רבי אבנר איז א אפשטאמיגער פון די עולי תימן, וואס די מדינה האט ארויפגעברענגט פון תימן קיין ארץ ישראל צו באזעצן דאס א''ג אידיש לאנד.
אזוי ווי עס איז ברייט באוויסט האט די מדינה זיך אויפגעפירט זייער רשעותדיג צו ערליכע תימענע אידן, מען האט זיי באזעצט אין די ערגסטע געגענטער אין ארץ ישראל, אז זיי זאלן זיין וואס ווייטער אוועק פון די ערליכע אידן, אזוי ארום זאל מען זיי קענן גרינגער אויסשמד'ען, און עס האט זיי ליידער געראטן, די ציונים האבן אויסגעשמד רוב רבו פון דעם גאלרייכער שבט מישראל, וואס האט זיך געפירט מיט זייער הייליגע מסורה נאך פון זמן בית ראשון.
אזוי אויך בגשמיות האט מען זיי ליידער אוועק גענומען די קינדער, און זיי פארקויפט פאר רייכע קינדערלאזע גויאישע פאר-פעלקער, און געמאכט מיט די געגאנב'טע קינדער גרויסע געשעפטן, און פאר די עלטערן פון די קינדער האט מען איינגערעדט אז זייער קינד איז געשטארבן.
און א חלק האט מען אריין געשטעלט אין דעם ציוניסטישען מיליטער ווי זיי האבן געדינט אין די ספעציעלע קרעפטן, וואס דארפן טיילמאל גיין אויף ריזיקאלישע מיסיעס פון וואס מען קומט ליידער נישט אהיים, און אזוי ווי די עלטערן האבן נישט געווויסט אז זייער קינד לעבט בכלל, און די קינדער האבן נישט געוויסט אז זיי האבן עלטערן, האט דאס פארשפארט א סאך קאפווייטאג פארן ציוניסטישען מיליטער, ווען די סאלדאטען האבן נעבאך אויסגעבלוטיגט צום טויט אין עפעס א פאריקטן אראבישען דארף ערגעץ אין דרום צו ווי...
פאר א פאר יאר ציריק האט דער תימנער אקטעוויסט עיזי משולם אנגעהויבן טימלען קעגען די רשעות וואס די מדינה איז באגאנגען קעגן די תימענע עולים, און ווען די ציוניסטישע פירער פינעם אזוי געריפענעם דעמעקראטישער מדינת ישראל האט געזעהן, אז טימול ווערט שטערקער און שטערקער, האט זיי אים אריין געשליידערט אין טירמע ביז צו זיין לעצטן טאג.
די עלטערן פון ר' אבנר זענען פלאצירט געווארן אינעם מחנה עולים ראש עין, און ר' אבנר האט זיך טראץ די אלע נסיונת געהאלטן פעסט ביי אידישקייט, און געראטעוועט וויפיל פון די אינגווארג וואס איז נאר שייך געווען צו ראטעווען, אז זיי זאלן נישט אויסגעשמד ווערן פון די פארשאלטע רשעי עמינו.
ר' אבנר גייט אין די וועגן פינעם גרויסען הייליגן מקובל וואס האט געשטאמט פון תימן, רבינו הקדוש רבי שלום שארעבי זי''ע וואס איז באוויסט אלס דער רש''ש.
און באניצט זיך מיט תקינים און קבלה מעשיות, ארויסצוהעלפן אידן בעת צער להם, אזוי ארום האט זיך ערווארבן א סאך מעריצים פון די חסידישע געמיינדע, וואס האבן אים אנגעהויבן מאכן פון א תימענער חכם, צו א חסידישער רבי, עס שלאגט טאקע נישט גוט אויס, אבער מען האלט נאך אינדערמיט, אפשר וועט זיך עס נאך אויסארבייטן.
און אלס איינער וואס האט צוגעזעהן מיט די אייגענע אוגן די שוידערליכע מעשי רציחה ושמד פון בן גריון'ס חסידים, האט ער א געוואלדיגע שנאה קעגן די ציונים מיט זייערע נאכשלעפער, דאס מאכט פאר די סאטמארע חסידים באקוועם זיך צו געפינן אין זיין געזעלפשאפט.