליידער די געמיינע באוועגונג די בני יואל אידן האבן אריינגעברענגט און סאטמאר, ווייל די שוטים האבן גענומען דאס וואס דער רבי ז"ל האט אין געוויסע פעלער געהאט שטרייטן מיט געוויסע מנהיגים בשעת חירום ווען ער האט געפירט זיין היסטארישע מלחמה כבידה קעגן די נגע צרעת די מדינה של שמד, און די נערנים האבן עס מסלף געווען אויף א הימלשרייענדע צידרייטע פארדארבענע מהלך, ס'איז ניתן להאמר אז דאס איז געווען דער יסוד פון דער ברך משה'ס מערכה קעגן ר' אברהם'ן און בני יואל בכלליות, וואס כידוע איז דער ברך משה געווען 1000 מייל אוועק פון דעם מהלך,
איך בין דא פארקראכן, ווי האלט מיר דא,
יא, מיין פוינט איז אז, איך האלט די טאג וואס די זאליס וועלן איינזעהן אז די גאנצע מחלוקה האט זערא מיט אידישקייט און אידעאלגיע, וועט אטאמאטיש פארן די באן צו שלום ושלוה ווי ברודער,
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן