פליקער האט געשריבן:עס כאפט דאך א פחד, ווען אלעס איז ביזי מיט אינזער ווערן עדזשוקעישן, און די וויכטיקייט פון די הייליגע טעיג, יעדער מוז וויסן די חרבנות וואס די כלים טון שאדן פארן כלל, יעדער איינער מוז וויסן ווער עס איז די גרעסטע רבי אויפן כדיר, ווער עס שאפט מער געלט פאר די ילדי צרפת, ווער עס האט געשריגן העכער פוי ביים פראטעסט, אבער ווען עס קומט צו די בעיסיקס, פליז נישט גנבענען ווערן די גייסטישע פירער מיסטערעיז שטיל, מען הערט פון זיי נישט קיין פיפס, בשעת די פעדעראלע אגענטען פארשוועכען אזוי פיל היימישע שטיבער, איז אלעס אקעי, וועין נישט די טריפהנע כלי וואלט משיח געקומען, וועין נישט די גיות בני ישיבה וואס אלעס געווען עולם התיקון, ווען עס קומט שבת תשובה וויל איך וויסען וועלכע רב וועט שרייען און פארפירן קעיגן גנבענען און מאכן חילול השם'ס.
פליקער: דאס דערמאנט מיך אן אלטע פאלקס מעשה.
א מגיד איז אמאל געקומען קיין אמעריקע און ער האט געבעטן רשות פונ'ם פרעזידענט/ראש הקהל פון די קאנגרעגעישן צו האלטן א דרשה שבת נאכמיטאג. פרעגט ער דעם פרעז. איבער וואס זאל איך רעדן. האט ער איהם געזאגט, איהר זאלט רעדן איבער אידישקייט. זאגט דער מגיד, איך זאלל אפשר רעדן איבער שמירת שבת? האט איהם דער רה"ק געענטפערט, ניין. פונקט איבער דעם ענין זאלט איהר נישט רעדן, ווייל איינער פון אונזערע חשוב'ע מעמבערס האט א גרויסן דעפארטמענט סטאר, וועלכער איז אפן אום שב"ק, און ער קען זיך נאך אפשר באליידיגן...
אפשר איבער כשרות...? זאגט דער רה"ק, ניין. ווייל איינער פון די ווייס פרעזידענטס פון די שוהל האט א סופערמארקעט וואו מ'פארקויפט טריפה פלייש, און ער קען זיך נאך פיהלן געטראפן פון אייערע מוסר רייד.
פרעגט דער מגיד ווייטער, אפשר זאל איך רעדן איבער חינוך הבנים והבנות, אז מ'דארף געבן א אידישן חינוך פאר די קינדער, כדי זיי זאלן ח"ו נישט חתונה האבן מיט גויים... ענטפערט דער ראש הקהל, ניין. איבער די טעמע זאלט איהר אויך נישט רעדן, ווייל איינער פון די גרעסטע שטיצערס פון אונזער שוהל האט א זוהן וואס האט חתונה געהאט מיט א גוי'טע... און דאס וועט איהם פארשאפן הארצווייטאג, ער וועט מיינען אז איהר ווילט איהם פערזענליך וויי טוהן...
פרעגט דער מגיד...נו, איבער וואס דען זאל איך רעדן...?! ענטפערט דער ראש הקהל... סתם, איבער אידישקייט...
![מגלגל עיניים :roll:]()