Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דארווין

דארווין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
87 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 265 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6933
פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:25 pm#216024
דארווין
דארווין טעאריע

זיין טיאריע פון אבילוציע, האט געמאכט אזא איבערקעריניש אין די וועלט, אזש אז ער איז געווארן דערקלערט אלס דער גרעסטער חקרן און די וועלט, זיין טיאריע האט זיך צישפרייט ווי ווילד פייער, אבער למעשה וויפיל איך טראכט דערין אריין איז עס דאך גאר לעכערליכער טיאריע, ער האט קשיות אבער זיינע נערישע קאנקלוזשען'ס זענען גאר ערגער ווי זיינע קשיות, ממש עס קומט צי לאכן פאר יעדע גלייך טראכטענדער מאן.

איך וויל נישט איבערקייען דא זיינע חידושים וואס כמעט יעדער דא ווייסט, און דער וואס ווייסט נישט זאל טאקע נישט וויסן, אבער ממש עס איז מיר שווער ווי אזוי חכמים גדולים זענען געפאלן דערפאר, איך האב איין תירוץ פארוואס, ווייל דא קימט א חכם וואס האט איבער געגעיבן זיין שטודיע פון אכצען יאר אין די ווילדערנישן און שרייט אבילוציע, לית דין ולית דיין, אלעס פאסירט דורך די ווילן צי מאכן בעסער די יוניווערס, טיען זיי פארבעסערן די גענעס, היות אז מען ברויך אויגן, האט זיך די גענעס פארבעסערט און באשאפן פון דאן און ווייטער אויגן פאר די קומענדיגע גענעראציעס, ווי נעריש איז אזוי צי זאגן, וויפיל רשעות ליגט און אזא סטעיטמענט קעיגן דער בורא עולם, איך האב געליינט אן א שיעור אפיקוריסישע קליפס וואס זענען מסביר דארווין טיאריע, קיין שום עוועדענץ צים טיאריע איז נישט פארהאן, נאר פאקטן פון מאדנע מינע וועיגן ווי אזוי באשעפענישן אדאפטירן צי געוויסע מצבים וואס זיי האבן זיך געפינען, ווי פיש אין וואסער אדער פייגל אין ימל, אנשטאץ צי זאגן אז זיי זענען באשאפן געווארן גענוי אזוי כדי צי סארווייוון אינעם מצב, מיז מען דאך זיין גאר לייכטזיניג.

למשל צי זאגן אז פיש האבן איוואלווד צי קענען איבערלעיבן אין וואסער, מיז זיין אז זיי האבן זיך ציזאמגענימען, און נאך א דרינגליכע גענע מיטינג, מיישב געוועין אז זיי מיזן האבן פליס פעידערן, אדער זייגן אקסעגען פון וואסער, וויפיל בהמה שטיק ליגט דערין, ווי אזוי האבן זיי געקענט איבער לעיבן די ערשטע פינף הינדערט מיליאן יאר, סארא פערד וועט פארשטיין אז מצב קען טוישן קומענדיגע גענעס, למשל אויב איך גיי אין וואסער און מחליט א החלטה גמירה צי בלייבן דארט וועלכע גענע בלייבט איבער מער ווי פינף מיניט, וויפיל שטותים קענען מיר דערהייבן, וועלכע מאן אויפן כדיר וויל נישט פליען, פארוואס האבן די גענעס נישט קאפירט פארן אדם גענע אז מיר זאלן האבן פליגל, עס איז דאך פשוט אז מיר קענען ניצן פליגל אזוי ווי פייגל, נאר דאס רשעות וואס ליגט אין די כופרים זעיט נישט די דבר פשוט מאוד,

זיי לויפן אין די טיפעניש, טרעפן די קאליר טוישענדע פיש, לעקטערישע פיש, טרעפן פליג עסענדע בלימען, זיכן די גיפט פין ספיידער'ס, זיכן ווי הערליך פינקטלעך און קינטס עס ליגט מביצי כינים עד די מלחמות פון לייבן, בערן וועלף, שלעינג, אלעס וועלן זיי זעין נאר נישט יד השם, נאר עבדא בהפקירא ניחא ליה, דעריבער זעיען זיי נישט דאס אויבערפלעכליכע, דאס פשוטע, און נעמען ענדערש אן דאס לעכירליכסטע, פאר די אמת, דאס וואס עס קען נישט זיין פאר פשוט.

אבער מיר וואס ווייסן יא פון יד השם, זענען מיר זיך מחיה פון זייערע שווערע הארעוואניע צי לייקענען אין מציאות הבורא ברוך הוא וברוך שמו, מיר וועלן אויסריפן מה רבו מעשיך השם, און דאנקען דעים בורא ווי אזוי ער האט פאר יעדען ציגעפאט זיינע מעטאדן צי לעיבן אין די טיפסטע פלעצער פינעם אפגרינד, וואס אפילו זיי קענען נישט פארשטיין הלמאי דאס ווערעמעל ווערט נישט צידריקט פינעם אימגעהוירן דריק פון וואסער, אבער חלילה איבערטראכטן זייער נערישקייט, עס וועט דאך דאן נאגן די שאלה מה חובתי בעולמי, איז ענדערש צי בלייבן ביי תיקי.

