Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל • וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

קאווע שטיבל • וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 244 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7316
זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:43 am#227420
וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
וואס איז דאס?
איז עס ניי?
א חידוש זיי געבן דאס אוועק בחינם.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:46 pm#227421
ווי קען מען עס באקומען ??
זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:53 pm#227425
טריביון זעט אויס אינטערסאנט.
נייגעריג אויפ'ן אינהאלט. ס'איז נאך אומזיסט אויך. די שאלה וואו וועלן זיי מאכן זייער געלט פון היימישע אנאנסן אין א מאגאזין נעמט אויף נאר א פראקציע פון איינקונפט, וצ"ע.
בכל אופן, פאר "מאמענט" איז עס געוויס איבריגע קאפוויי.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:57 pm#227427
כוכב, דא קענסטו ליינען דעם טריביון אנליין m http://issuu.com/ytribune/docs/mag890__1_ m
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:08 pm#227428
קען מען עס דאונלאודן?
ס'ליינט זיך עפעס נישט פראקטיש.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:33 pm#227436
"אידישער טריביון" קוקט מיר אויס ווי א געניאלער געדאנק. ווי עס שיינט ווערט דאס ארויסגעגעבן דורך מאנדל פון "דער בליץ", און אינעם טריביון, וואס ווערט דאך פארטיילט אומזיסט, וועט ער איבערדרוקן אלטע ארטיקלען וואס רוב לייענער האבן שוין פארגעסן.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:38 pm#227438
ראובן כ'האב אויך געהאט אזא קלער אז דאס מוז זיין יואלי מאנדל בן הגר"י ממאנרא.
אבער מיט וועלכן פרט איז עס געניאל?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:42 pm#227441
דער געדאנק צו קענען לעגיטים ארויסגעבן אן אויסגאבע וואס דאס שרייבן קאסט גארנישט איז שטארק.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:44 pm#227442
דיסטרוביוציע גייט אים שחט'ן. ער דארף אויסטיילן צענדליגער טויזנטער קאפיס אומזיסט.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:49 pm#227444
עס איז מעגליך. ימים ידברו.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:51 pm#227445
דיסטריבוציע האט נישט גע'הרג'ט דבר יום ביומו, וויקלי לינק, שאפערס רוט, קאמיוניטי קאננעקשאנס, א.א.וו., פארוואס זאל עס הרג'נען טריביון?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:00 pm#227449
וויקלי לינק איז גראדע א סטראגלינג ביזנעס.
אבער וואס פאר א פארגלייך, א מאגאזין דארף אלעמאל פייטן פאר אדווערטייזמענטס און דער עיקר איינקונפט איז געווענליך פון קאסטומער וואס צאלן פאר די לייען-מאטעריאל.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:05 pm#227454
מסתם פריטינג מעגזין קוואלטי איז היפש טייערער.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:03 pm#227475
די טריביון איז אראפ פון יענעם לינק, קען מען עס ערגעץ אנדערש ליינען?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 9:40 pm#227599
כ'הער אז איינער הערצקא גרינפעלד שטייט אונטער די טריביון. ער שרייבט יעדע וואך אין עלים לתרופה, און האט ארויסגעגעבן א פני יהושע מיט הגהות.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:00 pm#227601
ראשעקאל האט געשריבן:כ'הער אז איינער הערצקא גרינפעלד שטייט אונטער די טריביון. ער שרייבט יעדע וואך אין עלים לתרופה, און האט ארויסגעגעבן א פני יהושע מיט הגהות.

פון פני יהושע צו עלים לתרופה צו טריביון? וואט עי ראללער קאוסטער גאואינג דאון!
זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:14 pm#227603
בשבילי! האט געשריבן:ווי קען מען עס באקומען ??

היינט געווען ביי מיין גראסעריי
זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:29 pm#227605
סאשי פיש האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:ווי קען מען עס באקומען ??

