Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » קאווע שטיבל • מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?

קאווע שטיבל • מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
54 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 79 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7115
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:27 pm#221958
מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
זייער א פארווייטאגטע, אחריות׳דיגע, צימישטע טעמע.
וואס טוט א ישיבה/חדר, מיט א בחור/יונגעל וואס איז א מושחות, ווען ס׳איז קלאר אז ער איז א סכנה פאר אנדערע חבירים.
איז טאקע די דעת תורה אז מען דארף אים פארשיקן לעזזעל, אבי צי ראטעווען זיינע חבירים, אדער דארף מען קוקן וואס וועט זיין מיט זיין עתיד.
ס׳איז דא אפאר מעשיות פון סאטמארער רבי, ווי שארף ער איז געווען נישט ארויסציווארפן. פון די אנדערע זייט, קען מען דען דאס אנעמען פאר א כלל אויף איבעראל? צי זענען געווען מיינונגען פון גדולי ישראל אנדערש?
ס׳איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צי זיין אינוואלווד אין א קעיס, און ס׳געווען פארשידענארטיגע מיינונגען, איך האב נישט געוויסט ווי מיך אהין צוטון. וויל איך הערן די מיינונג פונעם עולם דא, עס זענען זיכער דא דא מער באהאווענעטע אין דעם ענין ווי מיר, ותשוי׳ ברוב יועץ.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:40 pm#221965
איך בין גראדע יעצט אינואלווד מיט א בחור אין דעם מצב. נאך זיך שואל עצה זיין ביי (אמתע) ערליכער און קליגער אידן האבן זיי אלע געזאגט אז איינמאל ער הייבט אן משפיע זיין אויף אנדערע איז נישטא קיין אנדערע ברירה. אבער זיי האבן אלע אונטערגעשטראכן אז מען קען נישט. מאכן אזא באשלוס אן זיין זיכער אז סאיז אזוי.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 pm#221978
איז דאס נישט אן איינרעדעניש?
א פארדארבנע בחור מאכט נישט קאליע אימשילדיגע בחורים. העכסענס מאכט ער גרינגער פאר אנדרע פויגלעך.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:08 pm#221980
סאיז שווער צו זאגן באופן כללי
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:39 pm#221996
מענין לענין באותו ענין, ס'איז מיר אלץ שווער געווען, יעדער איז ביזי אז סאטמאר'ע רבי ז''ל האט קיינמאל נישט ארויסגעווארפען, ווען קינד און קייט ווייסען די מעשה מיט די א''ג 'שווארצע', היינט בין איך אריין אין א ספרים געשעפט און געזען אין א ספר (מעשה ביכל) אז ער האט געהייסען שרייבען אויף די ארויסווארף צעטעל אז ס'איז נאר לזמן.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:41 pm#221997
סאטמארא רב איז טאקע געווען קעגן ארויסווארפען א בחור חוץ איינער וואס איז פארדארבען און פארדארבט אנדערע און א מחוצף
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:51 pm#222002
אויסגערוט האט געשריבן:איך בין גראדע יעצט אינואלווד מיט א בחור אין דעם מצב. נאך זיך שואל עצה זיין ביי (אמתע) ערליכער און קליגער אידן האבן זיי אלע געזאגט אז איינמאל ער הייבט אן משפיע זיין אויף אנדערע איז נישטא קיין אנדערע ברירה. אבער זיי האבן אלע אונטערגעשטראכן אז מען קען נישט. מאכן אזא באשלוס אן זיין זיכער אז סאיז אזוי.

פארשטייט זיך נאר אויב ס'נישט זייער'ס א קינד אדער אייניקעל, געהערט מפי איש וואס האט געהערט פון עסקן וואס איז געווען ביי א וועד הצניעות מיטינג און מ'האט דן געווען וועגען עפעס א ענין, האט די מגדולי ראש הישיבה געזאגט אז ס'דארף זיין 0 טאלערענץ, מ'דארף אזא בחור ארויסווארפען יהי' מה שיהי' ומי שיהי', האט אים די עסקן אריינגעלייגט א ליסטע מיט בחורים אין זיין האנט ווי זיין איינקעל איז דארט געווען, כ'דארף שוין נישט זאגן אז ער איז אראפ פון די HIGH HORSE.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:13 am#222031
outspoken האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:איך בין גראדע יעצט אינואלווד מיט א בחור אין דעם מצב. נאך זיך שואל עצה זיין ביי (אמתע) ערליכער און קליגער אידן האבן זיי אלע געזאגט אז איינמאל ער הייבט אן משפיע זיין אויף אנדערע איז נישטא קיין אנדערע ברירה. אבער זיי האבן אלע אונטערגעשטראכן אז מען קען נישט. מאכן אזא באשלוס אן זיין זיכער אז סאיז אזוי.

