Under maintenance
הויפט זייט » קלויזענבורג'ער חיות/עופות

קלויזענבורג'ער חיות/עופות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7272
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:48 am#226191
קלויזענבורג'ער חיות/עופות
אה! ס'קומט שוין די כפרות סיזען, דער קאמפעטישען צווישען די מוסדות זענען גאר גרויס, יעדער האט דער שענסטע ווייסטע טשיקען אויפן ליין, יא, אט די זעלבע מוסד וואס האט מיר אפגעשטופט מיט שתי ידים פאר צוויי חדשים צוריק נישט אריין צו נעמען מיין זוהן דארט, זוכט מיר יעצט פאר א קאסטומער, מיט שרייענדיגע עדס און לעמפעלעך, זיך בעטענדיג שטיצט אונזער הייליגע מוסד, יא מיר האבען א שוחט אויפן פלאץ, העלאו, וועקט ענק אויף, נאר איין שוחט? ענק האבען גאר אסאך, און א גאנצע סטעף שוחטים! דאס זענען אט די זעלבע סטעף שוחטים וואס זאגען אפ די אלע קינדער פון זייער מוסד, יא, הרב מוסד, איר האט אסאך יודישע בלוט פארגאסען און גייען פארגיסען אויף ענקער הענט, און יעצט ווילן ענק הרצחת וגם ירשת, אויך מיין געלט, און א טשיקען פאר יעדער באזונדער, מוסד מוסד אל תכסי דמם, ענק האבען גענוג געדרייט כפרות מיט מיר, מיט אלע קינדער באזונדער, מיר האבען שוין באקומען אונזערע כפרה, די והותר.

אבער דאס איז נישט מיין עיקר ציל פון שרייבען דא דערוועגן, נאר א זייטיגע באנוס.

מילא, די מוסד, האסט א בעקיורד, און חזיר'סט אן דיין הויף, גייט מיר נישט אן, שמעק אויס דיין אייגען חלק, און זיי שמוציג חזיר'יש פארשטונקען פאר זיך, אבער דו קלויזענבורג'ער מוסד/רבי וואס איז דער קאפ שטיק פון אראפלייגען א גאנצע סטאדע טשיקענס אויף פופציג סטריט קארנער פערצן, ממש אויפן סיידוואק, חזיר'סט אן דער גאנצע רשות הרבים כאילו ס'באלאנגט פאר דיר, דו רעכענסט דיך נישט מיט פיסגייער, מיט שכנים, מיט'ן באס סטאפ קעגן איבער, און מיט די גאנצע ארום, קלויזענבורגער רבי, אז איך גיי אייך מסר'ן פאר די שטאט, און איר זענט דאך באקאנט במנהגי נאצי דייטשלאנד, וועט איר שרייען אז נאצי דייטשלאנד האט מען אויך אזוי געטוען, אמת טאקע אז נאצי דייטשלאנד האט אויך נישט געלאזט שחט'ן, אבער אלס צער בעלי חיים (כלומר'שט, מענטשען זענען זיי נישט אנגעגאנגען), דא אבער, זענען איר סתם א אומפארשעמטער פארשוין, האסטו זיך אינטרעסירט ביי די ארומיגע אויב זיי לאזען עס צו? ניין, והא ראיה אלע שכנים רעדן זיך אפ אויף דעם, און דערפאר גייט מען דיר נישט צו לאזען צו האלטן דיינע טשיקענס אויפ'ן רשות הרבים.

באטאם ליין: קלויזענבורג'ער חיות נעמט אוועק ענקער קלויזענבורג'ער עופות פון דארט באצייטענס, פאר מ'גייט ענק מסר'ען, עטס זענטס עקעלדיג! אה, כ'בין א מסור, דו מעגסט טוען וואס דו ווילסט, ווייל דו ביסט א מוסד, אהא, איך טאר נישט, האלטס דער טשיקען און ענקער פראנט יורד, וואלטיך געוואלט זעהן וואס עטס וואלטס געטוען? אז ענק האבען נישט אן אייגען בעקיורד פארקויפטס נישט, ואנשי קודש תהיו לי, פאר מ'וויל זיין "קודש", טייטשען ספרים, דארף מען זיין "אנשי" מענטשליך, זיך רעכענען מיט די ארומיגע.

פוי.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:28 pm#226216
311
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:02 pm#226226
311 ארבייט פיין. בדוק ומנוסה
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:25 pm#226229
קלויזענבורג האט מער לאט'ס אין בארא פארק ווי בערל האט סמייליס
וואס קענען זיי זיך נישט מאכן די כפרות אין איינער פון די לאט'ס?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:34 pm#226230
פיין געשריבן אבער די טענה איז גילטיג אויף אסאך אנדערע מוסדות נישט נאר קלויזענבורג.

באמת איז די געפיראכץ זייער אומאחריות'דיג. יעדעס יאר הערט מען ווי די ענימעל רייטס חברה פראטעסטירן קעגן די כפרות. לענ"ד איז א פראגע פון צייט ביז די סיטי וועט זיך אריינמישן דא און דעמאלטס וועט די פאקט אז מ'מאכט אן א חזעריי אין די גאסן, אריינשפילן און זייער הענט צו באקומען סימפאטיע פון די אלגעמיינע גאס.

איך בין יעצט מגלה דעת פאר אלע עסקנים: קומט נישט צו מיר אפאר יאר ארום אז מ'דארף שאפן א מיליאן דולער אפצושאפן די גזירה נגד די הייליגע מנהג פון כפרות. יעצט איז די צייט אז עסקנים זאלן אויפמערקזאם מאכן אלע כפרות פארקויפער זיך אויפצופירען נארמאל. ערשט נעכטן האב איך געזען הינדרעטע טויטע טשיקענס וואס זענען נעבך אויסגעגאנגן צוליב די גרויסע היצן
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:40 pm#226232
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:קלויזענבורג האט מער לאט'ס אין בארא פארק ווי בערל האט סמייליס
וואס קענען זיי זיך נישט מאכן די כפרות אין איינער פון די לאט'ס?



אז מ'קען אן דרעקן ביי יענעם, פארוואס זאל מען דען דרעקען ביי זיך.
ומכאן הכרוז יוצא: קלויזענבורג, קלין אפ עפטער יאר טשיקענס.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:35 pm#226247
[ס'איז מיר ליידער געווען באשערט צו וואוינען בשכינות מיט דעם "הייליגן" מוסד חסד לאברהם. ס'הייסט, איך האב געוואוינט דארט פריער. און זיי זענען צו געקומען. איין יאר האבן זיי מחליט געווען אריינצוגיין אין די כפרות ביזנעס. די צואה פון טשיקנס און די חאזעריי דארט איז געווען אין לשער. ס'האט גע'סרח'ט פון זייערע (הייליגע) טשיקנס און מ'האט אריינגעטרעטן אין צואת העופות ביז חנוכה. ס'איז געקומען די שניי און ס'האט אלעס פארד(ר)עקט.
איבער זייערע מעלות ומדות טובות קענמען שרייבן א גראבן בוך... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :lol: :twisted: :evil: :roll: :x :P :cry: :( ;) :o
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:51 pm#226332
דריידל האט געשריבן:פיין געשריבן אבער די טענה איז גילטיג אויף אסאך אנדערע מוסדות נישט נאר קלויזענבורג.

באמת איז די געפיראכץ זייער אומאחריות'דיג. יעדעס יאר הערט מען ווי די ענימעל רייטס חברה פראטעסטירן קעגן די כפרות. לענ"ד איז א פראגע פון צייט ביז די סיטי וועט זיך אריינמישן דא און דעמאלטס וועט די פאקט אז מ'מאכט אן א חזעריי אין די גאסן, אריינשפילן און זייער הענט צו באקומען סימפאטיע פון די אלגעמיינע גאס.

איך בין יעצט מגלה דעת פאר אלע עסקנים: קומט נישט צו מיר אפאר יאר ארום אז מ'דארף שאפן א מיליאן דולער אפצושאפן די גזירה נגד די הייליגע מנהג פון כפרות. יעצט איז די צייט אז עסקנים זאלן אויפמערקזאם מאכן אלע כפרות פארקויפער זיך אויפצופירען נארמאל. ערשט נעכטן האב איך געזען הינדרעטע טויטע טשיקענס וואס זענען נעבך אויסגעגאנגן צוליב די גרויסע היצן


איך שטים איין מיט דיר אז אלע מוסדות דארפען איופקלינען נאך זייער שמיץ ... אבער איוף קלויזענבורג איז די קשים 10 מאל מיר ער האט דאך נאך 20 לאטס אין בארא פארק פארוואס דארף עס זיין בא די מאסט ביזיעסט אונטער סעקשען אין בארא פארק???
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:31 pm#226359
אן אריין גיין איבער די הלכה/מנהג/חומרא/מסורה פון כפרות שלאגען,
אבער דאס וואס סאו וואט האט ארויף געברענגט אויפן טיש איז "דברי יציב", איך ווייס נישט ווי אזוי די שכנים אין יענע רויטע בנין האלטען דאס אויס, יעצט איז א צייט וואס מ'האלטן די פענסטערס אפען, איז דאס נישט קיין חוצפה זיך אזוי ווייניג צו רעכענען מיט יענעם? דארף יענער אריין שמעקען דיין צואה'דיגע גראך? דארף ער זיין געצווינגען צו האלטן זיינע פענסטערס פארמאכט צוליב דיינע אני ואפסי'דיגע רשעות?

אויף יענע בלאק אליינס האבען זיי א "שפע חיים" פון לאטס, קלאפ אראפ די שמאטע הייזער, און שטופ דארט אריין דיין עקלהאפטיגקייט.

מ'פארהערט זיך מורה מורינו'ס אבער אן קיין טראפ מדות, גארנישט.

א גרויסע דאנק פאר דאס ארויף ברענגען דער קלויזענבורגער כפרות נושא צום פאבליק.

בילדער?
איינער האט בילדער?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:41 pm#226388
סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:59 pm#226392
שמעקעדיג האט געשריבן:סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי?


פארוואס זאל ער נישט וויסען, ער וואוינט דאך אויף יענע בלאק, עס איז גלייך אנטקעגן איבער זיין בית מדרש.
דער גראך און שמוץ איז אין דער גאנצע סביבה.
ווען ער מאכט נאר דעם רעכטס ביים ארויס גיין פון זיין הויז זעהט ער וואס טוט זיך, סיידען אויב איז ער בלינד ח"ו און דער נאז איז איהם פארשטאפט. (יא, ער גייט מיט דער קאפ אין דער הייעך אין די אויגען ברייט אפען ווען ער שפארצירט).

עס איז נישט קיין אמעריקאנער נאצי'ס וואס בעטן דאס אויפצוהערען,
דאס איז אחינו בני ישראל, היימישע און חסידישע, אייניקלעך פון הרוגים בשואה וואס בעטן זיך צום קלויזענבורגער קהלה אויף צו הערען.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:27 am#226399
בעלעד האט נישט קיין כפרות?
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:28 am#226401
נאר צוויי...
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:21 am#226479
קלויזענבורג כפרה צענטער
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:22 am#226480
נאך פון דער קלויזענבורג כפרה צענטער
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:22 am#226481
לייען דעם שמאטע סיין: מהודר'דיגע כפרות צענטער
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:24 am#226482
כנ"ל
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:25 am#226483
עוד כנ"ל
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:15 am#226506
נישט מקנא דער הויז דערנעבן. און דער גאנצע ארום.

חזירים איז נישט דער ווארט.

און דער שמוציגער פיקטשערס איז לכאורה גענומען געווארן פארטאגס (יא, דולה? שטייסט אויף פארטאגס? ווי דער יאג?), ווען ס'איז מכלומרשט קלין, און אן קיין מענטשען.
כאפ בילדער נאכמיטאג, ווען ס'איז פיל מיט מענטשען, און ווען ס'איז א גרויל דורך צו וואקען דער גאנצע גאס, מיט צואות העופות.

