@פלעין יודיש
במחילת כבודך האסטו בלויז געמאלן וואסער, געווארפן ליידיגע סלאגאנען און גארנישט צוגעגעבן.
@איש את רעהו
וויאזוי פונטליך פארשעמן זיי? זיי מסביר, מיין הארץ ווערט דוקא אנגעפילט מלא גאוה, אז עס איז נאך דא אפאר חסידישע יודן וואס קענען גיין אנטקעגן די שטראם, בלויז ווייל עס ארט זיי כבוד שמים לאוקמי שכינתיה מעפרא, בלויז ווייל עס באדערט זיי אז קודשא בריך הוא ושכינתיה איז האומלעס, אינדערצייט וואס רוב רביים זענען פארנומען בויען זייערע חסידישע הויפן, זענען זיי עוסק מיט פארשפרייטן הלכות בנין בית הבחירה ועבודת הקרבנות.
אינדערצייט וואס געוויסע יודן דאווענען און וויינען מיט קראדאקיל טרערן והשב כהנים לעבודתם אבער וועלן נישט גיין ווייטער לשמור ולעשות אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער, שטייען דא יודן שוין קרוב צו 50 יאר מיט מסירת נפש ממש און אטעמען די מצוה פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, קומט זיך א צוצוקעל און דערוואגט זיך זיי צו רופן מטורפים אן קיין שום בעקינג??? הזאת נעמי???
קוק אביסל אריין אין זייערע גליונים יבנה המקדש ועוד קונטרסים מלא וגדוש מיט תורה הלכה ועוד תורה ועוד הלכה, אינדערצייט וואס זייערע קעגנערס די סיקרוקים הענגן ליידיגע פלאקאטן וואס שרייט נאר רוצחים.
די גוים ווערן אסאך מער אנגערייצט פון די ווילידזש אין מאנראו אדער פון די לענדלארטס אין וויליאמסבורג דרייט נישט דעם קאפ. איעדער רעכט דענקערער מענטש ווארט אויפן מינוט וואס די יודן נעמען צוריק דעם הר הבית און בויען א בית תפלה לכל העמים, א בית שמשם יצא אור ואויר לכל העולם כולו
די איבריגע ישמעאלים ועוד העטערס זענען סייווי אנטיסימיטען און נוצן הר הבית אלץ א תירוץ.
און בכלל זייט ווען לעבן מיר אין א וועלט ווי מ'טוט נישט זאכן וואס איז רייט ווייל מ'גייט אויפרעגן א גוי?? ווילסט מיט מיר דורכגיין גאנץ תנ"ך און מיר זאגן ווי די טרעפסט אזא מין קאנסעפט? האסט געהערט פון חנוכה, חשמונאים, יוונים? רינגס א בעל?
אפילו הרב פישר זצל פון די עדה החרדית האט געהאט פאר הרב אלבוים גרויס דרך ארץ, און אפילו האדמור מבעלז שליטא האט זיי נישט ארויסגעווארפן פון בעלז כל אלו השנים טאקע ווייל דער רבי ווי שטארק ס'שמעקט אים נישט איז ער מלא רעספעקט פאר אזוילכע הייליגע יודן.