פארשטייט זיך נאר אויב ס'נישט זייער'ס א קינד אדער אייניקעל, געהערט מפי איש וואס האט געהערט פון עסקן וואס איז געווען ביי א וועד הצניעות מיטינג און מ'האט דן געווען וועגען עפעס א ענין, האט די מגדולי ראש הישיבה געזאגט אז ס'דארף זיין 0 טאלערענץ, מ'דארף אזא בחור ארויסווארפען יהי' מה שיהי' ומי שיהי', האט אים די עסקן אריינגעלייגט א ליסטע מיט בחורים אין זיין האנט ווי זיין איינקעל איז דארט געווען, כ'דארף שוין נישט זאגן אז ער איז אראפ פון די HIGH HORSE.

גראדע האט איינער פון זיי געגעבען א דוגמא אויף זיינס אן אייניקעל
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:18 am#222034
געווענדליך אזא קינד/בחור מאכט נאר זיך און יענעם קאליא, בעסער זאל ער זוכען א לייכטירע מסגרת..כנלע"ד הקלושה עד מאוד.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:08 am#222042
כאטש אפילו א יעדע ישיבה דארף האבן א מסגרת כדי צי קענען אויפהאלטן די גדרי ישיבה מוז זיין א מהלך ווי אזוי צו באהאנדעלען א תלמיד וואס איז ארויסגעגאנגען פין די גדרי הישיבה אן דעם וואס מזאל איהם גלייך שטראשאנען ארויסציווארפען.

א ראש ישיבה וואס ווערט פארלוירן און דערשראקן פון א פארדארבענען בחור איז אפט נישט פאסיג צי זיין א ראש ישיבה. מדארף זיין גרייט זיך אפציגעבן מיט נאטירליכע פראבלעמן וואס זענען א חלק פין יעדען דערוואקסענעם מוח. צו שרייען "סכנה" יעדער מיטוואך אין דארנעשטאג ווייזט אז די ישיבה שטייט אויף שוואכע יסודות.

למשל, אויב מענשטען מיינען אז אינטערנעט קען אינטעברענגען גאנץ אידישקייט איז אדער 1) זיי זענען מגזים 2)אידישקייט איז גאר שוואך.
אז א בחור טיילט אויס פאר חברים סמים (דראגז) איז דאס נישט א נאטירלעכע חלק פין אויפוואקסן. אבער אז א בחור\קינד גייט ארום דערציילן פאר זיינע חברים פין ווי בעיביס קומען ארויס איז דאס א נאטירליכע זאך די קאפ זאל זיין נייגעריק. וכו'
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:16 am#222089
ס'איז דא אין בארא פארק און וויליאמסבורג אינגעלייט ספעציעליסטן וואס באהאנדלען די סארט בחורים, זיי האבן שוין אסאך מושחתים געמאכט פאר ערליכע נארמאלע בחורים, די נארמאלערע ישיבות האבן קשר מיט די אינגעלייט, און מ'פרובירט דאס געווענליך אלס אן ערשטן שלב, ווען דאס גייט נישט איז דער מהלך אין רוב ישיבות אז מ'מוז דעם בחור שיקן ווייטער, ווייל אז נישט איז עס א חורבן אין די ישיבה..

איך ווייס פון א בחור וואס האט קאליע געמאכט בחורים אן א שיעור, מ'האט פרובירט מיט גוטן און נאכדעם מיט שטרענגען, דער איז אבער געווען חולה נפש, ער פלעגט ביינאכט ארומלויפן צו די בעטן, און נאך יאר קווענקלנישן, נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעמאכט מאסיווע דעמעדזש, האט מען אים ענדליך געשיקט לעזאזל..

נ.ב. היינט איז דער חוטא ומחטיא אן א.ג. "או טי די", (וואס פארגעסט נישט צו בלעימען זיינע עלטערן און וועם נישט? וואס זענען ווי פארשטענדליך אייביג שולדיג פאר זיינע יצר הרע'ס, ער איז דאך זיכער נישט שולדיג..), און דער אומפארשעמטער מאנס און רעיפיסט שעמט זיך נישט צו שטיין ביי יעדע פראטעסט אקעגן מאלעסטעישאן צוזאמען מיט אלע בעלי תאוה און נואפים, טרעט אויף פאר צייטונגען און האקט אויף בלאגס, ווען זיינע הענט זענען פארשמירט און פול מיט צואה רותחת..
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:49 pm#222108
קפנדריא האט געשריבן:נ.ב. היינט איז דער חוטא ומחטיא אן א.ג. "או טי די", (וואס פארגעסט נישט צו בלעימען זיינע עלטערן און וועם נישט? וואס זענען ווי פארשטענדליך אייביג שולדיג פאר זיינע יצר הרע'ס, ער איז דאך זיכער נישט שולדיג..), און דער אומפארשעמטער מאנס און רעיפיסט שעמט זיך נישט צו שטיין ביי יעדע פראטעסט אקעגן מאלעסטעישאן צוזאמען מיט אלע בעלי תאוה און נואפים, טרעט אויף פאר צייטונגען און האקט אויף בלאגס, ווען זיינע הענט זענען פארשמירט און פול מיט צואה רותחת..

די שרייסט אז א מענטש דארף אליינס נעמען אחריות פאר זיינע מעשים אין נישט בלעמען אנדערע מענטען (זיינע עלטערען). אינערסאנט איז אבער אז ווען די רעדטס וועגן פראבלעמן אין דיין געגנט, קהילה ווארפטו דעם שילד אוועק אויף אנדערע. ביי דיר איז 100% קלאר אז יענער (די OTD) איז אלעס שילדיג.

פארשטייט זיך אז ס'איז זייער יתכן אז א OTD מענטש איז שילדיג און אוודאי אחריות אויף זיין לעבען אבער די קהילה-עט לארזש ווערט נאכנישט אינגאנצען נקי פון סיי וואסארע SHORTCOMINGS
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:46 pm#222151
עס איז זייער א פארווייטאגטע נושא , וואס איז אנגעלאדענט מיט א באגאזש פראבלעמען, און סייד עפעקטס. וואס דער עולם האט שוין אנגערירט.
אבער צו מיר קוקט אויס אז אויב איז קלאר אז דער בחור איז א משחית, און מאכט קליע אנדערע בחורים. פארוואס אין דער וועלט זאל מען לאזן אין ישיבה, און קליע מאכן אנדערע בחורים??
מען רעדט פון די אחריות פין ארויסווארפן איין בחור וואס איז שוין א מושחת. וואס איז מיט די אחריות פון די גוטע בחורים (בלשון רבים) וואס קענען ווערן מושחתים?? צו מיר זעט עס אויס ווי א בחינה פון ״ברי ושמא ברי עדיף״
(לאמיר נאכאמאל קלאר מאכן אז מען רעדט פון א בחור וואס איז זיכער א משחית)
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:18 pm#222194
וואס פונקטליך מיינט א מושחת? אויב רעדסטו פון א בחור וואס האט ליב אנדערע קאנסענטינג בחורים זיין עידזש? ביג דיל! דאס איז גענצליך נארמאל און לאז די קינדער זיך שפילן.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:36 pm#222225
ניין.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:38 pm#222226
לעיקוואד האט געשריבן:ניין.

וטעמא?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:39 pm#222227
פארוואס ?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:40 pm#222228
מען דארף ארויסווארפען דער פארדעארבענע מגיד שיעור ראש ישיבה אדער משגיח וואס עס שפראצט פון עם אזוינע פירות. א ישיבה איז א פלאץ וואס דארף מחנך צו זיין, אז עפל מאכט א קאליקער אייפון איז נישט דער פאון שולדיג נאר די קאמפעני.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:45 pm#222231
א ישיבה פאר עלטערע בחורים איז געמאכט מחנך צו זיין? רובא דרובא פעלער איז עס נישט אזוי, און איז אוממעגליך אז דאס איז די זשאב פון א ישיבה גדולה, ישיבות וואס איך ווייס זענען א פלאץ אויב דער בחור האלט ביים לערנען זאל ער זיך געפונען אין א גוטן אטמאספערע.
נישט אז איך בין ממעט אינעם צער פונעם בחור און זיינע עלטערן, אבער צו דארף מען דעם בחור האלטן פאר יעדן פרייז ? איז דא א פאל ווען מ'מעג יא פארשיקן א בחור ?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:50 pm#222232
דאן זאל דער ישיבה מלכתחילה זיך אויפהערן אויפצופירען ווי כאילו זיין תפקיד איז מחנך זיין און נעמען קרעדיט פאר די גוטע בחורים. און רעדט מען דן נישט דא זי זעלבע וועגן ישיבה קטנה'ס ?


פראקטיש איז ארויסווארפען האט נישט קיין זין. ממה נפשך וואס איז דער פלאן זאל דער בחור טוהן? גיין צו א צווייטער ישיבה איז מאי חזית. זיין אויף דער גאס ווייס איך נישט ווער האט א הו''א עס איז בעסער פאר עם אדער אנדערע אזוי. גיין אין א ישיבה וואס פאסט מער פאר עם נו פשיטא מען דארף פראבירען צופאסן אבער וואס האט דאס מיט ווארפן?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:56 pm#222234
אז די רעדסט פון וואס העט ווען געדארפט ווען זיין, וואלט נישט בעסער געווען אז רוב רובם זאל לערנען אומנות ולימודי חול צוגאב צו א בעיסיק יידישע עדיוקעישאן, און נאר די מצויינים זאלן לערנען אין ישיבות ווי משטודירט דעם תלמוד און הלכה יומם ולילה ?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:47 pm#222245
קאן זיין אבער וואס האט דאס מיט די היינטיגע שאלה.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:54 pm#222246
אז מ'העט אויפהערן "אריינווארפן" סתם בחורים אין ישיבה וועט מען נישט דארפן ארויסווארפן.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:11 pm#222254
מאטי, גוט געזאגט קורץ און שארף.
די מיספארשטענדעניש קען בעצם שטאמן פון חילוקי דעות אינעם הגדרה פון "פארדארבן" בעת ווען זייער אסאך טוען קלאסיציפירן בחורים אלס פארדארבן וועגן דברים של מה בכך, און מ'פירט זיך צו זיי אויף בכל חומר הדין, קען איך פארשטיין אז מ'קען האבן טענות און חילוקי דעות, אבער אין פאל אז דו וועסט אויך מסכים זיין אז דער בחור איז פארדארבן און קען צושטערן די הצלחה פון התעלות אינעם ישיבה און לאמיר זיך נישט פאפן הרבה חברים עושים, איך מיין צו דארף מען פאר יעדן פרייז האלטן דעם בחור, וואס באלאנגט לכתחלה נישט דארט ?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:19 pm#222255
עההממ. ווען איך וואלט געהאט א קלער אז ישיבות האבען איין פראצענט אחריות צו די תלמידים זייערע און טוהן צוליב דעם וואס קומט זיך זיי וואלט זיך די שאלה אפשר אנגעפאנגען. סארי, פונקט יעצט האב איך געהערט די ראנג מעשה וועגן דעם. אפשר מארגן וועל איך זיין אין א מער גינסטיגע מאד צו די הנהלת הישיבות.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:28 pm#222257
נו, ובכן זאל די גאנצע ישיבה קאליע גיין ווייל סאיז נישטא וואס צו טון מיט איין בחור?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:32 pm#222258
אפשר ווייסטו צו פארציילען ווען איז אזא זאך אמאל געשעהן אדער ווען איז געווען אמאל אפילו א סכנה אויף דעם?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:34 pm#222260
ווען איז די לעצטע מאל איינער איז דא געווען אין א ישיבה? מען דארף אינגאנצען האבען פארגעסן די סאושאל דינאמיקס אין א ישיבה וויאזוי זיי ארבעטן צו גלייבען די סארט זאך.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:35 pm#222261
פארצייל די מעשה ביטע, הרב ATUB @לעיקוואד ATUB .
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:14 pm#222281
כוכב, וואס מיינט "פארדארבן" די גאנצע ישיבה? וואס איז די ערגסטע? אז זיי טוען וואס טינעידזשערס טוען נאטורליך און סופרעסען נישט זייערע הארמאנען? שטעל זיי צו מיידלעך און איך זאג דיר צו זיי הערן אויף "פארדארבן". וואלסטו געווארן פונקט אזוי היסטעריש ווען ער מאכט בחורים זיך קראצן די פוס? סך הכל איז עס עפעס א זאך וואס רוב עדאלטס ביי אונז האבן קיינמאל נישט דיוועלאפט נאטורליך, אדער לעבט מען נאכאלץ מיט א גילטי קאנשענס פון די בחור'ישע יארן, און זיך צו פארגעבן די עבירות ווערט מען ווילד ווען מ'הערט אז טינעידזשערס שפילן זיך. בארואיגט אייך, מ'וואקסט עס אויס ביז אפאר יאר.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:24 pm#222285
לעיקוואד האט געשריבן:עההממ. ווען איך וואלט געהאט א קלער אז ישיבות האבען איין פראצענט אחריות צו די תלמידים זייערע און טוהן צוליב דעם וואס קומט זיך זיי וואלט זיך די שאלה אפשר אנגעפאנגען. סארי, פונקט יעצט האב איך געהערט די ראנג מעשה וועגן דעם. אפשר מארגן וועל איך זיין אין א מער גינסטיגע מאד צו די הנהלת הישיבות.

די רעדע איז נישט יעצט אויב די ראשי ישיבות און אלגעמיין מיינען לשם שמים צו נישט, די רעדע איז יעצט אויב ארויסשטעלן א בחור ווען ס'איז דא א חשש אז ער וועט שטערן פארן התעלות פונעם ישיבה אפגעזען די פערזענליכע אינטערעסע פון די ראשי ישיבות, און דרך אגב די עלטערן וואס צאלן די שכר לימוד אין אלגעמיין זענען נישט פאראינטערסירט אז די סארט "פארדארבענע" בחורים זאלן זיך געפונען אין די ישיבה, און אוודאי ווען ס'איז ווען די פאל אז ס'איז איבערגעטריבן, אדער אז זיי האבן נישט קיין שום השפעה אויף די חברים, נו איז דאך זה נהנה וזה לא חסר, אבער דאס אז די ישיבה זאל דארפן צאלן א פרייז פארן תכשיט'ל קען אין בשו"א נישט מיישב זיין.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:25 pm#222286
סדא אמאל א בחור וואס שטעלט אפ די ישיבה פון געהעריג פונקציאנירן, כגיי מיך נישט טענהן מיט מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געפירט קיין ישיבה און האבן נישט צו געזען ווי איין בחור ברענגט אונטער די גאנצע דיסציפלין און סדר.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:36 pm#222291
איי עגרי וויט יאו אל, אז אונזערע ישיבות זעט ענדערש אויס ווי א גרויסע
קאמערשיל פריזער ווי איידער אן עזשאקעישענעל פעסיליטי. און אסאך פון די מגיד שיעורים וואלטן געקענט שטיין ביי א טאויל באוט. אבער לאמיר נישט רעדן פון זיי. לאמיר זאגן אז מיין פערצן יעריגן בחור׳ל, וואס זיין גרעסטע השגה איז א סענסע קליפ, מיט ליפא׳ס ניגונים. לערנט אין איין כיתה מיט א בחור, וואס פאר סיי וועלעכע סיבה ( וואס העפענס טא בי רוב פון די בחורים זענען נישט אויף געוואקסען אין קיין סטעיבעל משפחה, והא ריאה זיי בלעימען געווענטליך די עלטערן. זעלטן זאגן זיי אז א מגיד שיעור האט זיי צוגרינד געלייגט. איך רעד נישט פון מאלעסטעישען קעיסעס. ) איז דער בחור דורך געפלאשט מיט אר רעיטעט מאוויס. און ער זיכט פארטנערס, און ער האט שוין געמאכט אפאר. און מען ווארנט אים אז ער זאל זיך האלטן רואיג, און ער פאלגט נישט. וואס דאס איז א קאמען סימפל קעיס פון מושחת. נארמאלע טאטעס וואלטן דאס נישט צוגעלאזט! ווען ער וויסט אז זיי זון איז עט ריסק. סארי נישט פאר דעם שיק איך מיין קינד אין ישיבה.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:37 pm#222293
את חטא(תם) אני מזכיר מיך האט מען ארויסגעטראסקעט פון ישיבה און זיי האבן מיך נאך געמאכט טראכטן אז זיי זענען גערעכט, כבין דאן אריין אין א קליינע ישיבה'לה וואס סהאט זיך מיר ב"ה פיין אויסגעארבעט.

אבער ווי עלטער איך ווער באגרייף איך וואסערע רשעים די חברה זענען געווען, זיי האבן גענוצט דעם איך "פארדארב אנדערע בחורים" שטעקן ווען למעשה קען איך אייך מעיד זיין אז מיין גאנצע עבירה איז געווען אז כבין געווען א פריילעכער בחור און כהאב מיך נישט געהעריג צוגעשטעלט.

היינט קומען זיי אן מיט נייע מעשות אז דער בחור מיטן סעלפאון איז דער שליסל צום שאול תחתית ממילא מוז מען דעם בחור ארויסווארפן. זאג נאר די רשע מרושעלע לו יהא האסט אים טאקע געכאפט מיט א איי פאון פארוואס זאל דער בחור זיין אזוי משוגע צו זיין א חוטא ומחטיא, וויל ער דען פליען פון דיין ישיבה און לאמיר זאגן אז די האסט אים געכאפט עס צייגן פאר זיין בעסטע חבר מיינט נאך נישט אז ער פארדארבט אנדערע. רובא דרובא בחורים זענען זיך גרייט צוצשטעלן און וועלן נישט טאן קיין זאכן בפומבי אויפצורעיגן, וויפיל ישיבה בחורים קענט איר וואס דרייוון ארום אפען און גראב. אפשר א האלבער פראצענט. יעדער ברויך א ישיבה און יעדער וויל א חתן ווערן ממילא פארקויף מיר נישט דיינע לאקשען אויף יעדע בחור אז ער פארדארבט די גאנצע ישיבה.

נעמט אייך מיט אייער ישיבה אין די האנט אריין, וואלט איך אים געזאגט
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:09 pm#222303
כוכב האט געשריבן:סדא אמאל א בחור וואס שטעלט אפ די ישיבה פון געהעריג פונקציאנירן, כגיי מיך נישט טענהן מיט מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געפירט קיין ישיבה און האבן נישט צו געזען ווי איין בחור ברענגט אונטער די גאנצע דיסציפלין און סדר.

און דו האסט געפירט וויפיל ישיבות? אונז אלע האבען געלערנט אין ישיבות און איבעראל איז דא בחורים וואס שטעלן זיך נישט צו צום סדר איך האב נאכנישט געזעהן אדער געהערט ווי דער איין בחור ברענגט אינטער די גאנצע סדר. ער ברענגט אפשר אונטער די דמיון פונ'עם מנהל/משגיח/ראש ישיבה אז ער קאנטראלט אלעס וואס גייט פאר אין ישיבה, אבער דאס איז א צווייטער נושא. יעדער דא ווייסט וויאזוי די סושאל מציאות אין א ישיבה איז און עס ארבעט נישט מיט די סארט דמיונות.
דאס איז א חוץ א מעשה אז סדר און דיסציפלין דאס זענען גענצליך אנדערע זאכן ווי "פארדארבן אנדערע" וואס סאונדט ווי עפעס אנדערש אינגאנצן.

דאס איז אויך די תשובה צו הרב נהורא נפישא, די שאלה דא איז נישט צו די מנהלים מיינען לשם שמיים צו נישט. די נקודה איז אז יעדער איינער וואס איז אמאל געווען דארט ווייסט אז דער גאנצער נושא פון ווארפען און בכלל דיסציפלין אין א ישיבה האט בעיקר צוטוהן מיט די פילינגס פונ'ם מנהל און א בחור וואס ווייסט עם צו געבן זיין כבוד צו וואס עס איז וואס ער דארף וועט אלעמאל זיין אויף די גוטע זייט פון די הנהלה. עס איז תמימותדיג צו רעדן כאילו דא איז דא בכלל עפעס א אביעקטיווישער נושא בשעת וואס אלעס איז רילעישינשיפס.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:19 pm#222305
איך האב געקענט א בחור וואס האט רעוואלטירט קעגן די ישיבה, אפגעשמועסט מזאל נישט קומען, נישט אריינגיין צום שיעור, געמאכט פייערס, וכו, ביז ער איז געפלויגן. ער איז אריין אין א צווייטע ישיבה, זיך געזעצט לערנען, והכל על מקומו יבוא בשלום.
פארדארבן אדער א טראבל מעיקער. סאיז די זעלבע פוינט, קען זיך מאכן א בחור וואס שטערט דעם רבים און דער כלל איז נישט מחויב צו ליידן צוליב א יחיד.
און יא, א בחור מיט קלעבעדיגע הענט וואס קען זיך נישט קאנטראלירן באלאנגט נישט אין א ישיבה.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:20 pm#222306
בכלל די וועג וויאזוי די אשכול איז געפארן אין ריכטונג צו מען מעג ארויסווארפן בחורים מיט אייפאונס און/אדער קדושה פראבלעמען פון א ישיבה, איז אינטערעסאנט..

הלוואי הלוואי וואלט מען געהאלטן ביי א מצב אז נאר טאטעס פון אייפאון באזיצער אדער בחורים אויפקלערערס זאלן זיך פלאגן מיט ישיבות. זיי האלטן דאך אין איין ווארפן פאר נארישע סיבות, ווי צ.ב.ש. כדי צו ערווארבן א גוטע נאמען פארן ישיבה, אדער "אייער זון שטערט זייער די הנהגה, און נאך פילע אויסגעדראשענע, פון-פינגער-אויסגעזויגענע תירוצים..
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:25 pm#222308
איר ווילט דווקא לשון הרע? אני בכבודי ובעצמי האט מען געווארפען פון מער ווי איין ישיבה גלייב מיר איך האב נישט פארדארבען קיינער בסך הכל האב איך געלערנט מסכת בבא קמא ווען דער ראש ישיבה האט געוואלט מען זאל לערנען בבא מציעא אדער נסתר ווען ער האט געוואלט מען זאל לערנען נגלה אדער ירושלמי ווען ער האט געוואלט מען זאל לערנען בבלי. נו אוודאי האט ער א טענה דאס צוברעכט די דיסציפלין אבער שטערט דאס אפשר צו די גאנצער ישיבה? א מכה. די גאנצע חילוק פון די ישיבה ווי מען האט מיר יא געווארפען און די ישיבה וואס נישט איז נישט האט גארנישט מיט מיין התנהגות געהאט, ביי ביידע בין איך נישט געקומען אין צייט צו שחרית אדער בכלל זיך צופיל צוגעשטעלט.. די חילוק איז נאר געווען וויאזוי מיין רילעישינשיפ מיט די ראש ישיבה איז געווען. ווען איך בין עלטער געווארען אביסעל האב איך געכאפט אז עס איז נישט קיין חכמה זיך צו טענה'ן און זיין גערעכט דאס מאכט נאר דער ראש ישיבה פילען באדראעט. מען דארף זיך בסך הכל חנפ'נען. איז ווען איך האב געוואוסט דער מצב טויג נישט בין איך צוגעגאנגען צום ראש ישיבה רעדן אין לערנען עם פרעגן וועגן זיין שיעור אדער סתם עניני הדרכה צו וואס מאכט עם גוט פילען ושלום על ישראל. מער האב איך נישט געהערט פון דער משגיח.

איז דאס איז ערשטהאנטיגע עדות. יעצט אוודאי איז דא גרעסערע טראבלמעיקערס ווי מיר און ערנסטערער פירצות, און איך האב מיטגעהאלטען ביי אנדערע אויך די אלע נעגעאשיעישינס, אבער די זעלבע דינאמיקס פונקט איז געווען ביי זיי (איך רעד נישט איינער איז ממש א רוצח א מיסיאנער צו וואס, וואס איז מסתמא בארעכטיגט צו ווארפען, אבער דאס געשעהט סייווי נישט), אלעס איז געווען אלעמאל תלוי אין די כבוד צו'ם ראש ישיבה/מנהל/ ווער עס איז געווען אין טשארדזש. די ראשי ישיבה האבען א טאץ מיט שיינע נעמען פאר דער כבוד. הכנעה, זיך צושטעלען, סדרי הישיבה, זיין א מקבל, ועוד, אבער הן הדברים מפיהם בעצמם.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:34 pm#222313
:lol: שפתיים קישאק
בעיקרון ביזטו מסכים אז סדא אזא זאך ווי מדארף ווארפן א בחור אבער דאס איז זעלטן.
געווענליך ווען א בחור פליעט איז עס וועגן שטירן אפפאל וכדו'.
געוואלדיג, נישטא קיין וויכוח דא.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:20 pm#222328
דאס אז ס'איז נישט דא קיין ווכוח האב איך שוין געוויסט פון אנהויב אן, נאר אזויווי יעדע קאמפליצירטע זאך האט באמת צוויי זייטן, און אדם קרוב אצל עצמו, ווען איינער ווארפט פאר א טעזע, און דאן קומט א צווייטער און הויבט א ווכוח און שטעלט אראפ אן אנטי-טעזע מיטן מאטיוו צו זיין אן אויבער חכם, כאטש יענעמס טענות זענען לעגעטים, וועט זיך יעדער האלטן צו זיין מיינונג און זיך מתעלם זיין פון די צווייטע זייט, ביז ס'מאכט זיך אז מ'הויבט אן נוהג כבוד זיין זה בזה, דאן פלוצלינג ואת והב בסופה און יעדער איז מסכים און מ'ארבעט אויס צוזאמען א סינטעזע.

