Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אינטערנעט פיגורין ברענדא טוירטל שווער געשעדיגט אין עקסידענט

אינטערנעט פיגורין ברענדא טוירטל שווער געשעדיגט אין עקסידענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6849
דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:44 am#213398
אינטערנעט פיגורין ברענדא טוירטל שווער געשעדיגט אין עקסידענט
די נייעס האט זיך שנעל געטראגען פון מויל צו אויער און פון מעסעזש גרופע צו מעסעזש גרופע. ברענדא טוירטל, די געוועזענע חרדישע פרוי וואס האט זיך באקאנט געמאכט אויף דעם אינטערנעט מיט אירע ווידיאו'ס און בילדער, איז שווער געשעדיגט געווארן אין א קאר עקסידענט. איר חבר מעקס מאסטער, אויך א געוועזענע חרדי, איז אויך פארמישט געווען אין דעם עקסידענט.

טוירטל איז געוועהן א פרומע ווייבל פון קרית יואל, פארהייראט און מיט איין קינד. נאכ'ן זיך צוטיילן פון איר מאן האט זי זיך ארויסגעלאזט אין א לעבן פון פירצות און גענצליכע אפנויג פון א פרומען לעבן. זי האט כסדר געלייגט אומאיידעלע בילדער פון זיך , און האט פראדיצירט שמיציגע ווידיא'ס וואס מ'קען ניטאמאל באשרייבן. זי האט פארלוירן קאסטאטי צו איר קינד נאכדעם וואס זי איז געטראפען געווארן אין א קאר טויט שיכור פון אלקאהאל און מאריוואנא.

זי האט אויך חוזק געמאכט פון כל הקדש לנו מיט אירע לצנות דרשות, און גאנץ לעצטענס האט זי געמאכט א בילד ווי זי טוט אהן תפילין אומאיידעלערהייט.

ליידער האט זי געהאט א פאלאאינג פון היימישע אינגעלייט, וואס האבן געזיכט צו האבן מיט איר א שייכות. און ווען זי האט געהאלטען אז מ'טרעט איבער די גבולים מיט'ן איר נאכגיין, האט זי יענעם באשמיצט אהן רחמנות.

ווי די נייעס פון איר עקסידענט איז באקאנט געווארען זענען גלייך אפירגעקומען די וואס ווייסן אייביג די חשבונות און הימעל און האבן אנגעוויזען אז דאס איז זיכער א שטראף אויף אירע מעשים. אנדערע האבן אנגעוויזן אז נעכטן איז נפטר געווארן אין וויליאמסבורג א אינגע מאמע פון פינף קינדערלעך די אינגסטע צוויי יאהר אלט - און קיינער קלערט נישט אז אונז קענען מאכן חשבונות אין הימעל.

אונטער אזא צורידערטקייט ווי ברענדא טוירטל באהאלט זיך זיכער א צובראכענע נשמה וואס האט גאנץ זיכער א רייע פיסכילאגישע פראבלעמען, און זיך נעמען דרשענען איבער די הימעלישע חשבונות איז לעכערליך און קאלטבליטיג.

עס איז מיין ווינטש אז טוירטל זאל זיך ערהוילן, און זי זאל דאס ניצן ווי א וועיקאפ קאלל זיך צו נעמען אין די האנט אריין. אויב נישט פאר זיך, כאטש פאר איר קליין קינד וואס דארף די ליבשאפט פון א מאמע.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:49 am#213399
מען בעט אלע חשובה חברים דא און שטיבל נישט ארויפציברענגען בילדער פון איר ווייל דאס מאכט זינדיגען אנדערע ישר כחכם פון פאראויס
דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:56 am#213401
/
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:08 am#213404
א רפואה שלמה בגוף ובנפש.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:22 am#213415
אין וואטסעפ האב איך באקימען א מעסזש אז זי איז פאליזירט אויף די אינטערשטע חלק פון איר גוף ר''ל
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:36 am#213420
ברעט מענינג האט געשריבן:מען בעט אלע חשובה חברים דא און שטיבל נישט ארויפציברענגען בילדער פון איר ווייל דאס מאכט זינדיגען אנדערע ישר כחכם פון פאראויס

קאם אן.. איך וועל דיר צייגן בעסערס אויף וואס צי זינדיגען :lol:
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:48 am#213426
בן קיש דו מיינסט מיר אוודאי צו זאגן אז דו שפירסט עס שוין נישט וואס?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:07 am#213428
צי כאפן א בילד פון א עמערדשנסי סצענע איז נישט ליגאל, נישט מענשלעך, נישט קיין חיליק איד גוי שונא ישראל, באם, אדער באמטע,

ווען מען איז און א עת צרה, פאלן אוועק אלע חשבונות און נאר מענטשלעכקייט ברויך אפיר קימען,

ווער זאגט אז כאפן אדער פארשפרייטן א אימאיידעלע בילד ספעציעל פון א עקסידענט איז א גרעסערע עבירה ווי זינדיגן אליין.

א בעל עבירה בין אדם למקום קען דאך אלעמאל תשובה טיען,

זייט ווען זענען מיר געווארן דער וואס נעמט זיך אן פאר כבוד שמים, זענען מיר דער ריין פון זינד.

ווען איינער איז אין א עת צרה ביטע נעם א תהילם אדער מאך צי דיינע אויגן נישט זיך אויסווייעכן פארוואס יענער האט אריינגעהויבלט,

מי שראה סוטה בקלקלה יזיר "עצמו" מן היין, נישט זאגן פיין פאר דיר.

אגב ווען די קאל איז שבת מעיג מען מחלל שבת זיין, זי איז א אידישע טאכטער צי עס געפעלט אייך צי נישט.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:08 am#213429
זי האט אליין געכאפט די בילד. סעלפ''י בלע''ז
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:18 am#213430
האט זי עס אליין פארשפרייט?

גריידע זעיט זי נישט אויס שטארק געשעידיגט לויט מיין געניטן אויג

איך קען נישט גלייבן אז ווען איינער איז געלעימט משכמו ולמטה זאל כאפן זעלבי'ז
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:20 am#213432
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול אבער יעצט פארשטייסטו פארוואס מען דארף עזרת נשים?... אקעי, כ'מאך א וויץ :lol:
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:25 am#213433
איך זע נישט די מצוה פון מחפה זיין אויף יעדן אויסוואורף ומחטיא את הרבים באופן מבהיל, פאר מיר פערזענליך איז דאס געווען א קלארער מוסר השכל, אז אין אדם יודע מה יולד יום, ויש דין ויש דיין, דאס וואס דער הסתר פנים איז גרויס און צומאל איז צדיק ורע לו, מיינט נישט אז מזעט נישט אמאל השגחה פרטית.
נעבעך א שייגעץ איז אויך א שייגעץ.
זאל זי האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, וילמדו תועים בינה.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:33 am#213434
ברענדא איז עטליכע מאל ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט און פארשעמט אויף גאר א מיאסן אופן סיי פריוואטע יחידים און סיי די כלל זי טראגט עפעס א זעלטענע שנאה אקעגן די חרדישע אידן .און ביי יעדן געלעגנהייט פארשעמט זי אונז .ע"כ זע איך נישט וואס איז ראנג צו טייטלען . נישט ח"ו אלס א נקמה . נאר אזויווי ביי א פאל פון א טראגעדיע מיט א ערליכן ל"ע זאגט מען מפארשטייט נישט. נסתרים דרכי השם. וכ"ו . איז דא א פאל וואס מען פארשטייט יא .זו תורה וזו שכרה . און דאס וואס המלוכה טענהט וועגן די צורידערקייט ? .קומט מיר פאר ווי להבדיל ווען ביי יעדן רוצח וואס מברענגט פאר א ריכטער נוצט מען דאס אלס פארטיידוגונג
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:37 am#213436
מעשי ידי טובעין בים ואתם אומרין שירה? מיין פוינט איז אז ווען א מענטש, אפגעזעהן זיין שטאנד אין אידישקייט וכו' איז אין א צרה מאכט מען צו די מויל און אויגן. קיינער וויל נישט גע'משפט ווערן אין א שלעכטע מצב, משפט יענעם אויך נישט. לאז איבער אלע גערעדעכס און השגחה פרטית פאר דער וואס פירט די וועלט. קיינער איז נישט מחפה דער מענטש. אבער לאמיר נישט האקן אדער דן זיין יענעם אז מ'זאל אונז דארפן מחפה זיין פאר עבירות שבין אדם לחבירו.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:42 am#213438
אדער פארשטייט מען איבעראל די דרכים פון די קל רחמים אדער פארשטייט מען קיינמאל. מען קען נישט פיקען און טשוזען.

דא האט איר וואס א פארווייטאגטע חבר מיינע האט מיר געשריבן:

כ'האב געהאט א גיטע חבר אין ישיבה. ער פלעגט אויך אנטוהן זיין תפילין של ראש און של יד טעגליך. ער האט עס פערצופאל עא אנגעטוהן לויט ווי די הלכה פארלאנגט, אויף א גוף נקי, אויפן יד כהה, מיטן טוטפות פאראכטן גענוי בין העינים, און מיט א סקוויזער פלעגט ער זיך וואשן איידער ער האט געמורמעלט וארשתיך. איין הייסן זומער פרייטאג נאכמיטאג אין די קאר מיט זיין אשת חיל אופן וועג לכבוד שבת אין די קעטסקילס האט גאט פארשניטן זיין לעבן, זיין ווייב'ס לעבן, אן קיין זרע של קיימא, אין א ברוטאלע געטליכע מארד. אין די אידיש'ע צייטונגן דאנמאלס איז געדריקט געווארן א בילד פוו זיין עלענדע תפילין בייטל אין די צו'מזיק'טע קאר נישט ווייט פון א טייך אידיש בלוט. כ'האב אלעמאל געוואלט וויסן וואס גאט האט דאנמאלס באצאלט. פילייכט קען מען אנפרעגו ביי דעם כעס'יג מבין אויף בדי נשים וויאזוי גאט'ס חשבונות מיט עקסידענטן ארבייטן. ביי די טראגישע גלויבער קאפל עקסידענט האבן אויך אינגעלייט געוויסט צו שפעקעלירן גאט'ס חשבונות.


מאך נישט קיין חשבונות פארוואס די באשעפער שטראפט דעם אדער יענעם @כוכב. ענדערש מאך חשבונות צו דו ביזט יא א גרויסע צדיק, ביי דיר איז יא אלעס אויסגעהאלטן? וואס פאר א שטראף פארדינסטו אז די גוטע גאט זאל דיר שוקן פאר דיינע איידעלע מחשבות און ראיות?


.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:43 am#213439
און ברענדא האט זיך גערעכנט מיט אנדערע אין זייער שווערן מצב?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:45 am#213440
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מעשי ידי טובעין בים ואתם אומרין שירה? מיין פוינט איז אז ווען א מענטש, אפגעזעהן זיין שטאנד אין אידישקייט וכו' איז אין א צרה מאכט מען צו די מויל און אויגן.

אין אייוועלט שרייבט איינער (אויף א אנדערע מצב) אז דער מאמר חז"ל איז נאר געזאגט געווארן פאר די מלאכים אין הימל, אבער די אידן האבן טאקע יא געזינגען שירה ווען מען האט געזעהן א נקמה אין די רשעים. נישט אז איך בארעכטיג יעצט צו זינגען, איך וויל פשוט אויסקלארן דעם מאמר חז"ל אין ריכטיגן פרעסעקטיוו.


הצלה מאן האט געשריבן:מי שראה סוטה בקלקלה יזיר "עצמו" מן היין, נישט זאגן פיין פאר דיר

דאס איז א שטארק און אמת ווארט :like

אלו ואלו דברי, מען דארף נישט גיין באזינגען און בארעדן, נאר יעדער פאר זיך זאל נעמען א מוסר השכל און טון וואס מען דארף טון. יעדער פאלט אמאל אדורך, אבער זי איז געווען באופן מבהיל מיט א מין נידריגקייט וואס לאזט זיך נישט באשרייבן, הלואי זאל זי אפקומען אויף דער וועלט, ווייל דארטן אויבן בין איך איר נישט מקנא ה"י, אבער ווי געזאגט, איז דאס נישט אונזערע דאגות עס אדורכצושמועסן, עס איז א דערמאנונג פאר יעדן יחיד און געגאנגען ווייטער.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:47 am#213442
משבק האט געשריבן:און ברענדא האט זיך גערעכנט מיט אנדערע אין זייער שווערן מצב?


בקיצור, דו און ברענדא רעכענען זיך נישט מיט מענטשן וואס מאכן מיט. האלט דיך גרויס.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:49 am#213443
אקוראט דאס איז געווען מיין פוינט
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:57 am#213445
שמעקעדיג כ'האב געווארט איינער זאל אויפברענגן וואס דו זאגסט. ס'איז אבער נישט ריכטיג. די גמרא אין סנהדרין זאגט ערגעץ אז דאס איז דוקא ווען יענער איז דיין פרעזענדליכע שונא, און האט דיר געפייניגט. די אידן זענען געווען פארשקלאפט 210 יאר האבן זיי געדאנקט דעם אייבירשטען אז זיי זענען פטור געווארן פון די צרה וואס איז גראדע געקומען דורך די הריגה פון די מצריים. סתם טאנצן אויף יענעמ'ס בלוט על לא דבר איז נישט ריכטיג. (ס'שטייט נישט אין די שירה קיין איין ווארט וועגן זייער רשעות, די גאנצע סגנון איז הודאה לה')

בד"וו אז מ'רעדט שוין וועט איין חכם באלד זאגן באבוד רשעים רנה, כאילו ער ווייסט ווער ס'איז א רשע (חוץ אוודאי ער) און כאילו די פסוק איז אים מצוה מיט א מצוה פון "רנה".
דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:03 pm#213448
געפעלט מיר די נאמען אינטערנעט פיגורין ;) שיינע נאמען אויף אזא איינעם
דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:04 pm#213449
ATUB @הוגה ATUB איך וויל קלאר ארויסהאבן ווי לינק דיין ליבעראליזם גייט.
ווען א רשע ווערט געשטראפט, טאר מען נישט ארויסנעמען דערפון א מוסר השכל?
דער פסוק קלאגט, הצדיק אבד ואין איש שם על לב כי מפני הרעה נאסף הצדיק, איך מיין כש"כ ווען עס איז הרשע אבד איז עס מפני הרע נאסף הרשע.
קום מיר נישט מיט קיין תורות פון קשוט עצמך, ווייל דאס מיינט צו מוסר'ן איינעם אויף א זאך וואס מאיז אליין געשלאגן דערויף. איך רעד אז א יחיד זאל נעמען דערפון א מוסר השכל
איך ווייס גייסט פרובירן אויפצוקומען מיט א תורה און גוד לאק אן דעט!...
דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:04 pm#213450
גאנצל האט געשריבן:געפעלט מיר די נאמען אינטערנעט פיגורין ;) שיינע נאמען אויף אזא איינעם



אונז זעמער באמת אלע אינטערנעט פיגורין..
דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:05 pm#213451
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שמעקעדיג כ'האב געווארט איינער זאל אויפברענגן וואס דו זאגסט. ס'איז אבער נישט ריכטיג. די גמרא אין סנהדרין זאגט ערגעץ אז דאס איז דוקא ווען יענער איז דיין פרעזענדליכע שונא, און האט דיר געפייניגט. די אידן זענען געווען פארשקלאפט 210 יאר האבן זיי געדאנקט דעם אייבירשטען אז זיי זענען פטור געווארן פון די צרה וואס איז גראדע געקומען דורך די הריגה פון די מצריים. סתם טאנצן אויף יענעמ'ס בלוט על לא דבר איז נישט ריכטיג. (ס'שטייט נישט אין די שירה קיין איין ווארט וועגן זייער רשעות, די גאנצע סגנון איז הודאה לה')

בד"וו אז מ'רעדט שוין וועט איין חכם באלד זאגן באבוד רשעים רנה, כאילו ער ווייסט ווער ס'איז א רשע (חוץ אוודאי ער) און כאילו די פסוק איז אים מצוה מיט א מצוה פון "רנה".



קיינער טאנצט נישט אויף איר בלוט. און שעמען זאל זיך ווער יא. די גמ' זאגט, ווען א רוצח ווערט געהרג'ט קלאגט די שכינה קולני מראשי וכו'.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 3:52 pm#220520
איך וועל דיר זאגן וואס כ'האלט באמת, אז דאס רעדן פון איר אפילו לגנאי געבט איר חיזוק, און איך האב נישט געזען דעם בילד פון די תפילין אויפן פוס, ביז ס'נישט געווען אין די נייעס נאכן עקסידענט.
איך האלט אז מיר זענען נישטא צו פארשטן יעדענס שטראף, און מצב, און דאס צענעמען ווי מ'צענעמט א גוטע זאך. ס'נישט קיין געשמאקע זאך צו פאטשקענען. מ'זאל אפגעהיט זיין. און קיינער איז נישט אינשורד
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:06 pm#220532
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך וועל דיר זאגן וואס כ'האלט באמת, אז דאס רעדן פון איר אפילו לגנאי געבט איר חיזוק, און איך האב נישט געזען דעם בילד פון די תפילין אויפן פוס, ביז ס'נישט געווען אין די נייעס נאכן עקסידענט.
איך האלט אז מיר זענען נישטא צו פארשטן יעדענס שטראף, און מצב, און דאס צענעמען ווי מ'צענעמט א גוטע זאך. ס'נישט קיין געשמאקע זאך צו פאטשקענען. מ'זאל אפגעהיט זיין. און קיינער איז נישט אינשורד


יעצט פארענפערסטע׳דך?

זי איז געווארן באקאנט פאר מיר און צו אזויפיל אנדערער נאר צוליב דעם עקסידענט אירע. אונז אללע שוינען איר מיט איר אומשולדיגע משפחה. מיר פארדאמען איר אויפגעפירעכץ. מיר מוזן דאס טון. אבער דו ביזט אויפגעשפרינגן אין א געוויסן זין איר צו פראטעקטן, באשיצן און באשירעמען. פארדאם אירע שמוציגע מעשים און ארבעט בעיקר איר צוריק צוברנגען צו די שויס פון אירע עלטערן און אמונה על דרך התורה הקדושה והי׳הדות, און גארנישט די פארקערטע. אויב דו קענסט נישט, דעמאלט עט-ליעסט פארדאם נישט אונזער פארדאמונג. ביזטו א נוגע בדבר דא? כ׳האף אז נישט.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:08 pm#220533
טעפל האט געשריבן:מנשה פארוואס נעמסטו די אהן אזוי שטארק פאר איהר???

דעיס איז על פי סוד. ואין מגלין אלא לצנועין. אדער פאר "גאססיפס" נאר טאמער ביזסטו שטארק נייגעריג. קוק נאך ביי נחום רז"ב וואס ער שרייבט. און די פיקטשער וואס ער ברענגט.וד"ל ואכמ"ל... 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:10 pm#220538
מורא'דיג נעריש צו באוואשן דא ATUB @מנשה לוסטיג ATUB איבער איר, אויב עפעס דארף ער איר ווען אויספראקן, זי איז א פריי פויגל און טוהט וואס זי וויל ווען זי וויל אן זיך רעכענען מיט קיינעם, און מנשה קען דאס נעבעך עדות זאגן ערשט-האנטיג.

לייגטס שוין אוועק ענקער שנאה, נישט אייביג קומט דאס ניטאמאל אריין.

ודי בזה! צוריק צום נושא...
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:19 pm#220541
שעפטל האט געשריבן:מורא'דיג נעריש צו באוואשן דא @מנשה לוסטיג איבער איר, אויב עפעס דארף ער איר ווען אויספראקן, זי איז א פריי פויגל און טוהט וואס זי וויל ווען זי וויל אן זיך רעכענען מיט קיינעם, און מנשה קען דאס נעבעך עדות זאגן ערשט-האנטיג.

לייגטס שוין אוועק ענקער שנאה, נישט אייביג קומט דאס ניטאמאל אריין.

ודי בזה! צוריק צום נושא...


מנשה באשיצן איר. מנשה איז אונזער איינציגסטער קאנטאקט דא צו איר (אזוי זעהט עס אויס פון דיין גערעדעכץ). נא!, זאל ער איר אויספראקן. דאס וואס אונז פרובירן אבער מנשה ווארפט עס קאועגאריש צוריק. ווערט יעצט א גרויסע וואונדער איבער אים און זיינע מאטיוון. איו כאן לא שנאה, לא תחרות ולא קנאה.

יאללה מנשה! גיי און ברענג איר צוריק צו איר טאטע׳ןס שויס, ביטע. מגלגלין זכות על ידי זכאי. ביזט דאך מהנה אזויפיל אידישע קינדער באמת.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 5:51 pm#220571
וואסע פשט אז זי לאכט אויס די גאנצע זאך?
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:19 pm#220578
איך האב א אויסדרוק. אויב נישט א גלעט כאטש א ציפ, אבי מ'רעדט פון מיר..
זי גלייכט זייער אז מ'רעדט פון איר, וואס ס'זאל נאר זיין.
און אלץ והייתם נקיים מהשם ומישראל, איך האב גארנישט קיין שייכות מיט איר, ווי גרויס די יאר איז.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:11 pm#238909
איך שטיי און שטוין ווי ברוך השם זי איז אראפ פונעם מאפע, און די נסיונות פון אחב"י זענען געווארן עטוואס קלענער. קען מען דען זאגן אז דאס איז נישט געווען אן אקט מן השמים?
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:26 pm#238912
איך שטיי און שטוין ווי א איד וועקט אויף צוויי אשכולות, איינס איז נחום ראזנבערג צו וויי טון זיין משפחה מיט נארישע קאמענטס און פאלשע רחמנות, און די צווייטע צו רעדן נאכאמאל איבער די צובראכענע אידיענע. שאט אפ
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:33 pm#255038
אין די לעצטע טריביון
זונטאג פעברואר 22, 2015 1:09 am#255085
ראשעקאל, וואסי פשט?
זונטאג פעברואר 22, 2015 1:13 am#255087
דער דרוקער איז אויף א ליבע געיעג מיט ברענדע און איינע פון זיינע מאווס איז געווען זיך צו גרויסן דאס ער ארבעט פאר די טריביון. ברענדא האט אים נישט געגלייבט, האט ער אריינגעלייגט א באהאלטענע מעסידזש גלויבענדיג אז קיינער וועט נישט באמערקן. וואס זאלער טוהן אבער אז אלעמענס אויגן זענען אנגעשטעלט אויף ברענדע.
זונטאג פעברואר 22, 2015 1:16 am#255089
טאמבל סאס האט געשריבן:דער דרוקער איז אויף א ליבע געיעג מיט ברענדע און איינע פון זיינע מאווס איז געווען זיך צו גרויסן דאס ער ארבעט פאר די טריביון. ברענדא האט אים נישט געגלייבט, האט ער אריינגעלייגט א באהאלטענע מעסידזש גלויבענדיג אז קיינער וועט נישט באמערקן. וואס זאלער טוהן אבער אז אלעמענס אויגן זענען אנגעשטעלט אויף ברענדע.

ידיעה או השערה?
זונטאג פעברואר 22, 2015 1:17 am#255090
ווען איך ווייס ווען מיינסטע זאג איך דיר אויס?
זונטאג פעברואר 22, 2015 8:56 am#255123
מיר קיקט אויס אז gb האט געוואלט עדווערטייזען זייערע בעקיטשעס מיטן באקאנטען בילד פון ברענדא, און ציליב טעכנישע פראבלעמען איז די בילד ארויסגעפאלן. כנלענ''ד וק''ל

brenda.jpg
brenda.jpg (50.3 KiB) געזען געווארן 1967 מאל
זונטאג פעברואר 22, 2015 3:47 pm#255194
וויאזוי געשענט אזא מאדנע טעות? פארוואס שטייט קיינמאל נישט בטעות 'גראדע מעכעלע 'אויף א gb עד?
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:09 pm#255196
כ'קען נישט די גראפיקס און פרינטינג פאך, איז אפי' דא א מציאות אז דאס זאל זיך אריינגליטשן נאכן גראפיקס דעזיין? און אויב איז עס קלאר במקורו פונעם דעזיינער, איז די זעלבע עד געלאפן אין אנדערע פאבליקאציעס אן די טעות?
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:15 pm#255199
האט דאס איינער בכלל געזען אינעם טריביון, אדער נאר אינעם בילד וואס איז ארומגעפארן?
אנליין איז עס נישטא. m http://www.yiddishtribune.com/#p=5 m
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:18 pm#255200
רפאל האט געשריבן:האט דאס איינער בכלל געזען אינעם טריביון, אדער נאר אינעם בילד וואס איז ארומגעפארן?
אנליין איז עס נישטא. http://www.yiddishtribune.com/#p=5


זייער א גיטע פראגע. גאנץ מעגליך אז ס'איז א האוקס.
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:24 pm#255204
איך האב עס געזען אין מיין טריביון.
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:29 pm#255210
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וויאזוי געשענט אזא מאדנע טעות? פארוואס שטייט קיינמאל נישט בטעות 'גראדע מעכעלע 'אויף א gb עד?

ווי אטרעקטעוו קען שוין א גראדער מעכעלע זיין? ;) :P
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:32 pm#255211
העי, זיין אוואטאר איז גראדע זייער אטרעקטיוו!..
זונטאג פעברואר 22, 2015 5:43 pm#255228
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב עס געזען אין מיין טריביון.
זונטאג פעברואר 22, 2015 6:05 pm#255235
מסתבר איז אז עס איז די ארבייט אדער פון די טריביון גראפיקער וואס גרייט צו אלע בלעטער צום דרוק, אדער די פרינט האוס. (נישט די מארקעטינג פירמע פון GB) טעקנעקלי איז מער מסתבר אז ס'האט מיט דעם טריביון אין-האוז גראפיקער.
זונטאג פעברואר 22, 2015 7:13 pm#255251
כוכב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב עס געזען אין מיין טריביון.