היינט געווען ביי מיין גראסעריי

איפה זה?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:32 pm#227606
בין איך דער איינציגסטער וואס יעדען יו״ט מיט א פרישקייט קויף איך די ,עמי,משפחה,וכ״ו
און אינמיטען די ערשטע טעג ווער איך פשוט צוריקט פון דיע אלע לופט וואס איך האב צאמגעזעען,און איך כאפ אהן דעם גאנצען mess פון פאפירען און איך שליידער עס און מיסטקאסטען.
איך שרעק מיך נישט צוזיין די איינציגסטע,ווייל למעשה זעע איך נישט קיין משהו תוכן און דיע ארטיקלען,און אפילו ווען זיי רעדען פון א תוכן׳דיגע נושא,רירען זיי נישט צו די ריכטיגע נקודות פון די נושא,זיי געבן נאר א גאר אויבערפלעכליכע אנאליז.
ווען זיי פארציילען א מעשה וויקלען זיי ארום די מעשה און א סארט שיינע פארדמיונטע וועלט וואס עקזיסטירט נישט,וואס איז נאר מטשטש די גרונטליכקייט פון די מעשה,און נעמט אריין די ליינער און א וועלט פון פאנטאזיע.
דעיטס מיי פילינג מיט דיע מאגאזינען.
און יעצט גיי איך מיר מיט א פרישקייט צום סופערמארקעט,נאכאמאל ווערען aroused ביי די קעפלעך און דעקלעך און קויפען נאך א פעקל לופט.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:48 pm#227622
נישט ממש פלאגיאריזם, אבער עטליכע אויסדרוקן אין דעם 'טריביון', אהבה אטאקעס, רימלאזע גלעזער, וכו', זענען גענאשט פון איש עברי'ס ארטיקל אויף מהר'א מסטיטשין.
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:40 pm#227762
ווי קען מען עס באקומען איך בין געוועהן און אפאהר סטארס און בפ און גארנישט געטראפן
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:19 pm#227776
וואס שרייבט דער הערצקע אינעם עלים לתרופה?
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:23 pm#227777
איך וואוין בעצם אין אוריגוויי פערצופאל נעכטן געווען אין בארא פארק און געזען א באקס דערפון ביי סופער 13.
מסתמא נישטא קיין זכר מער, אין אייוועלט שרייבט איינער מקען עס קריגן קעגן איבער ביי סוב עקספרעס.
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:29 pm#227778
איך האב עס געטראפן ביי עווערגרין אין מאנסי
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:00 pm#227780
:
פרייטאג יוני 03, 2016 12:10 pm#336236
סעילס איז זיכער געפאלן זייט ער איז ארויף מיט די פרייז.
פרייטאג יוני 03, 2016 1:33 pm#336263
כ'קען נישט כאפן די ביזנעס סטראטעגיע ווען ער האט דריי עדס א וואך און צוויי פופציג דעקט קוים די הוצאות ווען די דיסטריויבטער און סטאר נעמען אויך א ביסן.
פרייטאג יוני 03, 2016 7:57 pm#336389
ראובן האט געשריבן:בעל מידות, כ'האב אויך אמאל געהאלטן פונקט ווי דיר, נאר כ'האב מיך געכאפט אז טריביון איז דא פאר ביזנעס - די משוגעים זענען די מעמבערס פון דעם עם חכם ונבון וואס צאלן דערפאר א רויטן צענט. יא, דאס איז דער מצב, און דער טריביון שטרייכט אונטער אין וואספארא אינטעליגענץ-חורבן מיר לעבן. אז מר. טריביון זעט אן אופן צו מאכן א פאר דאלאר דארף ער נישט מוותר זיין דערויף צוליב אן אידעאל צו האלטן ליטעראטור אויף א הויכן שטאפל.

נאר וואדען? דאס איז קלאר אז מיט זיין שפיל מיט די פרייזן מאכט ער חוזק פון די לייענער. זיין טענה איז "כ'בעט דיר נישט צו קויפן." אלזא, לאמיר ווייטער אראפרייסן די אויסגאבע, און מיר צווינגען אים נישט צו לייענען.


גוט געזאגט, ביסט גערעכט. עס טוט מיר בכלל וויי די גאנצע מארקעט, איך האב שוין אמאל געווייטאגט דא אויף ק"ש, וועגן די רבנים בילדער מאגאזינען, די מארקעט עפרישיעט נישט קיין רייכע חומר, איך טראכט פון עטליכע סארטן מענטשן, און זייערע גאנגען ביים שפענדן פאר ליין מאטריאל.

1) אדער איז עס בילדער. פוילע מענטשן וואס פארנעמען נישט צו ליינען און קלוגער ווערן, ווייז אים א בילד און דאס איז אים ווערד.
2) פאר מאנכע איז שוין יא אינטערסאנט "דער שטערן", און "דער שפאקטיוו", צוליב זייער דראמא, עס איז א פאקט אז ווען דער שטערן האט עפעס א דראמאטישע בילד אויפן דעקל, שטופט ער מער. די יוגנט ווערט פארלוירן צו זען ווילדע העדליינס פון בלוט, אקציעס, און די סארט זאכן.
3) דאן זענען פאראן די מענטשן וואס זענען קארג און זיי קויפן לויטן דאללער, וואס עס קאסט אים ווינציגער דאס נעמט ער.

איז דער טריביון הקדוש איז נישט קיין בילדער מאגאזין, שרייבט נישט גוט אדער דראמאטיש, האט נישט קיין ספעציעלע קוואליטעט, און מיט די פרייז האלט ער אויך אין איין אנטוישן זיינע ליינער.

