פארומס › ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7416
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 22, 2015 8:10 am#290893
ער מיינט אוודאי נעמען געלט וואס מ'האט פארדינט דורכ'ן ניצען דער אינטערנעט, וואס כידוע זענען אלע ראשי המערכה קעגען אינטערנעט שטארק נזהר דערין.
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:30 pm#298003
נאר קוקענדיג אויפן דעקל זעענדיג זיין כיטרע שמייכל קומט מיר צו לאכן....
דער מאמענט קויפט זיך לעצטנס איין מפטיר יונה...
#ווילאנג עס איז דא וואס צו ליינען
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 2:57 pm#298149
כ'האב אדורכגעלייענט דעם ארטיקל, כ'האב מיך היבש געראולט פאר געלעכטער. דער איז זיס ווי האניג. (אבל לא מדובשך וכו')
דאס איז אמאל זיכער אז כ'האב אים ארויסבאקומען מער ווי בעפאר, מען קען אים נישט אוועקמאכן.
בעיקר האט מיר געכאפט 2 זאכן, זיין סארקאזם און צינישע ווערטלעך, און צווייטנס אז ער וועט קיינמאל נישט קאנפראנטן א מענטש דירעקט איבער זיין טעלעפאן, ער שלאגט זיך מיט ציין און נעגל נאר אקעגן די עצם פראבלעם, אבער קיינמאל אקעגן א יחיד.
מען דארף זעהן ער זאל עפענען א ניק דא אין שטיבל, ס'וועט זיין פיינע נייעס......
פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 12:49 am#299476
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
📎 ImageUploadedByTapatalk1441342193.451091.jpg
דינסטאג אקטאבער 6, 2015 11:38 pm#303337
זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל




אין גבול לחוצפה: אברך זרק סמארטפון כשר למים
איש עסקים במודיעין עילית הניח את הסמארטפון הכשר שלו בבית מדרש להטענה מצא אותו מונח בספל מים: "נזק של אלפי שקלים"
משה ויסברג יום רביעי כ"ד תשרי תשע"ו 01:16 07/10/2015




מקרה מקומם במודיעין עילית: אברך הטביל מכשיר כשר של איש עסקים בתוך ספל מים.

מודעה שפורסמה בבית הכנסת חניכי הישיבות רשב"י במודיעין עילית, בישרה לציבור כי יש מישהו שנלחם במכשירי סמאטרפון גם כשרים.

במודעה ‏אותה תלה איש עסקים מוכר בעיר סיפר האיש: "אודות המקרה שאירע בבית הכנסת ביום שישי חול המועד שהונח מכשיר סמאטרפון כשר בספל מים. הנני להבהיר כי מדובר במכשיר מוגן ומאושר על ידי גדולי ישראל והנזק הוא באלפי שקלים (עלות 3000 שקל למכשיר) מלבד הנזק של מחיקת החומר".

ל'בחדרי חרדים' נודע כי אותו איש עסקים המתגורר בסמוך, הגיע להתפלל כהרגלו בחול המועד בבית הכנסת חניכי הישיבות רשב"י באחוזת ברכפלד. לפני התפילה הניח את מכשיר הטלפון שלו להטענה. בסיום התפילה עאשר חיפש את המכשירהוא מצא אותו בספל מים סמוך.

על פי העדויות אחד האברכים ברוב צדקותו החליט ללמד את איש העסקים פרק במכשירי סמארטפון, למרות שמדובר במכשיר מוגן עם מספר כשר.





<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=90402&cat=6&scat=45">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=9 ... =6&scat=45</a>
דינסטאג אקטאבער 6, 2015 11:54 pm#303338
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
ער האט פארגעסן אוודאי וואס די ראשי תיבות פון 'פרום' פלעיגט אמאל זיין, ער העינגט נעבעך א צעטל איבער זיין שאדן, איינער זאל ענדערש נעמען די צעטל און לייגן ביי ר' שמעון'ן אין מירן, אגב בעקאפ איז א וויכטיגע לעקציע וואס ברויך געלערנט ווערן, ובפרט וואס די עובדא גייט זיך זיכער איבערשפילן תוך רשעי עמך ישראל,
ער פארענטפערט זיך אז עס איז א כשרע כלי, איך וויל פארשטיין ווי אזוי מיר נאבן זיך דערקייקלט אז יעדער איינער וואס האט א סמארט פאון ברויך זיך אנקליידן מיט א גרויסע סיין וואס פארענטפערט יעדען ראצער זאל אים נישט ארויס פירן פין שיל ביים קאריק מחמת ספק ספיקה אז זיין סעל פאון האט א שאלה, שוין צייט צי עפענען א סייט jewsagainstterror.org
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:05 am#303341
מור וקציעה
זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל

עס איז אבסורד און א גרויסע אומרעכט צו נעמען א מעשה עוולה וואס איינער האט געטון און עס ארויפלייגן אויף איינעם וואס האט נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס [אדער אויף זיין פאמיליע] בלויז ווייל ער האלט דרשות איבער דעם נושא.
ראבינאוויטש רעדט צו עקסטרעם? קען זיין.
זענען זיינע שאצונגען גערעכט? ניין.
האט ער בכלל געשאצט עפעס פאר ער האט געשאסן זיינע נאמבערס? 99% זיכער אז נישט (אוי, איך זע שוין באלד אויס ווי אים...)

אבער:
האט ער דען אפילו איינמאל אוועק גענומען איינעם'ס סמארט פאון? ניין.
האט ער דען אפילו געהייסן אין זיינע דרשות אז מען זאל טון אזאנס?
האט ער דען אזוי געשריבן אין זיינע קונטרסים?

און אפילו אויב ער וואלט יא געווען א ווילדע חיה, גנב....
וואס זענען זיינע ברידער'ס שולדיג?
וואס זענען זיינע זון שולדיג?
פארוואס ארויפלייגן א נאסע שמאטע אויף א אומשולדיגע משפחה פארן בלויזן 'חטא' אז זיי האבן א קרוב וואס זאגט ברבים וואס ער האלט?
האבן זיי דיר עפעס שלעכטס געטון?
וואלסטו דען באשולדיגט גאנץ משפחת ראזענבערג אלס מנובלים פארן בלויזן חטא אז נחום איז זייער קרוב?
עס איז ממש אבסורד!

מיינע ווערטער זענען נישט אקעגן דיר פערזענליך, עס איז געווענדעט קעגן די ווערטער וואס איך האב געקוואט.
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:18 am#303342
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
טעיק איט איזי ער האט נישט ארויסגעלאזט קיין שמועות וכדו׳ עפעס וואס האט א ממשות ער האט געמאכט א וויץ און יעדער פארשטייט דאס און כבין זיכער ראבינאוויטשעס זון הערט עס יעדען טאג , און סמיינט גארנישט מיט נישט , פטפוטי דברים בעלמא.
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:26 am#303344
ירא שמים
טעיק איט איזי ער האט נישט ארויסגעלאזט קיין שמועות וכדו׳ עפעס וואס האט א ממשות ער האט געמאכט א וויץ און יעדער פארשטייט דאס און כבין זיכער ראבינאוויטשעס זון הערט עס יעדען טאג , און סמיינט גארנישט מיט נישט , פטפוטי דברים בעלמא.

איך האב אויך פארשטאנען אז עס איז נאר א וויץ, אבער איך האלט נאכאלץ אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אזוי צו שרייבן.
בכל אופן וועלקאם איך דיין מיינונג, דאס איז טאקע די געדאנק פון קאווע שטיבל, נישט צו בלייבן פארמאכט אין די אייגענע באקס, נאר צו הערן וויאזוי אנדערע מענטשן קוקן אן א זאך, און פראבירן צו זעען מיט א אמת'ע בליק צו זיי זענען גערעכט אדער נישט.
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:07 am#303347
יודישע שרייבער
מור וקציעה
זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל

עס איז אבסורד און א גרויסע אומרעכט צו נעמען א מעשה עוולה וואס איינער האט געטון און עס ארויפלייגן אויף איינעם וואס האט נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס [אדער אויף זיין פאמיליע] בלויז ווייל ער האלט דרשות איבער דעם נושא.
ראבינאוויטש רעדט צו עקסטרעם? קען זיין.
זענען זיינע שאצונגען גערעכט? ניין.
האט ער בכלל געשאצט עפעס פאר ער האט געשאסן זיינע נאמבערס? 99% זיכער אז נישט (אוי, איך זע שוין באלד אויס ווי אים...)

אבער:
האט ער דען אפילו איינמאל אוועק גענומען איינעם'ס סמארט פאון? ניין.
האט ער דען אפילו געהייסן אין זיינע דרשות אז מען זאל טון אזאנס?
האט ער דען אזוי געשריבן אין זיינע קונטרסים?


דרך אגב
בעיני ראיתי וויאזוי הרב ראבינאוויטש איז אריינגעקומען אין גרויסן וויזניצער שול אין קייאמישא/גיבערס ווי א תמימות'דיגער איד'ל וואס האט געדאווענט ותיקין האט געהאט אנגעשטעלט זיין סמארטפאון צי ווייזן די פונקטליכע סעקונדע פונם נץ [כנהוג אצל הרבה, אולי משום ocd]

נו נו נאר דאס האט אים אויסגעפעלט,
ראבינאוויטש גייט צו צי דעם איד און זאגט אים הויך בקול גדול אז וויזניצער רבי האט גאסרט אריינציקומען מיט א סמארטפאון און זיין שול , דער איד וואס איז שטארק נתבייש געווארען האט זיך פארענפערט אז דאס פאון האט נישטאמאל קיין סערוויס ער ניצט עס נאר פאר א ותיקין זייגער, ראבינאוויטש האט זיך נישט געפוילט און תיכף גענומען די פאון אין די האנט אריין [כמובן שלא ברשות] און בודק געווען פאר אפאר לאנגע מינוט צו עס האט סערוויס, דערנאך זאגט ער פאר דעם איד מיט א שטייפער טאן: איך ווייס נישט צו עס האט סערוויס צו נישט אבער א חילול השם איז עס זיכער משום מראית עין
זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:33 pm#307249
קרעדיט: קול ראבינאוויטש
📎 20151101_205123_HDR~2.jpg
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:46 am#312220
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
ראבינאוויטש איז געווען פאריגע וואך אין קווינס ישיבה אין מען האט אים ארויסגעשאסן פון דארט מן הסתם וועגן די סטעף האט אינטערנעט
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:28 am#312236
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
מיין אינערליכע אינפאאמאציע איז אז מען האט אים פשוט ארויסגעטראסקעט ווייל ער מאכט חוזק פונעם רבין, גריידע מאכט ער חוזק ביידע רביס אייניג,
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:54 am#312237
דאס עצם ארומפארן אין ישיבות, רעדן צו בחורים אקעגן זייערע עלטערן וואס פארמאגן סמארטפאונס איז לדעתי זייער נישט גערעכט. אבער ראבינאוויטש טוט דאס כסדר. ער גייט פון ישיבה צו ישיבה. אנשטאט סתם מעורר זיין די בחורים דערוועגן, איז ער ביזי צו זאגן זיין דזשאוק "אז דער טאטע איז א סמארטפאון און די מאמע איז סמארטפאון דאן בלייבט דער קינד איין שטיק סמארטפאון"... חחח... סארי אבער ס'איז זייער ראנג אין מיינע אויגן.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:06 am#312245
ס'איז פיל מער ווואו ראנג
ס'שאט פיל מער, און אידישקייט, וואו די טאטעס סמארטפאן

זאגן פאר א 14 יעריגע בחורל אז א יעדער וואס האט א סמארטפאן טוט דערמיט אפ דאס ערגסטע און באד זיך אין שמיץ קילט אפ אזא בחור פיל מער.
דער גאנצער מהלך פין "אין בית שאין בו מת" איז א חרבן.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:11 pm#312267
איך מיין אז מיר זאלן אויך סיינען א פעטיציע צו נאסא ארויפצושוקען ראבינאוויטש צו די ספעיס און אים דארט לאזן.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:25 pm#312270
א גיטע עצה וויאזוי מאכט מען עס
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:08 pm#312279
פרייוויליג האט געשריבן:איך מיין אז מיר זאל אויך סיינען א פעטיציע צו נאסא ארויפצושוקען ראבינאוויטש צו די ספעיס און אים דארט לאזן.

בשו״א, וואס פארגינסטו נישט אידן צו שמייכלען אינדערפרי פאר א שווערע טאג ארבייט
טאמער ווערט ער נעלם וויל איך א צווייטע קאמעדיען זאל געבן א דרשה יעדער טאג ביי אשרי ובא לציון
פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:45 pm#320371
דאס האט מיר איינער (הרוצה בעילום שמו) אריינגעשיקט,
איך האב נישט מברר געווען צי דאס איז א ריכטיגער פאשקעוויל אדער סתם א ביטערער וויץ.

.
פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:48 pm#320373
געזעהן צוויי טעג צוריק אויף די גאסן

#טויטמעשיגע
פרייטאג פעברואר 05, 2016 3:11 pm#320375
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס האט מיר איינער (הרוצה בעילום שמו) אריינגעשיקט,
איך האב נישט מברר געווען צי דאס איז א ריכטיגער פאשקעוויל אדער סתם א ביטערער וויץ.
.

ליין דאס דארך (זעה דער לעצטער פארעגראף) און זאג מיר אויב דו ווייסט נישט זיכער ווער האט דאס געשריבן.