און מיינע אויגן איז נאר חכמה וואס טוישט דעים אויפירינג פון א אדם, חכמה טוישט נישט קיין גענע'ס, חכמה טוישט נישט די בריאה, חכמה איז נאר פאר מענטשן, נישט פאר קיין בל חי, לדוגמה א מאן וואס געפינט אויס א חכמה ווי לעקטער, אדער די חכמה פון עראדינעמיקס, אדער פארמעקאלעדשי, איז פון דאן און ווייטער א נייע בריאה פאר דער מאן ספישי, ווייל ער בויט א עראפארט און בויט פליגער'ס און גייט מסוף עולם ועד סופו, לעיבט איבער א סטרעפט, טראץ וואס מיליאנען זענען געשטארבן, אבער חכמה האט געזיגט בס"ד, זיינע קימענדיגע גענעראציע'ס פליען שוין נאטראל אפילו אן וויסן גענוי ווי אזוי עס ארבייט, ער ברויך נאר אנצינדן די סוויטש און עס צינט אן א באלב, ער רעדט אויף א סעלפאן וכדומה, ווייל ער האט איוואלווד, א דאגי אדער א קי עסט ווייטער זיין שטרוי נישט קיין חיליק צי מיר האבן שוין היינט רעסטעראנטען, ער איוואלווד גארנישט, ער איז דער זעבער קי, וואס מיר האבן מקריב געוועין אויפן מזבח צוויי טויזענט יאר ציריק, אינז זענען אבער נישט די זעלבע, אינז זענען אנדער מיני בריאים, אבער אינזערע גענע'ס זענען נאך אלס די זעלבע, למשל אויב טרעפן מיר מענטשן אינעם עמעזאן דזשאנגל וואס איז דארט פארוואגעלט געווארן ביים דור הפלגה, זיי האבן נישט אויסגעפינען גארנישט איבער דברי חכמה, זיי זענען שטיין געבליבן ביי פייל אין בויגן, הגם זיי גיבן זיך פיין א עצה, אבער ווי איז די גענע מיטינג'ס, אלזא צי זאגן אז אלע פיש אינעם ים הגדול האבן מחליט געוועין אז זיי מיזן האבן א געוויסע נאטור, איז נישט מאנסגעיבענד, און דערפאר רשעות'דיג הפקר'דיג, און דעריבער כאפט מען זיך צי דערצי ווי צי געבראטענס.
פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:26 pm#216025
ווי אזוי ליינט מען קליפס?
מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:03 pm#216037
דו מאכסט דיך, יא?
מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:19 pm#216041
@יאיר, פון וויפיל איך לייען פון אייך זענט איר א שטארקע חסיד פון עוואלוציע עפ"י תורה, אפשר קענט איר מיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס מאכט אייך נייטן דערצו מער ווי צו די טראדיציאנאלע פשט אין בראשית ברא?
אויב איר האט דאס שוין אמאל מסביר געווען ביטע שטעלט א לינק, ייש"כ.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:08 am#216047
דא איז עס שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן קלאר, קוק עס דורך גרונטליך.
איך האב שוין דערמאנט ערגעץ אנדערש, אז מורינו רבי גדליה נדל האט אויך געהאלטען אז מיסודי האמונה דארף מען האלטען אז אלעס וואס עס ווערט אנדעקט דורך סייענטיסטען און פארשער, איז אמת בנוגע בריאת העולם, און אז מען גלייבט נישט אזוי גלייבסטו נישט ריכטיג, און דעם אויבען דערמאנטען אשכול האט איינער שיין מבאר געווען די רמב"ם/נדל שיטה.
מדארף קלאר מאכען ווי איך פארשטיי איז פליקערס נקודה געווען בעיקר אויף בורא חלק און נישט אויף דרך התפתחות הבריאה, וואס אויף צווייט דערמאנטע זעה איך נישט קיין בעיה צו אמונה, און עס איז נישט פארהאנען.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:33 am#216061
ייש"כ כ'וועל עס באלד דורכלייענען.
וואו פונקטליך שרייבט דאס ר' גדליה? אין וועלעכער אני מאמין איז דאס נכלל? לויט מיין זכרון האט ר' גדליה בלויז געזאגט אז ס'איז נישטא קיין סיבה דאס נישט אנצונעמען. אבער פון דעם ביז יסוד האמונה איז דער וועג א ווייטער, ווי אויך האב איך ערענסטע ספיקות לפי"ז ווייל די יסודות האמונה טוישן זיך יעדע שטיק צייט מיט יעדע נייע אנטפלעקונג.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:37 am#216062
ריכטיג האט געשריבן:ייש"כ כ'וועל עס באלד דורכלייענען.
וואו פונקטליך שרייבט דאס ר' גדליה? אין וועלעכער אני מאמין איז דאס נכלל? לויט מיין זכרון האט ר' גדליה בלויז געזאגט אז ס'איז נישטא קיין סיבה דאס נישט אנצונעמען. אבער פון דעם ביז יסוד האמונה איז דער וועג א ווייטער, ווי אויך האב איך ערענסטע ספיקות לפי"ז ווייל די יסודות האמונה טוישן זיך יעדע שטיק צייט מיט יעדע נייע אנטפלעקונג.

נאך דיין לעצטען אויספיר, קוקט אויס אז די האסט נישט געזעהן רבי גדליהס ווערטער, ווייל ער האט אויף דעם פראגע פון נייע ערפונדונגען לאנגס און א ברייטס.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:12 am#216063
איך האב עס יא געזעהן שוין א לאנג צייט צוריק, איך געדענק נישט אלעס אבער איך האב נאך דעם ספר, זאג מיר בלויז וואו נאכצוקוקן.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:31 am#216067
איך זעה בלויז א שטארקע ארגומענט אבער נישט קיין יסוד אין אמונה:
זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:20 am#216075
פאר ביסט דיך אזוי מתמקד אויף מיינע ווערטער זיי דיך אויף דיינע, די קשיא פון ערפונדונגען האסטו שוין געלעזט, כוועל דיר דערנאך ערקלערן פאר וואס עס איז א יסוד און אמונה
זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:41 am#216078
אנטשולדיגט מיר איך פארשטיי נישט.
איך האב בסך הכל געפרעגט אז אויב גלייבן אין סייענטיסטישע ערפינדונגען בנוגע בריאת העולם איז א "יסוד אין אמונה" קומט אויס אז די יסודות האמונה האבן זיך געטוישט פון די צייט פון דארווין ביז די נעא-דארוויניסטן, וואס מאכט אויסקוקן אז יסודות האמונה איז עפעס א בויגזאמע זאך וואס טוישט זיך יעדע פאר יאר. דאס איז מיין צווייטע נקודה אויבן, וואס איך זעה נאכנישט וויאזוי דאס איז געלעזט.
מיין ערשטע געבעהט איז געווען זאלסט מיר גיבן דעם רעפערענס צו דברי ר' גדליה, און איך ווארט נאך דערויף.
און אינאיינוועגס אין וועלעכע פון מיינע אייגענע ווערטער ברויך איך זיך מתמקד זיין?
זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:58 pm#216102
ריכטיג האט געשריבן:@יאיר, פון וויפיל איך לייען פון אייך זענט איר א שטארקע חסיד פון עוואלוציע עפ"י תורה, אפשר קענט איר מיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס מאכט אייך נייטן דערצו מער ווי צו די טראדיציאנאלע פשט אין בראשית ברא?
אויב איר האט דאס שוין אמאל מסביר געווען ביטע שטעלט א לינק, ייש"כ.

איז דיין שאלה פארוואס איך וויל נישט אננעמען פרשת בראשית כפשוטו אדער פארוואס איך בעפארציג עוואלוציע איבער קרעציאניזם?
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:12 pm#216129
פארוואס איר לערנט נישט בראשית אזויווי אין אלע דורות. (איך זעה נישט אזוי שטארק די נפק"מ ציווישן די צוויי צדדים וואס דו פרעגסט מיר איבער, בכל אופן דאס מיין איך )
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:53 pm#216135
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט "אזוי ווי אין אלע דורות", עס זענען דא אלע סארטן פשטים אויף די מעשה בראשית ע"פ נגלה ונסתר. אויב דו מיינסט דער חומש טייטש וואס מען לערנט אין חדר, איז דער תירוץ, ווייל עס שטימט נישט מיט די א"ב פון סייענס. (לדוגמא: עס איז נישטא קיין רקיע און קיין מים מעל לרקיע), פאר מער זע אין דעם אשכול וואס אחד העם האט שוין צוגעצייכנט.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:29 pm#216146
@יאיר פון ווי ווייסטו אזוי גיט, די קלערסט אז דו ווייסט שוין אלעס, סייענס האט שוין אלעס געפינען, זיי האבן שוין פארשפארט זייערע פארש צענטערן, גלייב מיר זיי האבן נאך נישט בארירט אפס קצהו פון די חכמה פון די בריאה, זיי האבן נאך נישט געפארטיגט מיטן אלף און דו פארשטייסט שוין פשט און מים מעל, ווען די ווייסט נישט מים מתחת
זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:50 pm#216150
איידער דו לערנסט זיך סייענס, נעם עטליכע קורסן אין ספעלינג, גראמאטיק, און יא, Punctuation.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:13 pm#216155
פליקער , איר דארפט זאגן וואס פונקטליך איר מיינט , איר האלט די חוקרים זענען שקרנים? זיי טיען מאכן מסקנות וואס איז נישט ריכטיג.
זיי גייען מיט טעריא צי ווייט , וועלעכע חלק זענט איר מחולק מיט די גאנצע רעיון, אפילו מיט דעים אויך
למשל לאמיר אנכאפן איינע פון די דוגמאות וואס די חוקרים זאגן , אז זיי טרעפן ביינער פון אסאך באשעפענישן אין ווי עלטער די געביין איז זעעט מען עס מיט א שינו , איז דאך זייער נארמאל צי זאגן אז ווי שפעטער איז מיט זמן די צורה אביסל נשתנה גיווארן . יעצט אמת
אז די חוקרים ניצן עס פאר כפירה וואס דעם חלק איז נישט מוכרח
אבער די עצם רעיון דארפט איר אביסל מער מסביר זיין מיט וואס זיי זענען נישט גירעכט אדרבה לאז אונז הערן,
זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:26 pm#216156
איך דינג זיך נישט אז מען טרעפט ביינער, איך דיך זיך מיט זייער מסקנה אז עס איז פינף און זעכציג מיליאן פינף הינדערט יאר איך וויל וויסן צי זיי קענען נישט האבן דארט עפעס א טעות מיט עטליכע הינדערט יאר, או אנדער מאל מאל מער מאריך זיין.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 6:13 pm#216161
פליקער . איר דינגט זיך מיט דעטינג מעטאדן וואס מ׳נוצט למשל קארבן 14 וואס האלט איר פארוואס איז עס נישט ריכטיג , ?
איז אייער פראבלעם וויל זיי זאגן אז די וועלט איז עלטער ווי 6 טויזענט יאר ?
וואס דאס האט נישט אייגענטליך מיט עוואלוציע , צוטאן
זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:07 pm#216183
וויאזוי קען זיך איינער דינגען מיט עפעס וואס ער הויבט נישט אן צו פארשטיין?


קודם זאגט מיר פארוואס גלייבן אז אונזער וועלט איז פיר אהאלב ביליאן יאר אלט איז כפירה, כפירה אין וואס?
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:39 am#216233
כפירה אין חז"ל
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:03 am#216238
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:כפירה אין חז"ל


חכמה בגוים תאמין. (מדרש איכה רבה פרשה ב סימן יג)


.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:49 am#216260
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:כפירה אין חז"ל

דו ביזט אויך כופר אין חז"ל אויב גלייבסטו נישט לדוגמא אז די זון גייט אריין אין הימלישע פענסטער ביים שקיעה.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:06 pm#216277
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:כפירה אין חז"ל

כפירה אין חז"ל אז וואס? כפירה אין זייער עקזיסטענץ? אין זייער גדלות? אין זייער קדושה? קום אריין קלארער, ביטע.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:00 pm#216397
כפירה אין וואס? כפירה אין התאחדות הרבנים'ס curriculum. זיי האבן אונז מקבל געווען א מסורה אז spherical earth theory און pi ratio מיט נאך אזעלעכע אפיקורוס'ישע שיטות מעג מען יא לערנען, און evolution מיט heliocentrism טאר מען נישט.

און דו פרעגסט נאך קשיות...
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:41 am#222399
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:נאר וואס דען, אז דו האסט אנגעהויבן ווייטער פרעגן, קשיות וואס פאר איינער וואס האט שוין אמאל אביסל דערהערט די מושג פון evolution האבן זיי קיין שום פשט

ok דו ווילסט דאס נישט ריפען micro און macro אבער מיט די אויגן זעהן מיר micro און macro און די דארפסט קענען ווייזען וואו אזוי פין macro-A איז געווארן א קליינער micro טויש און נאך א micro טויש ביז ביז די קענסט מיר ווייזען א א macro-B

איך בין נישט זיכער וואס די פארלאנגסט, אויב איז עס א time travel ride אויף א time mashine איז דער ענטפער thanks, but no thanks

צי קימען און זאגן אז א macro טויש איז א straw man ארגיאמענט איז א חוצפה

חוצפה צי נישט חוצפה, אבער דאס איז עס. Kent Hovind האט פארלאנגט דווקא א כמו time travel ride זאל אים ווייזן ווי "נייע באשעפענישן" ווערן געבוירן, א זאך וואס עקזעסטירט בכלל נישט, ווי מבואר אין יענע קליפ וואו אונזער וויכוח האט זיך אנגעהויבן.


דא האסטו נאך פין חברה וואס האבן נאך קיין מאל נישט אביסל געהערט די מושג פון evolution, זייער ווערטער האט נישט קיין שום פשט
Stephen Jay Gould, Professor of Biology, Geology, and the History of Science at Harvard University
“All paleontologists know that the fossil record contains precious little in the way of intermediate forms; transitions between major groups are characteristically abrupt.”

“The extreme rarity of transitional forms in the fossil record persist as the trade secret of paleontology. The evolutionary trees that adorn our textbooks have data only at the tips and nodes of their branches; the rest is inference, however reasonable, not the evidence of fossils.”

“The fossil record with its abrupt transitions offers no support for gradual change…”

“The fossil record is full of gaps and discontinuities, but they are all attributed to the notorious imperfection of the fossil record. The fossil record is imperfect, but I think that is not an adequate explanation.”

“The fundamental reason why a lot of paleontologists don’t care much for gradualism is because the fossil record doesn’t show gradual change and every paleontologist has known that ever since Cuvier.”

“Studies that began in the early 1950s and continue at an accelerating pace today have revealed an extensive Precambrian fossil record, but the problem of the Cambrian explosion has not receded, since our more extensive labor has still failed to identify any creature that might serve as a plausible immediate ancestor for the Cambrian faunas.”

“The history of most fossil species includes two features particularly inconsistent with gradualism.
1. Stasis. Most species exhibit no directional change during their tenure on earth. They appear in the fossil record looking much the same as when they disappear; morphological change is usually limited and directionless.
2. Sudden appearance. In any local area, a species does not arise gradually by the steady transformation of its ancestors; it appears all at once and ‘fully formed


George Gaylord Simpson, Professor of Zoology at Columbia University, Curator of the Department of Geology and Paleontology at the American Museum of Natural History, Curator of the Museum of Comparative Zoology at Harvard University, and Professor of Geosciences at the University of Arizona:
“The earliest and most primitive known members of every order already have the basic ordinal characters, and in no case is an approximately continuous sequence from ne order to another known. In most cases the break is so sharp and the gap so large that the origin of the order is speculative and much disputed.”

“This regular absence of transitional forms is not confined to mammals, but is an almost universal phenomenon, as has long been noted by paleontologists. It is true of all orders of all classes of animals, both vertebrate and invertebrate.”

“Possibility for such dispute exists because transitions between major grades of organization are seldom well recorded by fossils.… It is thus possible to claim that such transitions are not recorded because they did not exist, that the changes were not by transitions, but by sudden leaps in evolution.”

“It is a feature of the known fossil record that most taxa appear abruptly. They are not, as a rule, led up to by a sequence of almost imperceptibly changing forerunners such as Darwin believed should be usual in evolution.”


איז מעגליך אז דיין קירוב קליפ איז פיל אף באל? (פעלט נישט אויף די וועב אזאלעכע קליפס, עטאיזעם איז א רעליגיע)
כעלעמ'ר מען מעג זיין א ביסל אויפגעקלעט - מען דארף נישט אלעס גלייבן נאר ווייל ס'שטייט אין א book אדער א וועב זייט און אזוי האלטן די גרויסע טאטעס. מע'מעג אויך אביסל ניצען די אייגענע god given שכל.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:15 pm#222481
איך האב באמת נישט קיין שמץ השגה וואס דו ווילסט מיט די אלע לאנגע ק/פ, ס'קוקט מיר אויס ווי דו ביסט נישט מער ווי מעתיק שטיקער מאמרים כמות שהוא פון עפעס א קירוב וועבסייט מיט א האפענונג אז מסתמא זיי ווייסן יא וואס זיי רעדן (זיי מיר מוחל אויב נישט). די אלע מאמרים אין בעסטן פאל האבן זיי קיין שום שייכות צום וויכוח, און כמה פעמים אפילו א bold contextomy (אדער ווי דער רמב"ם רופט עס, דער מ"ע פון ועבדתם אלהים אחרים).

וועגן Karl Popper, איך האב דיר אים נישט אריינגעברענגט אין שמועס, זיין פעלד (epistemology) איז נישט נוגע ווען די רעדע איז איבער די sincerity of the evolutionary model. ווען דו וואלסט ווען וויסן וואס Karl Popper שרייבט אלס בשבח די theory of evolution, און בגנות המגנים אותה, וואלסטו קיינמאל מער נישט דערמאנט זיין נאמען פאר דו טוישט זיך דיין בליק אויף evolution מן הקצה אל הקצה.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:37 pm#222495
הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:46 pm#222500
הקטן האט געשריבן: A. H. Clark, Biologist, Smithsonian Institute, Washington, D.C.
“No matter how far back we go in the fossil record of previous animal life upon earth, we find no trace of any animal forms which are intermediate between the various major groups of phyla.”33

“Since we have not the slightest evidence, either among the living or the fossil animals, of any intergrading types following the major groups, it is a fair supposition that there never have been any such intergrading types.”

יאיר, וואס האט ער אקעגן דיין פיש? פארוואס קוואלעפייד דאס נישט פאר א intergrading type?

איך ווייס פון די אלע שטיקלעך וואס זענען נאטאריאוס פאר זייערע מיסקוואוטס אין קריעשיניזם ליטעראטור, און איך גלייב אז דו ווייסט ניטאמאל דעם אריגינעלן מקור פאר זיי (ווער איז דער מר. קלארק בכלל? ער זעט יא אויס צו זיין א קריעשאניסט, אבער לדאבוני קען איך נישט טרעפן זיינע קרעדענטשעלס). בדרך כלל מיינען די סייענטיסטן צו זאגן אז עס זענען נישט פארהאן גענוג טראנזישען פאסילס כדי עס זאל ערלויבן פאר די גראדואליזם פון די נעא דארוויניען טעאריע, און דערפאר קומען זיי אויף מיט פארשידענע אויסבעסערונגען, ווי פאנק איק פון גאלד און האופפול מאנסטער פון גאלדשמידט. זיי רעדן אינגאנצן נישט פון די עצם טעאריע פון עוואלוציע. קיין איין אנערקענטער סייענטיסטן האלט נישט אז עס זענען נישטא קיין קלארע פאסילס לדוגמא צווישן מענטשן און מאלפעס, אדער פיש און טעטראפאדס.
איך וועל ברענגען איין קלארע ביישפיל פון גאלד, פון וועמען דו קוואוטסט אזוי אין גרויסן, ועל הכלל כולו יצא. (ביטע ליין די גאנצע איידער דו קאמענטסט).
The third argument is more direct: transitions are often found in the fossil record. Preserved transitions are not common—and should not be, according to our understanding of evolution (see next section) but they are not entirely wanting, as creationists often claim. The lower jaw of reptiles contains several bones, that of mammals only one. The non-mammalian jawbones are reduced, step by step, in mammalian ancestors until they become tiny nubbins located at the back of the jaw. The "hammer" and "anvil" bones of the mammalian ear are descendants of these nubbins. How could such a transition be accomplished? the creationists ask. Surely a bone is either entirely in the jaw or in the ear. Yet paleontologists have discovered two transitional lineages of therapsids (the so-called mammal-like reptiles) with a double jaw joint—one composed of the old quadrate and articular bones (soon to become the hammer and anvil), the other of the squamosal and dentary bones (as in modern mammals). For that matter, what better transitional form could we expect to find than the oldest human, Australopithecus afarensis, with its apelike palate, its human upright stance, and a cranial capacity larger than any ape’s of the same body size but a full 1,000 cubic centimeters below ours? If God made each of the half-dozen human species discovered in ancient rocks, why did he create in an unbroken temporal sequence of progressively more modern features—increasing cranial capacity, reduced face and teeth, larger body size? Did he create to mimic evolution and test our faith thereby?

Faced with these facts of evolution and the philosophical bankruptcy of their own position, creationists rely upon distortion and innuendo to buttress their rhetorical claim. If I sound sharp or bitter, indeed I am—for I have become a major target of these practices.

I count myself among the evolutionists who argue for a jerky, or episodic, rather than a smoothly gradual, pace of change. In 1972 my colleague Niles Eldredge and I developed the theory of punctuated equilibrium. We argued that two outstanding facts of the fossil record—geologically "sudden" origin of new species and failure to change thereafter (stasis)—reflect the predictions of evolutionary theory, not the imperfections of the fossil record. In most theories, small isolated populations are the source of new species, and the process of speciation takes thousands or tens of thousands of years. This amount of time, so long when measured against our lives, is a geological microsecond. It represents much less than 1 per cent of the average life-span for a fossil invertebrate species—more than ten million years. Large, widespread, and well established species, on the other hand, are not expected to change very much. We believe that the inertia of large populations explains the stasis of most fossil species over millions of years.


בכל אופן, איך ווייס נישט צו עס האט א פשט די גאנצע ויכוח. אויב אלע דעיטינג סיסטעמס זענען נישט באגלייבט, און די (ליטערעלי) טויזנטער ראיות פון גענעטיקס און עמבריאלאגיע ווערן באזייטיגט אלס מיסטעריעזע אפענדיקס איברים וואס סוד ה' ליריאיו פארוואס גאט האט זיי איינגעפלאנצט, דעמאלט איז באמת נישט פארהאן קיין שטארקע באווייזן אויף עוואלוציע. (כאטש טייל פון די באווייזן האלטן יא אן). איך שטעל זיך פאר אז דו ביסט פונקט אזוי סקעפטיש פון די ביג בענג טעאריע, וואס איז לכל הדעות סאליד סייענס. ממילא זע איך נישט פארווואס עס איז נויטיג זיך צו טענה'ן אויף רעלאטיוו אומוויכטיגע דעטאלן אין די פאסיל רעקארד, בפרט אויב עס ווערט געפירט אויף אן אויבערפלעכליכן אופן פון קוואוטן די סייענטיפישע ליטעראטור אן אפילו וויסן פון וואס די ארטיקלען רעדן זיך.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:38 pm#222661
יאיר האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז דו ביסט פונקט אזוי סקעפטיש פון די ביג בענג טעאריע, וואס איז לכל הדעות סאליד סייענס.

יאיר, איז ריכטיג וואס איך באמערק? האט זיך אריין געכאפט א שפאלט אין דיין אמונה אין עוועליצאיע? דו ביסט גרייט מחלק צו זיין צווישען עוועליציע און להבדיל די ביג בענג.
איז נישט עוועלציע אמת אוואו 3=3=6?

יידל האט געשריבן:הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.

איך האב דאס שוין געשריבן איך ברענג בעיקר נאר פין שטארק גלייביגע פרא-עוועלוציע וואס זענען גרייט זיך צוציקניישען וואו א פרעצעל אין מאכן דאס גענער פין זיי אבי אבי עוועלאציע.

אז דו ווילסט קענסט זאגן אז איך לאז אויס ווערטער און לייג צו אפענע שקרנות אבער זאגן אז ס'איז אינדרויסן פין קאנטעקטס? זאל דער ליינער מחליט זיין, ווען איך ברענג געניג לאנגע שטיקלעך

כעלעמר, ווען יאיר זאגט דארווין איז טאקע אביסל שווער לאמער טרייען neo-דארווין, קען איך הערן. ער האט זיך קיינמאל נישט קאמיטעט צו שטארק צו gradual change, ער האט אייביג געהאלטן אפען זיינע options קען ער ברענגען אזא quote
יאיר האט געשריבן:I count myself among the evolutionists who argue for a jerky, or episodic, rather than a smoothly gradual, pace of change.


דו האסט אבער יא געלייגט אלע דיינע אייער אין איין בעסקיט און צי שרייבן אז דאס אלס וואס איך האב געברענגט איז נישט צום עינין קען איבער לאזען ביי אנדערע דו פארדאכט אז english איז נישט דיין strong point
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:57 pm#222668
יאיר האט געשריבן:ווער איז דער מר. קלארק בכלל? ער זעט יא אויס צו זיין א קריעשאניסט, אבער לדאבוני קען איך נישט טרעפן זיינע קרעדענטשעלס

חס ושלום איך וועל דיך נישט מכשיל זיין מיט קיין ריין כפירה פין א קריעשאניסט - ער איז א פרא-עוולאציע און ער איז גרייט אריין צו לערנען פשט אין וואס די רבי האט געמיינט
דא האסטו א לינק צים ביך (כעלעמ'ר ס'איז א easy read) m http://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=u ... up;seq=197 m
איך האב'ס שוין אויפגעמישט פאר דיר
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:06 pm#222672
יידל האט געשריבן:הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.

נעמעס אלס א פרוידיען סליפ.
קלאר אז זיי ווילן זיך נישט ביי דעם אפשטעלן, זיי האבן א מישען, אבער פארט דארפן זיי אדרעסירען די טריקענע פאקטן.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:45 pm#222679
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז דו ביסט פונקט אזוי סקעפטיש פון די ביג בענג טעאריע, וואס איז לכל הדעות סאליד סייענס.

יאיר, איז ריכטיג וואס איך באמערק? האט זיך אריין געכאפט א שפאלט אין דיין אמונה אין עוועליצאיע? דו ביסט גרייט מחלק צו זיין צווישען עוועליציע און להבדיל די ביג בענג.
איז נישט עוועלציע אמת אוואו 3=3=6?

איך מיין צו זאגן אז עס האט נישט קיין טעם זיך צו קריגן איבער די ווארהייט פון עוואלוציע אויב מיר האבן פיל פריערדיגע שטאפלען וואו מיר זענען מחולק. איך גיי זיך נישט טענה'ן מיט איינעם איבער די ריכטיגקייט פון אלגעברא איידער איז מודה אין די ריכטיגקייט פון פשוט'ע אריטמאטיק, כאטש ביידע זענען פונקט אזוי אמת.
(אגב, ווי אזוי האט זיך דיין 3 עוואלווד אין א 6? :) )
כעלעמר, ווען יאיר זאגט דארווין איז טאקע אביסל שווער לאמער טרייען neo-דארווין, קען איך הערן. ער האט זיך קיינמאל נישט קאמיטעט צו שטארק צו gradual change, ע

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט. רוב נעא דארוויניסטס נעמען אן גראדואל טשעינזש, און קיינער גלייבט נישט היינט אין פרי מענדעליען דארוויניזם (אויסער אפשר דער מר. ניו עוואלושעניסט, כ'ווייס נישט). בכל אופן, איך האב זיך נישט קאמיטעד צו קיין שום זאך אין דעם גאנצן שמועס אויסער צו קאממאן דיסענט, עפעס וואס איך שרייב יעצט איבער צום צענטן מאל, אין א לעצטע פרואוו צו ערקלערן וואס מיין ציל איז דא.
הקטן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.

נעמעס אלס א פרוידיען סליפ.

הייסט אין פרויד גלייבסטו נאר אויף עוואלוציע האסטו נישט קיין עווידענס :lol:.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:28 pm#222690
דער טריקענע פאקט איז אז עוועלאשן איז אמת בלי שום צד ספק כלל וכלל, ווי עס איז קלאר פאר איעדן וואס טיט אין דעם נושא אין וויל וויסן דעם אמת לשם אמת אין איז נישט להוט אחר תאוות הנצחון אויפצוווייזן אז ״זיין זייט״ איז גערעכט. ס׳איז נעריש אפצוענטפערן יעדן פאלשע טענה עקסטער אדער לערנען פשט אין א ביך וואס דער לעצטער מהדורה איז ארויסגעקומען אין 1880. ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת קען דאך לערנען דערוועגן פין חכמי אמת (אין נישט די נבואי השקר) ולא מעבר לים הוא. אין די וואס ווילן נישט וויסן דעם אמת זאגט דאך שוין דער חכם אל תען כסיל כאיוולתו.

פונדעסטוועגן, כדאי מ׳זאל נישט זאגן מדשתקי רבנן, דא איז א ליסטע פון טרענזישענעל פאסילס:
m http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... al_fossils m

אין דא האט איר איין משל פון אומצאליגע וואס ווייזט ווי שטארק ס׳איז דער גענעטישער (וואס אגב, דארווין האט בכלל נישט געוויסט פון גענעטיקס) באווייז פאר עוועלאשן (טראכטן אריין וואס דאס מיינט אז פונקט אין קראמעזאם 2 זענען דא טעלאמירס אין מיטן, בשעת ס׳באלאנגט בכלל נישט דארט! ס׳איז דאך ברור הדבר כשמלה אז ס׳איז צאמגעקלעבט בטעות.)
m http://en.m.wikipedia.org/wiki/Chromosome_2_(human m )

ובזה יצאתי ידי חובתי, וישמע חכם ויוסיף לקח.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:41 am#222749
סתם נייגעריג - אויב נעם איך אן וואו פרויד, זאג איך אז די מאנקי האט אויך אן id, ego, superego אדער דאס איז ליידער געשען צוזאמען מיט די fusion?
יאיר האט געשריבן:בכל אופן, איך האב זיך נישט קאמיטעד צו קיין שום זאך אין דעם גאנצן שמועס אויסער צו קאממאן דיסענט

דאס זאגט אז די נעמסט א שטעלאנג נאר און די וואס אין נישט אין די וואו-אזוי ?
smart move

מעג איך דיך שטיפען אביסל פאראויס? קאמען דיסענט - וואו-אזוי? עט רענדאם (שטאט אדער שנעל)
איך וועל דיר זאגן פארוואס ס'וויכטיג דאס צוצילייגן , ווייל נאר אז די לייגסט צי די "עט רענדעם" קענסטו ניצען דארווין אנשטאט גאט (נישט אז די מיסט ארויסשטיפן גאט, דארווין האט געהאלטן גאט אים ארויס ציהעלפן)
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:55 am#222754
קול דודי האט געשריבן:טראכטן אריין וואס דאס מיינט אז פונקט אין קראמעזאם 2 זענען דא טעלאמירס אין מיטן, בשעת ס׳באלאנגט בכלל נישט דארט! ס׳איז דאך ברור הדבר כשמלה אז ס׳איז צאמגעקלעבט בטעות.

לאמער אננעמען אווא דו זאגסט, אז ס'דא טעלאמירס אין מיטן קראמעזאם 2 וואו אזוי ווייסטו אז דא איז צאמגעקלעבט בטעות? ווייל אזוי שטימט דיין טעאריע??
זאגן אויף דעם "ברור הדבר כשמלה"???
איז דאס וואס דער פסיק מיינט מיט confirmation bias

אויב דער מאנקי זאל האבן 24 און דער מענטש 24 זעען מיר דאך פשוט - קאמען-דיסענט!
אויב דער מאנקי וועט האבן 24 אין דער מענטש 23 - נישט געזארגט, אינז וועמער זאגן fusion אין דאס נאך ניצען פאר א "ברור הדבר כשמלה"!!

אויב דו ביסט יא אזא גרויסער קענער -
יעצט נאכן סיקווענסען די גינאם רעקערד:
זעט מען טאקע קלאר וואו ס'דא טעלאמירס אין מיטן קראמעזאם 2 ?
(קענסט זאגן אז ספאלוירן געווארן במשך די יארן)
האבן אנדערע קראמסאנס אויך די שטריכען למחצה לשליש ולרביע?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:37 am#222771
הקטן האט געשריבן:סתם נייגעריג - אויב נעם איך אן וואו פרויד, זאג איך אז די מאנקי האט אויך אן id, ego, superego אדער דאס איז ליידער געשען צוזאמען מיט די fusion?

אויב זאל איך זאגן אז דער מאנקי האט נישט דעם id, ego, superego וואו אזוי סערווייעד ער?
אפשר זאגט מען אז סערווייוועל אף די פיטעס מיינט נישט סערווייוועל ממש.

איך גלייב אז די נביאי האוועלציע האבן א וועג ארויס, איך בין פשוט נייגעריג וואס דאס איז.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:50 pm#223303
קול דודי האט געשריבן:פונדעסטוועגן, כדאי מ׳זאל נישט זאגן מדשתקי רבנן, דא איז א ליסטע פון טרענזישענעל פאסילס:
http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... al_fossils
ובזה יצאתי ידי חובתי, וישמע חכם ויוסיף לקח.

Ideally, this list would only recursively include 'true' transitionals, fossils representing ancestral species from which later groups
evolved, but most if not all, of the fossils shown here represent extinct side branches, more or less closely related to the true ancestor

(קרעדיט, לינק פין קול דודי)

טרענזישענעל פאסילס??? טרענזישען צו וואו? a bridge to nowhere
דו זעסט וואס דא גייט פאר - די זיידעס האבן נישט קיין שייכת מיט די אייניקלעך, אבער ער וויל זיי שטארק ריפען טרענזישענעל.

לויט נעטראל סעלעקשען, דארף ווען צו זיין פיל פיל מער פין די געלונגענע טרענזישענס וואו פין די extinct side branches אין ווינדער איבער ווינדער אז ביי most if not all טרעפט מען נאר פין די extinct side branches. האמער א בפירישע באווייז נישט וואו די תלמוד וואס זאגט כל דפריש מרובא פריש



וישמע חכם ויוסיף לקח!
דינסטאג יוני 28, 2016 9:46 am#339315
גענימען פין אן אנדער אשכול
שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:און יא אז איינער קומט ארויס פון אונזער קאמיונטי און גייט זיין אייגענע וועג, איז א העלד! נישטא וואס צורעדן, צי דו ווילסט יא צי דו ווילסט נישט, דעס איז די מציאות אין די וועלט, ווען איך זאג פאר א געווענטליכע מענטש אויף די גאס אז איך בין עקס-חסיד און איך בין אוועק פון דארט קוקן זיי מיר אן אלץ א העלד וואס האט געטוהן א דרייסטע העלדישע זאך!

זעט אויס אז די "געווענטליכע מענטש אויף די גאס" זענען נאך נישט אפ-טא-ספיד אז אלע דיינע מעשים זענען דיטערמענט, און דו ארבעסט פשוט וואו א ראבאט אן קיין ברעקל בחירה חפשית.

דער מישוג "העלד" איז נאך פארבליבען פין די פרעמעטיווע פארגאנגענהייט וואס מען האט געמיינט אז מותר האדם מן הבהמה, ספאסט אפילה נישט פין דיר זאלסט נאך זאגן פין זיי



דא קימט געווענדליך "דו ווייסט נישט וואס דו סייענטיסטען זאגן, בלא בלא, גיי זעץ דיך לערנען ..."


דו רעדסט אסאך שטותים מיט הבלים, קיין איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן ס׳פאסט נישט פאר דיר, סייענטיסטן וואלטן געזאגט אז א ראבאט איז שוין קלוגער ווי דיר, דו רעדסט דאך אזעליכע שטותים וואס האט מען נאכנישט געהערט זייטן חרבן בית שני.

וואס זאגסטו וועגן א ראבאט :lol:, די ראבאט איז א העלד :P


איך האלט אויך אז דיטעמעניזעם איז שטותים מיט הבלים אבער דיינע רביס האלטן נישט אזוי
In response to a questioner, Dawkins concedes that if you take a deterministic or mechanistic view of the universe, it seems absurd to think we have free will and that we can go around blaming criminals and praising distinguished authors. The whole idea of blame and praise seems to go out the window.
It's like Basil Fawlty blaming his car for not running properly. And since there's likely no one alive who takes a more mechanistic view of human behavior than Dawkins, he should stop going around affirming free will and blaming and praising people.
But when asked why he doesn't stop, he says first, that it seems to us (???) that have free will and second, that life would be intolerable if we believed (???) otherwise. In another post, I've challenged the latter point, but that's not the concern here. Let's grant Dawkins those claims. Dawkins concludes that "this is an inconsistency we have to live with" and so we may continue to believe in free will and moral responsibility, and blame and praise people accordingly. (In his defense, he does seem slightly uncomfortable about the tension.)


גענימען פין can-atheist-believe-in-free-will

ביבער, טו אדרך די סיגיא ווייל דו ווייסט 0
ביבער האט געשריבן:@הקטן,דארט שטייט נישט צו ער האלט פון דערטערמיניזם צו נישט, נאר אויב לויט דער שיטה דעמאלט זאגט ער וואס ער זאגט.
נישט אז איך ווייס וואס דוקינס האלט אבער דערטערמיניזם בכלל איז נאך א גרויסע מחלוקה, ס'נישט דירעקט פארבינדן מיט עיטיזים.


וואס דאקינס האלט וועגען דיטעמעניזעם דארפסטו מיר נישט זאגן. (דאס אז דו ווייסט נישט דארפסטו מיר אויך נישט זאגן)
איך האב נישט געשריבן וואס איך האב געשריבן מכח דעם לינק, איך האב דאס פשוט אויפגעזיכט נאך וואס שבת אחים האט געזאגט אז איך ווייס נישט וואס איך רעדט און איך בין עוסק אין הבלים האב איך אפירגעזיכט עפעס צי ווייזען אז זיין רבי קאכט זיך אין דעם ביג-טיים

מיט עיטיזים איז גארנישט פארבינדען
דיטערמעניזעם איז אבער יא א דירעקטער ביי-פראדאקט פין דארוועניזעם.
דינסטאג יוני 28, 2016 12:22 pm#339338
דיטערמעניזעם איז אבער יא א דירעקטער ביי-פראדאקט פין דארוועניזעם.
מאן יימר? אין פיזיקס און אין נאטור קוקט טאקע אויס ווי אלעס איז determined,אבער דעס מיינט נאכנישט אז אונז האבן נישט קיין בחירה אינגאנצן, רוב פילאסעפארס האבן אנגענומען די שיטה פון soft determinism וואס מיינט אז נישט אלעס איז predetermined למשל איך גיי באלד גיין שפאצירן אין א פארק כ׳ווייס נאכנישט אויף די מינוט אין וועלכע פארק, סקען זיין אז איך גיי גייען אין clove lake park אדער קען זיין אז איך גיי גייען אין ווילעברוק פארק דעס מיינט אז דער מענטש האט יא א בחירה.

דאוקינס איז נישט קיין הארד דיטערמינסט, און אפילו אויב לאמיר שוין זאגן אז יא איז עס מיר גארנישט מחייב, ער איז מיין רבי נאר אין די איין סובדזשעקט פון עוועלאציע, אלע זיינע אנדערע views האט מיט מיר גארנישט איינגעשטויסן, סאיז אזויווי א פיאנא טיטשער זאל זאגן פאר זיין סטודענט א מיינונג אין chemistry וואס איז נישט זיין פיעלד בכלל.

דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?
דינסטאג יוני 28, 2016 7:15 pm#339395
שבת אחים האט געשריבן:דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?

דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם בכלל - אזוי וואו איך האב געשריבן דערוועגן אין אנדערע אשכול
ס'איז זייער שווער צו זיין א אמתער דארוועניסט און מאכן פשרות מיט דיטערמיניזם
מיטוואך יוני 29, 2016 12:31 am#339443
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?

דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם בכלל - אזוי וואו איך האב געשריבן דערוועגן אין אנדערע אשכול
ס'איז זייער שווער צו זיין א אמתער דארוועניסט און מאכן פשרות מיט דיטערמיניזם


ווייטער רעדסטו זאכן וואס איז לא הי׳ ולא נברא. סאיז דא פול מיט דארוועניסט וואס זענען סאופט דעטערמעניסט. כהאב נישט קיין כח צו רעדן מיט איינעם וואס האקט אין דער וועלט אריין
מיטוואך יוני 29, 2016 7:41 pm#339552
שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?

דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם בכלל - אזוי וואו איך האב געשריבן דערוועגן אין אנדערע אשכול
ס'איז זייער שווער צו זיין א אמתער דארוועניסט און מאכן פשרות מיט דיטערמיניזם


ווייטער רעדסטו זאכן וואס איז לא הי׳ ולא נברא. סאיז דא פול מיט דארוועניסט וואס זענען סאופט דעטערמעניסט. כהאב נישט קיין כח צו רעדן מיט איינעם וואס האקט אין דער וועלט אריין


איך האב געשריבן "דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם " נישט קעגן דארוועניסטען
דארוועניזעם איז אן איידיע - סבאלאנגט נישט פאר קיינעם
דארוועניסטען זענען מענטשען
דארוועניסטען זענען מענטשן פיל מיט סתירות
מענטשן האבן אגענדעס

ס'איז שווער צו זיין אן אמתער דארוועניסט
אן אמת'ר דארוועניסט, אויב איז דא אזאנס איז דאס איינער וואס טראגט תורת דארווין ביז איר לעצטער אויספיר
אזא איינער מיז קימען צו א מסקנה, לדעתי, אז דו ביסט נישט מער וואו א ראבאט, א הירא זיכער נישט

אויב ביסטו גרייט צי ניצען דיין אייגען גאט-גיוען שכל, קען איך דיר מסביר זיין וואס איך שרייב, און מיר קענען עס אויך דיבעטען
איך האב נישט קיין פראבלעם זאלסט זאגן אז איך ווייס נישט וואס איך רעדט אויב ווילסטו מיך אפפרעגן מיט דברים של טעם

אבער סתם ווייל אזוי זאגט דער אדער יענער און דו קויפסט דאס האל-סעיל איז מיר נישט אינטערעסאמט (חאטש וועסט צילייגן אז דו פארשטייסט דאס מיט דיין אייגען שכל)

איך האב ליעב צו דיסקאסען "איידיעס" נישט "מענטשן"

נישט לאנג ציריק האט דא איינער געשריבן אז דאס אז דער וועלט איז צישטאנד געקימען דארך עוועלאציע איז א "פאקט"! והא ראי מען לערנעט דאס אין פאבליק סקול (איך געדענק נישט ווער האט דאס געשריבן)
דאס אז מען לערענט דאס אין אלע שולעס זאגט 0 אויף איר ווארהייט, ווידער שרייבן דאס זאגט זייער אסך אויף דעם מהלך המחשבה פין דעם שרייבער

אויך איז דא אנגעמימען צי שרייבן אז ס'מיז זיין אמת ווייל אלע סייענטיסטען האלטן אזוי - איך גיי נישט אריין אויב דאס איז אמת צי נישט, האלטן טאקע אויז אלע סיינעטיסטען? וויפיל האבן דאס דארך געטון מיט דו גרייטקייט צו זאגן פארקערט?
אויב עפעס ווייזט דאס מער אויף די יאמען-קאנדישען וואו אויף די ווארהייט פין עוועלאציע
דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:37 am#339606
איך האב נאכנישט געליינט דיין תגובה ווייל איך האב נישט געדולט מעהר צו די נושא, און זיך צו טעהנ׳ן מיט אזא קטן ווי דיר.

