Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

קאווע שטיבל • אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6877
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:58 pm#241534
מניעת הריון.
זאכן וואס מען טאר נישט אויסזאגן ביז די חתונה, שרייבט ביי אונז מיט ר"ת.
דינסטאג אפריל 30, 2019 8:12 pm#429332
שמעקעדיג האט געשריבן:קיין וואונדער אז סאטמאר רב האט נישט גורס געווען דעם גאנצן ענין פון כוללים.

ס'האט מיר פארציילט א איד א בן שבעים, אז בשעתו האט ער געהאט א חבר וועלכע האט געוואלט גיין אין כולל, און זיין רייכע שווער איז געווען גרייט אים אויסצוהאלטן, אבער דער רבי האט בשום אופן נישט מסכים געווען.
דינסטאג אפריל 30, 2019 10:08 pm#429334
ווי אזוי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך. פונקט היינט איז דער אשכול ארויפגעשווימען אויף אייוועלט נאך א לאנגע תקופה פון אפוועזנהייט....
דינסטאג אפריל 30, 2019 11:15 pm#429340
איסר האיטלקי: לשיטתך. ווער זענען דא די אידן. און ווער זענען די גויים...?!
מיטוואך מאי 01, 2019 6:31 am#429358
Re: אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס
וויל איך דא פרעגן דער עולם. מ׳זאגט אז עס איז געפערליך, די געלט געיעג פשוט צו דעקן די חודש בארויבט יעדעם פון יעדער ברעקל פון ישוב הדעת, מ׳קען נישט דאווענען און מ׳קען נישט לערנן. לאמיר זען צו דאס איז טאקע אמת. די גבירים וואס דו קענסט, די באזעסענע מענטשן וואס פארדינען מער ווי זיי דארפן, זיי דאווענען עפעס בעסער, זיי לערנען עפעס מער ווי אנדערע? מיינסט טאקע אז טאמער די לעבן וואלט געווען ביליגער און מ׳וואלט זיך געלערנט א פאך געהעריג וואלט מען גענוצט די איבעריגע צייט אויף גוטע זאכען, אדער ח"ו פארקערט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 01, 2019 7:25 am#429359
אוודאי נישט און מען וואלט פארברענגט די צייט צו שרייבן אויף קאוועשטיבל. און אונזער פליכט איז צו שפילן גאט און מאכן זיכער אז אנדערע חלילה קומען נישט אן צוטוהן דאס וואס מיר דמיון'נען זיי וועלן טוהן.
מיטוואך מאי 01, 2019 8:12 am#429365
Re: אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס
וועלכע איז שפילן גאט, טוישן די סיסטעם אדער לאזען וואויל גיין?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 01, 2019 8:25 am#429367
איך האב נארוואס געליינט דעם קעפל נאכנישט געהאט געדולד און ישוב הישוב אדרוך צו לעזן אלע תגובות. עס זעהט אויס שיין. איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם וועל איך יעצט אביסל שרייבן אויל המשך יבוא

מיין עקספיריענס האט מיר געוויזן אז דער גרעסטע פראבלעם פון פרנסה ביי מיר און מיינע היימישע חברים איז MONEY MISMANAGEMENT
איך וועל אביסל שרייבן בקיצור

אמאל
נישט גענדיגט דעם חודש
געווען שולדיג גמח'ן
געווען שולדיג גראסעריס
גענוצט נישט ריספאנסיבל קרעדיט קארדס
געהאלטן און איין בארגן פון חברים משפחה
געגעבן געלט צו צדקות וואס איך האב געמוזט מער ווי מעשר
געקויפט מתנות העכער פון מיין באדז'עט און געשאלטן
געארבעט אסאך מער ווי מען האט מיך באצאלט UNDEREARNED
געלט וואס איז אריין איז געפלויגן אין סעקונדעס אין וואסער אריין

היינט
מיט כמעט דער זעלבע באדזעט ווי פריער!!
אויסגעצאלט גמח'ן
נישטא גראסעריס אויפשרייבן
קרעדיט קארד נאר פאר ביזנעס
יעדער חודש ווערט אפגעצאלט חלקים פון אלטע חובות
איך ווער נישט דעשראקן צי זאגן פאר מיין פארטיי , ביהמ''ד וכו' אנטשלודיגט איך האב יעצט נישט צי געבן
איך קען אויף א געזונטע אופן זאגן אנדערהיים דאס קען איך יעצט יא קויפן דאס נישט..
זייער א קלארע קאנטראקט מיט מיין בעה''ב און ווער עס נוצט מיין סערוויסעס קען איך קלאר און רואיג מאכן א געהעריגע פרייס ליסט
יעדער אגורה / סענט פון אינקאם האט א גענויער אדרעס . כך וכך פאר ביסנעס עקספענסעס און כך וכך פאר וועקעישן און פאר חובות, פסח , חתונה פאליסיס וכו'

ווי אזוי?

אסאך זאכן געטוהן און טוה נאך ווייטער
צום ערשט וועל איך דא ארויף ברענגן דעם ביכל וואס האט געהאט א ריזיגע חלק צו טוישן מיין לעבן. אויך אן עקספיריענס פון א מענטש. איך בין גאר שטארק מציע דאס צו ליינען


m https://www.amazon.com/Earn-What-You-De ... 0553572229 m

המשך יבוא אם הזמן ירשה
דערוויייל ווער עס וויל קען זיך פארבינדען מיט מיר באישי
מיטוואך מאי 01, 2019 10:26 am#429382
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וויל איך דא פרעגן דער עולם. מ׳זאגט אז עס איז געפערליך, די געלט געיעג פשוט צו דעקן די חודש בארויבט יעדעם פון יעדער ברעקל פון ישוב הדעת, מ׳קען נישט דאווענען און מ׳קען נישט לערנן. לאמיר זען צו דאס איז טאקע אמת. די גבירים וואס דו קענסט, די באזעסענע מענטשן וואס פארדינען מער ווי זיי דארפן, זיי דאווענען עפעס בעסער, זיי לערנען עפעס מער ווי אנדערע? מיינסט טאקע אז טאמער די לעבן וואלט געווען ביליגער און מ׳וואלט זיך געלערנט א פאך געהעריג וואלט מען גענוצט די איבעריגע צייט אויף גוטע זאכען, אדער ח"ו פארקערט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איינס פרעגט נישט אפ די צווייטע. ס'דא ניסיון העוני און ניסיון העושר, א יעדע איז באזונדער אין זיין פלאץ.

איך גלייב אז רוב מענטשן האפן כאטש צו דעקן די חודש רואיגערהייט כדי ס'זאל זיין אביסל הרחבת הדעת. ס'איז לאו דווקא אז די דבר והפיכו איז עוני און עושר.
מיטוואך מאי 01, 2019 11:07 am#429385
זייער קלאר וואלווי. ביידע נעמען אוועק דעם קאפ און מוח.

פונעם עני פעלט הרחבת הדעת און פונעם עושר ישוב הדעת.

הרחבת הדעת אינאיינעם מיט ישוב הדעת איז א ברכה צו וואס אפי' עשירים זענען נישט זוכה.
מיטוואך מאי 01, 2019 12:52 pm#429390
ס'דאך שוין אן אלטע מחלוקת צווישן די צדיקים צו אידן דארפן זיין רייך אדער ארעם. האט איינער פון די צדיקים געזאגט אז ער האט א ראיה אז אידן דארפן זיין רייך, ווייל אויב די נסיון העושר איז טאקע אזוי געפערליך, וואלט שוין דער בעל דבר זיכער געמאכט אז אלע אידן זאלן האבן געלט...
מיטוואך מאי 01, 2019 6:00 pm#429402
האט עטס שוין אמאל געהרט ווי דער ליובאוויטשער פרעגט ביי א פאברענג ווער וויל זיך נעמען אויף זיך דעם נסיון העושר. דא האט איר א רעקורדירונג . דאכט זיך מיר אז גוטניק איז געווען איינער פון די דריי מענטשן וואס האבן געהויבן דער פינגער

m https://www.dropbox.com/s/27euzovfm4jr8 ... 9.mp4?dl=0 m