מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:25 pm#222948
תמימותדיגע האט געשריבן:מיין טאטע שיחי' איז א ערליכער תמימותדיגע (על שמו האב איך די ניק) איד.
געדענק איך ווי ביי איינער פון די חתונות פון ר' י"ב וואס איז געווען אין רויאל ווי די עולם האט אים בארעדט אין גרויסן
האב איך איבערגעזאגט אלע לשון הרע'ס וואס מען האט געשמועסט ביי די בחורים.
מיין טאטע האט מיר געזאגט זייער שארף: א חסיד בארעדט נישט דעם רבי'ןס א קינד, נישט קיין חילוק וואס ער טוהט.
איך ב"ה גיי אין זיינע דרכים, און ביי מיר רין שטוב רעדט מען פון רב"צ מיט א חשיבות. איך זאג אלע מאל פאר מיינע קינדער ער איז דעם רב'ס א קינד, און א חסיד בארעדט נישט דעם רב'ס א קינד
כ'בין מורא'דיג מחשיב דיינע דיבורים, ממך ילמדו וכן יעשו. בדרך אגב האסטו אפשר א הדרכה פון דיין טאטן בנוגע תובע זיין א רבי'נס א קינד צו ערכאות? (אדער אפי' א רבי'נס א קינד צו ד"ת?) ס'וואלט מיר געוועהן זעהר אינטרעסאנט