Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • תשע"ה רמזים

קאווע שטיבל • תשע"ה רמזים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6899
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:37 pm#223751
די מיינסט מיך?
אגב איך קען מער וי איינער א נגיד וואס שרייבט דא... :)
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:24 pm#223900
ת׳סגור ה׳ישיבה ש׳ל ע׳לכסנדר
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:37 pm#223902
אפשר מאכט עס
ת'תקיים ה'ישיבה ש'ל ע'לכסנדר
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:13 pm#223912
אז מקען גיין קרום וואס דארף מען גיין גלייך? :)
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 2:24 pm#225833
ת׳הא ש׳נת ע׳וד ה׳סתרה
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:09 am#226419
גאלד האט געשריבן:געהערט די שבת א מורא'דיגע רמז,
מ'פארציילט א סיפור ביים הייליגן בעל התניא אז איינמאל האט ער געליינט פרשת פקודי,
ווען ער איז געקומען צו דעם באקאנטן "ואת האלף", האט ער געזאגט ואת "הא אלף", צוויי ווערטער, כאילו ער זאל זאגן 5 טויזנט,
די משמשים האבן איהם פרובירט צו פארעכטן, אבער הוא בשלו און געהאלטן אין איין איבערזאגן ואת "הא אלף",
יעצט, איך בין מכבד דעם עולם זאל אפיר נעמען א חומש און זעהן וועלכער נומער עס שטייט גלייך נאך דעם ואת הא אלף,
יא! תשע"ה!
ושבע המאות וחמשה ושבעים!
א ליבאוויטשער חסיד זאגט מיר אז ס'מקובל ביי זיי אז דא איז מרומז די קץ הגאולה,
זיי זאגן אז מ'האט עס געהאט געזאגט פארן לעצטן ליבאוויטשן רבין ז"ל,
און ער האט געזאגט אז ער ווייסט דערפון נאר מ'האט נישט גערעדט דערפון,
אבער 25 יאר צוריק, (דאס מיינט 5 יאר פאר זיין פטירה) האט ער געזאגט אז מ'מעג שוין רעדן דערפון,

אני צעיר זאגט, אז אויך דער אזלא גרש ביי ואת האלף איז מרמז די גאולה, "אזלא" מ'העט ארויס גיין, "גרש" פון גלות,
און פארדעם איז טאקע דער מנהג מקדמת דנא אז כל הקהל ברומט אינאיינעם דעם אזלא גרש,

ואת האלף!!!!
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 2:12 am#228215
ש'תעשה ה'יום ע'ירוב ת'בשילין
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:08 am#228224
ה׳אחים ש׳נתעלפו ב׳יום ת׳שובה.
(בעניין האחים האדמורי״ם מצאנז קלויזנבורג שנתעלפו ביום הכיפורים)
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 5:16 pm#228304
ת'הא ש'נת ע'ולם ה'פוך האט שוין איינער געזאגט?
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 5:22 pm#228305
ניין.
אבער א פארקערטער וועלט וי ביז היינט איז דאך א עולם מתוקן אין נישט קיין הפוך....
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 6:01 pm#228317
תהא שנת עסרוג הדר!
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 6:11 pm#228318
נישט קיין רמז אויף תשע"ה, אבער א שיין גמטריה לכבוד יו"ט. קאווע שטיבל איז בגמטריה סוף לצנזורה. ליכא מידי דלא רמיזא.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 6:16 pm#228320
פיר אויס צום ענדע.
ליכא מידי דלא רמיזא בקאווע.