Under maintenance
הויפט זייט » וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות

וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7650
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:16 am#237973
וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות
כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק זצ"ל האט זיך אמאל אנגערופן "הראנו ה' חסדך" טאטע זיסער דו ווייזט אונז דאך ממילא אזוי פיל חסדים, אזוי פיל אידן האבן קינדער, אזוי פיל קראנקע ווערן געהיילט, בעט איך דיר "וישעך תתן לנו" די ישועות זאלן חףכאטש קומען דורך מיינע ברכות און איך וועל מאכן אפאר פונט...
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:37 am#237974
כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב רחובות האט זיך אויסגעדריקט גאר ענליך.
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:45 am#237975
איש עברי האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב רחובות האט זיך אויסגעדריקט גאר ענליך.

ער האט עס נאכגעזאגט בשם בני ברק ספינקא רבי
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:42 am#237979
א ראש ישיבה האט ביי א הספד פון א גדול געזאגט מיט בכיות:
ר' משה איז שוין ניטא
ר' יעקב איז אויך ניטא
און איך בין שוין אויך ניט קיין יונגערמאן....
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:45 am#237988
רבי יענקעלע גאלינסקי זצ"ל האט פארציילט:
אין א טאג שפאציר איך אין די בני ברק'ע גאסן, און איך באמערק א גרופע פון אינגעלעך וואס שפילען זיך מיט כארטליך פון 'עולם הרבנים' (בילדער פון רבי'עס און רבנים), און זיי טוישן אויף איינער מיטן צווייטען, אינמיטן הער איך איין אינגל רופט זיך אן "איך האב אפאר פון ר' יענקלע גאלינסקי ווער וויל מיר זיי אויפטוישן"... רופן זיך אן אלע קינדער צוזאמען "יענקלע גאלינסקי ער איז א ביליגער און ס'לוינט זיך נישט טוישן מיט אים"...
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:51 pm#238255
הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן האט זיך אמאל אנגערופן שבת ביי זיין הייליגן טיש און געזאגט:
די הייליגע מאכל 'לאקשן קוגעל' האבן די אידישע קינדער באקומען מסיני...
לימים האט זיין אייניקל כ"ק ר' הערשעלע פון קרעטשניף צוגעלייגט אז 'כארטאפל קוגעל' האבן זיכער די אידן אליין אויסגעפונען געוועזנדיג אין מדבר... ווען דעם איז דאס דאך אסאך בעסער...
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:54 pm#238256
נאך האט רבי הערשעלע פון קרעטשניף געזאגט במעלת ה'קוגעל':
דער אמת איז אז אונז וואלטין זיך געדארפט אריין לייגען אין דעם הייליגן מאכל, אבער אז מיר קענען נישט לייגען מיר חאטש אריין דאס מאכל אין אונז...
אבער ווען משיח וועט קומען וועט דער באשעפער מאכן א גאר גרויסע קוגעל און מיר אלע וועלן זיך טובל'ען אין דעם...
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:01 pm#238258
איך האב גיהערט פון ר' הערשלע קרעטשניף'ע
אז די מקוה דארף זיין אזוי הייס ווי די קאווע
און די קאווע אזוי גרויס ווי די מקוה
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm#238260
ועוד שמעתי מאותו צדיק אז די זיידע ר' לייזער וואלף האט גיגעסן ערב שבת פאר טועמיה א גאנצע וואנע מיט באנדלעך
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:12 pm#238274
דריידל האט געשריבן:א ראש ישיבה האט ביי א הספד פון א גדול געזאגט מיט בכיות:
ר' משה איז שוין ניטא
ר' יעקב איז אויך ניטא
און איך בין שוין אויך ניט קיין יונגערמאן....