יעצט אביסל מסכם זיין
ס'איז פארוואנדלט געווארן דא א שמועס פון מציאותדיגע שאלות ווי אויך התחייבותדיגע שאלות, נו לאמיר גיין מן הקל אל הכבד
ס'איז כידוע פארהאן קהלישע ישיבות דאן איז פארהאן מער יחידישע ישיבות

איז א יחידישע ישיבה א נחלת הכלל אז זיי האבן אן התחייבות אנצונעמן סיי וועמן
איינמאל זיי האבן אריינגענומען האבן זיי נישט די רעכט ארויסצושטעלן
איז א קהלישע ישיבה יא מער א נחלת הכלל אז זיי דארפן אננעמן יעדן איינעם
טארן זיי קיינעם נישט ארויסשטעלן

מעג מען ארויסשטעלן א בחור פשוט פארן מנהל'ס עגאיזם
אויב עס איז נישט געצאלט געווארן שכר לימוד
אויב שטעלט ער זיך אינגאנצן נישט צו צו די סדרי הישיבה
אויב רעוואלטירט ער און פרובירט צו זיין אן איבערקלוגן די סיסטעם פון די ישיבה מיט כלערליי שפיצלעך
אויב ברענגט ער אריין פרעמדע השקפות אין זיינע חברים מיט וואס די עלטערן וויל זיך דערנאך רייסן די האר פון קאפ
אויב איז ער עוסק אין זאכן וואס איז נגד ישובו של עולם ווצבש"פ דראגס געמבלינג וכדומה

איז בכלל פארהאן א מציאות פון איינע פון די פריערדיגע הנחות?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:36 pm#222335
יעדער עגריד. איינער האט נאך עפעס צו צולייגען?
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:52 am#222372
געפילטע פיש האט געשריבן:כוכב, וואס מיינט "פארדארבן" די גאנצע ישיבה? וואס איז די ערגסטע? אז זיי טוען וואס טינעידזשערס טוען נאטורליך און סופרעסען נישט זייערע הארמאנען? שטעל זיי צו מיידלעך און איך זאג דיר צו זיי הערן אויף "פארדארבן". וואלסטו געווארן פונקט אזוי היסטעריש ווען ער מאכט בחורים זיך קראצן די פוס? סך הכל איז עס עפעס א זאך וואס רוב עדאלטס ביי אונז האבן קיינמאל נישט דיוועלאפט נאטורליך, אדער לעבט מען נאכאלץ מיט א גילטי קאנשענס פון די בחור'ישע יארן, און זיך צו פארגעבן די עבירות ווערט מען ווילד ווען מ'הערט אז טינעידזשערס שפילן זיך. בארואיגט אייך, מ'וואקסט עס אויס ביז אפאר יאר.

די תורה זאגט אנדערש.
די תורה לאזט נישט טון זאכן וואס ״טינעידזשערס טוען נאטירלעך״.
נישט קיין חילוק צי מ׳איז חתונה געהאט צי נישט.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:20 am#222390
די תורה לאזט נישט א סך אנדערע זאכן וואס מ'ווארפט נישט ארויס דערפאר אין ישיבות.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:49 pm#222501
ATUB @נהורא נפישא ATUB , די נקודה פון די א"ג יחידישע מוסדות האט מען ארומגעט'ענעט מערערע מאל אין שטיבל. אבער איך מיין אז בנידו"ד איז נישט קיין נפק"מ, אפילו זאל מען אננעמען אז א מוסד קען זיך פירען גענצליך ווי א פריוואטע ביזנעס, איז לכאורה ווען א טאטע שרייבט איין זיין זון אין ישיבה אויף א זמן איז דאס ווי א קאנטרעט צווישען עם און די ישיבה, און די ישיבה קען עס נישט סתם צוברעכן ווען עס געפעלט זיי.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:53 pm#222503
ווארט נאר ווארט. נאך אביסל וועט מען דארפן אונטערשרייבן אויף די קאנטראקט אז דער בחור איז נישט פון די פארדארבענע מושחתים ביי וועמען עס ארבעטן מענטשליכע הארמאנען.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:56 pm#222504
געפילטע פיש האט געשריבן:כוכב, וואס מיינט "פארדארבן" די גאנצע ישיבה? וואס איז די ערגסטע? אז זיי טוען וואס טינעידזשערס טוען נאטורליך און סופרעסען נישט זייערע הארמאנען? שטעל זיי צו מיידלעך און איך זאג דיר צו זיי הערן אויף "פארדארבן". וואלסטו געווארן פונקט אזוי היסטעריש ווען ער מאכט בחורים זיך קראצן די פוס?

סארא שאלה? דער בני יששכר זאגט דאך שוין אז קראצן די פיס איז א תולדה פון ניאוף.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:58 pm#222506
יאיר האט געשריבן:ווארט נאר ווארט. נאך אביסל וועט מען דארפן אונטערשרייבן אויף די קאנטראקט אז דער בחור איז נישט פון די פארדארבענע מושחתים ביי וועמען עס ארבעטן מענטשליכע הארמאנען.

צריך לומר פון די נישט גרויסע חכמים וואס ווייסען נישט וויאזוי צו באהאלטען די פעולות פון די הארמאנען.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:09 pm#222543
לעיקוואד האט געשריבן:@נהורא נפישא, די נקודה פון די א"ג יחידישע מוסדות האט מען ארומגעט'ענעט מערערע מאל אין שטיבל. אבער איך מיין אז בנידו"ד איז נישט קיין נפק"מ, אפילו זאל מען אננעמען אז א מוסד קען זיך פירען גענצליך ווי א פריוואטע ביזנעס, איז לכאורה ווען א טאטע שרייבט איין זיין זון אין ישיבה אויף א זמן איז דאס ווי א קאנטרעט צווישען עם און די ישיבה, און די ישיבה קען עס נישט סתם צוברעכן ווען עס געפעלט זיי.

ATUB @לעיקוואד ATUB איך קען נאך אלץ נישט כאפן גענוי דיין נקודה, צו איז עס דאס וואס ארויסווארפן א בחור איז ממש דיני נפשות, וואס די תוצאות דערפון קען זיין שרעקליך אויף וואס דער מנהל איז פאראנטווארטליך, אבער למשל אז די ישיבה מאכט זיכער אים צו טרעפן א פאסיקע אטמאספערע וועסטו זיין צופרידן צו איז עס פשוט א מקח וממכר שאלה פון ברעכן א קאנטראקט, און דער בחור מעג זיך אייביג עקשנ'ן אז ער וויל דוקא בלייבן אין דיע ישיבה און מוז נישט מסכים זיין אים צוצושטעלן מער א פאסיקע פלאץ, צו עס א קאמבענאציע פון ביידן, היות ווען א טאטע געט אריין א קינד אין ישיבה ווערט געמאכט א קאנטראקט אז דער בחור דארף דא ווערן מחונך, אויסגלייכן די מידות, איינפלאנצן א חרדישע השקפה, מאכן אים פאר א ת"ח וכדומה, און ווען דער בחור פאלט דורך, לאמיר זאגן אז די בחור פירט זיך נישט אויף חרדיש און איז משפיע אויף די חברים אויף אן אופן אז זיי וועלן טיילווייז אוועקווארפן זייערע חרדישע השקפה, האלסטו אז די ישיבה איז שולדיג מיט דעם וואס זיי זענען דורכגעפאלן מיט דעם חינוך פונעם בחור, און זיי מוזן יעצט ליידן די קאנסעקווענצן, און אפילו דאס וועט זיין אין קעגנזאץ צו רוב עלטערן פון די ישיבה ?
לאמיר פרעגן א פערזענליכע שאלה לאמיר זאגן אז דו געסט אריין א בחור אין ישיבה, פארשטייט זיך א ישיבה וואס דו האלסט קען זיין די מערסטע פאסיק פאר דיין זון, און למעשה ביסטו צופרידן אז דיין בחור'ל לערנט, און איז פארשטענדליך, גייט אויף גאנץ גלייכע רעלסן, דערנאך קומט א בחור אין ישיבה און דרייט א קאפ מיט מאדנע השקפות, לאמיר זאגן לב טהור השקפות אדער נטורי קרתא וכדומה, האלסטו אז די ישיבה דארף זיך יעצט ספראווען מיט דעם פראבלעם וואס זיי קענען נישט טרעפן א לעזונג ?
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:22 pm#222578
עס זעהט מיר נישט אויס צו זיין אזוי דער מציאות כמעט קיינמאל. מיין טענה איז פלעין מיר האבען אלע געלערנט אין ישיבות אין יעדער ישיבה איז דא אן עלעמענט וואס איז עוסק בעיקר און שמוץ, עס זענען דא קוריאזע לב טהור / ננח / וואטעווער טייפס, גדליה נדל/ ק''ש/ אויפגעקלערט טייפס, פון אלע מינע, און איך האב פשוט נישט געזעהן עס זאל געשעהן אזויווי דו לייגסט אראפ עס זאל ווערן א חשש פאר די גאנצע ישיבה אז אנדערע טאטעס זאלן זיך דארפן זארגן. עס ארבעט פשוט נישט אזוי, און ווען מפאדערט ווארפן וועגן אזא זאך איז דאס כמעט קיינמאל נישט וועגן באמת עס איז דא אזא חשש נאר דער חשש איז פאר דער מנהל'ס כבוד / קאנטראל. טעארעטיש וואלט געווען א צד ווי דו זאגסט עס איז אבער פשוט נישט במציאות אזוי.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:19 am#222723
אויליגער האט געשריבן:סאטמארא רב איז טאקע געווען קעגן ארויסווארפען א בחור חוץ איינער וואס איז פארדארבען און פארדארבט אנדערע און א מחוצף



Then he would have to throw out %95 of his yeshiva