העלאו, וואס איז דער קונסט אראפצושטעלן קעסטלעך עופות אויפן סיידוואק, און שרייבען ס'איז א כפרות צענטער,
אה, איך בין אויך א ריזיגע חסידות, איך האב אויך א בוטשער, wow כ'בין אויך גרויס, כ'האב טשיקענס צו פארקויפען, בעיביס.

וכדי בזיון וקצף.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:44 pm#226543
ס'איז מיר מעורר צו תשובה. איך וויל נישט מגולגל ווערן אין א קלויזענבורגער טשיקן און נאך דורך גיין א קלויזענבורגער שחיטה.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:19 pm#226547
דולה ומשקה: ייש"כ פאר ארויפלייגן די "הערליכע" פיקטשערס. ס'נאר א שאד אז מ'קען (נאך) נישט ארויפלייגן א גערוך אויף א וועבסייט. ווען מ'זאל קענען ארויפלייגן א מקצת פון דעם ריח הניחוח וואלט דער עוילעם פארשטאנען פונקטליך וואס דארט גייט פאר... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:45 pm#226550
שמעקעדיג האט געשריבן:סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי?


הרב שמעקעדיג וואלסט שוין געמעגט דאס וויסען.
א חוץ דער פאקט אז דער רבי וואוינט אפאר הייזער אראפ, און שמעקט זיין חלק.
איז יעדער רבי / אדמו"ר, נישט קיין נפק"מ ווי הייליג ער מאכט זיך, און ווי הייליג ער פארגלייזט זיך דער אויגען, און ווי סאך מלאכים ער כאפט נאר דארט אויבען ביים פיס, זיי זענען נארמאלע סימפעל מענטשען, וואס ווילען וויסען וואס טוט זיך, ליינען דער נייעס, הערן באריכטען, און ווייסען זייער גוט וואס טוט זיך אויפען וועלט.
סקווירא רבי ווייסט אז שאול שפיצער זיצט פאר זייניט וועגן, און קלויזענבורגער רבי ווייסט ער סרח'ט אן דער געגענט מיט טשיקענס, און זיי ווייסען פונקטליך וואס טוט זיך אפ און זייערע פארטייען. זיי זענען אנשים כערכינו, און נאך אויף אסאך ערגערע דרגה פון אונז דא.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:12 pm#226552
שמעקעדיג האט געשריבן:סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי?


קודם כל, די חסידים גלייבן דאך זיכער אז די רבי ווייסט

צווייטענס, אויפ'ן סיין שטייט בנשיאות כק אדמו"ר הגה"ק שליט"א. איך גלייב נישט אז אין עשרת ימי תשובה וואלטן זיי געזאגט ליגענט.

אגב, ס'האט מיר דערציילט איינער וואס האט פארדינגען א פלאץ פאר די סקווירא שחיטה, אז מ'איז אים געווען שילדיג אסאך געלט איז ער אריין צום רבי'ן פארהאלטן. די רבי האט כדרכו בקודש געזאגט איך וועיס נישט (קרעדיט ATUB @berlbalaguleh ATUB ) . האט יענער ארויסגענומען א צעטל און געוויזן אויפ'ן לעדערהעד שטייט בנשיאות כ"ק מרן, און אים געפרעגט אויב ער וועיסט ווער דאס איז. ביז 24 שעה האט ער באקומען דאס געלט.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:28 pm#226557
סאו וואט: בשם קהילתעינו הקדאוישע און בשם דאס גאנצע העיליגע שטעיטל ביניך מוחה א מחאה נמרצת. איך וועיס נישט פון ווי ס'נעמטציך אזא שטארקע חוצפה צו א איד, אז ער זאלל מעליל זיין אזא שרעקליכן בילבול אויפ אינזער העיליגן רעבע שליט"ע אז ער וועיסט עפעס פון די שייגעץ שטיק וואס ווערן אפגעטון לשמו (יש גורסין בשמו) ולזכרו. צו ער שטייט אינטער די אלע בלוט-צאפונג און מעשי רציחה וועלכע קומען פאר אין אונזער העיליגן שטעיטל. ער (די רעבע שליט"ע) זאגט דאך עיביג בלשון קדשו "איך וועיס נישט. בא אינז אין שטעיטל"?...די עינציגע זאך וואס די רעבע וועיסט יא, איז, ו'(. ... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :roll: :x :P :P :P :oops: :cry: :( ;) :o
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:41 pm#226561
Berel:
Cheap Shot !
boring as always.
same old stuff.
come up with new material already !
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:56 pm#226564
motovu
disgusting comment
bashing as alwas
same hate one liners
come up with any material new or old!
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:06 pm#226566
matovu: I thank you from the bottom of my heart for your honesty in evaluating my essay. Especially the part where you admonish me to come up with new stuff because what I've presented here is old and boring.
But, it's funny. I am tickled pink by the clownish appearance of the "Holy Rebbe" who is not man enough to take responsibility for some of the corruption and terror that are perpetrated by his henchmen on a daily basis.
p.s.: My presentation must have touched a nerve with some people such as yourself. In that case, please accept my deepest apologies and regret. :roll: :lol: ;) :o
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:17 pm#226571
דער בערל איז שוין גארנישט קיין בעל עגלה. זיין ענגליש פאסט פאר א קאלעדזש גראדואירטע
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:45 pm#226574
berlbalaguleh האט געשריבן:matovu: I thank you from the bottom of my heart for your honesty in evaluating my essay. Especially the part where you admonish me to come up with new stuff because what I've presented here is old and boring.
But, it's funny. I am tickled pink by the clownish appearance of the "Holy Rebbe" who is not man enough to take responsibility for some of the corruption and terror that are perpetrated by his henchmen on a daily basis.
p.s.: My presentation must have touched a nerve with some people such as yourself. In that case, please accept my deepest apologies and regret. :roll: :lol: ;) :o


Now a comment like this is original.
I applaud that.

The same stupid "Ich Veis Nisht" Stuff is what I was talking about.

I think you get my point.

back to Klausenberg please
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:06 pm#226577
אפילו דער רבי ווייסט שוין יא, איז דען זיכער אז ער'ז ביכולות דאס אפצושטעלן? ס'ברענגט אריין געלט, מעגליך אז ער קען זיך נישט שלאגן מיט די ארגעניזירער. קאן זיין אז יא, איך ווייס נישט, אבער בלויז ווייל ער'ז א 'רבי' מוז מען אים נאכנישט דן זיין לרעה.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:13 pm#226580
matovu האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:matovu: I thank you from the bottom of my heart for your honesty in evaluating my essay. Especially the part where you admonish me to come up with new stuff because what I've presented here is old and boring.
But, it's funny. I am tickled pink by the clownish appearance of the "Holy Rebbe" who is not man enough to take responsibility for some of the corruption and terror that are perpetrated by his henchmen on a daily basis.
p.s.: My presentation must have touched a nerve with some people such as yourself. In that case, please accept my deepest apologies and regret. :roll: :lol: ;) :o


Now a comment like this is original.
I applaud that.

The same stupid "Ich Veis Nisht" Stuff is what I was talking about.

I think you get my point.

back to Klausenberg please

Thanks (But no thanks) for the compliment. But I would much rather bash "Skvira" than Klausenburg, or anyone else, for that matter. Not the least because I have personal knowledge of the people who were affected by the wrongful actions perpetrated in the name of the Rebbe. And to "get even" for a perceived slight or other failure to follow some of the --unwritten-- rules of the Shtetl.
p.s.: No smilies, this time. Because this is serious stuff.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:58 pm#226587
very serious
:(
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm#226588
matovu האט געשריבן:very serious
:(

Yes.... :lol: :roll: :oops: ;) :o
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:12 pm#226614
אוי באשעפער שיק שנעל משיח ווילאנג בערל טיילט נאך סמייליס.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:15 pm#226615
דער פרוי וואס האט דארט אפגעכאפט דעם ווידיא זאגט אז זי גייט רופען דער מידיע.
האט זי טאקע גערופען דער מידיע? איז דער מידיע בכלל אראפ געקומען קוקן?
זי וואלט ענדערש געדארפט רופען, עה, וואס וואלטן די פאליציי געטוהן ס'איז דאך בארא פארק....
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:28 pm#226678
איך ווייס נישט וואס מ'וויל פון קלויזענבערג, יא זייער רבי איז וואס ער איז אבער די כפרות אביוס איז ברייט פארשפרייט. וואס ספינקא די רעכט אנצושטינקען 58 סטריט, א רעזידענשעל בלאק, ווייל זיי זענען אין א הויף?

