Under maintenance
הויפט זייט » קארגשאפט צו לייקן?

קארגשאפט צו לייקן?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #676
מאנטאג מאי 21, 2012 10:23 pm#14074
קארגשאפט צו לייקן?
איך קיק אלעמאל אין די זייט פון די ניקס און אסאך מאל זעהט מען אז סע דא וואס האבן מער לייקס ווי זיי אליינס לייקן אנדערע און איך ווינדער מיך וואס דעיס מיינט.

כאב שוין געהערט און געזעהן מענטשן וואס האבן א קארגשאפט צו געבן געלט אדער זאכן פאר אנדערע ווייל אפשר האט מען מורא אז מע וועט נישט האבן געהוג אדער ווען אפי׳ א עושר וואס האט מער געלט ווי ער זאל קענען אויסגעבען זיין גאנצע לעבן אבער קען נישט אוועקגעבן פאר אנדערע ווייל ער פילט אז ער געט עפעס אוועק פון זיין אייגענע לעבן וואס ער האט נעבעך אפגעארבעט אזוי שווער צו עס מאכן און פארדינען , אבער געוואלד לייקס האט דאך יעדער מער ווי גענוג, פארוואס זאל זיין ניקס וואס האבן געגעבן א פאר single digit לייקס און האבן שוין הונדרעט און מער באקומענע לייקס?
מאנטאג מאי 21, 2012 11:22 pm#14084
יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!

אבער דאך, נאדיר א לייק!!!
דינסטאג מאי 22, 2012 8:11 am#14127
דבילה האט געשריבן:יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!

אבער דאך, נאדיר א לייק!!!

Lol

איך טייל גענוג און נאך. איך האב דאך endless לייקס ביי מיר און איך מאך זיכער צו געבן סאך מער וויפיל איך באקום.

איך מיין איך האב ערגעץ געשריבן (אדער געלייענט?) אז איך גגעב נישט קיין לייק פאר איינעם וואס האט מער לייקס ווי ער געט פאר אנדערע. ;) אויסער דעם געב איך אין גרויסן.
דינסטאג מאי 22, 2012 8:49 am#14129
איך קען נישט מער נישט מסכים זיין מיט ״ידען״ דא.
אויב מען לייקט; לשם לייקן, ווייל מען וויל נישט זיין קארג אדער ווייל עס פאסט. דאן איז די לייק פונקציע גענצליך איבריג.
און קיינער זאל נישט לייקן די תגובה נאר אויב ער לייקט עס טאקע.
דינסטאג מאי 22, 2012 8:53 am#14131
ידען האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!

אבער דאך, נאדיר א לייק!!!

Lol

איך טייל גענוג און נאך. איך האב דאך endless לייקס ביי מיר און איך מאך זיכער צו געבן סאך מער וויפיל איך באקום.

איך מיין איך האב ערגעץ געשריבן (אדער געלייענט?) אז איך גגעב נישט קיין לייק פאר איינעם וואס האט מער לייקס ווי ער געט פאר אנדערע. ;) אויסער דעם געב איך אין גרויסן.

ביסט נישט אינגאנצן גערעכט מיט דיין שטעלונג, ווייל לייקן קען מען נאר איינמאל, דאגעגן באקומען לייקס קען מען אפילו 1000 פער תגובה (נאר א משל), אלזא דאס וואס איך האב מער לייקס איז נישט ווייל איך קארג מיט לייקן, אדרבה ואדרבה איך טייל ביד רחבה, נאר דאס וואס איך האב מער באקומענע לייקס איז ווייל אסאך תגובות פארמאגן מער ווי איין לייק און אפילו מער ווי צוויי, איך האף אז דו פארשטייסט.
דינסטאג מאי 22, 2012 11:42 am#14161
חלילה לי מעשות כדבר הזה צו לייקן אין די וועלט אריין, דעמאלס וועל איך אויסזעהן ווי דער ניק וואס איז דא איינמאל אויפגעשטאנען און גענעמען לייקן אז מע איז ממש משוגע געווארן. לייקס דארף זיין נאר ווען מע האט הנאה פון א תגובה, אבער וואס איך מיין אז סע דא גענוג גוטע זאכן וואס מע קען לייקן.

געמיינט האב איך זיכער נישט אזעלעכע ווי שמואל הלוי וואס קארגט בכלל נישט ווי מע זעהט אז ער האט געגעבן איבער 300 לייקס. איך האב געמיינט די וואס האבן ממש א פאר לייקס געגעבן און זעכער האבן זיי שוין מער הנאה געהאט פון לייענען און מיט דעם אלעם איז זיי זייער זייער שווער צו ריקן די מייזעלע און אראפקוועטשען די לייק הענטעלע.
דינסטאג מאי 22, 2012 2:44 pm#14213
ידען, נישט יעדער קומט דא באוואפענט מיט מייזלעך, אסאך מאל בין איך דא מקיים דעם ובלכתך בדרך און מיין אפערא מיני האט נישט דעם לייק אפציע. איז טאמער איז עס עפעס אויסערגעוויינליך גוט וועל איך נעמען די מיה און קאפיען און פעיסטען די לינק אין די סטאק בראוזער און לייקען דארט, אדער פראבירן צו געדענקען ווען איך באזעץ מיר אויפן קאמפיוטער פאטעל, אבער פאר א הודעה וואס איז סתם אזוי גוט איז נישט שייך זיך צו באמיען. איך האף איר נעמט עס נישט פראזענליך.
דינסטאג מאי 22, 2012 6:05 pm#14261
אה דעס איז שוין א אנדערע מעשה. פארוואס טאקע קעמען נישט לייקן ביי אפערע? אפשר דארף מען עפעס טוישן?

איך נעם עס נישט פערזענליך. איך מיין בעיקר אנדערע שרייבער וואס אסאך מאל זעה איך אז יענער האט זיך גוט אנגעשטרענגט און געשריבן גוטע זאכן און קיינער קימערט זיך נישט צו לייקן (חוץ איך...)
מאנטאג יוני 18, 2012 10:32 pm#18491
צו דערמאנען פאר די נייערע מעמבערס און פאר די אלטע אז זיי זאלן נישט פארגעסן מחזק זיין די נייע חברה אז זיי זאלן פילען גוט צו בלייבן שרייבן דא.
דינסטאג יוני 19, 2012 1:08 am#18520
איך האב טאקע געוואלט מעורר זיין א נקודה, אסאך מאל זעט מען איינער לייגט ארויף א פיינע אשכול\תגובה, א זאפטיגס, און דער עולם הייבט אן צו לייקען, אלס זייער פיין און וואויל, אבער אמאל בימים כתיקונם, ווען וועלט איז געווען וועלט, ווען איינער האט ליב געהאט א תגובה האט מען געברויכט זיך אנשטרענגען און שרייבען א תגובה, און אז מ'האט שוין געהאלטן די פעדער אין די הענט האט מען שוין צוגעלייגט א הערה'לע, א קריטיק, א סתירה, אבי עפעס, אבער ס'האט זיך געפלאכטן א שמועס דערפון, היינטיגע צייטן איז דאך אכשר דרא, ווען ס'געפעלט עפעס רוקט מען דעם מייזל ארויפציר אביסל לינקס און מ'קוועטשט ארויס א לייק און דאס איז עס, יצא ידי חובתו, קען אמאל זיין א באמבע פון א תגובה, ס'שורה'ט זיך אויס א ליסטע פון צען צוועלעף לייקס און דא ענדיגט זיך די מעשה, דעד ענד. און סאיז א גרויסער שאד.

אלזא וואלט איך געוואלט בעטן דעם עולם, אנשטאט אמר ויבא ארבה "וילק" ואין מספר, זייט מקיים פתח צור ויזובו מים און לאזט אייך הערן.

