Under maintenance
הויפט זייט » סוכות אראומע בלעטער, דאונלאוד לינק צוגעלייגט. (+חלק ב')

סוכות אראומע בלעטער, דאונלאוד לינק צוגעלייגט. (+חלק ב')

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7340
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:59 pm#228039
סוכות אראומע בלעטער, דאונלאוד לינק צוגעלייגט. (+חלק ב')
ס'הייסט אז די אראומע מאגאזין (אדער PDF ווי טייל רופן עס) וועט ערשיינען בקרוב. די ארויסגעבער האלטן אויף א פילע שטאב פון 10 פינגערס אז ס'זאל נאך קענען ארויסקומען צווישן היינט און מארגן.

לויט ווי אינסיידערס געבן איבער איז די דעקל שוין געווארן געליקט אויפן ברייטן געוועב, אפשר קען עס איינער ארויפלייגן.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:00 pm#228040
מאנכע זאגן אז נאר די ערשטע ערשיינונג וועט זיין בחינם. דערנאך וועט שוין קאסטען געלט, א קלאפ פאר די נייע טריביון
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:10 pm#228046
יעצט באקומען אויף בליץ פאסט...
אויף טוויטער שמועסט מען אז די דעקל איז טאקע נישט קאנטערווירשעל, אבער אינעווייניג יא.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:13 pm#228047
איך לויף שוין ארויס קויפן א קאלער"ד פרינטע"ר
איך זעה שוין אז עס וועט זיין אינו דומה ווי מיין שווארץ אין ווייס פרינטע"ר
ווער פארקויפט פאר ביליג? דודי"ס האט א ויהי בחצי הלילה סעי"ל לכבוד די בלעטער?
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:12 pm#228072
א ספעציעלע ביילאגע איבער די גרעיט דיפרעשאן וועט זיין מיט'ן מאגאזין. אלעס פאר די זעלבע ביליגע פרייז.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 5:04 pm#228087
פארוואס אן ענגלישער נאמען פאר א אידישן מאגאזין? די ואו אין אראומע קומט זיכער נישט אין אידיש, אפי' אויב מען וויל אידישיזירן דעם ווארט.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:56 pm#228109
די PDF איז גרייט, איך ווארט אין טשעט פאר אונזער מייסטער עדיטער פישעלע, זאל מיר זאגן ווי אזוי מען share'ט עס מיט'ן עולם.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 7:33 pm#228115
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די PDF איז גרייט, איך ווארט אין טשעט פאר אונזער מייסטער עדיטער פישעלע, זאל מיר זאגן ווי אזוי מען share'ט עס מיט'ן עולם.


ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
ניץ copy.com מ'ברויך נישט אריינסיינען, זייער גרינג צו ניצען
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 7:38 pm#228117
לית דין בר נש האט געשריבן:איך לויף שוין ארויס קויפן א קאלער"ד פרינטע"ר
איך זעה שוין אז עס וועט זיין אינו דומה ווי מיין שווארץ אין ווייס פרינטע"ר
ווער פארקויפט פאר ביליג? דודי"ס האט א ויהי בחצי הלילה סעי"ל לכבוד די בלעטער?

נאדער....
@DansDeals: Canon S110, Canon PRO-100 Printer, Photo Paper, And 16GB SD Card For $185 Shipped After $350 Rebate From Ritz Camera http://t.co/FLiXFYBi9d/s/F6wK
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:06 pm#228163
איך האב אביסל שוועריקייטן מיט copy.

דא איז א לינק, מ'קען עס זעהן?

m https://www.copy.com/browse/a:aab4cea;z ... %D7%A8.pdf m
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:08 pm#228164
נישט אויף מיין פאון
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:12 pm#228166
ראשעקאל האט געשריבן:נישט אויף מיין פאון


דאס ארבייט יא?
m https://copy.com/O27CsroVbM3uXlz9 m
ATUB @ראשעקאל ATUB
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:18 pm#228168
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:נישט אויף מיין פאון


דאס ארבייט יא?
https://copy.com/O27CsroVbM3uXlz9
@ראשעקאל

דא איז נאר דא די ביילאגע פון ארכיוויסט.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:19 pm#228169
הייסט דו קענסט עס זעהן? גוט. איך לייג אלעס ארויף.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:26 pm#228172
סוכות אראומע בלעטער PDF לינקס!

ברוב שבח והודאה לה' און צו חברים יקרים, לייג איך ארויף די לינק צו די PDF'ס. ס'איז געווען א אומגלויבליכע צוויי טעג זינט כוכב האט פראקלעמירט די געוואלדיגע סוקסעספול "אראומע שרייב קאמפיין". א ספעציעלן יישר כח פאר כוכב, און פאר די גאון עדיטאר, פישל'ע העררינג פאר זייער איבערגעגעבענע הילף.

א פרייליכען יום טוב.

סוכות אראומע בלעטער

סוכות אראומע בלעטער סופלעמענט

אפאר ארטיקלען זענען ממש יעצט אריינגעקומען, איך האף עס צוצולייגן ווען איך האב אפאר מינוט.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:48 pm#228175
א מייסטערווערק, וואנצעס!

יעצט פארשטיי איך שוין וואס פישעלע האט געמיינט ווען ער האט געזאגט אז ער האט אויפגענומען אן ארבעטער!
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:48 pm#228176
הערליכע ארבעט, וואנצעס! אין איין טאג נאכדערצו. עמעיזינג איז נישט די ווארט!
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:57 pm#228179
נאך נישט אנגעיאגט כמעט צו ליינען קיין איינע. צווישן די געלויפערייען פונעם ערב יוט גערויש און דאס נאכזוכן בערל'ס מעשהל'ך, איז נישט אויסגעקומען. מ'וועט אלעס ליינען און יעדן אפגעבן כבוד הראוי
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:24 pm#228185
בקשה צו גבאים החודשיים: ביטע פין ארויף דעם אשכול כדי עס זאל נישט פארווארפן ווערן לשאול תחתיה ביז נאך יום טוב. יישר!
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:31 pm#228190
גבאים קענען נישט פינען. רעד צו די מנהלים.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:34 pm#228191
וועלכע ארומע נוממער איז נעקסט? ווי האלט עס ?
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:44 pm#228194
יישר כח פאר ATUB @קעלנער ATUB פארן פינען די אשכול.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:49 pm#228195
thank you kochav
thank you rota vonzas
thank you fishele
and to all the amazing writers
you all enhanced my simches yom tov
i'm thinking about bringing it along in shull to keep me company when the chasan is shlepping the halel and the olam is klaping all the bad winds with there stretched out nanuim
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:37 am#228259
אי"ה ביי זונטאג חול המועד, וועלן די נייע ארטיקלען ווערן צוגעלייגט.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:41 am#228260
כארומא חמה על נפש עייפה איז מיר געקומען דער ווארימע ארומע בלעטער,
א געוואלדיגע ארבעט נאכדערצו און איין טאג, דאס איז ממש דו כוונה פון בר בי רב דחד יומא, הגהות דחד יומא,
קאווע ה' יחליף כח, זאל געבן פאר דו מנהלים גבאים ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך אסאך כח און געזונט ווייטער אנצוגיין מיט דו עבודת הקודש.

גרויסע שכויח כוכב העולה ומזהיר בשמי רקיע פארן לייגען דרוק און פרעשור. און עס מאכען צו שטאנד קומען
אה, הייסט פרעשור איז יא א גוטע זאך? דעמאלטס וואס האקסטו אויפ'ן סיסטעם?

א פרייליכען יו"ט ווינטשט סאו וואט
so what?