כ'פארשטיי נישט די פשט פין דעם צעטל,
טאמער איז עס געשריבען פאר סקווירא אנ"ש, דאן קעניך פארשטיין אז זיי ווילען אז זייער צעטל זאל זיי אפהאלטען פין קויפען דארט, אבער סתם עמך אידען פארוואס זאלען זיי נעמען צי ערענסט אזא צעטל, זיי האבען דאך נישט קיין שום ערענסטע סיבה ע"פ תורה, און נישט ע"פ דיניהם, צי קענען פארלאנגען אזא זאך,
למעשה אבער האבען זיי זעהט אויס פארזעהן די ריסק אז דאס צעטל קען גאר ברענגען אויפמערקזאמקייט אז מען קען קויפען דארט הייזער פאר ביליגער, און דאס צעטל קען גאר ברענגען פארקערטע רעזולטאטען,
נאכדעם פארשטיי איך נישט עפעס אנדרעש, טאמער דער מייסד השיכון האט נישט געוואלט בויען נענטער צים שטאט כדי צי זיין ווייטער פין אנדערע אידען, מיינט עס דאך אז לאמיר זאגען 10 15 מייל צים שטאט איז געווען צי נאנט, נו, 1 מייל איז זיכער צי נאנט, און טאמער זיי ווילען מקיים זיין באמת דעם רצון פינעם מייסד דאן זאלען זיי מוחל זיין זיך אויפהייבען אין מופען ערגעץ ווייט אוועק, זיי קענען פארקויפען די יעצטיגע שטעטל און קויפען ערגעץ אנדרעש און א וויסטעניש, אלא מאי, ס'איז זייער גרינג צי זאגען פאר יענעם "קויף נישט" ווייל מיין באבע האט ליב געהאט צי וואוינען עקסטער", עקסקיוז מי ! ווילסט וואוינען אליינס? גיי אין וואלד אריין !, וואס ווילסטע פין יענעם? ,
כ'מיין די בעסטע עצה פאר זיי איז, צי בויען אזא הויכע מויער ארום און ארום סקווער, און אויסלערנען די קינדער אין חדר אז ווען מען גייט ארויס פין די מויער פאלט מען אריין אין א הוילקייט, ווייל דארט ענדיגט זיך די וועלט, ס'זאל נאר זיין איין טויער ביים אריינגאנג צים שטעטל, און שבת און יו"ט זאל עס זיין הערמאטיש פארשלאסען, אזוי וועט קיינער נישט קענען ארויסגיין חלילה דאווענען מיט אנדערע מנינים,