Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » קרעטשמע מהו?

קרעטשמע מהו?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
163 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 176 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6701
דינסטאג פעברואר 17, 2015 4:07 pm#254259
זיי האבן אויפגעלעבט
דינסטאג פעברואר 17, 2015 4:13 pm#254261
איז גיי צריק אהין! וואס קומסטו מיר דא מודיע זיין?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:11 pm#254582
newkave האט געשריבן:זיי האבן אויפגעלעבט

אזא לעבן אויף מיינע פיינט
מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:46 pm#254587
גרויזאמער פון קרעטשמע זאל ביטע קומען צו מיר אין אישי...
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:01 am#256017
כוכב האט געשריבן:גרויזאמער פון קרעטשמע זאל ביטע קומען צו מיר אין אישי...

דער לעגענדארע 'גרויזאמער' פון קרעטשמע האט פארוואנדלט די גאנצע אשכול פון די קליפ פונעם חפץ חיים צו א פאלעמיק איבער קאווע שטיבל און @ונבנתה עיר.

m http://kretchme.org/viewtopic.php?f=4&t=434&start=48 m

אין אנדערע נייעס. צוליב דעם פאלעמיק איז די ס"ה טרעפיק אויף קרעטשמע געשטיגן מיט גאנצע פיר הונדערט פראצענט. :P
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:08 am#256022
יאפ, דער גרויזאמער איז מתוק מדבש. און דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'מעקט אים רעכטס און לינקס.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:12 pm#259791
וואס זאגען די דיינים צום שאלה?...
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 3:38 pm#259889
Re: קרעטשמע מהו?
דינסטאג מערץ 24, 2015 10:33 am#261260
אבי מ'זאגט אז קרעטשמע האט נישט קיין טרעפיק,
זייער זייגער האט זיכער אסאך צייט...
דינסטאג מערץ 24, 2015 10:35 am#261262
עס "זייגט" אוועק...
דינסטאג מערץ 24, 2015 11:06 am#261273
עס זעט אויס ווי זיין פריוואטע טאגבוך...
דינסטאג מערץ 24, 2015 11:10 am#261274
דיין אוועטער אויך.
דינסטאג מערץ 24, 2015 11:24 am#261279
אשפ"ג פון דעם זייגער..

במילא ער האט אסאך ציט אבער ער זעט נישט וואו ער רעדט צום וואנט?? איך פארשטיי נישט וואו אזוי ער גייט אן...

איף האב דארט איבערגעקיקט האב איך געזען ביי אקטיווע אשכולות כמעט 4 בלעטער יאפ 4 בלעטער איז אלעס אראפ פון זייגער אין קיין איינס (אולי איינס) פון א צווייטען!!
דינסטאג מערץ 24, 2015 11:56 am#261288
Re: קרעטשמע מהו?
לינק ביטע?
מיטוואך מערץ 25, 2015 10:56 pm#261866
דער זייגער דערקלערט זיך זיגער מיט גאנצע איין באזוכער אין די לעצטע פינף מינוט. (ביטע נישט קליקן דעם לינק אונטן מער ווי דריי מענטשן אויף איין מאל, איר קענט נאך קראכן זיין סערווער) ;)
און ווער איז די פארלירער? יא! צוגעטראפן, טאקע ק"ש ימח שמינו! :P
m http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=6&t=478 m
מיטוואך מערץ 25, 2015 11:00 pm#261867
איך מיין אפילו אייוועלט איז נישט געגאנגן אזוי ווייט צי שרייבן ימ''ש אויף ק''ש,
עס קען זיין פארבינדן מיט דאס וואס די עלעמענט וואס דרייט זיך דארט ניצט די ימ''ש אויף א טעגליכע פארנעם,
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:38 am#261926
אינטרעסאנט וואס איך זעה אין תקנות הקרעטשמע
אלגעמיינע פאליסיס און תקנות.
הודעהעל ידי אדמיניסטראטאר » מיטוואך יוני 25, 2014 9:09 pm


ה) צו זיין קלארער: פערזענליכע אטאקעס, בפרט קללות און מיאוסע לאזונגען "גייען געמעקט ווערן", ביטע עס נישט שרייבען.