מען דערציילט אויף הרב אזרחי אז ביי רב שך זצ''ל'ס לויה האט ער זיך ארומגעדרייט מיט אן איינגעבויגענעם רוקן, הפנים די גאנצע עולם התורה פאלט אויף זיין רוקן...
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:43 pm#238278
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:א ראש ישיבה האט ביי א הספד פון א גדול געזאגט מיט בכיות:
ר' משה איז שוין ניטא
ר' יעקב איז אויך ניטא
און איך בין שוין אויך ניט קיין יונגערמאן....


מען דערציילט אויף הרב אזרחי אז ביי רב שך זצ''ל'ס לויה האט ער זיך ארומגעדרייט מיט אן איינגעבויגענעם רוקן, הפנים די גאנצע עולם התורה פאלט אויף זיין רוקן...

אן אמתיע עובדא איז אז ביי די לוויה פון הרב שך האט הרב אזרחי פארציילט אז בשעת די לוויה פון הייליגן חזון איש איז הרב שך נישט ארויס באגלייטן די מיטה און ער האט זיך גענוצט מיטן לשון 'טוב הכלב החי מהארי המת' אז אפילו א הונט וואס לעבט מיינענדיג אויף זיך איז בעסער פון א טויטן לייב דער חזון איש... און הרב אזרחי האט בטעות צוגענדיגט: "און יעצט איז אויך דער הונט שוין געשטארבן" (ועכשיו כבר גם הכלב מת...)
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:54 pm#238279
דער 'דברי יואל' איז אמאל געפארן צוזאמען אין קאר מיט הגאון רבי אליעזר סילבר פון סינסיניטי און אינמיטן וועג האט זיך רבי אליעזר אנגערופן און געזאגט:
"וואס מיינט איר רבי אז נאר איר זענט א 'אייניקל' (א רעבי'ש קינד) איך בין אויך אן אייניקל...
-פון וועם, פרעגט אים דער 'דברי יואל'?...
-פון אברהם אבינו, ענטפערט ר' אליעזר מיט א שמייכל... אבער דער סאטמערע רב בלייבט נישט שטיל און פרעגט אים
- "פון וועלכע פרוי???...
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:22 pm#238282
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן האט זיך אמאל אנגערופן שבת ביי זיין הייליגן טיש און געזאגט:
די הייליגע מאכל 'לאקשן קוגעל' האבן די אידישע קינדער באקומען מסיני...
לימים האט זיין אייניקל כ"ק ר' הערשעלע פון קרעטשניף צוגעלייגט אז 'כארטאפל קוגעל' האבן זיכער די אידן אליין אויסגעפונען געוועזנדיג אין מדבר... ווען דעם איז דאס דאך אסאך בעסער...

און מיין רבי שליט"א האטציך אמאל אויסגעדרוקט ביי שלש סעודות תורה אז אייז קריעם האבן די אידן אויסגעפונען ביי קריעת ים סוף. דעפאר איז עס טאקע זייער א גוט מאכל. ס'איז נאר א ביסל צו קאלט... :lol:
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:25 pm#238283
לית דין בר נש האט געשריבן:ועוד שמעתי מאותו צדיק אז די זיידע ר' לייזער וואלף האט גיגעסן ערב שבת פאר טועמיה א גאנצע וואנע מיט באנדלעך

נאר וואס ס'איז נאכדעם געשעען פארציילט ער נישט. מסתמא איז עס געווען אין אן זומער'דיגן ערב שבת, ווען מ'האט געקענט אויפמאכן די פענצטערס בהרחבה... :lol: :roll:
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:32 pm#238284
מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... :lol:
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:42 pm#238285
הרה"ק מראפשיץ זצ"ל איז אמאל אין א רעגענדיגן שמיני עצרת געגאנגן שפעט צום דאווענען באגעגנט אים דער רעפארם ראביי און זאגט "דער רב זעט, איך האב שוין געדאווענט און געזאגט גשם און שוין רעגנט"!
האט דער ראפשיצער רב געענטפערט "דאס איז גארנישט קיין קונץ, אזעלכע ווי די האבן שוין אמאל געברענגט א מבול"! ודפח"ח
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:54 pm#238308
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:דער 'דברי יואל' איז אמאל געפארן צוזאמען אין קאר מיט הגאון רבי אליעזר סילבר פון סינסיניטי און אינמיטן וועג האט זיך רבי אליעזר אנגערופן און געזאגט:
"וואס מיינט איר רבי אז נאר איר זענט א 'אייניקל' (א רעבי'ש קינד) איך בין אויך אן אייניקל...
-פון וועם, פרעגט אים דער 'דברי יואל'?...
-פון אברהם אבינו, ענטפערט ר' אליעזר מיט א שמייכל... אבער דער סאטמערע רב בלייבט נישט שטיל און פרעגט אים
- "פון וועלכע פרוי???...