קלויזענבערג האט דיסיידעד אז אויב סערעט וויזניץ מעג בויען זייער סוכה אויף די סיידוואוק אן לויזען א דורך גאנג פאר די מענטשען, אז סופער 13 מעג ניצען די גאס פאר מים חיים דעליוועריס, און פאפא מעג מאכן א חופה און אפשפארן בעדפארד, פארוואס מעגן זיי נישט ניצען די גאס פאר כפרות? איי ס'סרחט? נא אז מ'האט די נאז פון א אייוועלט שמעקט עס. כפרות עוונות. כופר נפש. א מחיה

ס'שטינקט פונקט אזוי פון באבוב א בלאק אוועק און סאטמאר צוויי גאסן אוועק. וועם פאפט מען?

אז מ'רעדט פון קלויזענבערג איז כדאי צו באמערקען א סיסטעם וואס סיי לויפען דארט מיט די כפרות שלאגען. יעדע טשיקען באקומט א טעיג מיט א נאמבער און יעדער וואס צאלט פאר א כפרה ווערט זיין נאמען געמעטשט מיט די נאמבער און פארצייכענט אין א ספר החיים מיט א פאון נומבער. אויב חלילה די כפרה גייט טריפה קאלט מען דיר אן פאר א סעיקענד טשענס. זיי נעמען עס צו די נעקסט לעוועל..
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:51 am#226725
Weber's Grocery Store
16th Avenue Corner 41st Street
Unbelievable ! stole away a few feet from the sidewalk for his store

when will this stop ?
where does this stop ?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 1:37 am#226991
סקומט אריין גאר גוטע נייעם אין די נושא.
היות די שכנים ארום די חודש תשרי הינדלעך פארעם'ס אין ברוקלין רעדן זיך זייער אפ גייען מיר נעמען די צווייטע option אין פון היינט און ווייטער גייט מען שלאגן מיט.... פיש!!! אין מיר זענען זיכער אז איר וועט מער נישט שפירען קיין שום ריח פון הינדלעך.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:39 am#227007
עזריאל האט געשריבן:סקומט אריין גאר גוטע נייעם אין די נושא.
היות די שכנים ארום די חודש תשרי הינדלעך פארעם'ס אין ברוקלין רעדן זיך זייער אפ גייען מיר נעמען די צווייטע option אין פון היינט און ווייטער גייט מען שלאגן מיט.... פיש!!! אין מיר זענען זיכער אז איר וועט מער נישט שפירען קיין שום ריח פון הינדלעך.

ר' עזריאל: איך האב מורא אז נאך די צווייטע אפשן וועט דער עולם זיך שטארק בענקען נאך די הינדלעך. איר זענט שוין אמאל אריבערגעגאנגען א פיש סטאר וואו דער בעה"ב איז א פוילער. און ער שווענקט נישט אפ די מדרכה (סיידוואק, בלע"ז) א יעדן טאג?? איך קען לכה"פ איין אזא סטאר אין בארא פארק. אפילו ווען מ'גייט מיט פארמאכטע אויגן, אדער א סגי נהור קען אויכעט נהנה זיין פון דעים ריח הניחוח...ניין. נישט דיין סטאר האב איך געמיינט. יענעם'ס, דארט, ביים קארנער פון ---סטריט. נעקסט דאאר צום---!... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:42 am#227009
בערל דו דאווענסט אין מאמאראש אויף 15 עוו.??
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:11 am#227017
יין שרף האט געשריבן:בערל דו דאווענסט אין מאמאראש אויף 15 עוו.??