**קללות איז נישט ערלויבט אויף קיין שום איד, אויך נישט אויף קיין ציונים נישט "שר"י" נישט "ימ"ש" און נישט אנדערע קללות,



זעהט זיך אויס אז קאווע שטיבל זענען נאך ערגער פון ציונים...

m http://kretchme.org/viewtopic.php?p=2#p2 m
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:13 am#261940
who cares about them?
מאנטאג מערץ 30, 2015 10:59 pm#263017
די קאמישע אונטערגאנג פון קרעטשמע
m http://www.kretchme.org/search.php?sear ... ive_topics m
דינסטאג מערץ 31, 2015 12:28 am#263046
ס'איז קיינמאל איבערגעגאנגן אז ס'זאל קענען אונטערגיין... לא היה דברים מעולם.
דינסטאג מערץ 31, 2015 8:10 am#263099
שטייצעך אז דער פאליטיק דארט צווישן זייגער און די אנדערע חברה, איז זייער אפרילס פולס וויץ.
א שמחה אין שטעטל און נישטא ווער ס'זאל לאכן.
דינסטאג מערץ 31, 2015 8:32 am#263109
Re: קרעטשמע מהו?
ס'דא יעצט א לחיים אין קרעטשמע. ס'איז צוגעקומען א נייע תגובה
מיטוואך אפריל 01, 2015 4:43 pm#263592
קרעטשמע מהו!!
איך קוק מיר דא אום אין דיזע אשכול, און איך זעה דא צו די גאנצע קרעטשמע-קש סומעטאכע. איך האב באשלאסן אז איך וועל פרובירן צו ברענגען א פארשטענדעניש צווישן די צוויי פראקציעס פון היימישע אינטערנעט.

קודם כל, איך פארשטיי און איך ווייס אז מען קען נישט אינגאנצן אפטון די צארן, און דאס איז די דרך העולם מיט קאמפעטישן, ועאכו'כ ווען ביידע זענען גרויס איך האף אי'ה איין טאג אפצושרייבן אן ארטיקל איבער די היסטארישע מחלוקת צווישן קש און קרעטשמע, וואס דאס וועט פארשטייט זיך פארשריבן וטערן אין זכור ימות עולם מיט זילבערנער פעדערן און גרויסע פאפירן, ועוד חזון למועד.

איך וועל אנהייבן מיט א מעשה וואס איז באקאנט. עס איז געווען איינער פון די קעניגן, איך געדענק נישט אויב ס'איז געווען ינזריאל המלך אדער א אנדערע, אבער די מעשה גייט אז ער פלעגט זיך איינשפארן יעדער טאגאין א שטוב אליין, פאר בערך א שעה. די גבאים פלעגן זיך אלעמאל וואונדערן וואס דער קעניג טוט דארט. איין טאג האט איין גבאי זיך גענומען די חוצפה, און ער האט זיך באהאלטן אין די צימער. עס גייט דורך אפאר מינוט, און די קעניג קומט אריין, און ער פארשפארט די טיר.

די גבא. האט זיך מיט גרויס צרות פרובירט איינצוהאלטן זיין אטעם, היות ער האט געהאט א שווערער גוף. ער פלעגט אסאך עסן, כידוע ליודעי חן. די קעניג שטעלט זיך אוועק אינמיטן צימער, און ער הייבט אן רעדן צו זיך. דער גבאי האט זיך זייער דערשראקן, אפשר איז די קעניג אראפ פון זינען.

מיטאמאל האט די גבאי געמאכט א גניחה. די קעניג גייט צו, און פרעגט עם 'וואס טוסטו דא? האט ער זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז ער איז געווען נייגעריג. די קעניג האט באשלאסן אז ער וועט עם מסביר זיין פארוואס ער טוט דאס, אבער ער האט געזאגט קום צום אנדערע צימער, צוליב דער שמעק פון די גניחה.

אין די אנדערע צימער, האט זיך די קעניג אוועקגעזעצט, און ער האט געהייסן די גבאי שטיין, משום חשש אז די בענקל וועט ווערן אויס בענקל. די קעניג האט אנגעהויבן רעדן און מסביר זיין אז יעדער מענטש דארף זיך אויסגעבן די ביסל 'משוגא ' וואס מען האט אין זיך. און צוליב דעם האט ער דאס געטון. אבער אודאי, האט די קעניג פארגעזעצט, דאס איז ביי איינער וואס דארף עס באמת, נישט סתם רעדן אין וועלט אריין, וואס דעמאלס ווערט מען טאקע משוגא.

פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל דא איז אזו . נישט יעדער האט ליב די זעלבע עסן, און נישט יעדער האט ליב די זעלבע וועבסייט. דא איז איין סטיל פון רעדן און שרייבן, און ביי אונז אין קרעטשמע מהו, זענען דא מענטשן וואס דארפן זיך אויסגעבן, און ממילא קומט מען אין קרעטשמע, ווי מען קען רעדן צו זיך.

איך דארף שוין ענדיגן, און איך וועל נאך צוריק קומען צו דעם, אבער דערווייל קענט איר דא פרעגן סיי וועלכע פראגן איר האט.
מיטוואך אפריל 01, 2015 4:44 pm#263593
דיינע פילן זענען אויסגעלאפן?
מיטוואך אפריל 01, 2015 4:47 pm#263594
Re: קרעטשמע מהו?
זייגער, איך קוילער מיך נאך

סומאטוכעס, גניחה'ס, גבאים, משוגעים, מטומטמים, מחלוקת
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:31 pm#263608
איך באקום פאזעטיווע פידבעק אין אישי ב'ה.

איך וועל אנגרייטן א ארטיקל פאר סוכות אין די סא-כות אויסגאבע
מיטוואך אפריל 01, 2015 6:17 pm#263626
מיינסט אין די סיק-עסס אויסגאבע?
מיטוואך אפריל 01, 2015 6:20 pm#263631
Re: קרעטשמע מהו?
ניין, די סיק-עסס אויבגאבע איז פון קרעטשמע
מיטוואך אפריל 01, 2015 6:21 pm#263632
נופת צופים האט געשריבן:ניין, די סיק - עסס אויבגאבע איז פון קרעטשמע


ביי אונז איז נישט דא קיין גבאים
מיטוואך אפריל 01, 2015 7:02 pm#263645
ידוע אז אין וויז'ניץ פלעגט מען נישט זינגען ביי יחדשהו אבער נאכ'ן קריג האט דער אמרי חיים איינגעפירט מ'זאל עס זינגען מיט א דז'יקובער ניגון, זאגענדיג אז אזוי ווי דער דז'יקובער חסידות איז נעבאך אונטערגעגאנגען וויל ער ס'זאל כאטש בלייבן עפעס א זכר.
אזוי ווי קרעטשמע איז נעבאך אונטערגעגאנגען האט מען איבערגעלאזט א זכר דא אויף ק''ש.
מיטוואך אפריל 01, 2015 7:03 pm#263646
סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..
מיטוואך אפריל 01, 2015 7:12 pm#263648
מפוזרי האט געשריבן:ידוע אז אין וויז'ניץ פלעגט מען נישט זינגען ביי יחדשהו אבער נאכ'ן קריג האט דער אמרי חיים איינגעפירט מ'זאל עס זינגען מיט א דז'יקובער ניגון, זאגענדיג אז אזוי ווי דער דז'יקובער חסידות איז נעבאך אונטערגעגאנגען וויל ער ס'זאל כאטש בלייבן עפעס א זכר.
אזוי ווי קרעטשמע איז נעבאך אונטערגעגאנגען האט מען איבערגעלאזט א זכר דא אויף ק''ש.


קרעטשמע שטייט מיטן פילן פראכט
מיטוואך אפריל 01, 2015 7:54 pm#263654
אין קרעטשמע טרינקט מען יי"ש. דא טרינקט מען קאווע. נישט רעקאמנדירט צו מישן די צוויי.
מיטוואך אפריל 01, 2015 11:14 pm#263708
וואס? וואס? :roll:
מיטוואך אפריל 01, 2015 11:16 pm#263709
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין קרעטשמע טרינקט מען יי"ש. דא טרינקט מען קאווע. נישט רעקאמנדירט צו מישן די צוויי.


