Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 184 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7270
דינסטאג אפריל 05, 2016 1:24 am#327632
אדונינו האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:
חכם עתיק האט געשריבן:א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


And how old are you?

He is 95, i know him well mr. petergrifin
דינסטאג אפריל 05, 2016 1:51 am#327634
חכם עתיק האט געשריבן:א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


ער איז דאך די עלטסטע אדמור אויף די וועלט היינט! און פון די איינציגסטע איבערגעבליבנע רבנים וואס קומען נאך פון די אלטע היים! וואס רעדסטו נערישקייטן! ער האט טויזענטער חסידים וואס האלטן אז ער איז זייער וועג ווייזער. דו האסט איין חסיד?
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:56 am#327658
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
@אדונינו דו הייסט אפשר חכם עתיק?
דינסטאג אפריל 05, 2016 12:10 pm#327684
וואס מיינט "קארשן און צ"ון"?
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 3:19 am#387429
די מצב איז נישט גוט. מהאט אים פריער אריינגעפירט אין מאונט סיני האספיטאל.

השדתלו והרבו תחינה ובקשה
מרן מרדכי בן מרגליא לרפ״ש בתשח״י
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 2:32 pm#387457
מ'האט אים נאך נישט אריין געפירט שפעטער נאכמיטאג איז אין פלאן
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 2:09 am#387507
כהן האט געשריבן:מ'האט אים נאך נישט אריין געפירט שפעטער נאכמיטאג איז אין פלאן


יא יא אמת. נאכאלץ אין שפיטאל

איך האב אים היינט אינזינען געהאט ביי רפאנו ה׳ געלאזט פאלן א טרער אז דער בורא כל עלמים זאל זיך שוין מרחם זיין און שיקן א רפואה שלימה פאר די עלטסטע חסידישע רבי אויף דער וועלט, פון די לעצטע רבי׳ס וואס איז נאך אויפגעוואקסן אינדערהיים.

דער וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד האט געהייסן אלע זיינע חסידים זאלן היינט מאכן א ביטול מלאכה און מהאט א גאנצען טאג געזאגט תהילים לרפואת דער רבי פון מאנסי מרן הגה״ק ר׳ מרדכי בן מרגליא

איי וואס געיט מיך אן? אבער פאקטיש גייט מיך עס יא אן. איך האב שטארקע פילינגס פאר אים. אזויווי ער וואלט געוועהן מיין זיידע. איך וויל ר׳ מאטעלע זאל לעבן פאר אייביג ביז משיחס טאג אפילו ער איז א עקסטרימסט. איך גלייך אים. ער איז אויטענטיש און אמת און א אייניקל פון מיין גרויסען רבין דער אהבת ישראל פון וויזניץ און ער האט זיך געקאכט אין זיין זיידען זיין גאנץ לעבן.

עפעס א היץ-קאפ וואס האט אביסל אפגעלאזט וויזניץ און חסידות פארציילט מיר אזא מעשה, מיט אפאר יאר צוריק האט אים די רבי אריינגערופן און אים געבעטן ער זאל נישט טוהן א געוויסע זאך. יענער מיט זיין הייסע טעמפער האט זיך אויפגערעגט און געזאגט פאר ר׳ מאטעלע בזה״ל

דו ביסט איבער נייציג יאהר אלט, דיין הארץ ארבעט אויף א בעטערי, דו ביסט (כמעט) בלינד, דו האסט הונדערעטער אייניקלעך און דו זארגסט זיך וועגן מיינע קליינע עבירות???

ער זאגט מיר ר׳ מאטעלע האט זיך בכלל נישט גערעגט נאר פארקערט ער האט זיך צושמייכלט. און ער האט זיך אנטשולדיגט פאר אים אפאר מאל , און געזאגט כהאף ביסט מיר מוחל פארוואס איך האב דיר גערופן, כהאף ביסט נישט ברוגז אויף מיר. איך רוף דיך נאר ווייל איך וויל דו זאלסט מיר טוהן ״א פערזענליכע טובה״ און זאלסט נישט טוהן דעס און יענעץ, אויב ווילסטו מיך נישט פאלגן וועל איך נאכאלץ זיין דיין פריינד. דער אינגערמאן האט געזעהן ווי שיין און ראוהיג די רבי רעדט צו אים נאכדעם וואס ער האט גערעדט צו אים אומ-דרך ארצדיג האט געזאגט פארן רבין ״אקעי איך נעם מיך פאר קיינמאל מעהר נישט צוטהון די זאך״. פאר ער איז ארויס האט זיך דער רבי נאכאיינמאל אנטשולדיגט און אים זייער שיין באדאנקט פארן אים אויסהערן.

איך קען ענק פארציילן אסאך אינטערסאנטע מעשיות פון ר׳ מאטעלע ער איז א אייגענארטיגע מענטש פון איין זייט א הארטנאקיגע קנאי פון די אנדערע זייט א ווייכע ליבליכע געטרייע מענטש.
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:02 pm#387554
שבת אחים האט געשריבן:איך האב אים היינט אינזינען געהאט ביי רפאנו ה' געלאזט פאלן א טרער אז דער בורא כל עולמים זאל זיך שוין מרחם זיין

:!: :!: :!: :!:
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 7:35 pm#387575
מרדכי בן מרגלית
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 8:42 pm#387580
פון רבי מאטעלע קענען זיך אפילו זיינע מתנגדים אסאך לערנען. ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער איז פאר זיך אליין אלע יארן געווען זייער א שטרענגע מענטש, געלערנט יעדן טאג די צוויי בלאט, זיך קיינמאל נישט געטוישט זיינע מנהגים, און אלעס מיט אזא רואיגע זיכערקייט און שטארקייט, נישט קיין נערוועזער בכלל.
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:00 pm#387583
:lol:
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:08 pm#387588
ישראל גלויבער האט געשריבן:מרדכי בן מרגלית

העי, אויב שרייבסטו מרגלית מיט א ת' וועל איך שרייבן טראנא מיט א א'....
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:11 pm#387590
:-o
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:13 pm#387591
מחלוקת מיט וועם?
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:15 pm#387593
:lol:
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:16 pm#387594
מען האט זיי געשלאגן פאר א ת'?
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:17 pm#387595
ריכטיג האט געשריבן:מען האט זיי געשלאגן פאר א ת'?

ניין פאר א 'מ'
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:20 pm#387596
ישראל גלויבער: וואס פאלט דיר ביי? ס'איז יא פוצה פה ומצפצף. איך פייף פאר שמחה אז מ'האטציי געלערנט דרך ארץ אויף א קליינעם פארנעם. אז מ'גייט נישט אין א ביהמ"ד און מ'צושטערט די מנוחה און ארדענונג אין א הייליגן טאג. די טעראריסטן און סיקריקים מיינען אז זיי מעגן טון אלעס אין נאמען פון קנאות...!
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:20 pm#387597
ישראל גלויבער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מען האט זיי געשלאגן פאר א ת'?

ניין פאר א 'מ'

לאז צורוה דעם אשכול.

קום, מ'העמיר ממשיך זיין דא:
l viewtopic.php?f=10&t=6937 l
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:40 pm#387602
:D
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:55 pm#387604
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:41 am#387650
אינטערסאנטער האט געשריבן:פון רבי מאטעלע קענען זיך אפילו זיינע מתנגדים אסאך לערנען. ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער איז פאר זיך אליין אלע יארן געווען זייער א שטרענגע מענטש, געלערנט יעדן טאג די צוויי בלאט, זיך קיינמאל נישט געטוישט זיינע מנהגים, און אלעס מיט אזא רואיגע זיכערקייט און שטארקייט, נישט קיין נערוועזער בכלל.


מיינסט צוזאגן זיבן בלאט. ער מאכט יעדע יאר מוצאי תשעה באב א סיום הש״ס.
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:49 am#387651
שמעקעדיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב אים היינט אינזינען געהאט ביי רפאנו ה' געלאזט פאלן א טרער אז דער בורא כל עולמים זאל זיך שוין מרחם זיין

:!: :!: :!: :!:



דו פארגינסט מיר נישט אז איך זאל דאווענען צום רבש״ע און זיך אויסגיסן מיין הארץ? נאר דו מעגסט? איך טאר נישט?


איך וועל דיר זאגן איך בין דאך א פרומע איד היינטיגע צייטן, מקען נישט זיין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד אן א גרויסע טלית מיט א שיינע עטרה פון אינטן... א האריגע טלית בייטל, א ריזניע בעכער, דו האסט געדארפט זעהן מיין כפרה ערב יום קדוש די רויטע קאאקש איז געוועהן אויף די רעכטע זייט אלץ וויזניץ אויס. איך זאג יעדע צופרי מודה אני פארן אהבת ישראל פון וויזניץ. ר׳ יוסל׳ס מעכטיגע תירוצים (יונה כהן) אויף די נייע דאקיומענטרי איבער האסידם האט מיך אויפגעשוידערט און אויפגעשאקעלט עד לב השמים. איך בין געווארן א פולקאמער בעל תשובה- באמת. איך דריי זיך מיט הרב יואל אשר לאבין לעטענס, ער מאכט מיך פאר א שטיקל בעל תשובה. ער איז די היינטיגע בעל שם טוב, אזוי האלט איך. מקען מיך היינטיגע טעג נישט רופן מעהר א פרייע איד... אזוי מיין איך.
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:02 am#387654
שבת אחים. איך וויל באמת נישט פארדרייען דעם אשכול. און איך וואונטש פאר'ן רבי'ן פון מאנסי א רפואה שלימה במהרה. אבער איך האב איין שאלה. אויב א רבי ווערט ח"ו א שייגעץ. און א טייל פון זיינע חסידים פארן אפ צוזאמען מיט איהם. (אז די רבי מעג מעג איך אויך.( און נאכדעים ווען די רבי טוט תשובה מוזן זיי אויכעט ווערן צוריק בעלי תשובה. אדער זיי קענען בלייבן שקצים. און נאכאלטס זיין חסידים פון דעם רבי'ן. ס'א נפקא מינה וועגן א געוויסן רבי'ן (ניין. נישט דו) וועלכער איז אויכעט יעצט שוין געווארן א שטיקל בעל תשובה. ער דאוונט שוין ערליכער. ער מאכט שוין שטיק. ער מאכט העוויות מיט די הענט ביים דאווענען. ער קלאפט מיט די שטיוול אויפ'ן פלאהר אינמיטן קריאת שמע. ער כיפערט נאכאלץ אפ די שמו"ע. חסידים זאגן אויף איהם גרויסע זאכן. אז ער קען מכוון זיין אלע !...שמות אין א קורצע צייט
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:49 pm#387670
:x
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:27 pm#387690
דער רבי קומט אהיים היינט נאכט אין מ'האפט אז ער וועט פירן שבת כרגיל
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:12 pm#387693
:lol:
פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 10:08 am#389369
יודן!!
רייסט איין לרפואת דער גרויסע צדיק
ער איז זקוק לרחמי שמים מרובים
דער מצב איז מורא'דיג ערנסט אין נאר תפילת קען העלפן
זאל שוין מרדכי בן מרגליא האבן א רפואה שלימה
פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 4:43 pm#389383
מהאט אריינגעפירט די רבי נעכטן נאכט וועגן בלוט פרעשיור.
חסדי השם די מצב האט זיך פארבעסערט. די בלוט-דרוק האט זיך סטאביליזרט.
מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 7:58 pm#389386
די מצב איז קריטיש.
מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 9:06 pm#389391
די רבי איז אויך א רעספארעיטאר, מזאגט תהילים אין אלע וויזניצער שוהלן.
מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 9:43 pm#389392
C/p
ויזניצנייעס : מרן רבינו שליט"א יוצא כעת לעבר ביה"ח במנהטן עקב ההחמרה במצבו של דודו האדמו"ר מויזניץ מונסי.

הרה"צ ישראל הגר אב"ד ויזניץ מאנסי בדרך לביה"ח במנהטן מלווה בניידות משטרה
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:52 pm#389469
שוין אראפ פון רעספערעיטער דארף נאך רחמי שמים מרובים
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 3:23 pm#389541
וואס הערט זיך דארט?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 4:32 pm#389546
בן אדם האט געשריבן:וואס הערט זיך דארט?

פארגאנגענע נאכט איז געווען א שווערע.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 9:24 pm#389573
סקרן האט געשריבן:שוין אראפ פון רעספערעיטער דארף נאך רחמי שמים מרובים

צוריק ארויף ליידער.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:19 pm#389587
עפעס א צעטל פארט ארום אז עס איז נאר מחמת זהירות, אבער עס איז נישט פאראן קיין פארערגערונג אין זיין מצב.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 1:14 am#389601
די צעטל איז נאר צו זאגן אז די עולם זאל נישט פאניקען אז עס איז עפעס יעצט געשען, אבער די אנגייענדיגע פראבלעם פון די אטעם ווערט נישט בעסער און מען גייט מסתם מאכן א טרעיק וואס איז ווייט פון א קינדער שפיל בפרט אין די גיל
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:55 am#389616
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:58 am#389617
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:59 am#389618
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:01 am#389619
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:01 am#389620
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:02 am#389621
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:03 am#389622
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:05 am#389623
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:11 am#389624
בילד
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:59 am#389625
שבת אחים איך זעה די ביסט זייער פארנומען מיט די ווישניץ רבי נייעס ביסטו אפשר פון די שטוב מענטשען דארט אדער וואס
געוועהן אין בית מדרש היינט האבן זיי דארט א טישל מיט עטליכע יונגעלייט מיט קבלה צעטלעך אז דער עולם זאל זיך מקבל זיי נישט רעדן 40 טאג ביים דאווענען לרפואת רבינו שליטא האסטו שוין געחתמעט ?
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:28 am#389631
פינעם לעצטן בילד ווייזט אויס אז ר' ישראל האט נאך נישט פארלאזט דעם טאטענס בעט זייט שבת, מערקט די ווייסע זאקן.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:42 am#389632
סמבטיון האט געשריבן:פינעם לעצטן בילד ווייזט אויס אז ר' ישראל האט נאך נישט פארלאזט דעם טאטענס בעט זייט שבת, מערקט די ווייסע זאקן.

איך זעה מען האט שוין געמעקט יענע בילד גיי פרעג פארוואס ?