Under maintenance
הויפט זייט » אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג! וואס טוהט מען למעשה?

אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג! וואס טוהט מען למעשה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6804
דינסטאג יולי 15, 2014 8:31 pm#211998
אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג! וואס טוהט מען למעשה?
כ'קען נישט יעצט ארויפלייגן די דריי קליפס וואס דרייען זיך יעצט ארום אויף די וואטסעפ גרופ'עלעך, אבער די ווערסיע פון די מעשה איז אזוי:

א אינגערמאן, האט זיך אפגעשטעלט, דאבל פארקט פארענט פון זיין אפיס, און פון די זייט ציט זיך אריין א קליינע סקוטער'ל פון א פאליציי מאן, דער פאליסמאן קומט ארויס און הייבט אן צו שרייבן א טיקעט, -ווי מען זעהט אויפן ווידיא- האט אים דער אינגערמאן גענצליך איגנארירט, דער פאליסמאן קומט צו איבערצוגעבן דאס קוויטל, און רופט זיך אן פארן אינגערמאן "איך פאר דיר שוין נאך פיר בלאקס".

דער אינגערמאן -סארי, באוט א שטיקל ווייס גיי מיט דעס טוהן- רופט זיך אן "אהא, אינטערסאנט איז נאר כ'האב דיך נישט געזעהן, אבער וואס איך האב יא געזעהן יעצט איז, אז דו ביזסט אריבערגעפארן א רעד לייט, זיך נישט אפגעשטעלט ביי א סטאפ-סיין, און אריינגעקאט אין מיר, נאכדערצו אן קיין לייטס, און למעשה האסטו מיך ניטאמאל אפגעשטעלט, נאר איך האב מיך דא אפגעשטעלט און דו געסט מיר דא א טיקעט פאר דאבל פארק..."
דער טינקעלער אפיציר האט זיך א‏ויפגערעגט, און שרייט אויף אים "אההה ביזסט א ווייס-גיי?"
ענטפערט אים דער אינגערמאן, "בכלל נישט, איך זאג דיר נאר ס'אמת אין פנים".
דער געזעץ היטער האט זיך פארשווארצעוועט, און האט אים געעפענט די טיר, אויסשרייענדיג ‏"דו ווילסט מיר לערנען דרך ארץ? איך וועל דיר ווייזן וואס דאס מיינט... ביזסט אנדער ארעסט!"
‏דער אינגערמאן, ניטאמאל וויסענדיג וואס ס'האט אים באטראפן, רופט זיך אן "אהער מיט דיין סופערווייזער! דו קענסט מיך נישט ארעסטירן סתם אזוי" (גראדע קען ער יא!!!!!!!!!)
דער קאפ איז נאר ווילדער געווארן, און זיך גענומען שרייען "איך גיי נישט דא ווארטן אויף א סופערווייזער, קום שוין ארויס פון קאר"
נאכן זיך טענה'ן און רעסיסטן ארעסט (א קלאגע פאר זיך) האט דער אפיציר געסטראשעט אז אויב קומט ער נישט ארויס פון קאר פרייוויליג און לייגט די הענט אין די בעק מיט דרך ארץ.. גייט ער אים פעפער ספרעי'ן, וכך הוה! דער אינגערמאן האט ווייטער געשטעלט א ווידערשטאנד און ס'אויגן זיינע האבן אים נעבעך גאנץ שנעל אנגעהויבן צו ציפן פון די פעפער.‏
דער אינגערמאן איז ארעסטירט געווארן‏ מיט דריי קלאגעס.

איך האב למעשה ארויסגענומען אפאר אינטערסאנטע זאכן און באמערקט אויף די ווידיא וואס איז אנגעכאפט געווארן דורך א חבר זיינער, און צו דעם וויל איך צוקומען:

איינס, זאג נאר, מיסטער אפכאפער/פארשפרייטער‏, האסט גערעדט צו א לויער פאר דו האסט אזוי העראיש דעם ווידיא פארשפרייט? טראכסט נישט אז דעס קען דעם אינגערמאן שטארק שאטן סתם אזוי? דאס איז זיכער אז ער האט רעסיסטעדט ארעסט, צו ער איז גערעכט צו נישט איז א צווייטע זאך, וואס טוהסטו יעצט אויף מיטן פארשפרייטן אזא ווידיא??

והשנית, כ'הער דארט ווי דו שרייסט "וועם זאל איך רופן? דיין שווער? יודל ליכטענשטיין?" ניין!!!! מ'רופט א לויער ענדערשט רייט-א-וועי! וואס קען זיין שווער העלפן דא? אפשר רופסטו נעקסטיים זיין שוואגער וואס האט נארוואס בר מצוה געהאט? ער האט שוין א קראוס פען מיט א לעט-פענסל ארויסגעשטעקט פון זיין וועסטיל טאש.

און צום עולם דא, ס'איז זייער נישט בא'טעמ'ט צו ווערן ארעסטירט, קיינער וויל דאס נישט, און קיינער וואונטשט דאס נישט פאר קיינעם, באוט האלא! דא אין אמעריקע איז נישט ארץ ישראל, די פאליציי זענען נישט אזוי בארבארישע... און דער קרבן איז נישט אזוי פרידליך און אומשילדיג.... קען זיין אז דא איז ער טאקע ממש אומשילדיג! באוט רעסיסטן ארעסט האט נאך קקייייננעערר נישט אויסגעפירט און די נאכווייען זענען ערגער.
‏
דינסטאג יולי 15, 2014 8:37 pm#212001
דעם אינגערמאן פארשטיי איך אויך נישט, אבער דער פאליציי איז אן אויפגעריסענער דל גאה, ווי כ'האב געשריבן פאר צוויי מינוט צוריק אין דעם אשכול המיוחד.
דינסטאג יולי 15, 2014 8:46 pm#212004
וואס איז די פאליציי'ס ווערזשען? איז דא ווידיאו פון די ערשטע חלק ווי די פאליציי זאגט אז ער גייט אים ארעסטען וועגן ער איז א ווייז גיי?
דינסטאג יולי 15, 2014 8:52 pm#212005
ניין. די ערשטע קליפ קוקט מיר אויס אז ס'איז פון א סורוועליענס קעמערע, מ'הערט נישט גארנישט.
די צווייטע קליפ הייבט זיך אן ווען דער קאפ שרייט שוין אז ער דארף נישט ווארטן אויף קיינעם צו ארעסטירן.
אויפן דריטן וויינט ער שוין פון פעפער
דינסטאג יולי 15, 2014 10:52 pm#212018
ווי איך הער איז די פאליציי מאן א באקאנטע פיגור אויף די ווילימסבורגע גאסן אויסווארטנדיג איינער זאל זיך פאר א רגע אפשטעלן ביי א נאו סטענדינג זאון און דער לויפט צו געבן א טיקעט אין פאל די קאר פאהרט ווייטער ניטאמאל געזען די פאליס פארט ער עם נאך פאר צענדליגע גאסן צו געבן דעם טיקעט
מיטוואך יולי 16, 2014 1:08 am#212045
שעפטל האט געשריבן:דער טינקעלער אפיציר האט זיך א‏ויפגערעגט, און שרייט אויף אים "אההה ביזסט א ווייס-גיי?"
ענטפערט אים דער אינגערמאן, "בכלל נישט, איך זאג דיר נאר ס'אמת אין פנים".
דער געזעץ היטער האט זיך פארשווארצעוועט, און האט אים געעפענט די טיר, אויסשרייענדיג ‏"דו ווילסט מיר לערנען דרך ארץ? איך וועל דיר ווייזן וואס דאס מיינט... ביזסט אנדער ארעסט!"
‏דער אינגערמאן, ניטאמאל וויסענדיג וואס ס'האט אים באטראפן, רופט זיך אן "אהער מיט דיין סופערווייזער! דו קענסט מיך נישט ארעסטירן סתם אזוי" (גראדע קען ער יא!!!!!!!!!).
‏

אזוי גאר??? זייט ווען קען די פאליציי ארעסטירן א מענטד סתם אזוי? לידיעתך איז נישטא אזא זאך. מ'קען נאר ווערן ארעסטירט פארן ברעכן א געזעץ, אדער אויפן חשד פון ברעכן א געזעץ. און זיין אן אויבער חכם קעגן א פאליציי מאן איז נישט קעגן דער געזעץ עז פאר עז איי נאו. אין פאקט, איך טוה עס אלעמאל... :lol:
מיטוואך יולי 16, 2014 1:20 am#212047
למעשה מיין איך איז כדאי צי אינסטאלירען א דעשבארד קאמערא, סאיז זיכער אז די פאליס טראכט צוויי מאל ווען ער ווייסט אז אלעס ווערט רעקארדעד, מען הערט לעצטענס צופיל מעשיות ווי די פאליציי ניצן איבערגעטריבענע כוחות אויף אימשילדיגע מענטשען.. סקאסט נישט קיין סאך. ליידער פילט מען לעצטענס מער אין מער ווי מען וואוינט אין רוסלאנד דארט איז עס טאקע זייער פאפולער ווייל מענטשען געטרויען נישט די פאליס.
מיטוואך יולי 16, 2014 1:30 am#212048
אליצפן האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:דער טינקעלער אפיציר האט זיך א‏ויפגערעגט, און שרייט אויף אים "אההה ביזסט א ווייס-גיי?"
ענטפערט אים דער אינגערמאן, "בכלל נישט, איך זאג דיר נאר ס'אמת אין פנים".
דער געזעץ היטער האט זיך פארשווארצעוועט, און האט אים געעפענט די טיר, אויסשרייענדיג ‏"דו ווילסט מיר לערנען דרך ארץ? איך וועל דיר ווייזן וואס דאס מיינט... ביזסט אנדער ארעסט!"
‏דער אינגערמאן, ניטאמאל וויסענדיג וואס ס'האט אים באטראפן, רופט זיך אן "אהער מיט דיין סופערווייזער! דו קענסט מיך נישט ארעסטירן סתם אזוי" (גראדע קען ער יא!!!!!!!!!).
‏

אזוי גאר??? זייט ווען קען די פאליציי ארעסטירן א מענטד סתם אזוי? לידיעתך איז נישטא אזא זאך. מ'קען נאר ווערן ארעסטירט פארן ברעכן א געזעץ, אדער אויפן חשד פון ברעכן א געזעץ. און זיין אן אויבער חכם קעגן א פאליציי מאן איז נישט קעגן דער געזעץ עז פאר עז איי נאו. אין פאקט, איך טוה עס אלעמאל... :lol:

אוודאי קען מען נאר ארעסטירט ווערן פארען ברעכען א געזעץ. פארדעם וועט שוין די פאליס עפעס אויסטראכטען עפעס א געזעץ וואס די האסט געבראכען.., איך בין נישט פאראנויעד מהערט מער אין מער וואס מענטשען זאגען זיי האבן באקומען טיקעטס פאר אימזיסט ווי למשל רעדן אויפען סעלפאן אדער סיט בעלטס אין די צייט וואס סאיז בכלל נישט גיווען אמת..
מיטוואך יולי 16, 2014 8:17 am#212080
מיט א פאליציי רעדט מען נישט ווי א ווייס גיי, זיי זענען נישט פריינט, הגם עס וואלט אפשר נישט געברויכט אזוי צו זיין, אבער אונז ווייסען גאנץנגוט גוט אז אונז האבען זיי קיינמאל נישט געגעבען קיין כבוד.

האסט באקומען א טיקעט? וויש דיך אפ די נאז און גיי ווייטער.
מיטוואך יולי 16, 2014 9:57 am#212091
א פאליס ברויך נישט אפגעיבן קיין דין וחשבון פארן ארעסטירן, ער זאגט ביזט אינטער ארעסט, ברויך ער נישט אהין רייסן מיט א זשורי אדער ריכטער, יעדער ווייסט אז זייט 1776 האט יעדער געפליעט נאט גילטי, מען פארטיידיגט זיך ביז דער ריכטער אדער זאגט שילדיג אדער נישט, קיינער האט נאך נישט קיינמאל איינגעזעין זיין שילד, על כן זיין א אויבער חכם אין אזא סיטוציע איז זייער א נערישער און לייכטזיניגער, און קורץ קעפיגע מוף
מיטוואך יולי 16, 2014 10:03 am#212094
דער יונגערמאן זעט אויס צימישט אביסל
מיטוואך יולי 16, 2014 10:39 am#212098
קליפס ביטע.
מיטוואך יולי 16, 2014 11:33 am#212113
פליקער האט געשריבן:א פאליס ברויך נישט אפגעיבן קיין דין וחשבון פארן ארעסטירן, ער זאגט ביזט אינטער ארעסט, ברויך ער נישט אהין רייסן מיט א זשורי אדער ריכטער, יעדער ווייסט אז זייט 1776 האט יעדער געפליעט נאט גילטי, מען פארטיידיגט זיך ביז דער ריכטער אדער זאגט שילדיג אדער נישט, קיינער האט נאך נישט קיינמאל איינגעזעין זיין שילד, על כן זיין א אויבער חכם אין אזא סיטוציע איז זייער א נערישער און לייכטזיניגער, און קורץ קעפיגע מוף

פליקער, ער ברויך יא. ס׳טע געהערט אזאנס. אז ער איז דער וואס ארעסטירט, זאל ער אפגעבן דין וחשבון. עפעס אונטער סטאלין-רוסלאנד? און בארואיגט אייך. ס׳איז זייער נארמאל אז דער אינגערמאן איז פשוט געווארן פראסטערירט, און דאס האט אים געשטיפט צו אן אומפאראויסזענדע ווידערשטאנד.

אין ניו יארק סיטי איז מען אייביג שולדיג, פלעין און פראסט צוליב דעם ווייל דער פאליסמאן האט אזוי געזאגט. זיצן אפאר אזוי-גערופענע ריכטער, און פארביטערן די מענטשהייט מיט זייער גאווה׳דיגן האמערל.

יעדן שני וחמישי קומט אפיר א נייעם קליפ, וואס מאניפעסטירט די ברוטאליטעט און גרוליגע אויפפירונג, מיט וואס די ניו יארק׳ע פאליציאנטן באציען זיך צו דער מענטשהייט.

ס׳דרייען זיך ארום ביליגע קאפס וועלכע זענען אויסן צו ווייזן זייער איגנאראנאישע מאכט פאר די אומבאהאלפנע מאטאריסטן, און טרעפן דאס פאר א וועג צו ערפילן זייער שווערע טשיילדהוד, צו הונקעדיגע שלום בית.

איך פערזענליך האב שוין געזען דעם פארקאקטן אפגעשליסענעם אפעציר צענדליגע מאל. ער איז א שוטה וגס רוח, און איז אן עקלהאפטיגן רשע. ניין, כ׳האב נישט געזאגט ער איז אן אנטיסעמיט; שטארק יתכן ער גייט זיך אזוי אום אויך מיט זיינע ארימע אומבאהאלפענע שווארצע ברודער.

לדעתי ווערן די גוטע אפעצירן מיסדשאדשט מיט דעם אלגעמיינעם בליק מענטשן האבן צו די רשעות׳דיגע קאפס. פאליציי איז א וויכטיגע זאך, מ׳ברויך זיי האבן.

מ׳ברויך אבער שטרענג אפיר נעמען יעדן פאל וואס פארלעצט רעכטן פון ציווילע, און באשטראפן יענע אפעצירן. יעדן טאג איז דא קליפס פון אנדערע פאליס ברוטעלעטי.
מיטוואך יולי 16, 2014 12:09 pm#212121
איך טראכט אז איך וואלט נישט געוואלט אז איינער זאל ארויף ברענגען א קליפ פון מיר ברבים
מיטוואך יולי 16, 2014 12:42 pm#212136
ברעט מענינג האט געשריבן:https://copy.com/ACfBajyQJGLvgP1b

Cannot find link
The link cannot be found. Please make sure that it is still shared and the URL typed correctly.
מיטוואך יולי 16, 2014 1:00 pm#212143
למעשה וואס איז געווארען מיט דעם אינגערמאן?
מיטוואך יולי 16, 2014 1:43 pm#212154
רוח קדים האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:א פאליס ברויך נישט אפגעיבן קיין דין וחשבון פארן ארעסטירן, ער זאגט ביזט אינטער ארעסט, ברויך ער נישט אהין רייסן מיט א זשורי אדער ריכטער, יעדער ווייסט אז זייט 1776 האט יעדער געפליעט נאט גילטי, מען פארטיידיגט זיך ביז דער ריכטער אדער זאגט שילדיג אדער נישט, קיינער האט נאך נישט קיינמאל איינגעזעין זיין שילד, על כן זיין א אויבער חכם אין אזא סיטוציע איז זייער א נערישער און לייכטזיניגער, און קורץ קעפיגע מוף

פליקער, ער ברויך יא. ס׳טע געהערט אזאנס. אז ער איז דער וואס ארעסטירט, זאל ער אפגעבן דין וחשבון. עפעס אונטער סטאלין-רוסלאנד? און בארואיגט אייך. ס׳איז זייער נארמאל אז דער אינגערמאן איז פשוט געווארן פראסטערירט, און דאס האט אים געשטיפט צו אן אומפאראויסזענדע ווידערשטאנד.


רוחי ער ברויך אפגעיבן דין וחשבון, אבער נישט ביים ארעסטירן, א אינגערמאן טאר זיך נישט אזוי פארלירן, אגב ער איז גארנישט אזוי פארלוירן, קיק איבער דעים קליפ, ער איז גאר קיל און קאלעקטירט, נאר ער קלערט אז ער איז איבער לי געזעץ ווייל ער האט זיין שווער אויף ספיד דייל, און זיין חבר האט די נומער פון יודל ליכטענשטיין, אפילו נאכן ווערן באשפריצט מיט מעיס האט ער נישט אויפגעגעיבן, וויפיל גאווה האט דער אינגערמאן, נאר פינעם פאליס'ס גאווה רעדסטו.

רוח קדים האט געשריבן:אין ניו יארק סיטי איז מען אייביג שולדיג, פלעין און פראסט צוליב דעם ווייל דער פאליסמאן האט אזוי געזאגט. זיצן אפאר אזוי-גערופענע ריכטער, און פארביטערן די מענטשהייט מיט זייער גאווה׳דיגן האמערל.

דעיס איז טאקע א פראבלעים, איך האב מיינע עטליכע אייגענע מעשה'לעך ווי די פאליציי מאן האט געזאגט פשוט ליגענט, און נאך געשוואוירן פאלש פארן ריכטער, איך האב גענימען די מי און אריין צי מנחם וויינבערגער און אינסטאלירט א קאמערע, עס האט מיר שוין גערעטעד דריי מאל פון די פאליציי, וואס האט גריידע אימת מוות פין אזא קאמערע.

רוח קדים האט געשריבן:יעדן שני וחמישי קומט אפיר א נייעם קליפ, וואס מאניפעסטירט די ברוטאליטעט און גרוליגע אויפפירונג, מיט וואס די ניו יארק׳ע פאליציאנטן באציען זיך צו דער מענטשהייט.


נאר אזוי, מען וועט זיי ווייטער פארשעימען אזוי זיגט מען, נישט מיטן שפייען די פאליציי אינעם געזיכט.

רוח קדים האט געשריבן:ס׳דרייען זיך ארום ביליגע קאפס וועלכע זענען אויסן צו ווייזן זייער איגנאראנאישע מאכט פאר די אומבאהאלפנע מאטאריסטן, און טרעפן דאס פאר א וועג צו ערפילן זייער שווערע טשיילדהוד, צו הונקעדיגע שלום בית.


עגריד, מען ברויך זיי אויסראטן, דורך קאמפלעינען צי זייערע אויבערהארן, דורך פאליטישע פארבינדעטע, וואס אגב וועלן ענדערש ארויסנעמען אזא חיה פאר לאנטש און זיך פראקען איינע די אנדערע, ענדערש ווי פארהאלטן, נאר מען האט זיך שוין און די פארגאנגענהייט א נייצע געגעיבן מיט רשעים.

רוח קדים האט געשריבן:איך פערזענליך האב שוין געזען דעם פארקאקטן אפגעשליסענעם אפעציר צענדליגע מאל. ער איז א שוטה וגס רוח, און איז אן עקלהאפטיגן רשע. ניין, כ׳האב נישט געזאגט ער איז אן אנטיסעמיט; שטארק יתכן ער גייט זיך אזוי אום אויך מיט זיינע ארימע אומבאהאלפענע שווארצע ברודער.

אז ער איז ראנג וועט נישט העלפען פארן אינגערמאן פארענט פון א ריכטער,

רוח קדים האט געשריבן:לדעתי ווערן די גוטע אפעצירן מיסדשאדשט מיט דעם אלגעמיינעם בליק מענטשן האבן צו די רשעות׳דיגע קאפס. פאליציי איז א וויכטיגע זאך, מ׳ברויך זיי האבן.

מ׳ברויך אבער שטרענג אפיר נעמען יעדן פאל וואס פארלעצט רעכטן פון ציווילע, און באשטראפן יענע אפעצירן. יעדן טאג איז דא קליפס פון אנדערע פאליס ברוטעלעטי.

