Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • איז אויסגעהאלטען זיך צו באנוצן מיט א גרימפיגזא?

קאווע שטיבל • איז אויסגעהאלטען זיך צו באנוצן מיט א גרימפיגזא?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
105 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 107 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6937
זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:54 am#216079
איז אויסגעהאלטען זיך צו באנוצן מיט א גרימפיגזא?
מ'זעהט איבעראל גאנץ היימישע אידן ניצן גרימפיגזא'ס און כ'וויל פרעגן דעם עולם אויב דאס איז אויסגעהאלטען. קודם כל איז דאך באקאנט אז רביה''ק האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו ר' בנימין הערש אז א גרימפיגזא איז א "מטבע של אש". לכאורה האט ער געמיינט צו זאגן אז מ'זאל שטיין ווייט פון עס ווי פון פייער. אויך איז קלאר אז יעדער מיט אביסעל אידיש געפיהל ווייסט אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען אוןזעהט קלאר אז דאס איז דרכו להזיק. עסקנים זאגן אז אפילו גויאישע מומחים זענען שוין היינט מודה אז די גרימפיגזא איז א חורבן.
עס איז קלאר פאר יעדער וואס עמדו רגליו על הר סיני און איז נאכניטש קאליע געווארן פון די היימישע אויפגעקלערטע למיניהם אז דאס טאר זיך נישט געפינען אין א אידישע שטיב.
עס איז טאקע צו באגריסן די מוסדות אז מ'האט איינגעפירט פארשידענע תקנות בעיקר נישט אנצונעמען קינדער וואס ביי זיי אין שטיב איז מען אמאהל אנגעקומען נאנט צו א גרימפיגזא. וועלכע נארמאלע עהרליכע איד וואלט דען געוואלט אז זיי קינד זאל זיין אין איין קלאס מיט א קינד פון אזא פארדארבענע שטיב?!
חוץ מזה איז גרימפיג ענדליך צו שטימפיג, וואס כידוע איז א שטימפיגע מעסער חזיר טרייף און אלע צדיקים האבן אויף דעם שטארק מרעיש עולמות געוועהן.

וואס האלט די עולם? (און קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צו זאגען אנדערש פון מיר ווייל דעמאלטס גיי איך שרייבן אז די ביסט א שגץ און א משכיל און אויפגעקלערט און מ'וועט פארמעקן וואס די שרייבסט)
זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:45 am#216081
זייער גוט ארויס געברענגט.
כ'האב פינקט דעם שבת גערעדט צו דריי דיינים און זיי האבן אלע מיר געזאגט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור.
ישר כח פאר'ן מעורר זיין
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:09 am#216086
אריין אין אכשר דרא אשכול, אינדערהיים איז עס געווען א דבר מצוי אין יעדע אידישע שטוב, אין ראובן'ס ארכיוון פון כ"א איז עס נאך געהעריג אדווערטייזט.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:11 am#216087
ליידער גערעכט אליבא.
נאט אייך א גרינע!!
זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:17 pm#216107
i don't understand what you all are talking about please spell it in english, thanks
זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:22 pm#216108
מבקר האט געשריבן:i don't understand what you all are talking about please spell it in english, thanks

וואס א'חילוק אויב איר ווייסט וואס עס איז???? די עיקר אז מ'זעהט אז אידן ווילן זיין עהרליך שטימט מען מיט. מ'מיז נישט אלעס פארשטיין!!
גבאים, ביטע פארמעקן די אויפגעקלערטע ווערטער פון מבקר. א דאנק.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:27 pm#216110
זיידעטשקע האט געשריבן:ליידער גערעכט אליבא.
נאט אייך א גרינע!!

wink1[1].gif
wink1[1].gif (156 Bytes) געזען געווארן 3591 מאל
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:23 pm#216130
דו קוואוט עס און נאכדעם קען מען עס שוין מעקן, לענינינו מיין איך אז גרימפיגזא האט שוין דער מילקשעיקער גע'אסר'ט בזמנו
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:54 pm#216136
איך האב געהערט דעם שבת ביים קידוש א שמועה שפעטער האב איך עס קאנפירמט ביי דריי עדים כשרים, אז דער הייליגער קרומשפילער רבי זי"ע האט אמאל שבת זיך אויפגעוועקט פון זיין אפרוה על מיטת קדשו לאחר עבודת אכילת החמין של שבת און ער איז געווען ממש אויפגעשוידערט וועגן עפעס. קיינער האט נישט געוואוסט וואס דאס מיינט. נאכ'ן זיך בארוהיגען אביסל האט דער נענסטער משמש זיך געוואגט פרעגן דער רבי וואס איז דא געווען. האט ער גגעבן א זאג מיט פייער אין די אויגן. ג-גר-גרי-גרימ-גרימפ-גרימפיג. ויהי לפלא. ווייל געווענטליך האטדער רבי נישט געשטמאפעלט.
על כל פנים וואס אונזערע קליינע מוחות קענען פארשטיין איז קלאר אז דער כלי משחית וואס הייבט זיך אן מיט א גימל טאר נישט זיין אין קיין שום אידיש שטוב און עס איז א גזירה נוראה אז אנדער ווייסען נישט דערפון און די צייטונגען זענן נישט גענוג מעורר דערויף.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:55 pm#216137
ביינונז האט מען ניטאמאל ארויסגעזאגט דעם ווארט, מען האט דאס נאר גערופן "דער ג' כלי".
זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:57 pm#216138
געהערט פון א שמועה - נישט קאנפירמד - אז אלס גדר און סייג האט מען זיך געפירט ביי ערליכע אידן צו אסר'ן אלע סארטן געפירעכצער וואס האבן זיך אן מיט א ג' און אפילו צו אסר'ן צו וואוטן פאר אזעלכע פאליטיקאנטן וואס ווילן דורכפירן געזעצן וואס זענען דאס דוקא מתיר. ויש חולקים.
אויב דער איזראעלישער ג'ימל איז נכלל איז ביז היינט א מחלוקת צווישן די גדולי הונגריה ופולין. און היסטאריקער זאגן אז דאס איז געווען איינער פון די יסודות'דיגע חילוקי דעות (עכ"פ אויף וויפיל מיר קענען פארשטיין) צווישן די כרומפירער און מילקשעיקער הויפן.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:03 pm#216140
מיין חבר האט מיר געשיקט דער דאזיגער לינק, וואס ער האט געבעטן דער גוי ביי עם אין אפיס זאל זיכען, און ער האט געדריקט פארווערד מיט הענטשקעס נישט נדבק ווערן פון די טומאה, תוכן הדברים זאגט ער איז אז אין די גאנצער אידישער וועלט ווערט די טומאה נישט דערמאנט בכלל נאר אין איין פלאץ אויף דער טרוירעריג בארומטער ק. ש. (איך ווייס בכלל נישט וואס דאס איז, מיין חבר זאגט מיר אז די רבנים פארציילען אז דאס איז דער גרעסטער מסית ומדיח אין די יוניווערס). לערנט מען פון דעם ווי ווייט היימישע אידען האבען זיך אלץ געהאלטן פון די סארט זאכען און וואס דאס מיינט.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:57 pm#216171
מ' פלעג עס רופן ''יענע כלי'' , נישט געוואוסט אז ס' א כלי...
זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:21 pm#216173
דוקא אינדערהיים איז געווען געציילטע מקומות וואס מ'האט עס יא גענוצט, און ס'האט זיך טאקע געטוהן א גרויסע מחלוקת אויף דעם, ביז מ'האט געזעצט א בית דין ספעציעל פאר דעם, און פה אחד עס גע'אסר'ט, דער בי"ד איז ביישטאנען פון די גרעסטע אין דעם דור, ס'איז געזעצן דארט (פון רעכטס צו לינקס) די רמב"ם, דער חפץ חיים, דער מנחת אלעזר, און ר' מיכל'ע פון נתניה.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:35 pm#216176
קען דאך נישט זיין, ווייל א בית דין קען נישט באשטיין פון פיהר, חוץ אויב דער רמבם איז געווען ספרא דדיינא אדער ר' מיכלע נתניה.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:42 pm#216178
אויף אזא שווערע נושא פלעגט מען יא זעצן א בי"ד פון פיר.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:48 pm#216179
ס'עקלט מיר בכלל אז מ'רעדט פון אזא זאך דא, ס'דארף זיין בבל יראה ובל ימצא. די אנגעזענע ניקס דארפן אפעלירן צום די חשובע הנהלה מ'זאל מעקן דעם געהענגל.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:13 pm#216184
הערטס חברה, איטס אידער מי אור די אשכול. איך וועל נישט בלייבן שרייבן אויף א פלאץ וואו מ'וואגט זיך שרייבן זאכן וואס אפילו דער ספאנישער ערל דערווייגט זיך נישט צו טראכטן פון. ס'איז האר-אויפשטעלענד ווי אידן, בני אברהם יצחק ויעקב, זענען געפאלן אזוי נידריג עד כדי כך אז מ'רעדט פון אזעלכע נושאים בריש גלי! ציממערמאן, קלאר, לאוב — מה לכם נרדם??? אוי! נחלתינו נהפכה לזרים בתינו לנכרים!! אוי אהא!
זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:14 pm#216185
דער הייליגער מילקשעיקער, וואס איז געווען דער רשכבה''ג און קיינער האט זיך נישט נישט געוואגט צו גיין קעגן זיין פסק הלכה און ווי באקאנט איז ער געווען א גרויסער חקרן אז ער פלעגט געבן טיפזיניגע שיעורים אין ניטל און ת''ב..., און כידוע האט ער קיינמאל נישט געשריבן קיין איבריג ווארט שרייבט קלאר אין די תשובה וואס האט בשעתו אויפגעשאקלט א וועלט וואס ער'ט געשיקט צום בי''ד וז''ל '' וכבר אסרו ע''י כל גדולי עולם וזה כמה מאות שנים שלא השתמשו בו בקרב ישראל'' עכלה''ק
ס' איז קיינמאל נישט געווען ס' האט זיך אריינגעכאפט נאכן ערשטן וועלטס קריג און ס' האט אפגעשוואכט גאנץ יודישקייט כידוע ליודעים
זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:32 pm#216187
דער הייליגער חותם הספר שרייבט אז דער איסור אויף גרימפיגזא איז א גזירה פון די ועד ארבע ארצות. איז דאס ערגעץ דאקומענטירט? וואס איז געווען די סיבה פאר די איסור בימים ההם? זענען די סיבות נאך שייך בזמן הזה?
זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:55 pm#216188
אבל.... אבותינו חטאנו.
ביי אונז אין משפחה איז מקובל א מעשה. גרויס-זיידע האט צוליב געשעפטן געדינגן אזא ג.... פאר עטליכע טעג. הרה"ק מ.... זי"ע איז פונקט דאן געווען אין געגענט צוליב א געלט מעשה, און האט מבטיח געווען דעם זיידען גוטע דורות אויב ער.... דעם ג.... מיט א שינוי.
וכך הוה.
גרויס-זיידי האט נאך בחיים חיותו זוכה געווען צו זעהן נחת. געוויסע אייניקלעך זענען גאר כולל אינגעלייט!!
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:03 pm#216190
נחום ראזענבערג איז אויף היי עלערט פון וואס מען רעדט דא, ער שרייט זעכער האט ער דא דערווישט נאך א מאלעסטעישאן קעיס...
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:21 pm#216194
דאס איז גרינס פיצא סטאר וכו וכו, באלד עטער נאך זאגן ער'ט געוואוסט
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:30 pm#216195
די מקור דערפון איז א זוהר בהעלותך וואס זאגט אז גרימפיגזא איז געווען די שוויגער פון לילית וכידוע ליו"ח ואכמ"ל.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:39 pm#216196
האלאו כ' נאך א יאהר צוויי צו פערציג, אדם וכלים די עולמות און פרצופין גייט נאך מיט ווי עס ווערט פון בני יששכר און אנדערע ,אבער אזוי ווייט?
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:55 pm#216198
כ'האב קיינמאל נישט געקלערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן. מיין טאטע האצעך באניצט דערמיט מיין זיידע אויך.. און איך אויך.. סאו וואס טו איך יעצט ? ATUB @אליבא דאמת ATUB עפעס א תשובה פליז..
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:55 pm#216199
מיט א צייט צוריק האט די "גאלדוויין מאגאזין" געהאט א אינטערוויו מיט'ן ערפינדער פון גרימפיגזא, וואו צווישן אנדערע ערקלערט ער דארט וואספארא ענערגיע דאס גיבט ארויס, אין איין דריטל פון א מילי סעקונדע קען עס פרודעצירן אריבער אכציג טויזנט גייטערס פון מעזיומעניטי, וואס ווען מ'רעכנט עס אויס אויפן גרעיווער איז עס גאר אסאך.

ער ערקלערט דארט אז די גרימפיגזא קען ברענגען שאדן צו די אדערן פון א מענטש אבער איז גאר זעלטן אין נאר אונטער פארשידענע אומשטענדן, אבער בדרך כלל אויב נוצט מען דאס לויט די פארשריפטן פון די פירמע דארף עס נישט זיין קיין פראבלעם.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:01 am#216200
ביי אונז איז מקובל אז שבתי צבי ימ"ש האט געהאלטן א גרימפיגזא אונטערן קישן וואס נתן העזתי האט באשאפן דורך כישוף. די בעל שקר הסוס ז"ל האט בשעתו פארפירט קעגן דעם. ס'געדריקט אין חלק ל' בזה"ל: "ווער ווייסט אויב דאס האט נישט גורם געווען אז ער האט זיך שפעטער געטויפט צו איסלאם ה"י". די שפעטערע דריקן האט מען עס ארויסגענומען ווייל מ'האט עס נישט געוואלט דערמאנען אבער אין די נייע מהדורה פון עוז והדר איז עס יא דא.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:07 am#216201
כ'ווייס נישט וואס דאס גרימפיגזא איז, אבער עס קוקט אויס צו זיין גאר א שרעקליכע זאך,
אז אלע קלים וריקים, ציוניסטן אגודיסטן, משכילים און מלשינים, ניטורי חרטא ניקעס ורודפיהם, אויף קאווע שטיבל זאלן כולם פה אחד מודה זיין בגנות ורעת הגרימפיגזא ימ'ש מוז עס טאקע זיין עפעס עקסטער געפערליך!! :like :o
אגב די חכמי העטימאלאגיע זאגן אז גרימפיגזא שטאמט במקורה פון 'גרוע מקפה שטיפל' :lol: :lol:
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:12 am#216203
כידוע און ווי שוין פריער דערמאנט איז עס ממש סכנת נפשות אויב מ'נוצט עס נישט ווי עס באדארף צוזיין, סוי @אלע הודעות פון קאפקעיק
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:39 am#216204
קאפקעיק האט געשריבן:דוקא אינדערהיים איז געווען געציילטע מקומות וואס מ'האט עס יא גענוצט


