גאלד האט געשריבן:איך האב אבער א פילינג אז אנשי רמ"ד זענען בטלניש אין זיי גייען זיך דא פארפאטשקען און זיך טוישן צו צאנז-באבוב,
לפענ"ד איז דאס זעלבסטמארד,
זיי זאלן למען השם דוקא לאזן צו באבוב-45, גארנישט עפעס אנדערש,
קודם כל מ'האט זיך זיי דאך ביז יעצט גערופן 45, פשוט להבדיל צו 48,
ממילא וועט כמעט זיך נישט אנזעהן אז דא עפעס געשעהן א טויש, אונז זעמיר נעכטן געווען 45 און מ'זעמיר ווייטער,
צווייטנס איז עס א נאמבער, איך זעה נישט וויזוי א נאמבער זאל זיך איינגעבן אלס דער איינציגער נאמען,
דריטנס היות עס איז א נומבער מיינט דאס אז "באבוב" איז די איינציגע ווארט וואס איז א נאמען פון א שטאט,
פערטנס, 45 איז מער א גאסן שפעט נאמען, אזוי ווי "זאלי" "ארויני", מיינט דאס אז אזוי לאנג די נומער "45" וועט לעבן, וועט בעל כרחך דער נומער "48" אויך נתעורר ווערן,
פיפטנס, ס'העט זיין זייער שווער פאר א פרעמדער רב אדער פערזענליכקייט זיך צו באציען צו רמ"ד מיט דעם נומער "45", דאס מיינט "באבוב" איז ער זיכער "45" אדער יא אדער נישט,
זעקסטן דער נומער "45" איז אויפאלענד אז לעולם ועד, כל רואיה יכירי וידעו אז דער 45 איז איז ווייל רב"צ וויל דער נאמען באבוב נאר פאר זיך,
נישט מסכים, ווייל יעדע אפציעלע צעטיל וועט מוזן שטיין באבוב-45 אנגעפאנגען פון א סיין אויף זייער בית מדרש, חדר, מיידל סקול, באסעס אין גענדיגט ביי א חתימה אויף יעדע קול קורא אדער אפילו הסכמה אין א ספר, סאיז א ליצנות פון א נאמען. א קליינע ביישפיל א איד וועט שרייבן אין זיין ספר נכנסתי אל הקודש פנימה לכ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א ונתן את ברכתו וכו' אדער ווען ער וועט קומען צו א גרויסע אסיפה און מען וועט אים מכבד זיין רעדן וועט מען זאגן כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב 45 איז מכובד צו רעדן און די ביישפילן זענען ענדלאז. מאז היתה ישראל לגוי האט נאך קיין רבי נישט געהאט צוגעשטעפעט א נומבער צו זיין נאמען, און ער זאל נישט זיין דער ערשטער נאר עס צו האבן.