[ציטאט אראפגענומען]
דער חשוב'ער און פרעסטיזשפולער (קרעדיט הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, אין דער איד.) ניו יארק טיימס זאגט דאך די זעלבע וואס די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא", דער בלאט און א פאר חשוב'ע ניקס דא אין קאווע שטיבל. די נפקא מינה איז אז די ערליכע אידן וועלכע גייען אין די שיטה הקדושה. (איך מאך נישט ח"ו חוזק אדער טוה גרינגשעצן אין די שיטה פון מרן רביה"ק מסאטמאר, זי"ע. נאר פון די וועלכע טוען פרעטענדירן צו רעדן אין זיין נאמען און זאגן אז דאס איז געוועהן זיין תורה) האלטן אז ס'איז זייער חוב קדוש צו רעדן בגנות הציונים אפי' ווען די גוי'אישע וועלט קלאפט אידן אין פנים אריין. אלע אידן. אפי' ווען די תוצאות זענען מחזק און געבן א גוטן תירוץ פאר אלע שונאי ישראל. אבער זיי ווילן ווייזן אז זיי האבן פיינט די מדינה אויף אן אינסטינקטיוון אופן. בשעת זיי געבן א מס שפתיים, אז זיי האבן רחמנות אויף א יעדן אידישן נפש. דערווייל פרייען זיי זיך אויף די "ציוניסטישע מפלות" און ווייזן ארויס , דירעקט אדער אומדירעקט רחמנות און סימפאטיע אויף די אראבערס וועלכע וואוינען אין עזה. די זעלבע "ציווילע באפעלקערונג", וועלכע גייען ארויס טאנצן אין די גאסן פאר שמחה א יעדעס מאל ווען ס'טרעפט א טראגעדיע, ח"ו ביי די אידן תושבי ארץ ישראל. עכ"פ זיי האלטן אז זיי גייען אויפ'ן ריכטיגן דרך, און טוען א גוטע זאך. בשעת דער ני יארק טיימס באשטייט פון עטליכע אסימילירטע אידן, און גויים עפ"י הלכה, וועלכע זענען אייביג חושש אז זייערע גוי'איישע גוטע פריינט וועלן זיי חושד זיין אין סימפאטיע צו אידן. גייען זיי מן הקצה אל הקצה. צום אנד'ער'ן עקסטרים און זיי וועלן אפילו אומדירעקט נישט ארויסווייזן די קלענסטע מאס סימפאטיע צו דעם אידישן צד. אדרבה. זיי הייבן אייביג ארויס ווי שטארק זיי האבן רחמנות אויף די נעבעכדיגע פאלעסטינער "ציווילע באפעלקערונג". כאילו אין ארץ ישראל וואוינען נישט קיין "ציווילע" מענטשן. זיי מאכן זיך אויך נישט וויסנדיג פון דעם פאקט אז דער גאנצער קאנפליקט איז אנטשטאנען צוליב די אומאויפהערליכע ראקעטן שיסעריי פון די אראבישע רוצחים. נאר די אנפיהרערס פונ'ם נ.י. טיימס מאכן א גרויסן טעות. דעם זעלבן טעות וואס די רעפארמער אין דייטשלאנד האבן געמאכט. אז די אלע ליבעראלע קונצן און אויסדרוקן פון שנאה כלפי די אידן. אלע אידן בכל מקומות שהם. אפילו די אידן וועלכע וואוינען אין מאנרא און אין וויליאמסבורג, וועט זיי העלפן אפס קצהו. ווייל ביום פקודה, ח"ו וועט מען זיי נעמען אין געפאנגענשאפט און טון די זעלבע זאכן , היל"ת וואס די אלע גוי'אישע רוצחים ווילן ח"ו טון צו אלע אידן. אפילו נטורי קרתא און סאטמאר'ער חסידים אויכעט. מ'האמיר געזעען ווען דאס נאציזם איז אויפגעשטיגן אין די פארשאלטענע מדינה דייטשלאנד האבן זיי פונקט אויז געהרג'עט דעם גרעסטן רעפארמער אדער ציוני ווי דעם פרומסטן, חסידישן איד.
נ.ב.: אפילו מ'איז ביזי מיט מאכן געלט (לע"ע) אויף אי.בעי. און אויף עמעזאן זאלל מען זיך נישט איינרעדן אפילו פאר איין מינוט אז ביום עברה, ח"ו וועלן די גוי'אישע רוצחים און שונאי ישראל למיניהם מבחין זיין צו מ'איז א ציוני אד'ער א חסיד'ישער איד, א קנאי. אינז האמיר געזעען אז נישט... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 על אלה אני בוכייה 😞 😮