ניין. איך קען יענעם שול מיום הוסדה, און די פיש סטאר בשכינות. אבער נישט פון דעים האביך גערעדט. אין אנדער'ן עק פון בארא פארק...!
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:50 pm#227134
געלייקט, געלאכט אבער טאטעלי דיסאגרי!

איך אגרי צו ATUB @יאסל ראקאווער ATUB , די גאסן זענען א שטח הפקר פאר ווער ס'וויל, יעדער טוהט וואס מ'וויל, מ'פארשפארט פאר יעדע פארשטינקענע פיצי חענאסעס ספר תורה אפגערעדט חתונה'ס, וואס סוויל מען פונקטליך יעצט פונעם קלויזענבורגער? חוץ טאמער דו וואוינסט אויף יענע גאס...
איך שעלט דעם צווייטן וואס מאכט אין זיין הויף בלע"ז (ס'איז בכלל נישט אינדאור און ס'שטינקט!!!!!!!!!!! פעעעעעעעעעעעעעך!)

סתם א עדווייז, מ'זאל איינפירן צו פארקויפן אתרוגים אינדרויסן און טשיקענס אינסייד והכל על מקומו יבוא בשלום
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:05 pm#227141
berlbalaguleh האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:בערל דו דאווענסט אין מאמאראש אויף 15 עוו.??

ניין. איך קען יענעם שול מיום הוסדה, און די פיש סטאר בשכינות. אבער נישט פון דעים האביך גערעדט. אין אנדער'ן עק פון בארא פארק...!

אויב דו קענסט יענער שול מיום הווסדה מוזט איר זיין אן ערך פון 65 יאר אלט לכל הפחות!!!!!!!!!!!
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:19 pm#227179
ראש הישיבה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:בערל דו דאווענסט אין מאמאראש אויף 15 עוו.??

ניין. איך קען יענעם שול מיום הוסדה, און די פיש סטאר בשכינות. אבער נישט פון דעים האביך גערעדט. אין אנדער'ן עק פון בארא פארק...!

אויב דו קענסט יענער שול מיום הווסדה מוזט איר זיין אן ערך פון 65 יאר אלט לכל הפחות!!!!!!!!!!!

מרן ראש ישיבה הרב שטיינמאן שליט"א. א ביסל יונגער. איר האט כמעט צוגעטראפן. אבער די סיבה פארוואס איך קען דעם עוילעם, איז ווייל זיי האבן געדינגען א פלאץ אין א בילדינג פון א מוסד וואו איך האב געארבעט אין פריערדיגן גילגול. חוץ דרייוון דעם באס ביניך געוועין אחראי אויף יענעם בילדינג. ממילא האביך מיך באקענט מיט די (אריגינאלע) מתפללים...מסתמא זענען שוין היינט דארט זייערע אייניקלעך און אנדערע יונגעלייט פון שכינות...!
מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:01 pm#249209
נאך דער כפרות קומט דאס.
גאנץ א אפטע ערשיינונג.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:03 pm#249211
יעדער טוט וואס ער וויל, דערנאך וועט מען שרייען...
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:41 pm#299428
לאמיר זעהן דאס קומענדיגע כפרה סיזען ווי זוי דאס וועט אויס זעהן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:07 pm#299449
וואס רעגסטיך אזוי?? נאך אלע טענות קום מיר צו צים זעלבן נקודה, אז די אנגעלייגטע סיטי וואס שטינקט אגאנץ יאר פון מיסט, פיש, גארביטש טראקס, און סוער, שטינקט ערב פסח פון פייער, און ערב יו״כ פון כפרות, פאר ווער עס גלייכט אנגענעמע ריחות פון גראז און פעלדער, איז דא א ריזיגע אפסטעיט וכו׳
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:26 pm#301285
עבירה גוררת עבירה - פשוטו כמשמעו... ווידער אהער געשטעלט זייער טאלאנט לעיני הגוים.
ב"ה דער קלויזענבורגער מאכט שוין א חזקה מיט זייער חילול השם...
דערנאך וועט מען שרייען נאצי...