קומט אויס אז ער האט נישט קיין סטראטעגיע, און ער קען נישט ווילד ווערן ווען עמיצער שרייבט קאנסטרוקטיווע קריטיק אויף זיין אויסגאבע, פרייהייט פון ווארט קען מען נישט אונטערברענגען.

איך קען נישט זען וויאזוי מען קען צאלן געלט פאר זיין דינע אויסגאבע, אנגעפולט מיט א דיקן פאפן-דעקל.
זונטאג יוני 05, 2016 12:42 pm#336540
בעל מדות האט געשריבן:2) פאר מאנכע איז שוין יא אינטערסאנט "דער שטערן", און "דער שפאקטיוו", צוליב זייער דראמא, עס איז א פאקט אז ווען דער שטערן האט עפעס א דראמאטישע בילד אויפן דעקל, שטופט ער מער. די יוגנט ווערט פארלוירן צו זען ווילדע העדליינס פון בלוט, אקציעס, און די סארט זאכן.


איינע די זאכן וואס ווייטאגן מיר אין דער שטערן, אז ער איז שוין יא א אינטרעסאנטע אויסגאבע וואס ערגנעצן ארטיקלען, האבן זיי עידע מאל לכה"פ איין דראמא ארטיקל מיט בלוט פארגיסונג אדער לכה"פ עפעס ווייאלענס, איך וואלט אסאך מער הנאה געהאט פון תוכן פולע רואיגע ארטיקלען.
זונטאג יוני 05, 2016 2:08 pm#336563
דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.

אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.
מיטוואך יוני 08, 2016 12:51 pm#337184
פארוואס איז דער שרייבער פון די מעין ארטיקל "הרב"?
מיטוואך יוני 08, 2016 10:43 pm#337318
דער טריביון לכבוד יום טוב, א צעקוועטשטער פראיעקט מיט א אולטרא-ראדיקאלע אויסוואל.

האלב פון די מענטשן האבן לעצטנס פיגורירט אויף די דעקלעך (אריינגערעכנט ר' יואל ראטה וועמען ער אליין האט געדעקט! זייענדיג אים מכתיר אלס א רעוועלוציאנער צו שטופן מער אויסגאבעס האבנדיג אזא ווילדע העדליין)

ניטאמאל אינטערוויוס זענען זיי, די ראשי ישיבות ליינען דאס אינאיינעם מיט די קאסטומער. ווי נאריש.

עניוועיס, כ'ציטער באלד וועט קומען נאך אן אטאקע...
מיטוואך יוני 08, 2016 10:49 pm#337319
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?
דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:38 pm#337520
דעת תורה האט געשריבן:וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?

וואס עס מיינט? וואס די גרויסע נפקה מינא. מיר זענען דא אינעם טריביון אשכול. זאכן דארפן נישט מאכן קיין סענס.
דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:50 pm#337526
בעל מדות האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?

וואס עס מיינט? וואס די גרויסע נפקה מינא. מיר זענען דא אינעם טריביון אשכול. זאכן דארפן נישט מאכן קיין סענס.



ATUB @בעל מדות ATUB טייערע, איך האב געטראכט אן אויבנאויף עצה. אפשר זאלט איר אנהייבן צו שרייבן פאר די טריביון און עס אויפארבעטן אביסל, גיס צו אביסל תוכן און מאך עס ליינבאר פאר די מענטשהייט.
פרייטאג יוני 10, 2016 12:02 am#337527
בעל מדות האט געשריבן:
דער טריביון לכבוד יום טוב, א צעקוועטשטער פראיעקט מיט א אולטרא-ראדיקאלע אויסוואל.

האלב פון די מענטשן האבן לעצטנס פיגורירט אויף די דעקלעך (אריינגערעכנט ר' יואל ראטה וועמען ער אליין האט געדעקט! זייענדיג אים מכתיר אלס א רעוועלוציאנער צו שטופן מער אויסגאבעס האבנדיג אזא ווילדע העדליין)

ניטאמאל אינטערוויוס זענען זיי, די ראשי ישיבות ליינען דאס אינאיינעם מיט די קאסטומער. ווי נאריש.

עניוועיס, כ'ציטער באלד וועט קומען נאך אן אטאקע...

וואס ברענט דיך אזוי? קוק עס נישט אן און גיי ווייטער
פרייטאג יוני 10, 2016 7:21 am#337546
לוצערנער ישיבה גייט נאך אן?
פרייטאג יוני 10, 2016 12:14 pm#337575
איך קען נישט כאפן וואס באדערט דיר אזוי שטארק די טריביון,
זאגסט דאך אליין אז ס'דא אנדערע אויסגאבעס צו קויפן קויף אנדערע,
און לאז דעם טריביון מאכן זיין פאר גראשן
פרייטאג יוני 10, 2016 12:36 pm#337576
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
שמעקעדיג האט געשריבן:דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.

אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.

איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער כ'פארשטיי נישט דעם גערעדאכטס, פארוואס זאל ער נישט מעגן ארויפגיין מיטן פרייז?
נאר ריעל עסטעיט אינוועסטער מעגן ארויפגיין?
ער דארף בלייבן צוואנציג יאר מיטן פינעף דאלער ווייל דיר קומט עס אויס בעסער?

מ'רעדט דא פון די געלונגענסטע שרייבער אינעם יאר-הונדערט, ארבעט שווער צו מאכן אפאר גראשן, (און האט זיך שוין אפגערעדט דערויף אינעם הייליגן מאמענט), ער האט זיך געשלאגן ווי א העלד מיט די סיקריקים פאר פינף יאר צוריק, און אויסגעפלאסטערט די וועג פאר אלע זיינע קאמפעטיטארס, ער דרוקט אויף הויכע קוואליטעט וואס קאסט אים טייערער צו דרוקן ווי מאמענט/טריביון וכו'.
ועל כולם ווער הייסט דיר קויפן?

אבער אים אראפרייסן אלס בלוט-פארגיסער איז בלוט-פארגיסונג אין מיינע אויגן.
פרייטאג יוני 10, 2016 12:39 pm#337577
כמדומה גייט דאס בלוט פארגיסונג אויף ארויף נישט אויף אראפ. שמעקעדיג שרייבט אז ער גלייכט דראמא אבער נישט בלוטיגע דראמא.
פרייטאג יוני 10, 2016 12:49 pm#337579
פון עפעס א קל איז געווארן א חומר...
הרב קל וחומר שליט"א, עס טוט מיר לייד אז איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען. איך האב איימיצן אנגערופן בלוט פארגיסער? חלילה! און אודאי נישט ר' שמעון, א יונגערמאן א צדיק א לב טוב, וועמען איך קען פון דער נאנט!

די בלוט פארגיסן באציהט זיך אויף די ווערטער פון @געוואלדיג - די תגובה בעפאר מיינס, אז ער האט נישט ליב ווען מען באשרייבט ארטיקלען פון בלוט פארגיסונגען, און איך האב מסכים געווען צו זיינע ווערטער.
און איך האב קיינמאל נישט געזאגט ער טאר נישט ארויפגיין מיטן פרייז! אבער איך טאר עפעס נישט הנאה האבן אז ער זאל בלייבן ביליגער? ער מעג הנאה האבן ארויפצוגיין און איך מעג הנאה האבן אויב בלייבט ער ביליגער... הא לן והא להו פלעגט דערעבע זאגן.

ביטע לאזט מיר וויסן על מה יצא הקצף.


====

קלונימוס האקט. ייש"כ.
פרייטאג יוני 10, 2016 1:08 pm#337583
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
אוי ואבוי.
איך בעט דיר איבער בכל לשון של סליחה, תחינה, פיוס, וריצוי וכו'.

כ'נעם זיך אונטער בל"נ צו ליינען תגובות מער פארזיכטיג.

_____

זאל איך פארמעקן מיין שטינק, אדער זאל יעדער זעהן בתקלתי לכפרת עונותיי?
פרייטאג יוני 10, 2016 1:20 pm#337587
סלחתי כדברך! :לייק
מיטוואך יוני 15, 2016 8:46 am#337788
איינער האט די שבועות אויסגאבע?
דינסטאג יוני 21, 2016 6:56 am#338499
וואס איז פשט אז אפילו די אייוועלטניקעס האבן נאכנישט די שבועות אויסגאבע, ווייסט איינער ווי מקען עס יא זעהן אנליין?
פרייטאג יוני 24, 2016 2:47 pm#338988
behaloischu
דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:18 pm#339682
פרשת שלח
דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:28 pm#339687
37.JPG
37.JPG (10.52 KiB) געזען געווארן 1210 מאל
איך האלט אז דאס ברעגט ארויס דאס פונקט פארקערטע, ''וויילל'' ער האט זיך אויסגעקליבען -היא נותנת אז- ער גלייכט עס אפילו סאיז שווער,
גענוג מענטשען צורייסען זיך מיט ארבעט און סאיז נישט דא וואס ארויפצוקוקען אויף דעם נאך אלעם איז עס זייער דיסיזשאן\בחירה

(כרעד די חלק אים מחשיב זיין, אז ער האט זיך אויסגעקליבען יידישקייט)
דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:28 pm#339726
שמעקעדיג האט געשריבן:דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.

אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.

און רייזמאנ'ס קעיקס מעג יא ארויפגיין אין פרייז, שטענדיג...אלעס ווענדט זיך ווילאנג דער עולם לאזט זיך. און וויפיהל מ'איז גרייט צו צאללן פאר שוואכע קוואליטעט...!
מיטוואך יולי 06, 2016 3:24 pm#340618
פרשת קרח