איך גלייב נישט.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 1:10 pm#238359
berlbalaguleh האט געשריבן:מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... :lol:


דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 1:33 pm#238362
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק זצ"ל האט זיך אמאל אנגערופן "הראנו ה' חסדך" טאטע זיסער דו ווייזט אונז דאך ממילא אזוי פיל חסדים, אזוי פיל אידן האבן קינדער, אזוי פיל קראנקע ווערן געהיילט, בעט איך דיר "וישעך תתן לנו" די ישועות זאלן חףכאטש קומען דורך מיינע ברכות און איך וועל מאכן אפאר פונט...


כ'דענק נישט פונקטליך, אבער עפעס א מקור האט דער מעשה,

אז א גנב האט אמאל מתפלל געווען, רבוש"ע! אויב ס'באשערט פאר איינעם צו פארלירן געלט זאל עס קומען דורך מיר.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 1:41 pm#238363
דאכט זיך מיר די מעשה איז גיוועהן ביי א פרימישלאנע איד וואס איז גיוועהן א גרויסע גנב און פאר די הייליגע טעג האט ער געוואלט אריין גיין צו רבי מאיר פרימישלאנע פאר א ברכה
ער האט אבער געוויסט אז ער קען נישט בעטן די רבי אז זיינע גניבות זאלן געלונגען האט ער זיך אריינגעשמאגלט צווישן א גרויסע עולם אידן און עס האט אויסגיזעהן ווי ר' מאיר'ל איז אין אן אנדערע וועלט (דביקות) און געהאפט אזוי צובאקומען א ברכה פונעם רבין אויף הצלחה
למעשה ווען ער איז אנגעקומען צום רבין האט רבי מאיר'ל גיגעבן א שריי מאיר'ל ווילסטו אויך באגנבענן?
האט דער איד גיענטפערט ח"ו נאר איך וויל בעטן דעם רבין א ברכה אז אויב איז דא א איד וואס עס איז אים באשערט צו ווערן באגנבט זאל עס כאטש זיין דוירך מיר!
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 1:49 pm#238364
היסטאריקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... :lol:


דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?

יא. דער סאטמערער רבי זי"ע איז געוועין א צדיק הדורות...!
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:03 pm#238365
I'm back האט געשריבן:
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:דער 'דברי יואל' איז אמאל געפארן צוזאמען אין קאר מיט הגאון רבי אליעזר סילבר פון סינסיניטי און אינמיטן וועג האט זיך רבי אליעזר אנגערופן און געזאגט:
"וואס מיינט איר רבי אז נאר איר זענט א 'אייניקל' (א רעבי'ש קינד) איך בין אויך אן אייניקל...
-פון וועם, פרעגט אים דער 'דברי יואל'?...
-פון אברהם אבינו, ענטפערט ר' אליעזר מיט א שמייכל... אבער דער סאטמערע רב בלייבט נישט שטיל און פרעגט אים
- "פון וועלכע פרוי???...


איך גלייב נישט.


אויב גלייבסטו נישט וועל איך דיך פארציילן נאך א מעשה וואס איז געווען מיטן סאטמערן רב און רבי אליעזר, די מעשה איז געברענגט געווארן אין 'הפנקס' ח"ה און איך ברענג דאס אראפ ככתבו וכלשונו בלשון הקודש:
פעם נסע הרב מסאטמר ז"ל יחד עם הגאון רבי אליעזר סילבר ז"ל מסינסינטי ברכב אחד, ובמשך הדרך נתקעו בפקק תנועה ועמדו מנסיעתם, פנה רבי אליעזר סילבר אל הרבי מסאטמר ואמר: רבי תפוס אומנות אבותיך בידיך והראה את כוחך בקפיצת הדרך, נענה הרבי ואמר: הנה באבי האומה הישראלית אברהם אבינו ע"ה מצינו כבר כזאת עת נסע לעקוד את יצחק בנו על גבי המזבח בהר המוריה אשר בירושלים עיר הקודש, ונסעו דרך שלשת ימים, ובכל זאת לא קפצה להם הדרך, עד שאמר אבינו אל נעריו 'שבו לכם פה עם החמור' והנה אך ירד מעל החמור וכבר 'וישא עיניו וירא את המקום' וקפצה לו דרכו, ומדוע לא עשה זאת מתחילה, אלא – פנה הרבי בחיוך אל רבי אליעזר – מוכרחים לומר שהטעם שמקודם לא היה להם קפיצת הדרך, היה מפני ש'אליעזר' היה עימהם, והבן.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:06 pm#238366
berlbalaguleh האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... :lol:


דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?

[b]יא. דער סאטמערער רבי זי"ע איז געוועין א צדיק הדורות...!


צווי זאכן
א' סאטמערער רב איז געווען א צדיק הדור און נישט הדורות...
ב' די מעשה איז פון ראש הקהל און נישט פון דער רב ז"ל ממילא איז נישטא קיין מקום באליידיגט ווערן...
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:11 pm#238367
שמעתי פון הרה"צ רבי שלמה'לע גולדמאן פון ירושלים דער זון פון זוויעהל'ע רבי פון בני ברק:
מיר בעטן 'אבינו מלכנו זכור כי עפר אנחנו', וואס עפעס זאמד?
נאר ווי חז"ל זאגן (בבא מציעא מב) "כספים אין להם שמירה אלא בקרקע" געלט באגראבט מען אין די ערד צו זיי היטן...
בעטן אונז טאטע געדענק אונז זענען זאמד און שיק ארין אין אונז די גאנצע געלט...
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 3:28 pm#238371
דער הייליגער גארליצער רב האט פארציילט:
די התגלות און פרסום פון מעזריטש'ן מגיד איז געווען א שטראף פאר אים, וויל ער האט געפארן אמאל אין חול המועד... און לויט זיין צדקות איז עס נחשב געווען אלץ א פגם...
און ער האט צוגענדיגט:
און די היינטיגע רבי'ס זענען מסכים פארן אפילו אין שבת אבי מפורסם צו ווערן...
און איך ענדיג צו:
"דאס האט ער געזאגט מיט הונדערט יאהר צוריק.........."
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 3:55 pm#238875
עס איז געוועהן אמאהל אז צוויי גרויסע ראש ישיבות זענען אוועק צוזאמען. האט זיך אויפגעשטעלט א ראש ישיבה זיי מספיד צו זיין.
האט ער געזאגט אזוי.

רבותי, מיתת צדיקים איז א קרבן, שטעלט אייך פאר, מיר ברענגען היינט צוויי אזעלעכע גרויסע אקסען,
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:19 pm#238941
די גורליצער רב זצוק"ל האט געזאגט אז דער וואס קען "על מחיה" אויסענוויניג איז א זולל וסובא.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:23 pm#238944
I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:38 pm#238950
נהורא נפישא האט געשריבן:I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart



נישט יעדער זולל וסובא קען על המחיה,
אבער דער וואס קען עס בעל פה איז א פרעסער
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:48 pm#238951
אויף וואספארא געטראנק מאכט מען אן על המחי'?
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:41 pm#238969
אין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:50 pm#238972
בשעת די בעל סדר הדורות איז געווען רב אין מינסק, האט דאן די שאגת אריה געוואוינט דארט, מאכט זיך אמאל אז די בעל סדר הדורות האט געזאגט א דרשה אויף די עלטערע יארן זיינע, דאן האט ער געליטן פון א מחלה אז ביים גיין פלעגט ער אינטערטאנצן, האט זיך די שאגת אריה זיך אנגערופן כשם שהוא רוקד כך אינו יכול.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:58 pm#238973
רעדנדיג פונעם שאגת ארי' פארציילן מען אז שפעטער ווען ער'ז געווארן רב אין מיץ האבן די ראשי קהילה אריינגעברענגט א פאפיר מיט א פעדער צו אים, זאגענדיג דערביי, אז דא אין שטאט פירט מען זיך אז דער נייער רב שרייבט תקנות וואס יעדער מוז איינהאלטן.

האט דער שאגת ארי' אפגעשריבן די עשרת הדברות....
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:10 pm#238975
אמאל פלעגט מען א חשובע איד אויפגערופן צום תורה יעמוד החבר.

ווען מען האט אויף גענומען די מראה יחזקאל פאר רב אין שטאט זינבערגען, האט מען אים געגעבן אן עליה די ערשטע שבת. אבער דא וויבאלד עס איז א נייע רב האבן די גבאים און ראשי קהילה -געשוואוירענע עמי הארצים- מחליט געווען אים אויפרופן אים יעמוד "החובר חבר".
ווען די מראה יחזקאל האט פאר מוסף געגעבן זיין איינטריט רעדע, האט ער געזאגט "פריער בין איך געווען א חובר חבר, יעצט וועל איך זיין א דורש אל המתים"...
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:40 pm#238977
דער גארליצער רב האט זיך אויסגעדריקט אמאל אויפן ערשטן באבוב'ער רב הרה''ק מהר''ש זצוק''ל
באבוב איז ר''ת בא אחיך במרמה ויקח ברכותיך

(כידוע אז די שוועסטער הרבנית הצ' נחמה'לע האט געבעטן הרה''ק מגארליץ אויפצוהערן צו טשעפען און ער האט איר געענטפערט אז זי זאל זיך נישט אריינמישן, ביז דער גארליצער רב האט מסכים געוועהן און א קורצע צייט שפעטער איז דער באבוב'ער רב נסתלק געווארן, און הרה''ק מגראליץ האט געזאגט, כ'האב געבעטן מ'זאל זיך נישט אריינמישן, ומי יעמוד בסוד קדושים)
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:16 am#238985
ווען ד קדושת ציון האט אמגעהויבען אנצוטון דעם קולפיק אין מיטן די וואך האט די סטוטשינער רב זיך אוסגעדריקט
"אז ווי ער מיר באזוכן מיט די הוט קען ער קומען ווען ער וויל אבער מיט די קולפיק נאר פורים"
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:05 am#238994
נהורא נפישא האט געשריבן:אין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.

און אין סקווירא טרונקט מען טשאלנט, שבת אינדערפריה פאר'ן דאווענען. אבער מ'טרונקט נישט קיין קאווע. און דאס איז טאקע דער טעסט פאר א סקווערער יונגערמאן. מ'איז עים מכבד מיט א קאווע. אויב ער וויל נישט טרונקען, איז א סימן אז ער האט שוין געטרונקען טשאלנט... :roll:
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:56 am#238995
א יונגע חסר דעה ל״ע איז ארויפגעקומען צו א רב מיט א מעסער שרייענדיג ״אדער טאנצט די רב ארויס פון פענסטער אדער הרג׳ע איך די רב״. האט זיך די רב אנגערופן א גרויסע גדולה ארויסטאנצן פון פענסטער, יעדער שמויגער קען דאס טוהן, איך גיי דיר ווייזן אסאך א גרעסער קונץ. דו בלייב דא, און איך גיי ארויסגיין אינדרויסן און ארויפטאנצן די שטאק״! וכך הוה די רב איז ארויסגעגאנגען און געלאפן רופן הילף...
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 10:37 am#239003
דער מעשה איז געווען דאכציך ביי ר'יונתן אייבשיץ
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 11:02 am#239005
הערט א מעשה פון ר' ישראל סאלאנטער:

ר ' ישראל זי"ע האט אמאל געזען ווי צוויי קינדער קריגן זיך ארום און איינער פון זיי איז די קאפל אראפ געפאלן, האט די אנדערע איהם געזאגט "די גייסט אהן א קאפל (בלויז'ן קאפ), ביסטו א גוי"
האט ר ישראל זיך אנגערופן "ביסט נישט גערעכט יונגעלע, א יעדער גוי גייט אהן א קאפל, אבער נישט יעדער וואס גייט אהן א קאפל איז א גוי"

אמאל האט א קלוגע חסידישע יוד דאס איבערגעזאגט פאר א בנש"ק וואס איז געגאנגען מיט די שמונה בגדים
און ער האט צולעלייגט "א רבי גייט מיט סטראקעס, אבער נישט יעדער וואס גייט מיט סטראקעס איז א רבי" ודפח"ח.
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 1:49 pm#239037
בריסקע רב האט מסביר געווען אויף די נטורי קרתא : וואס איז די חילוק פין א בעל בית'תע אינדערהיים און א קאץ כלפי א מייז. ? ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגען די מייז.... נאר די חילוק איז אז די פרוי וויל נישט דער מייז זאל קימען בכלל. משא"כ די קאץ קוקט ארויס אויפן מייז זאל האלטן אין איין קומען און ער וועט האבן צו עסן..... די זעלבע זייך ביי פירצות די אמת'ע קנאים ווילן נישט קיין פירצות משא"כ די עקסטרעמיסטן ווילן סזאל זיין ווי מער כדאי זיי זאלן קענען מוחה זיין............. ( לפענ"ד איז די זעלבע ביי די עקסטרעם לינקע )
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 5:24 pm#239073
דער מהרי"ד פון בעלזא האט געזאגט:
יעדער שווער האט א ניצוץ פון לבן... אבער נישט א יעדער איידעם האט א ניצוץ פון יעקב אבינו...
און א יעדער גבאי האט א ניצוץ פון 'גיחזי' אבער נישט יעדער רבי האט א ניצוץ פון אלישע...
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:06 pm#239232
רבי פנחס מקאריץ:
אסאך מענטשן בעטין אויף 'רוח הקודש' אבער 'תפילה עושה מחצה' און זיי בלייבן נאר מיטן 'רוח' אליין.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:08 pm#239235
דער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:46 pm#239245
די גארליצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט אז מ'טאר נישט גיין מיט א יעקעשע רב אין א באהאלטן פלאץ
וויל ער איז חשוד אויף שפיכת דמים כדי ער זא קענען זאגן א שיינע הספד
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:32 pm#239259
הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט זיך אמאל אנגערופן:
פרו"ם איז ר"ת פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות...
און ס'איז דא וואס האבן צוגעלייגט:
פפרומ"ט מאכט פ'יל פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'עשים ט'ובים...
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:36 pm#239261
הרה"ק מראפשיץ זי"ע:
א פרומער - איז א גאלאח...
א גוטער - איז א נואף...
א קלוגער - איז א משומד...
און זיי אלע דריי צוזאמען - איז א רבי
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:06 pm#239273
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:דער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.

נישט דער דברי יואל, עס שטייט אים פשוט נישט גוט אזא סארט ווערטל, נישט געווען זיין סטיל בכלל.
כ'מיין מען זאגט עס נאך פון ר' יעקעלע מפשעווארסק.
מעגליך האט ער עס געזאגט אויף דעם תעונג פון מעביר סדרה זיין די קורצע נצבים-וילך סדרות.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:50 pm#239318
אין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:53 pm#239321
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:אין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...

דעיס ווארט זאגט מען נאך פונ'ם חוזה פון לובלין, אדער פון צאנזער רב?...!... :lol: