מיטוואך יולי 16, 2014 12:28 pm#212131
גלייב נאר וואס קען ווערען פאלסיפיצירט
עס האט נישט קיין שום פשט צו גלייבן עפעס וואס די וועסט אייביג גלייבן דערין אפילו אויב עס איז דא ראיות פארקערט. לאמיר אנכאפן די חזון איש'ס צוזאג אז ס'וועט קיינמאל נישט פאלן קיין באמבע'ס אין בני ברק. קומט איינער און ער זאגט אז וויבאלד די חזון איש האט דאס געזאגט גלייבט ער עס באמונה שלימה און ער גייט קיינמאל נישט לויפן אין שעלטער אפילו אויב די סיירינס קלינגען.
פרעג איך דעם מענטש אז ער זאל זיין אויפריכטיג און מיר זאגן וואס וועט געשעהן אויב ס'וועט יא פאלן א באמבע אין בני ברק און צעהן מענטשן וועלן געהארגעט ווערן? וועט ער דעמאלטס זאגן אז די חזון איש איז געוועהן א שקרן אדער א בעל דמיון? אוודאי נישט ער וועט דאך האבן תירוצים עס צו פארענטפערן. ער וועט זאגן אז די חזון איש האט געמיינט צו זאגן דוקא אין אזא פאל און אזא אופן און אויף אזא מהלך. און די חזון איש בלייבט ווייטער גערעכט. אפשר וועט ער דעמאלטס זאגן אז עס מוז זיין אז די מעשה איז נישט אמת און די חזון איש האט עס קיינמאל נישט געזאגט. עכ"פ, ער וועט זיכער מאכן אז די חזון איש וועט בלייבן גערעכט.
יעצט די סיבה פארוואס די ביסט זיכער ביי דיר אז אין בני ברק וועט נישט פאלן קיין באמבעס איז ווייל אזוי האט די חזון איש געזאגט, און די חזון איש מוז זיין גערעכט. יעצט אויב וואלסטו געטראכט איין רגע נאך פאר די באמבע האט אויפגעריסען אין בני ברק און וואלסט דיך פארגעשטעלט ווי אזוי די וועסט דעמאלטס פארעטנפערן דעם חזון איש, ווואלסטו דאך איינגעזעהן אז ביסט גארנישט פארזיכערט אז אין בני ברק וועט נישט פאלן קיין באמבעס. ווייל אפילו אויב זאל יא פאלן וועט דאך די חזון איש בלייבן גערעכט!!
און אויב בלייבט די חזון איש גערעכט אפילו אויב עס פאלן יא באמבעס אין בני ברק פארוואס ביסטו פארזיכערט אז ס'וועט נישט פאלן קיין באמבעס??
דאס איז א גוטע משל פאר יעדע זאך וואס א מענטש גלייבט. לאמיר זאגן א מענטש גלייבט אז די וועלט גייט שטיין נאר 6000 יאהר. פארוואס גלייבט ער אוזי? ווייל די גמרא זאג שית אלפי שני הוה עלמא ,און די גמרא מוז זיין גערעכט. דארף ער זיך אפשטעלן א רגע און טראכטן. אויב גייט דורכגיין די זעקס טויזענסטע יאהר, גייסטו דאס אננעמען ווי א פאלסיפיקאציע פון דיין אמונה אדער גייסטו טרעפן א תירוץ? גייט די גמרא בלייבן גערעכט אפילו אויב די זעקס טויזענט יאהר גייט דורך און די וועלט בלייבט שטיין און משיח קומט נישט?? אויב יא, אויב גייסטו דעמאלטס טרעפן תירוצים צו מאכן די גמרא שטימען, פארוואס גלייבסטו יעצט יא אז די וועלט גייט שטיין 6000 יאהר? די גמרא וועט דאך ביי דיר בלייבן גערעכט אפילו אויב די וועלט וועט שטיין 7000 יאהר!!
די זעלבע זאך איז מיט עקרי אמונה. לאמיר אנכאפן א מענטש וואס גלייבט אז די וועלט שטייט נאר פאר 5774 יאהר און נישט ביליאנען יאהר ווי די סייענטיסטס זאגן, ווייל אזוי שטייט אין די תורה און די תורה מוז זיין גערעכט. אויב וועט זיין א קלארע ראיה אז די וועלט איז יא ביליאנען יאהר וועסטו דעמאלסט זאגן אז די תורה איז נישט אמת ,אדער די וועסט טרעפן תירוצים מסביר צו זיין פארוואס ס'איז נישט קיין סתירה? אויב וועסטו עניוועי טרעפן תירוצים, קומט דאך אויס אז די תורה וועט בלייבן גערעכט אפילו אויב די וועלט איז ביליאן יאהר אלט ,אויב אזוי פארוואס עקשן'סטו דיך יעצט צו גלייבן אז די וועלט איז נאר 5774 יאהר אלט??
מ'קען אזוי גיין ווייטער מיט יעדע זאך וואס א מענטש גלייבט. כדי די זאך וואס ער גלייבט זאל מאכן סענס, דארף ער קענען זאגן אז אויב דאס און דאס גייט געשעהן גייט דאס זיין א ראיה אז דאס וואס איך גלייב איז נישט אמת. אויב גייט עס אייביג זיין אמת אפילו מיט יעדע סארט אפענע ראיה ,איז די גאנצע אמונה א אפגעפרעגטע זאך און מאכט בכלל נישט קיין סענס. ווען איינער גלייבט עפעס מוז ער קענען זאגן אז אויב דאס אדער דאס וועט געשעהן וועל איך מודה זיין אז דאס וואס איך גלייב איז נישט אמת ,אין אנדערע ווערטער זיין אמונה דארף קענען ווערן פאלסיפיצירט.