אויב שטימט איר צי צו וואס איך זאג, אנשטאט צו לייקען שרייבט א תגובה, און טאמער שטימט איר נישט צו, דאן שרייבט אויך.
דינסטאג יוני 19, 2012 1:13 am#18521
איך שטים צו מיטן גאנצן הארץ. די לייק קנעפל איז נאר אזא ״פטור בלא כלום אי אפשר״ קנעפל....
דינסטאג יוני 19, 2012 1:43 am#18528
איך גלייך דאס לייק'ן ווייל דעס פארמיידט פעידזשעס מיט פעידזשעס פון זינלאזע תגובות, אז איינער האט עפעס זאכליך צוצולייגן זאל ער שרייבן, סתם רעדן לשם רעדן איז דאך דא די פינעף ווערטער אשכולות פארדעם, למשל אין היידפארק אדער אייוועלט קענסטו אסאך מאל מישן 5 פעידזשעס ווילאנג איינער רעדט צום זאך, און אזוי אויך ווערט עס פארשלונגען ווי פרעה'ס קוען צווישן אלע טראללער'ס און קאמפלימענטס וכדו'.

כאב דיר אבער נאכאלס געלייקט יעצט צוליב דיין זאפטיגע קאטשעניאו שפראך.
דינסטאג יוני 19, 2012 1:50 am#18530
DotCom האט געשריבן:איך גלייך דאס לייק'ן ווייל דעס פארמיידט פעידזשעס מיט פעידזשעס פון זינלאזע תגובות, אז איינער האט עפעס זאכליך צוצולייגן זאל ער שרייבן, סתם רעדן לשם רעדן איז דאך דא די פינעף ווערטער אשכולות פארדעם, למשל אין היידפארק אדער אייוועלט קענסטו אסאך מאל מישן 5 פעידזשעס ווילאנג איינער רעדט צום זאך, און אזוי אויך ווערט עס פארשלונגען ווי פרעה'ס קוען צווישן אלע טראללער'ס און קאמפלימענטס וכדו'.

כאב דיר אבער נאכאלס געלייקט יעצט צוליב דיין זאפטיגע קאטשעניאו שפראך.

פארשטייט זיך כ'נישט געמיינט אז מ'זאל לייגען א תגובה פון צוויי ווערטער, נאר אנשטאט די אשכול זאל זיין א דומם וואן וועי טרעפיק, זאל עס זיין א חי - מדבר טו וועי סטריט.
און ס'האט מיר גענומען א מנוט צו כאפן ווי קאטשעניו קומט אריין די, אה, געפילטע פיש, אשפג...
דינסטאג יוני 19, 2012 2:20 am#18537
די גמרא זאגט אין יומא כו. אז דער פסוק ברך ה' חילו רעד לגבי קטורת וואס איז נישט שכיח און נישט לגבי קרבן עולה וואס יעדער ברענגט איז רש"י מסביר ווייל אויב עס גייט ארויף אויפן קרבן עולה וואלטען דאך אלע געווארען רייך, פי' און ווען אלע זיינען רייך איז דאס נישט רייך, והוא הדין לגבי די לייקס
דינסטאג יוני 19, 2012 12:59 pm#18613
ווען איך בין אחראי נעם איך יעצט אוועק די לייק קנעפל
דינסטאג יוני 19, 2012 1:03 pm#18614
גלות יוד האט געשריבן:ווען איך בין אחראי נעם איך יעצט אוועק די לייק קנעפל

חלילה.
דינסטאג יוני 19, 2012 1:03 pm#18615
גלות יוד האט געשריבן:ווען איך בין אחראי נעם איך יעצט אוועק די לייק קנעפל

דו ווילסט עס אוועקנעמען? אויב אזוי פארוואס האסטו שוין געלייקט 17 מאל?
דינסטאג יוני 19, 2012 4:26 pm#18667
נאר 17 מאל
דינסטאג יוני 19, 2012 10:24 pm#18768
איך האלט אויך אז די לייק קנעפל איז נישט קיין טובה, וויבאלד ס'פארמינערט די צאל תגובות! מ'וואלט אסאך מער געשריבן ווען נישט די לייק. אזוי פטר'ט מען זיך מיט א לייק. כ'זאג נישט! בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער. אבער ויש לדון בזה, וואס ס'איז געשמאקער פאר א מענטש צו זען? פיר פינף געשריבענע תגובות? אדער זיבן אכט לייקס, ווען ס'קען אפ' זיין אז קיינער פון די לייקער'ס האט נישט געלייענט די הודעה. אנדערש איז אבער ווען ס'נישטא קיין לייק קנעפל . ווייל אויב האט שוין א מענטש אפגעמאכט ביי זיך צו רעאגירן מיט א תגובה דערויף, וועט ער עס שוין לייענען. נאך מער...אז ער שרייבט א תגובה, מוז זיין אז ער האט הנאה געהאט דערפון, און דאס קען נאר זיין אויב האט ער עס געלייענט.
דאקעגן 'לייקן' נעמט נישט מער ווי א רגע.
דינסטאג יוני 19, 2012 10:56 pm#18771
פעדער האט געשריבן:איך האלט אויך אז די לייק קנעפל איז נישט קיין טובה, וויבאלד ס'פארמינערט די צאל תגובות! מ'וואלט אסאך מער געשריבן ווען נישט די לייק. אזוי פטר'ט מען זיך מיט א לייק. כ'זאג נישט! בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער. אבער ויש לדון בזה, וואס ס'איז געשמאקער פאר א מענטש צו זען? פיר פינף געשריבענע תגובות? אדער זיבן אכט לייקס, ווען ס'קען אפ' זיין אז קיינער פון די לייקער'ס האט נישט געלייענט די הודעה. אנדערש איז אבער ווען ס'נישטא קיין לייק קנעפל . ווייל אויב האט שוין א מענטש אפגעמאכט ביי זיך צו רעאגירן מיט א תגובה דערויף, וועט ער עס שוין לייענען. נאך מער...אז ער שרייבט א תגובה, מוז זיין אז ער האט הנאה געהאט דערפון, און דאס קען נאר זיין אויב האט ער עס געלייענט.
דאקעגן 'לייקן' נעמט נישט מער ווי א רגע.

קען זיין, דאס איז די סיבה פארוואס אייוועלט האט נישט א לייק קענפל, ווייל האלב פון די תגובות דארט, באשטייט פון אויס רימען איינעם דעם צווייטען.

שכוח נאכמאל, פאר די גרינדער פון קאווע שטיבל, פאר די לייק קענפל.
מיטוואך יוני 20, 2012 10:23 am#18858
און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!
מיטוואך יוני 20, 2012 10:42 am#18864
פעדער האט געשריבן:און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!

אייוועלט איז 95 פראצענט קאמפלימענטס און סתם פלאטשקערייען, כדי צו אנקומען צו א זאכליכע קאמענט וואס קען נוגע זיין דעם תוכן פונעם אשכול ברויך מען צומישן גאנצעטע בלעטער, און ס'איז נאטינג ראנג, זיי האבן עס אויסגעשטעלט אויף אזא וועג און זיי ברויכן זיך האלטן צו זייערע פרינציפן, אבער נישט יעדער מוז דאס ליב האבן, פאר אסאך שרייבער'ס איז א לייק איבער גענוג אויף ווייטערצוגיין, יעדער געשריבענער איבעריגער תגובה נעמט אוועק דאס געדולד פון די ליינער'ס.

א זאכליכער תגובה מיינט אדער אז ס'איז מוסיף אדער גורע עפעס צום עצם ענין, די איבעריגע איז ספעם.
מיטוואך יוני 20, 2012 10:47 am#18865

אייוועלט האט זיך טאקע זיינע רולס... אויב וועסטע קוקן גוט וועסטע זעהן אז ס'דא בלויז געציילטע ניקים דארט (פון די סעלפ פראקלאמירטע גוט-שרייבערס) וואס פאר יעדע תגובה וואס זיי שרייבן דארט נעמט זיך האלב איי וועלט צוזאם און איז זיך משתחווה וכורע פאר זיי און קאמפלימענטירט זיי ווי גוט זיי זענען.

אן עקל.
מיטוואך יוני 20, 2012 11:01 am#18868
איך פארשטיי נישט . וואס איז די עקל?? ווען דא זאל מען כאטש יא באדאנקן יעדע שמויגער, ביסטו א בא בטענה, אבער דא געט מען דאך קוים אפ' פאר גוטע שרייבערס. אלזא מה כל הרעש?? און דו מיינסט אז די א.ג. זעלבסט דערקלערטע (פראקלאמירטע) שרייבער, באקומען אזויפיהל דאנקען וויבאלד מ'קען זיי? האביך פאר דיר נייעס! אז טאקע מיינסטנס פון די גאר בארימטע גוטע שרייבער, קען זיי כמעט קיינער.

און ווידער, וואס איז בכלל די רעדע דא? זיי זענען דאך למעשה טאקע גוטע שרייבער, און אויב יעדער באדאנקט זיי, איז דא א ריזן דערפאר. מסתמא צורייסן זיי דעם עולם פאר געלעכטער. אצינד אנשטאט שטיין אין די זייט און צופלאצט ווערן פאר קנאה, איז דא א בעסערע אויסוועג, "נעם דיך אויך שרייבן, יעדער זאל עס זיין ווער נאר, פארמאגט מיט עפעס וואס צוצוגעבן צום פארום, דער מיט ארטיקלען, דער מיט בילדער, דער מיט טעכניק, דער מיט סתם עצות, דער מיט טעקסט מעסיזשעס, דער מיט 4,5,6,7,8 ווערטער אשכול, און אזוי רבים כהנה. און יעדער מיט - יישר כח'ס וואס דאס איז די אלף בית פון צוזאמהאלטן און מוטיגן פארום מיטגלידער.
ס'האט נישט קיין זין צו שרייען "אן עקל" אויף מענטשן וואס טוען מהנה זיין א ציבור אידן אומזיסט. העכסטנס איז דא א אויסוואל צושווייגן און גארנישט זאגן, אנשטאט יענעם ארונטערצורייסן
מיטוואך יוני 20, 2012 11:07 am#18871
DotCom האט געשריבן:
פעדער האט געשריבן:און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!

אייוועלט איז 95 פראצענט קאמפלימענטס און סתם פלאטשקערייען, כדי צו אנקומען צו א זאכליכע קאמענט וואס קען נוגע זיין דעם תוכן פונעם אשכול ברויך מען צומישן גאנצעטע בלעטער, און ס'איז נאטינג ראנג, זיי האבן עס אויסגעשטעלט אויף אזא וועג און זיי ברויכן זיך האלטן צו זייערע פרינציפן, אבער נישט יעדער מוז דאס ליב האבן, פאר אסאך שרייבער'ס איז א לייק איבער גענוג אויף ווייטערצוגיין, יעדער געשריבענער איבעריגער תגובה נעמט אוועק דאס געדולד פון די ליינער'ס.

א זאכליכער תגובה מיינט אדער אז ס'איז מוסיף אדער גורע עפעס צום עצם ענין, די איבעריגע איז ספעם.

אז דו האסט א פראבלעם מיטן מישן לאנג, איז לייען נאר דעם ערשטן ארטיקל. אדער זיי א מזכה את הרבים און זיי מחבר מפתחות פאר יעדע ענין, אזוי ווי עטליכע פיינע אינגעלייט האבן געמאכט אין אייוועלט. איך פארשטיי דיין פראבלעם פון דארפן לייענען יישר כח'ס און געדאנקעכצער וואס האבן גארניקס שייכות מיט דיר, און דעריבער הייסט עס "ספעם". אבער דאס איז כ"ע מודי, אז ווען ס'קומט צו אן אייגן ארטיקל וואס דויערט לאמיר זאגן א שעה צוויי אפצושרייבן איז גאנץ געשמאק צו באקומען א דאנק דערויף. נאר ווען ס'איז פאר יענעם, און דו דארפסט יעצט נאר לייענען די 'זאכליכע' הודעה'ס וואס זענען דיר נוגע, נאר דאן הייסן די אנדערע 'ספעם'.