האסט געזאגט אז דו ווייסט במילא פון פארויס וואס איך גיי שרייבן ווייל איך בין זייער פרידיקטעבל, און גראדע ווייס איך אויך וואס דו גייסט זאגן און וויאזוי דו גייסט פארדרייען מיינע ווייטער, איז אלזא זעה איך נישט קיין סיבה פארוואס אונז זאלן האבן א דילעקט און פארוואס מיר זאלן רעדן איינער מיטן צווייטן. יעדער ווייסט דאך במילא וואס יענער גייט זאגן פארויס.
חוץ מזה האלב פון די זאכן וואס איך שרייב דא (אפילו נאכן זיך איינהאלטן) מעקט מען במילא אויס, אייביג מיט אנדערע גיטע תירוצים און מ׳צענזירט מיינע תגובות כסדר איז וואזשע פעלט אויס די ארבעט פון קלאפן אויף א קאמפיוטער, א שאד די שפייכעץ, איך גיי בלייבן א דארוויניסט און דו גייסט בלייבן א קרעישאוניסט במילא.
גיט שבת
אפשר באלד וועל איך נעמען די מוה צו ליינען דיין תגובה און טאמער נישט רוף מיך צו די טאהש׳ער נתנה תוקף.
מאנטאג יאנואר 30, 2017 4:52 am#361130
גאר א אינטערסאנטע דאקיומענטרי וועגן פּאלעאנטאלאגי און די גרובונגען אין סאוט אפריקע אינטער עקספלארער און פּאלעאנטאלאגיסט פראפעסאר ליע בערגער אין די Malapa Fossil Site וואס סייענטיסטן רופן די Cradle of Humankind,און אין ׳רייזינג־סטאַר הייל׳ ווי מ׳האט געטראפן פארשידענע ערליי פאסילס פון פרימיטיווע הומאנס.

Nova׃ Dawn of Humanity 2015
m https://www.youtube.com/watch?v=N4TenQxUVR4 m

ליע בערגער׳ס פאַסיל געפינסן האבן געשאפן א רעוועלאציע אין די פיעלד און איבערגדרייעט די סייענטיפשע וועלט. ׳טיימס מאגאזין׳ אין 2016 האט אים געקרוינט אלץ איינע פון די The 100 Most Influential People

m http://time.com/4302420/lee-berger-2016-time-100/ m
זונטאג פעברואר 05, 2017 11:48 am#361919
כהאב עס געוואַטשעט בשעתו ווען סאיז ארויסגעקומען און שטארק געגליכען, לעצטענס האב איך מיך נאכאמאל אנגעשטויסן אין דעם און עס איבערגעוואטשט. הויך רעקאמענדירט אויב גלייכט מען די נושא. געוועהן ווערט די צייט צו אפילו וואַטשען ״שתי פעמים״...
Evolution - What Darwin Never Knew - NOVA PBS Documentary
m https://www.youtube.com/watch?v=AYBRbCLI4zU m
זונטאג פעברואר 12, 2017 11:17 am#362554
א אינטערסאנטע קורצע דאקיומענטרי איבער עוועלאציע, וויאזוי צוויי ענגלישע נאטראליסטן אין די 1850 יאהרן, טשארלס דארווין און אלפערד רוסאל וואַלאַס זענען ביידע באזונדער צוגעקומען צו די זעלבע טעאריע נאכן ארומרייזן און עקספלאורן נאטור און לייף ארום די גלאוב אין באזונדערע רייזעס, דארווין און וואלאס האבן זיך געטראפן אין א מוזעאם און זיך באקענט געמאכט איינער מיטן צווייטן, און פון דארט און ווייטער איז ארויסגעקומען און געבוירן געווארן די טעאריע פון ״עוועלאציע״ דורך ״נאטרליכע סעלעקציע״ וואס האט געטוישט אונזער פארשטאנד אין נאטור און ביאלגיע אויף אייביג.

The Making of a Theory: Darwin, Wallace, and Natural Selection
m https://www.youtube.com/watch?v=XOiUZ3ycZwU m
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:04 pm#383850
הקטן האט געשריבן:יא ציריק צי דארווין,
וואו האבן מיר נאר געהאלטן?
א יא, שבת אחים איז מסביר וואו אזוי מען זעט פין "אנטיבאטיק רעזיסטענס" אז איין מין קען ווערן א צווייטע -
נו, געגאנגען... זיי מסביר


Wow כבין געפלעפט באמת. דעס איז די קלענסטע קשיא אויף עוואלציע לדעתי, מיט אסאך איגנארענץ. דעס פארשטייסטו אויך נישט? דעס איז קינדערגארטן סייענס. פשוט די ווייערס איז א בעל חי׳ פונקט ווי אלע בעל חי׳ ווען סקען נישט איבערלעבן מעהר ווייל די אנטיביוטאקס הארגענען זיי אויס און די מאסן טוישן זיי זיך זייער פארום און שעפ צו א נייע וויירוס. אדער ווערן זיי אמיונט און צוגעוואוינט צו די מעדיצען און סשאט זיי מעהר נישט- פאר די וואס האבן די נייע mutation אין זייער DNA וואס איז געפראוגרעימט אז די אנטיביוטיק זאל נישט ארבעטן אויף זיי לעבן איבער און געבן איבער פאר זייער offspring א DNA אין די באקטיריע וואס איז resistance צו יענע אנטיביוטיק, און נאר די וואס האבן זוכה געוועהן צו די מיוטעישאן לעבן איבער. דעס איז א חלק פון natural selection. א״ב פון עוואלאציע. אפשר קען לולב הגזול אדער שמערל דיר עס
בעסער מסביר זיין.

פונקט אזוי ווי וויירסוס טוישן זיך-עוואלווען זיך אין אנדערע שעפ אז די מעדיצינען זאלן נישט מעהר ארבעטן. אזוי זעהט מען אין יעדע בעל חי פון גרויס ביז קליין אז סקען זיך טוישן און עוואלווען צו א אנדערע פארום פון לייף, כדאי זיי פראטעקטן פון זייערע predators. צום ביישפיל טוישן די קאליר פון די האר צו ליכטיגער אדער טונקלער כדאי צו פארבלענדן די אויגן און זיי אויסמישן מיט זייער ענווייערמענט ארום זיך. סאיז דא אסאך אסאך ביישפילן און די פאסיל רעקארד באשטעטיגט דאס.
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:32 pm#383854
איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?

דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:47 pm#383856
קורקלענד האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?

דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?


במשך הונדרעטער מיליאנען יאהרן (למשל ווען פארשידנע נאטירליכע דיזעסטארס איז געשעהן) האבן זיי זיך צוביסלעך גערוקט און אויסגעמישט מיט פארשידנע אנדערע בעלי חי׳ און געווארן א נייע בעל חי׳. פון קאסוב איז געווארן וויזניץ, פון סיגוט איז געווארן סאטמאר, פון צאנז איז געווארן באבוב מיט קלויזנבורג, שפעטער אז מהאט זיך משדך געוועהן מיט א נייע דינאסטיע איז ארויסגעוואקסן א נייע צווייג, פון א געמישטע טשערנאבילער, רוזינער, און צאנזער אייניקל ביינאזאם וואס רופט זיך לאמיר זאגן ״פושטי״ און אז זיינע קינדער און אייניקלעך וועלן סורווייווען און ווייטער אנגיין וועט אין הונדערט יאר ארום זיין א נייע דינאסטיע וואס וועט זיך רופן פושטי, און דער היינטיגער פושטי וועט זיין דער טאטע פון אלע פושטיס-א הייבריד פון אפאר דינאסטיעס וואס ברענגט צום טיש א צאמגעמישטע סעט פון DNA פון אפאר באזונדערע מנהגים און טרעידס.

רוב פון אלע מיני לעבן וואס האט אמאל געלעבט אויף די וועלט אין אלע פארומס פון לייף זענען אויסגעשטארבן לעולם ועד Extinct בלעז. זיי האבן עס נישט געמאכט, ממש 99 פראצענט פון מיני לייף איז א פארגאגענהייט.