Under maintenance
הויפט זייט » אייסיס נייעס

אייסיס נייעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7178
דינסטאג פעברואר 03, 2015 6:04 pm#251601
ווער עס וויל זעהן די קליפ קען מיך בעטען אין אישי פאר די לינק
אויף אייער אייגענע אחריות
דינסטאג פעברואר 03, 2015 7:02 pm#251614
מ'זעהט פון אנפאנג ביז סוף ? ביז'ן אויסהויכן ?
דינסטאג פעברואר 03, 2015 7:06 pm#251616
איך קען נישט קוקן אזא קליפ ס'איז צו שוידערליך , אבער ווען מ'קלערט פון וויאזוי צו באהאנדלען דע חברה דארף מען שטארק אין אכט נעמען וויפיל יסורים יענער איז אדורך אין די לעצטע 5 מינוט פון זיין לעבן? , אז דו רעדסט פון פארשניידן יונגע לעבנס איז דאך דא סאך ערגערס איבער די וועלט ווי למשל סיריע... פארשטיי איך נישט פארוואס אזא קליפ דארף מאכן א שטארקע נפקא מינה אין ריספאנס מער פון די פאקט אז מ'הארגעט מענטשען. אבאמא דארף מאכן דיסיזשענס פון בויך? ווייל דאס צושוידערט מער?
דינסטאג פעברואר 03, 2015 7:06 pm#251617
מיין בויך טוט מיר וויי פון עס קוקן
דינסטאג פעברואר 03, 2015 7:39 pm#251623
סארי. די לינק וואס כ'האב געהאט ארבייט שוין נישט
דינסטאג פעברואר 03, 2015 10:55 pm#251653
הערט אן עצה טובה: קוקט נישט די ווידעא! כ'האב עס געזען, און עס ווארט מיר אפ עטליכע שלאפלאזע נעכט. כ'האב שוין געזען גרויזאמקייט, אריינגערעכנט פריערדיגע ווידעאס פון אייסיס, אבער דאס איז עפעס אומבאגרייפליך-גרויזאם - בלויז דאס קוקן פארדארבט די נשמה.
דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:18 pm#251655
נעקסט קען קומען שונדען די הויט אזוי ווי די עשרה הרוגי מלכות... אגב, שריפה איז איינע פון די מיתות בית דין ביי די יודן אויכט ....
דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:48 pm#251659
די אלע וואס האבען געזען דע קליף, קענט איר ראיג שלאפען, עס איז דא געניג מענטש וואס גלייבן נישט אין לייקענען דע גאנצע מעשה, מאדאך דע האלאקאסט וואס האט פאסירט מיט זעקס מיליאן אידען וואס מ'האט געפורט דריי טאג מיט בהמה וואגאנען עהן עסען אין טרינקען, וואס דאס אליין איז געווען זייער אכזריות'יג, איז דא מענטשן וואס לייקענען, כש"כ איין מענטש ווערט פארברענט איז אוודאי נישט אמת, נוא! דאס קען נישט זיין,
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:25 am#251669
די וועלט דארף זעהן די ווידיאו. מ'דארף זעהן מיט וועם מ'האנדעלט דא, חיות טורפות. הלואי וואלט ארומגעפארן קליפס פון אושוויץ, אז די וועלט זאל זיך אויפוועקן.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:38 am#251672
chusid האט געשריבן:נעקסט קען קומען שונדען די הויט אזוי ווי די עשרה הרוגי מלכות... אגב, שריפה איז איינע פון די מיתות בית דין ביי די יודן אויכט ....


אויב ס׳איז דיר א שטיקל נחמה .. שריפה איז דורך געבן טרינקן/גיסן אין האלז הײסע בלײ. :|
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:55 am#251675
פארוואס פארגלייכט מען די גרויזאמע רשעות צו ד' מיתות ב"ד? ווען ביי אידן איז געווען א חיוב פון ברור לו מיתה יפה, מען האט מהפך געווען בזכותו, און נאר בעדים והתראה, און דערנאך האט מען פארדראגט דעם פאר'משפט'ן מיט וויין ער זאל נישט זיין נערוועז און נישט פולשטענדיג רעאליזירן דעם מצב און נישט שפירן די יסורים..

איך האב געהאט א מורא'דיגע נסיון צי איך זאל וואטשן דעם קליפ. מיין הארץ פארנעמט עס נישט. אבער אפשר דאך..? נאר א דאנק די רעקאמענדאציעס פון די חברי השטיבל וועל איך ביישטיין דעם נסיון און נישט קוקן.

פאר די וואס האבן עס יא געזען, אפשר גיט איר אראפ א בילד בערך וואס מען זעהט.

אידער וועי, די קליפ דערשרעקט מיר פון גיהנם.... :o

למעשה די וועלט רודערט, זידט און שוימט. ירדן האט שוין געקוילעט 2 חברה לכבוד דעם, און עס קוקט אויס ווי די רעש אין די אלע לענדער וועט נישט אזוי שטיל ווערן. די בלוט ברויזט און פאדערט נקמה. לענ"ד ווען אייסיס ריליעסט אזעלכע קליפס שיסן זיי זיך אליינס אין די פוס, זיי קויפן זיך איין פייערדיגע שונאים וועלכע שווערן ביטערע נקמות. נאר חיי שעה איז אויך געלעבט. זיי זענען נישט קיין בחי' פון חכם הרואה את הנולד.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:59 am#251678
וואס איז די תאוה צו זען ווי א גרופע פון צוריקגעשטאנענע רוצחים פארברענען א מענטש לעבעדיג?? :o
מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:02 am#251681
דער רבי פלעגט זאגן, א תאוה קען מען נישט מסביר זיין...
מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:21 am#251686
chusid האט געשריבן:נעקסט קען קומען שונדען די הויט אזוי ווי די עשרה הרוגי מלכות... אגב, שריפה איז איינע פון די מיתות בית דין ביי די יודן אויכט ....

אזא תגובה וואלט ווען געווען געמעגט פארמעקט ווערן.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:15 am#251694
גאנצל האט געשריבן:טרערן גיסט זיך אן א שיעור פאר דעם אומשולדיגן פיילאט וואס זעהט די טויט פאר זיינע אויגן זיינע דערדריקענדע מחשבות פון יענע מינוטן אוי

מיר בעטן אוינזער הויכגעשעצטן פרעזידענט תחת הודו זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע ליבעראלע אידיאטישע אידילאגיעס און זיך אומגיין מיט די מלאכי חבלה מיט זיידענע הענטשוך און זיי גלעטן און האגן די מערסטע וואס ער קען איי ווי נעמט צוריק אזא שטייפער אוםבויגזאמע פירער און פרעזידענט ווי בוש 43 וואס זאל זיך אפגעבן מיט די רשעי רשעים ווי עס באדארף צו זיין

ירדן פלאנט מקיים צו זיין דעם נקום נקמת ס'וועט אבער גארנישט העלפן אייסיס וועט ווייטער אנגיין ווילאנג מ'וועט נישט זיי פארטיליגן מכל וכל

איך לייען גוט? ס'טייטש אזא אקס וואס האט אריינגעפירט אמעריקע אין איראק איז דער שטייפער אומבויגזאמער פירער וואס גיבט זיך אפ מיט יענע חברה ווי ס'באדארף צו זיין?

דאס רוב פון די מוסלומענער זענען די וועלכע ליידן הן פון די דיקטאטורן והן פון די ראדיקאלן, אגב. דאס רוב פון זיי וויל לעבן אין פרידן; פרייהייט אין א זין וואס ווארפט אראפ טיראניע און זאגט אפ ראדיקאליזם פונקט אזוי. אבער קיין איינס פון די צוויי איז נישט אמעריקע'ס פראבלעם.

אגב, ס'איז דא וואס האלטן אז ס'איז שטארק מסתבר אז הא בהא תליא. ראדיקאליזם שלאגט ווארצלען דוקא אין מקומות וואו מ'לעבט אונטער דעפרעסיע און אונטערדריקונג.

אויב אמעריקע און אנדערע מערב-וועלט לענדער ווילן טאקע העלפן איינשטעלן דעמאקראטיע אין די מיטל-מזרח לענדער, זאלן זיי אויפהערן שטיצן די רייכע אויל לענדער אין שפיץ פון סאודיע-אראביע – לענדער ווי ס'הערשט פשוט נישט קיין דעמאקראטיע; לענדער ווי געיס און פרויען פארדינען נישט קיין גלייכע רעכטן, לענדער ווי רעליגיע און קעניגליכע דענאסטיעס  דאמאנירן דאס געזעץ.

