דינסטאג יולי 15, 2014 10:41 pm#212016
דף ד'
א"ר חנינא, חכמים הקילו על הכפרים להיות מקדימין ליום הכניסה [די מאנטאג אדער דאנערשטאג פאר פורים, וואס דאן קומען זיי סיי ווי אריין אין שטאט אויף דיני תורה וואס עזרא האט מתקן געווען אז די בתי דין זאלן זיצן בשני ובחמישי], כדי שיספקו מים ומזון לאחיהם שבכרכין [אזוי אז פורים אליין זאלן זיי האבן צייט צו ברענגן עסן פאר די בני העיר], למימרא דתקנתא דכרכין הוי [אז די תקנה איז לטובת די בני העיר און נישט לטובת די בני הכפרים]? והתנן חל להיות [פורים] בשני, כפרים ועיירות גדולות קורין בו ביום, ואם איתא [אז מען זוכט די טובה פון די בני העיירות] ליקדמו ליום הכניסה [זאלן די בני הכפרים דא אויך דארפן מקדים זיין]? הוו להו עשרה [וועט דאך אויסקומען אז די בני הכפרים ליינען בי' באדר], ועשרה לא תקינו רבנן [ווייל מען האט נאר מתקן געווען צו קענען ליינען פון י"א און ווייטער, כמבואר בדף ב' ע"א].די גמ' איז דאך מרפסין איגרא, ר' חנינא האט געזאגט אז די סיבה פארוואס די חכמים האבן געזאגט אז די בני הכפרים קענען ליינען בי"א, בי"ב און בי"ג איז געווען לטובת בני העיר, אזוי אז די בני הכפרים זאלן זיין פריי ביום הפורים, פרעגט די גמ' אויב אזוי ווען פורים פאלט אויס מאנטאג זאל מען אויך מקדים זיין אויף דאנערשטאג כדי זיי זאלן זיין פנוי ביום הפורים, ענטפערט די גמ' אז דאנערשטאג איז דאך ערשט י' בחודש און אויף י' האט מען נישט מתקן געווען.
אבער, מרא דאברהם, דאס גופא איז דאך די קשיא אויף ר"ח, אויב זאל ער זיין גערעכט אז מען האט געמיינט די טובת בני העיר וואלט מען בציור כזה אויך געדארפט מתקן זיין? וואס זאגסטו, מען האט נישט מתקן געווען ווייל מען האט נישט מתקן געווען?
עפעס געדענק איך אז עס זענען דא וואס ווילן זאגן אז די אנשי כנה"ג האבן מרמז געווען אין די מגילה אז פון י"א קען מען שוין ליינען [כמבואר בדף ב' ע"א] 'אויב' עס וועט אמאל אויספעהלען, אבער נישט אז בשעתם האט מען שוין בפועל אזוי איינגעפיהרט פאר די בני הכפרים, ממילא ווען די שפעטערע חכמים האבן מקדים געווען די בני הכפרים לטובת בני העיר האבן זיי נישט געקענט צוריקריקן מער ווי י"א וואס די אנשי כנה"ג האבן ערלויבט לעת הצורך.
ויל"ע אויב עס שטימט מיט די יאהרן, ווייל פורים איז דאך געווען בסוף גלות בבל, דהיינו בימי עזרא וואס האט צוריק ארויפגעברענגט די אידן קיין אר"י צום בית שני, און רש"י זאגט אין דף ב' אז עזרא איז געווען דער וואס האט מתקן געווען אז די בתי דין זאלן זיצן אין די שטעט בשני וחמישי וואס אויף דעם איז געבויעט די גאנצע תקנה מקדים צו זיין די בני הכפרים.
-------------------
מגילה בשבת לא קרינן, מאי טעמא, אמר רבה הכל חייבין בקריאת מגילה (ובתקיעת שופר) ואין הכל בקיאין במקרא מגילה, גזירה שמא יטלנה בידו וילך אצל בקי ללמוד, ויעבירנה ארבע אמות ברשות הרבים.
אלע ראשונים מוטשענען זיך פארוואס זאגט ער ויעבירנה ד"א ברשה"ר, די פשוטע מכשול איז לכאורה אז ער וועט עס מוציא זיין מרשה"י לרשה"ר [פון זיין הויז צו די גאס, כדי צו גיין צום בקי].
דער חת"ס (שו"ת או"ח סי' ר"ח) זאגט אז לשיטת הראשונים אז המוציא מרשה"י לרשה"י דרך ד' אמות ברשה"ר [וואס קיין הנחה ברשה"ר האט ער נישט געמאכט] איז מען איהם מחייב אלס מעביר ד"א ברשה"ר, איז גוט, ווייל די פשוטע ציור איז אז ער טראגט עס פון זיין הויז צום הויז פונעם בקי [מרשה"י לרשה"י] דרך ד"א ברשה"ר, ממילא איז טאקע די חיוב אלס מעביר ד"א, נישט אלס המוציא מרשה"י לרשה"ר.