דו באציסט דיך אוודאי צו דער איזביצער סוף פרשת בלק. זיי נישט אזא אויפגעקלערטע חכם, דו ווייסט גאנץ גוט אז פארדעם זענען רוב תלמידי המגיד געווען שארף אקעגן דעם איזביצער.


.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:47 am#216206
איך האב נישט געוואלט ארויסשרייבן קלאר אז די מתיר איז געווען דער איזביצער, אבער אז דו האסט עס שוין מגלה געווען וועל איך זיך שוין נישט צוריקהאלטן פון שרייבן די המשך המעשה אז ביי די מושב בי"ד האט דער חפץ חיים עם טאקע געוואלט מחרים זיין, אבער די רמב"ם און ר' מיכל'ע פון נתניה האבן ביידע געהאלטן אז לשם שמים נתכוון, און מ'האט עם טאקע צום סוף נישט מחרים געווען.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:32 am#216210
רבינו הקדוש מסאטמר פלעגט אויך אסאך מעורר זיין דערויף
אגב פלעגט ער נישט ווילן אפילו ארויסזאגן די ווארט, נאר עס גערופען חטא הידועה
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:14 am#216212
נתן סליפקין אין א פרישע בוך "די טשאלאנדש אף גרימפיגזיליע" שרייט חי וקיים אז מ'קען ריקאנסיילן גרימפיגזאאלאגיע מיט די תורה און אידישקייט.

ס'איז צו ערווארטן אז שלומי אמוני ישראל ורבותיהם בראשיהם וועלן ארויסקומען בחרב ובחנות צו באקעמפן איינמאל פאר אלעמאל דעם אבן נגף רבים חללים הפילו. א ווארטזאגער פון די סיקריקים האט געלאזט פאלן ווערטער "אהרעלע סאמעט איז געווען א פורים שפיל צו וואס ס'קומט נאך."
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:52 am#216219
און מ' עט געבן אזוינע צוויי געזונטע פראסקעס פאר דעם גרימפיגזא אז ס'וועט זיך קיינעם מער נישט מער זיך פארגליסטן והכל על מקומו יבא בשלום
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:28 am#216231
כהאב געזען א קונטרס פון זמיר כהן וואו ער ווייזט אויף אז מוועט ציילן יעדע זעקסטע אות פון פרשת תוכחה קומט אויס די ''גרימפיגזא''
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:43 am#216234
איינער ווייסט וואו מ'קען שאפן אביסל ג... אין די היימישע געגענט? איר קענט מיר שיקן אין אישי.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:50 am#216235
ס' הייבט זיך אהן, מיינסט אז אין די זוממער איז דער אייבערשטער אין די קאנטרי (ווייל די יודן וואס פאהרן אין די קאנטרי שבת נחמו קענען פון איבערשטן נישט אנטלויפן) קען מען טוהן וואס מען וויל ר''ל? פון וואו נעמט זיך אזא קלות?
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:50 am#216236
איך מיין מ'זאל אריין פירן דעם אשכול אין מאחורי
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:14 am#216242
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וואו מ'קען שאפן אביסל ג... אין די היימישע געגענט?

די "פודסטעפס" גרופע האט אסאך דערפון, אבער פאר נישט otd's בעטן זיי זייער טייער.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:18 am#216246
ישראל קאפקע האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס דאס גרימפיגזא איז, :lol: :lol:

קאמענטארן זענען איבעריג...
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:23 am#216249
וזלש"ק פון די פסק הלכה פון פוסק הדור: ואף מי שצריך לצורכי פרנסה או שדחקה לו השעה, או שתקפו יצרו, ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירין אותו ושם יעשה שאלת חכם אם מותר לו להשתמש לפעם אחד...
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:24 am#216250
ס'איז א חרפה און א בושה וויאזוי אונזערע עסקנים קוקן אויס. איך האב אינסייד אינפא אז אפאר ערענסטע בעלי בתים זענען אריבער צום סקולענער רבי זז"ג וועלענדיג ארגענאזירן א כינוס כלל ישראל מעורר צו זיין איבער די אבן נגב לבית ישראל, אבער די שטוב מענטשן האבן זיי נישט אריינגעלאזט צום רבי צוליב ביליגע פאליטישע אינטערעסן.

ס'דא וואס זאגן גאר אז איינער פון די גרויסע געלט געבער פאר חסד לאברהם י. ח. זש. האט גרויסע אינוועסטמענטס מיט די פירמע וואס פראדאצירט די גרימפיגזא, און ער לייגט דרוק אז מ'זאל דאס משתק זיין. שומו שמים!

ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די עושה מעשי זמרי, די אייוועלט'ניקעס פילן אן א מויל מיט וואסער און מ'הערט נישט פון זיי קיין פיפס.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:30 pm#216280
די גאנצע זאך הייבט מיר אן צו זיין חשוד. פונקט די קאווע שטיבל משכילים זענען אזוי קעגן דעם כלי? איך הייב אן טראכטן אז דאס איז א דבר שבקדושה וואס די נידערטרעכטיגע משכילים ווילן אויסרייסן, און זיי רופן עס מיט א טמא'נעם קאוד נאמען צו פארטושן די מוחות.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:32 pm#216281
וואס איז טאקע פשט אז מ'מעקט נישט דעם אשכול?
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:03 pm#216286
אפטעמיסט האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז מ'מעקט נישט דעם אשכול?

אלא מאי מוז זיין אז די פירער פון קאווע שטיבל שטייען מיט מיט די נידערטרעכטיגע אקציע צו באשמוצן דעם פנים פון יהדות החרדית והגלילות. אוי געוואלד, ווי נידריג זיי זענען געפאלן.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:22 pm#216290
איך שטוין דאס מערסטע אויפן פותח האשכול, ער קומט זיך אן מיט אזא אומשולדיגע שאלה מסיח לפי תומו, צי "עס איז אויסגעהאלטן", דאס אליינס איז א שטיק גיפט, ער ברענגט אריין א ספק כאילו עס איז פאראן א צד היתר דערין, ער איז "נישט זיכער" אין דעם הארבן איסור.

מנהלים ביטע מעקן, ק"ש איז נישט כנגד התורה.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:34 pm#216295
בושה וחרפה תכסה רגלינו! און די לעצטע מינוטען איז אויפגעדעקט געווארן אז די נטורי חיזבאללה זענען געווען פארמישט און א עסק ביש צו אריבער ברענגן די טריפהנע גרמפיגזא און די היימישע געגענטער.
ווי באקאנט איז לעצטענס ב"ה אויסגעראטן געווארן די פארשאלטאנע כלי צווישען כלל ישראל נאכדעם וואס סקולענע רבי מיטן משגיח ר' מתתיהו סאלאמאן האבן אראנדזשירט די כינוס כלל ישראל און מען האט מער נישט געקענט טרעפן די טריפהנע כלי
זענען אפאר מצורעים געפארן קיין גאזא וואס דארט אעז דא א שפע דערפון צו פארהאנדלען אז מזאל אריבער שיסען די כלי הידוע דורך א מיסול צו די היימישע געגענטער טראץ די איסור פון רוב גדולי ופוסקי השטיבל
און די לעצטע מינוט האט אהרעלע סאמעט אויסגעפונען פון די קונספירציה און איז געלאפן צו ר' חיים וואס האט אים פארזיכערט אז און בני ברק וועט גארנישט פאלן בשכר זאת זענען די חברה זעהנדיג זייער בראך אנגעהאקט הקדוש רבי אהרעלע שליט"א
און אנדערע נייעס האט די ציממערמאן און לאוב קליקע ארנדשירט צו הרגנען הקדוש הרב יוסף ראסקין הי"ד נאכען פארן קיין פלארידע שתדלן קעגן די כלי הטמאה
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:36 pm#216296
ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, אין רש"י מס' זבחים טייטש רש"י: גארמפאזיז"א בלע"ז והוא מכלה את הבשר.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:42 pm#216297
כ'האב געהערט א מעשה אז איינער איז געפארן אויף אן עראפלאן, און ער האט געהערט א שמועס וואס צוויי פאלעסטינע פרויען האבן געשמועסט אונטער עם, וואס זיי האבן געהערט פון זייערע משפחה מיטגלידער אין עזה אז די חאמאס ראקעטן ארבעטן נישט און מאכן נישט קיין שאדן ווייל די אידן האבן עפעס א געווער וואס הייסט א גרימפיגזא.

ווייסט איינער אויב די מעשה איז אמת?