און מ'זאל זיי אביסל ווייניגער העלפן וועלן זיי זיך אונטערגארטלען די מחילות און אנהייבן טון צו דער זאך. מוסלומענער לענדער אינעם גאנצן אומגעגנט זענען אין אומשטאנד צו באקעמפן אייסיס; אמעריקע'ס אינטערווינירן, הפנים אויף דער ערד, האט קיין שום פשט נישט, און ס'איז צייט זיך לערנען פון די טעותים פונעם עבר.

אזאנע סענאטארן ווי דזשאן מקעין וחבריו זענען מיר א חידוש וויאזוי זיי האבן אפילו די גאטס צו פארלאנגען קריג יעדעס יאר פאר א צווייטן צוועק אין שטיצע וואו אהין זיי האבן בלויז א יאר צוריק פארלאנגט אקעגן. אבאמא, אפילו ער איז בלי ספק קיין גרויסער פארשטייער איבער אויסערן פאליטיק, איז כאטש א ליבעראלער, כאפט ער נישט הייסע לאקשן יעדן דריטן טאג. מי יתן אז אזא איינער ווי סענאטאר רענד פאול צום ביישפיל זאל געווינען די פרעזידענטשאפט.

און אז ר' גאנצל וויל מלחמה, נו אפשר שליסט איר זיך אן אין דער ארמיי, איידער איר זאגט פאר יענעם אמעריקאנער וואס צו טאן.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:32 am#251697
עזריאל האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:נעקסט קען קומען שונדען די הויט אזוי ווי די עשרה הרוגי מלכות... אגב, שריפה איז איינע פון די מיתות בית דין ביי די יודן אויכט ....

אזא תגובה וואלט ווען געווען געמעגט פארמעקט ווערן.

איים סארי, אבער אויב ס'איז דיך שווער אראפצושלינגען אז די תורה באפעלט צו פארברענען געוויסע בעלי עבירה, למשל א בת כהן שזנתה בעודה מקודשת, דאן מעק אויס דעם דאזיגן חלק פון דער תורה. וואס ווילסטו פון א ריכטיגער חסיד וואס ציטירט סך הכל וואס אין דער תורה שטייט?

נו אז די פראצעדור איז נישט צו געגאנגען אזוי ווי אייסיס טוט? ער האט טאקע נישט אזוי געשריבן. ער האט געזאגט אז אזא באגריף האט עקזיסטירט. האסט א פראבלעם דערמיט?
מיטוואך פעברואר 04, 2015 9:17 am#251702
איך האב געזעהן די ווידעא (אויף פאקס ניוס). פאר מיר קומט פאר אז די אנדערע הריגות פון אייסיס ווי זיי זעגן אפ די קעפ, איז מער בארבאריש. איך קען מיך קיינמאל נישט ערלויבן צו זעהן די גאנצע.

אגב, וואס זאגן די מבינים, ווילאנג איז ער געבליבן לעבן נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן צו ברענען?
מיטוואך פעברואר 04, 2015 10:39 am#251704
איך ווייס נישט וואס די האסט געזעהן, אבער אויף פאקס נאס האסטו נישט געזעהן די ווידיא. קיין איין TV ןוייזט עס נישט
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:07 pm#251711
חסיד און יואב, ניין, די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי חברינו ATUB @שמעקעדיג ATUB האט געשריבן, איז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה, נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות, ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים און התראה, [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה פאר צוויי עדים כשרים??] מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער, און געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה, און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית

און בכלל צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז נאריש פארפירעריש און אפיקורסות
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:47 pm#251714
כ'ווייס נישט צי ס'איז אפיקורסות (היינט איז יעדע קלייניגקייט אנדערש ווי עס פאלט ביי אפיקורסות, שוין פאראן מער א.ג. 'אפיקורסים' ווי מענטשן וואס קויפן אראנדזש דזשוס...)
למעשה האט קיינער נישט פארגליכן מענטש צו מענטש, נאר די מעשה, אפגעזעהן פון ווער עס טוט עס.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:54 pm#251716
ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די האסט געזעהן, אבער אויף פאקס נאס האסטו נישט געזעהן די ווידיא. קיין איין TV ןוייזט עס נישט


נישט אויף TV. כ'האב עס געזעהן אויף Foxnews.Com
מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:11 pm#251718
איך זיך א הסבר פארוואס די רציחות ווערן נישט פאבליצירט כאטש טיילווייז לעיני העמים (וואס איז דאס אנדערש ווי די פאלעסטינע פארוואנדעטע קינדער אין עזה ), וירא הקהל וישפוט די טענה אז פאבליצירן די רציחות טוט שטיפן פראנויס די אגענדע פין די שוחטים ובודקים איז לעכערליך ביז גאר עס קוקט אויס ווי דעם בת היענה שפיל ,פון זיין אזוי ליבעראל מיט פאליסיס אקעגען די שוחטים ובודקים באדעקט מיט א שיכט פין זיידען אין טאנקען שפיצן באדעקט מיט גאלד וועט מען ענדיגן מיט זיי שוין נאכן שקיעה אין אבאמא ירום הודו וועט קענען מעלדן דעם מישען אקאמפלישט מיט א 6 יאר פארן ענדיגן מיט זיי . ראה הזהרנוך !!
מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:23 pm#251719
דער קעניג פין ירדן האט געמאלדן אז זיי גייען אפ ענטפערן מנה אחת אפים אנטקעגן אייסיס , די שאלה איז נאר ווי שטארק עס גייט טאקע זיין . ווייל די פאלק דארט באשטייט פין די סוני פראקציע אין ווי נישט ווי זענען זיי פין איין גזע לבית אלי זכותו יגן עליהם ,אין עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן מורא פין נקמה אקציעס ,צום האפן אז זיי זאלן אנגרייפן אזעלכע לענדער ווי רוסלאנד טשיינע א דוגמא אין ערנסט אריין מישן דעם רוסישע בער וואס דעמאלדס האבן זיי די פולע רעכטן אויס צי פירען זייער אגענדע פין בעקן אסאד אין פירען פולשטענדיגע באמבארדירנגען אין שלאכטן אנטקעגן די שוחטים ובודקים,
מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:41 pm#251725
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער קעניג פין ירדן האט געמאלדן אז זיי גייען אפ ענטפערן מנה אחת אפים אנטקעגן אייסיס , די שאלה איז נאר ווי שטארק עס גייט טאקע זיין . ווייל די פאלק דארט באשטייט פין די סוני פראקציע אין ווי נישט ווי זענען זיי פין איין גזע לבית אלי זכותו יגן עליהם ,אין עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן מורא פין נקמה אקציעס ,צום האפן אז זיי זאלן אנגרייפן אזעלכע לענדער ווי רוסלאנד טשיינע א דוגמא אין ערנסט אריין מישן דעם רוסישע בער וואס דעמאלדס האבן זיי די פולע רעכטן אויס צי פירען זייער אגענדע פין בעקן אסאד אין פירען פולשטענדיגע באמבארדירנגען אין שלאכטן אנטקעגן די שוחטים ובודקים,

דיין תגובה בכלליות איז אביסל אומקלאר. ביטע עלאבארירט.

אויב מיינסטו צו זאגן אז וויבאלד אייסיס זענען סוני ראדיקאלן און איבער ניינציג פראצענט ירדנער זענען אויך סוני-מוסלומענער, דאן זע איך בכלל נישט דיין פראבלעם. דאס גרויסע רוב פון היינטיגע מוסלומענער זענען סוניס, און דאס ברויך זיי נישט מאכן שטיצן בלוט-דורשטיגע טעראריסטן.


און אגב, די שיאיטן זענען די נאכפאלגער פון אלי, נישט די סוניס.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:54 pm#251729
די ירדן'ער מיליטער האט אין א ברעיקינג נייעס באריכט געמאלדן אז זיי האבן אראפגעשאסן מיט זייערע מיליטערישע פליגער'ס 65 אייסיס קעמפפער אריינגערעכנט עטליכע הויעכע אין פאזיציע (לכאורה פון די וואס זיצן רוהיג און זאגן צו גן עדן..)