דאס איז פין אן אנדערע אשכול
אפשר האט געשריבן:היינט האב איך געהערט פון ראבינאוויטש אזא גוט ווארט, איך מיין אז אפילו ער אליין האט נישט משיג געווען וואס פאר א גוט ווארט דאס איז.
ער האט געזאגט אז "סמארט פאונס איז אזא שרעקליכע זאך, אזש עס האט אנגעברענגט דעם ראבינאוויטש"



איב האב דאס געזען א וואך ציריק אין בהמ"ד טוילעט, דארט וואו איך טרעף די קארטלעך פין דו קאץ מיט די קעצעלע
פרייטאג פעברואר 05, 2016 3:36 pm#320379
לכאורה האט דאס ראבינאוויטש אליין געשריבן.
פרייטאג פעברואר 05, 2016 3:52 pm#320380
קלאר אזוי.
מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:17 pm#320400
דאס איז לשונות וואס ער וויל מען זאל ניצן אויף עהם
נו אז קיינער שרייבט נישט דארף ער עס אליין טוהן
זונטאג פעברואר 07, 2016 11:15 am#320472
און איך ווי א נער ליין די ערשטע צוויי פארפגראפן און פארשטיי אז מען רעדט פון שלמה יודא רעכניץ וואס האט די זעלבע ראשי תיבות און די לשונות האבן גוט געשטימט ביז די דריטע פאראגראף.
זונטאג פעברואר 07, 2016 2:07 pm#320505
איז דא איינער וואס קען אים טרעפן א גוטן דזשאב? למצוה גדולה יחשב. ס'קוקט אויס ווי ס'הייבט אן אריינגיין אין תחום פון שגעון.
מיטוואך מערץ 23, 2016 4:42 pm#326262
.
דאנערשטאג מערץ 24, 2016 1:32 am#326279
דריידל האט געשריבן:.

נאך א מזל דאס קעפל איז געפינטלט. שוין, האמער נאך א סינאנים צו היטלער'ן.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:54 am#329144
באקאנט אייך מיט קובי לוי, די ישראלישע גירסא פאר ראבינאוויטש, און זיין עקסטרעמיסטישע ביכל ״דג חי״.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 7:25 pm#347846
.
זונטאג אקטאבער 02, 2016 2:08 pm#351657
א ראבינאוויטש חסיד צושמעטערט אייפאונס אין פראנקרייך

מיטוואך אקטאבער 05, 2016 8:54 am#351699
איין מינוט די פראבלעם איז אז אין מקווה שמועסט מען פון ראבץעינאוואטש

Sent from my C6743 using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:47 am#355097
דער רבי נעתר לבקשתינו און ער פארט קיין לאנדאן
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:41 am#355098
איך וואלט געוואלט ליינען די אויבערשטע חלק, האסט נישט א קלארערע בילד דערפון?
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 1:29 pm#355105
ס'איז גאר וויכטיגע רייד וועגען סמארטפאונס און שומרים קארטלעך.

א. פוסטע לאזונגען פון איכא דרכא אחרינא.

ב. אז דריי נעמלאזע רבנים פון דער ווייטער אמעריקא קוקען און זענען מסכים צו יעדער קארטעל.

ג. אן אנערקענטע מורה הוראה אין לאנדאן האט אויך מסכים געווען
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:00 pm#355129
א חבר מיינער זאגט מיר היינט אז נאכן זעהן דעם דעם רע-בינאוויטש מיט זיין מערכה הייבט ער אהן צו פארשטיין פארוואס היטלער האט אזוי פיינט געהאט דעם איד.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 8:19 pm#355133
אין היטלער'ס צייטן איז נאכנישט געווען קיין סמארטפאונ'ס
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 8:24 pm#355134
בן אדם האט געשריבן:אין היטלער'ס צייטן איז נאכנישט געווען קיין סמארטפאונ'ס

איך גלייב באמונה שלימה אז ראבינאוויטש איז געווען צורידערט פאר די סמארטפאון איז געבוירן געווארן.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm#355198
ווער איז לטהרינו לאנדאן?
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 1:02 pm#355397
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 1:41 pm#355400
דם ישראל הנשפך
אקעי די אייפאון האלטער זענען מאסן מערדער, אקעי קען זיין
אבער די קללה פון נקום נקמת דם עבדיך השפוך דאס איז שוין אינטערן פאסיק
נאך איין מזל איך האב א אנדרויד
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 2:15 pm#355406
איך געדענק טאקע אז בעפאר די אייפון עפאכע זענען קיינמאל נישט געשען קיין טראגעדיעס. "אלמנות און יתומים" איז א ניי אויסגעטראפענע, היינטיגע טערמין.
מיטוואך מערץ 08, 2017 8:02 pm#364967
בילד
מיטוואך מערץ 08, 2017 8:39 pm#364969
זעה מיר שוין ווי די סמארטפאון פירט...
ארויס ווארפן א איד פון הויז איז טאקע אווי יענע שחורים וואס פארשטעלן זיך ווי השומרים קאסטיום.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:29 pm#416939
בד''ה
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:54 pm#417304
איך אויך
עס דרייט זיך א קליפ ווי דער זיסער בערקאוויטש מבודאפעסט שטייט מיטן קוטשמע און פארט גוט אריין פאר דעם ראבינאוויטש. אפשר קען עס איינער אהערברענגן.

גנדי
דא א בילד

למעשה איז ר' שלמה בערקאוויטש ע''ה נעכטן נפטר געווארן און ראבינאוויטש לעבט נאך.