דארט שאשקעט מען אזויפיל אז מען שלאפט איין.
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:43 pm#263906
צו דער וואס רייסן אונז אראפ, און זאגן אונז זעמיר טויט, סיגעווען 3 תגובות היינט.

והוא שעמדה וכו'....
דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:31 pm#263919
Re: קרעטשמע מהו?
קאסטנער האט געשריבן:סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..

כ'מיין בוזט גערעכט. אבער א קלוגער איז ער אויב אזוי
זונטאג אפריל 05, 2015 9:24 pm#264169
רירענדע אשכול אין קרעטשמע מהו געבט איבער א פולן באריכט איבער דער פטירה פון רבי שמואל וואזנער זצ'ל:

m http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=4&t=482 m
זונטאג אפריל 05, 2015 9:51 pm#264183
Re: קרעטשמע מהו?
נופת צופים האט געשריבן:
קאסטנער האט געשריבן:סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..

כ'מיין בוזט גערעכט. אבער א קלוגער איז ער אויב אזוי

יעצט קאנפירמט אז ער'ז אן אונזעריגער.

דו לץ איינער @זייגער
מיטוואך אפריל 22, 2015 2:09 pm#268575
איך האב געשטוינט ביים באזיכן די קרעטשמע דארטן צום ערשטן מאל, איך האב מיך געשפירט זייער אומהיימליך אויף דעם ליידיגן קאלטן באדן וועלכע ערקלערט זויערקייט און עלנדנעס. איך האב געפילט ווי אין טשערנאביל.

די חילוק פון קרעטשמע ביז טשערנאביל איז נאר אז אין טשערנאביל האבן אמאל געווירבלט די גאסן מיט מענטשן און אין קרעטשמע האט געהערשט א פוסטע שטילקייט מיום וואס זי איז געווארן געגרינדעט, זייענדיג עדות צו נאך א אומסוקסעספולע פראיעקט וואס איז געווארן אינטערגענימען דורך מענטשן ווערנדיג געפירט מיט א דזשי. פי. עס. וועלכע איז ווי עס שיינט, געניצט געווארן נאכן אריינפאלן אין וואסער.
זונטאג אפריל 26, 2015 12:44 pm#269682
יעצט זעה איך זיי האבן פארשיקט זייגער

ATUB @זייגער ATUB וואס האט פאסירט?
זונטאג אפריל 26, 2015 12:59 pm#269684
Re: קרעטשמע מהו?
אין איין זאך זענען זיי מצליח, פארשיקן ניקס...
זונטאג אפריל 26, 2015 1:07 pm#269685
Re: קרעטשמע מהו?
זעהט אויס אז זייגער האט נישט גענוג געשריבן דארט.
זונטאג אפריל 26, 2015 1:38 pm#269693
דארט שרייבט זייגער אז מ'האט אים דא אויסגעשפארט.
זונטאג אפריל 26, 2015 5:10 pm#269782
וואס האט ער געטון שלעכט דא
זונטאג אפריל 26, 2015 5:12 pm#269785
ער שרייבט ווייל ער האט זיך געקריגט מיט @דולה ומשקה
זונטאג אפריל 26, 2015 9:42 pm#269880
Re: קרעטשמע מהו?
היינט 1:10פמ האט ער באזוכט דא. ווען האט ער געשריבן אז מ'האט אים אויסגעשפארט?
מאנטאג יולי 06, 2015 10:54 am#287339
יעצט פרובירט אריינצוגיין דארט נאך א לאנגע אפשניט פון צייט און ס'ארבעט נישט, ס'איז נאר א יעצטיגע קראך אדער דער סייט האט זיך אפגעשפארט?
מאנטאג יולי 06, 2015 11:46 am#287344
ATUB @ריכטיג ATUB ס'נישטא וואס צו באוויינען
מאנטאג יולי 06, 2015 11:53 am#287345
דער קרעטשמע איז אויסגעלאפן פון שנאפס.