לדעתי איז נישט דא קיין פיינע פאליציי, אויב זיי זענען נישט קאראפטירט ביים אנקימען צים נייעם דזשאב, לערנען זיי זיך שנעל אויס די מלאכה נאך איידער זייער אויסגעביגעלטע הויז ווערט ציקנייטשט, זייער זעלטען איז ווען מען טרעפט א נארמאלע פאליס, פאר עפעס האבן זיי זייער שלעכטע מידות, רעכענען זיך נאר מיט זיך מיך און פארן ביך, ער וועט אלעס טיען פאר א ביסל פאבליסיטי.
מיטוואך יולי 16, 2014 2:36 pm#212174
ס'מיר א חידוש, נישט געוואוסט אז א טראפיק אגענט קען ארעסטירן.
מיטוואך יולי 16, 2014 2:47 pm#212179
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'מיר א חידוש, נישט געוואוסט אז א טראפיק אגענט קען ארעסטירן.

וואס פאלט דיר ביי אז ער איז א טראפיק אגענט? צו מיר זעהט ער אויס ווי א געהעריגע פאליציאנט.
אגב, איך בין נייגעריג פארוואס טאקע ער האט אים געוואלט ארעסטירן. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פשוט צוליב זיין א שטיקל אויבער-חכם זאל מען ארעסטירט ווערן. כ'מיין האבן מיר דאס נישט אלע שוין אמאל געטון? כ'קען נישט כמעט קיינער וואס פירט זיך אויף ווי א וואויל שעפעלע ביים באקומען א טיקעט.
מיטוואך יולי 16, 2014 5:04 pm#212198
כהאף נאר אז יודל ל"ש זאל נישט האבן קיין פראבלעמען פון אזא קליפ
מיטוואך יולי 16, 2014 5:19 pm#212202
דער איד איז אונז א ברודער אבער אויף די קליפ׳ס זעהט זיך נישט אן קיין עולה פונעם פאליסמאן, דער יונגערמאן האט זיך ערנסט בא׳נער׳ישט.
מיטוואך יולי 16, 2014 5:27 pm#212205
אליצפן האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'מיר א חידוש, נישט געוואוסט אז א טראפיק אגענט קען ארעסטירן.

וואס פאלט דיר ביי אז ער איז א טראפיק אגענט? צו מיר זעהט ער אויס ווי א געהעריגע פאליציאנט.
אגב, איך בין נייגעריג פארוואס טאקע ער האט אים געוואלט ארעסטירן. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פשוט צוליב זיין א שטיקל אויבער-חכם זאל מען ארעסטירט ווערן. כ'מיין האבן מיר דאס נישט אלע שוין אמאל געטון? כ'קען נישט כמעט קיינער וואס פירט זיך אויף ווי א וואויל שעפעלע ביים באקומען א טיקעט.

פון קוקן די קליפ זעיט אויס אז דער אינגערמאן האט גארנישט געטון אז ער זאלל פארד'ינען צו ארעסטירט ווערן. לפענ"ד דארף מען נעמען א לאיער,וואס זאל נאכקוקן דעם רעקארד פון דעים פאליס. מ'וועט זיכער געפונען אז ער פיהרט זיך אויף שלא כהוגן אויך אין אנדערע פעלער. ס'איז אויך דא א קאמיסיע וואס הייסט סי.סי. אר.בי. וואו מ'קען איינגעיבן קאמפלעינטס אקעיגן פאליס. מיט שתדלנות אליין וועט מען גארנישט אויפטון. זיינע סופערוווייזערס וועלן אלעס פארווישן. און ס'וועט בלייבן ביים אלטן. ביז די נעקסטע קעיס. אזא פאליס דארף מען מעביר זיין פון די געיגנט... :? :roll: :twisted: :evil: :cry: :( ;) :o
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:17 pm#212382
קינד_אן_קייט האט געשריבן:דער איד איז אונז א ברודער אבער אויף די קליפ׳ס זעהט זיך נישט אן קיין עולה פונעם פאליסמאן, דער יונגערמאן האט זיך ערנסט בא׳נער׳ישט.

אפשר קאן איינער מסביר זיין וואט דע העל גייט דא פאר? א פאלסמאן קען ציגיין ווען ער וויל אין צי וועם ער וויל אין זאגן you are under arrest אין אויב דער מענטש זאגט נישט אמן דאן קען ער איהם ארעסטירן אלץ resisting arrest??
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:30 pm#212388
די ענפער איז יא! דאס איז אונזער מלכות של חסד אויב פאלסטו נישט א פאליס מאן קען ער דיך ארעסטירען פאר נא גאד ריזען
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:49 pm#212391
דאס פארשטיי איך טאקע נישט. מיט וואס האט ער נישט געפאלגט? נישט געוואלט נעמען די טיקעט?