פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:27 pm#233514
צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל
בארא פארק- ברוקלין אצינד קומט די גאר פרייליכע בשורה, אז כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א האט עדליך באוויליגט אפצושטאטען א באזוך, אין דעם עיר ואם בישראל בארא פארק יצ''ו.
א וועד איז פארמירט געווארן אין די איילעניש זיך אפצוגעבן מיטן מלכות'דיגען באזוך, און אין דער סאמער שפיטץ פינעם וועד איז געשטעלט געווארן דער לוחם מלחמות ה' במס''נ הרב יצחק שטערן שליט''א פון ווליאמסבורג, וואס שטייט שוין לאנגע יארן אין שפיטץ פון די פולע מערכת ישראל אין דער הייליגער שטאט וויליאמסבורג, ספעציעל איז ער געווען גאר אינטסטראמענטל אויסצורייסן דעם פוי פעך טמא'נעם פרעס-טראק פון וויליאמסבורג, אזוי אויך דעם טמאנעם גל-פז געשעפט פון די הייליגע לי עוועניו.
דער באזוך פארשפרעכט צו זיין א ששטארקע סוקסעס, און דער באזוך עס וועט ווארשיינליך איבערלאזען פולע באגאדזשען פון חיזוק און השפעות טובות, און אויך דירות פאר די תושבי בארא פארק יצ''ו.
די בארא פארק איינוואוינער שטייען און ווארטען מיט שפאנונג אויף דעם געהויבענעם באזוך, און קוקן שוין ארויס אויפן טאג ווי עס וועט מקיים ווערן דעם מלך ביפיו תחזנה ענינו.....
גלייכצייטיג וועלן פארקומען גאר שטרומישע דעמעסטראציעס דירך שלומי אמוני ישראל, און שפיטץ פינעם לוחם האדיר הרב יואליש צימערמאן הי''ו, פון דעם הייליגען שטאט וויליאמסבורג. די סיבות פון די דעמעסטראציעס איז נאך דערווייל נישט באקאנט, אבער פון אונטער די קוליסען הערט מען אז ר' יואליש שליט''א ארבייט גאר שווער צו טרעפן א סיבה פארוואס צו דעמנעסטרירען. וחפץ ה' בידו יצליח.....
צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל......