Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » הארצרייסנדע וויי געשריי

הארצרייסנדע וויי געשריי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 77 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7692
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:37 pm#239085
הארצרייסנדע וויי געשריי
שלום!

נאכן ענדיגן די פרשה, גראדע עצהיו"ט, שפיר איך פאר א חוב צו פובליצירן דאס וואס איך שרייב דא בכדי יעדער איינער וואס ווייסט נישט וואס די מצב איז זאל וויסן, און נאכן וויסן זאל מען נעמען די נויטיגע שריט צו אויפטוהן אויך...... יעדער איינער כפי יכולתו.

איך ווייס אז די נושא פון 'ישיבות' איז א זאך וואס גייט נישט אראפ פון טיש, מ'האלט עס אין איין איבערקייען, אבער נאכאלץ האלט איך אז יעדע בר דעת מוז דעיס ליינען, נישט אז איך בין א שרייבער, אבער דאך וועל איך ניצן די ארימע ווערטער וואס איך האב אין מיין וואקעביולעטי, אין איך האף אז יעדער וועט מיר פארשטיין.

גענדיגט מיט די הקדמה, ובזה החלו בעז"ה.

פאר בערך צוויי וואכן צוריק, שמועסענדיג מיט מיין חבר, וואס איז נאכאלץ א בחור, די זעלבע יארגאנג ווי מיר, נישט אז איך בין שוין אזוי אלט, איך האב טאקע נישט מער פון צוויי זיסע לעכטיגע קינדער, אבער נאכאלץ, נאכדעם וואס רוב פון אונזער יארגאנג האט שוין חתונה געהאט, איז ער ממש פון די איינציגסטע וואס זענען פון די 'נשארים' און ער זאגט מיר אז ער פילט זיך ליידער ממש ווי א נשאר, סיי מיט די שטאנדפונקט פון חברים אין ישיבה, און סיי פון די שטאנדפונקט פון אידישקייט רח"ל.

זאגט ער מיך, אז שוין א לענגערנע תקופה וואס ער האט ליידער קשיות אין אמונה, און ס'נישט דא מיט וועם זיך דורכצורעדן. ער האט פרובירט צו רעדן, אזוי דרך אגב'דיג, צום ראש ישיבה, אבער ער האט איהם פארשריגן אז ער זאל ניטאמאל טראכטן דערפון.... ליידער ליידער, די בחור, א גאנצען טאג זיצט ער אויף פעיסבוק און אנדערע שמוציגע סייטס.

אונז האבן ביידע באקומען אונזער חינוך אין די זעלבע תלמוד תורה, געלערנט אין די זעלבע ישיבה.

"אמונה פשוטה איז אזא פשוט'ע זאך, אז מ'דארף אפי' נישט רעדן דערפון... "
דאס איז נאר גוט ווי לאנג ס'מאכט זיך קליינע פאנטשערס, דעמאלטס קען מען ניצן די אויסרייד 'אמונה פשוטה' אבער ווען ס'מאכט זיך אזא מציאות, די גאנצע יארגאנג, אלע חברים שטעלן אויף זייערע שטובער, און ער טראכט נאכנישט פון זאגן מה יקר....

ער האט זיך פרובירט צו מחזק זיין מיט די ביסל יסודות וואס ער האט געהאט אין זיין באזיס, אבער דאך, די טבע פון די מח אז ווען מ'וויל 'נישט עפעס' טרעפט מען תירוצים, אדער ווי אזוי ער רופט עס קשיות. אבער אפי' ער האט געהאט אזויגערופענע קשיות, האט ער נאכאלץ געדארפט באקומען תירוצים.... אבער, זיינע מחנכים האבן איהם פארשריגן: הלמאי? פרעגן קשיות אין אמונה? אבער, למען האמת,

יא טייערע מחנך, א בחור האט קשיות, פארענטפער עס!

נישט באקומענדיג קיינע תירוצים אויף זיינע קשיות, און מיינענדיג אז ער איז די קלוגסטע איד אויפן וועלט, האט ער ל"ע אפגעלאזט אידישקייט.

וכשהם יורדים, יורדים מטה מטה!

ב"ה, די השגחה האט צוגעפירט אז פאר אפאר וואכן צוריק האט ער זיך געעפענט פאר מיר, און איך האב בסייעתא דשמיא סוקסעספול פארענטפערט אלע זיינע שאלות, אזש, היינט ווען ער האט מיך געטראפן, האט ער מיר געגעבן א ש'כח און געזאגט אז א דאנק דעם וואס איך האב איהם פארענטפערט זיינע שאלות, דאוונט ער, ער לערנט און פירט זיך אידישליך.


איז, וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז יעדער איינער, פאר די מוסד ווי ער האט געלערנט, אדער ווי זיינע קינדער לערנען, זאל גיין צום ראש וועד הרוחני, און איבערגעבן את מה שלעיל, און מאכן זיכער אז מ'רעדט פון אמונה צו די תלמידים, אפשר נישט יעדן טאג, אבער מער ווי אין די צייטן ווען אונז זענען מיר געווען אין די מסגרת.......

נ.ב.
איך האב דערציילט את מה שלעיל פאר די ראש וועד הרוחני ווי איך האב געלערנט.

איך האף אז די בחור דרייט זיך נישט אין קאווע שטיבל..... אבער אויב יא, too bad

כל טוב.
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:40 pm#239087
אוי, זאגסט דאך אזוי לעכטיג. כ'האף באלד מגיב צו זיין באריכות.
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:46 pm#239088
אשרי חלקך.
אולי וואלט געווען כדאי אראפצושרייבן די קשיות מיט די תירוצים כדי אנדערע וועלכע מוטשען זיך זאלן אויך הנאה האבן.
אפשר אין העמק דבר.
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:57 pm#239090
שמעקעדיג, איך וואלט עס געטוהן נאר, ווי באקאנט האט די רמב"ם שרייבענדיג זיין ספר אויף חקירה, האט ער קודם געשריבן די תשובות און הערשט דערנאך האט ער געשריבן די שאלות. והסיבה לכך, אז ער, לעצמו, זאל נישט דורכשלאפן א נאכט מיט א שאלה חלילה.

איז אוודאי אנשים כערכנו איז נישט כדאי אויסצושמועסן די שאלות, ווייל אולי וועט איינער נישט אניאגן צו ליינען די תשובות וואס דעמאלט איז יצא שכרו בהפסדו.

ודו"ק
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:59 pm#239091
ר' עין טובה (עין טוב הוא יבורך.) פון דיינע ווערטער אליינס וואס דו פארציילסט איבער דיין חבר פון ישיבה איז משמע עטליכע אויפדרינגונגען. און מ'קען ציען א פאר מסקנות. והנה:דער בחור אליינס, טוט גארנישט קיין השתדלות צו וועלן פאראויס גיין אין לעבן דחורך חתונה האבן און גיין ארבעטן ווי א נארמאלער מענטש: (כדברך. "ער זיצט אפ א גאנצן טאג אויף פעיסבוק...וכו'"(

ער נווצט זיינע אזוי-גערופענע "קשיות" אויף די אמונה, אלס "קראטש" געספעללט מיט א "יו" נישט אן "או", כדי צו ראציאנאליזירן זיין פערזענליכע נאכגעלאזטע, ציללאזע התנהגות.
דא איז פאסיג צו צו ברענגען דאס באקאנטע ווארט וואס מ'זאגט נאך בשם א סאך צדיקים. ווען איינער, וואס איז נישט געווען ערליך איז געקומען און געזאגט אז ער איז נישט מקיים תורה ומצוות ווייל ער האט קשיות אויף די אמונה האט איהם דער רב אדער רבי געענטפערט. "דיינע קשיות זענען תירוצים. דו זוכסט א תירוץ פארוואס נישט צו אפהיטן תורה ומצוות".

מיט דעם ביסטו גערעכט אז ישיבות און אנדערע בתי חינוך דארפן מער לערנען מיט די קינדער עניני אמונה ובטחון בהשי"ת, און לערנען די שיינקייט פון די ימים טובים און אנדערע מצוות וואס אונז זעמיר מקיים.
דאס נעגאטיוויטעט פון ווי שלעכט די טמא'נע ציונים זענען און ווי שטארק טמא די שפראך עברית איז, האט מען שוין גענוג געלערנט אין די ישיבות . ס'איז שוין די העסטע צייט זיך אפצולאזן פון אט די שטותים. אזוי ווי די גמ' זאגט. "באתרא דעייל ירקא, ליעול בישרא". דאס מיינט צו זאגן. אז מ'הזאל זיך אפלאזן פון די שטותים און אנהייבן לןערנען נוצליכע זאכן מיט די קינדער אין די ישיבות...!
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:17 pm#239092
איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס ס'הייסט אז ער טוט נישט גארנישט צו גיין ווייטער מיטן לעבן.
חתונה האבן? איטס נאט אפ טו הים... ווען די באשערטע מינוט וועט אנקומען וועט ער ווערן א חתן. ארבעטן? ס'איז סך א גרעסערע מינוס ביי שידוכים ווי מה שבסתר....

ציונוזים איז נאריש צו רעדן דערפון? אוודאי דארף מען רעדן דערפון (אפשר נישט? אבער אפי' אז יא,) אבער מיט א מאס!
מ'מוז אריין האקן אין די תשב"ר די אמונה פשוטה!
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:33 pm#239098
זיי ענפערן עפ״ר נישט, ווייל זיי ווייסן נישט... ודו״ק
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:41 pm#239099
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס באדערט דיר יעצט. אלע שאלות וואס רוב בחורים פרעגן האט תירוצים, מ'דארף נאר האפן אז ער זאל פרעגן די פאסיגע מענטש. אין פאר די לאנג טערם, אויב גייען די מחנכים זיך נעמען ערנסט, וועלן די טינעיז'ערס נישט האבן די אלע שאלות! פארשטייסט?
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:41 pm#239100
ביים ליינען דעם ארטיקל אויף אייוועלט האב איך באלד געקלערט עס וואלט געווען זייער אינטרעסאנט צו הערן וואס איר האט דערקלערט דעם בחור.
איר מוזט נישט אנהויבן ביי די קשיות איר קענט אנהויבן ביי תירוצים.
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:43 pm#239101
איז פארוואס האסטו נישט געפרעגט דארט?
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:44 pm#239102
איך האב נישט קיין פראבלעם דיר צו פארענטפערן דיינע אזויגערופענע שאלות. אבער נישט בפומבי
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:55 pm#239106
 זייער א שיינעם ארטיקל. ס'איז קלאר א ווייטאגליכע נושא, הגם איך ווייס נישט וויפיל רעדן צו ראשי ישיבות קען העלפן. דער ראש הישיבה זעלבסט בדרך כלל איז אן איגנאראנטער באטשי וואס איז דא פאר כבוד פערפוסעס אונלי.

שמעקי, טאמבל סאס האט אמאל געשריבן דריי לאנגע ארטיקלען שאלות ותשובות בעניני אמונה – זייער שיין און צו דער זאך. נאך אלץ איז טאקע כדאי ארויפצושטעלן די שאלות ותשובות.

לעצם המעשה האב איך אביסל קשיות. צוויי וואכן צוריק געטראפן, שוין אפגעלאזט אידישקייט, געטראפן עטליכע וואכן צוריק און שוין יעצט א בעל תשובה?
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:01 pm#239107
יואב האט געשריבן: זייער א שיינעם ארטיקל. ס'איז קלאר א ווייטאגליכע נושא, הגם איך ווייס נישט וויפיל רעדן צו ראשי ישיבות קען העלפן. דער ראש הישיבה זעלבסט בדרך כלל איז אן איגנאראנטער באטשי וואס איז דא פאר כבוד פערפוסעס אונלי.

שמעקי, טאמבל סאס האט אמאל געשריבן דריי לאנגע ארטיקלען שאלות ותשובות בעניני אמונה – זייער שיין און צו דער זאך. נאך אלץ איז טאקע כדאי ארויפצושטעלן די שאלות ותשובות.

לעצם המעשה האב איך אביסל קשיות. צוויי וואכן צוריק געטראפן, שוין אפגעלאזט אידישקייט, געטראפן עטליכע וואכן צוריק און שוין יעצט א בעל תשובה?

איך בעט דיך נאר איין טובה. ווען דו שטויסט דיך אן אין די נעקסטע סעריע פון קושיות אויף די אמונה, זאלסטו נאכנישט ווערן א חוזר בשאלה. ווארט צו ביז דו וועסט געפונען עפעס א תירוץ. ווייל ס'איז זייער שווער צו ווערן א בעל תשובה אזויפיל מאל... :lol:
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:04 pm#239108
א. איך האב עס שוין געשריבן איבער א וואך צוריק,
ב. איך ווייס נישט צו ס'איז געווען פונקטליך 2 וואכן, ס'קען זיין אז ס'איז געווען 15 טעג חילוק, אבער בערך 2 וואכן נאך אונזער ערשטע שמועס, (וואס האט גענומען איבער 3 שעה,) האט ער מיר געזאגט א שקויעך, איך האב איהם נאכנישט געטראפן פון דעמאלט, אבער ווען איך האב איהם געטראפן איז ער שוין ב"ה געווען אויפן דרך המלך.
ג. אפשר לייגסטו דא א לינק צו די ארטיקל פון טומבל סאס, ס'וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו דורכליינען
מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:44 pm#239116
עין טובה האט געשריבן:שמעקעדיג, איך וואלט עס געטוהן נאר, ווי באקאנט האט די רמב"ם שרייבענדיג זיין ספר אויף חקירה, האט ער קודם געשריבן די תשובות און הערשט דערנאך האט ער געשריבן די שאלות. והסיבה לכך, אז ער, לעצמו, זאל נישט דורכשלאפן א נאכט מיט א שאלה חלילה.

וואו שרייבט דאס דער רמב"ם?

איך זעה נישט אין ספר מורה נבוכים ווי מ'קען עס שרייבן אויף א מהלך פון "תשובות פאר די שאלות"
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:18 am#239122
איך האב עס נישט געליינט קיינמאל. איך קען מיך נישט טענה'ן מיט דיר בנושא זה, אבער, כך שמעתי, קען זיין אז די פשט דערפון איז אז הוא ז"ל האט גוט דורכגעטוען יעדע נושא פאר ער האט אנגעהויבן שרייבן דערפון.
און אוודאי האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז אינם ספר האט ער אריינגעלייגט די תשובות פאר דעם...
אבער, אפי' אי לא תימא הכי, דארפן מיר זיך נישט אריינלאזן אין אזא מין שמועס בפומבי, וואס קען חלילה צוברענגען פאר אנדערע נישט צו פארשטיין.
וכמאמרם ז"ל, אל תאמר דבר שאי אפשר לשמוע שסופו להישמע.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:44 am#239127
מען האט שוין דערמאנט פריער אז עס איז דא א באזונדערע אפטיילונג דא מיטן נאמען העמק דבר און דארט קומען נאר אריין די וואס האבן שוין די קושיות מען זוכט נאר די תירוצים, סוי דו קענסט נישט וויסען וויפל נאך דו קענסט ראטעווען דא, אל תמנע טוב
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:10 am#239139
איך האב שוין מסביר געווען אז איך וויל נישט אנפאנגן שרייבן דא די שאלות,
... כך אין דעותיהם שוות...
דאס מיינט אז פאר יעדן דארף מען מסביר זיין בסגנון אחר, און אזוי ווי קיין שרייבער בין איך נישט, קען איך נישט מסביר זיין מיט איינמאל אז יעדער זאל פארשטיין, און איך וויל נישט ס'זאל חלילה זיין יצא שכרו בהפסדו.
אויב איינער וויל, קען ער מיך קאנטעקטן פרייוועט (אזוי ווי מאנכע האבן שוין געטוען).
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:24 am#239165
איך מיין אז עין טובה וויל נישט שרייבן די שאלות ותשובות ווייל ער איז זייער שעמעדיג.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:12 am#239191
זייער שיין ארויס געברענגט די ביטערע פראבלעם, הרב ATUB @עין טובה ATUB .

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו רעדן צו דריי בחורים (!), ניין, נישט אלטע בחורים, נאר 16-17 יעריגע. צוויי פון זיי לערנען אין מצויינים ישיבות, און זענען פון די מצויינים אין זייער קלאס. זיי האבן מיר געזאגט ווערטער וואס איז ממש אסור לשומען. אבער אפשר לתועלת הענין דארף איך יא איבערזאגן. איינער האט מיר געזאגט בערך אזוי: "גלייבסטו דען? קיינער גלייבט נישט עכט. מ'בעבעלט נאך ווייל אזוי האט מען אונז אויסגעלערענט!" אן אנדערע בחור האט מיר געזאגט אז איינמאל ער האט געפילט אז ער פארלירט זיין אמונה האט ער זיך אריינגעלייגט דערין און האט טאקע איינגעזען אז ס'דא שטארקע ראיות אז די תורה איז אמת. אבער ער זעהט נישט פארוואס ער זאל גלייבן אין חז''ל ר''ל. ער זאגט מיר אז ער פארשטייט גוט די צדוקים.

וואס פעלט פאר די בחורים? א) אמונה פשוטה. זיי האבן קיינמאל נישט געטארט צוקומען צו א מצב פון ספיקות. מ'דארף אריינבראקן אין די קינדער אמונה אמונה אמונה. ב) אויב מ'מאכט זיך שוין יא אז פאר איינעם איז נישט גענוג אמונה פשוטה ווייסן מיר דאך אז די מומחים האבן פעסטע תירוצים אויף די אלע קשיות. נאר ווי אזוי דארף דער בחור צוקומען צו די תירוצים? ווער ביי אונז איז א מומחה, און ווער איז אפילו נאר א מומחה אויף צו טרעפן א מומחה?
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:25 am#239193
שומו שמים, די הארץ קען צוגיין פון הערן אס אפי די פיינע בחורים האבן שאלות/תירוצים בענייני האמונה.
איך דערמאן זיך יעצט וואס מ'זאגט נאך פון די בעש"ט זי"ע, אז איינמאל זעענדיג ווי א איד איז מחלל שבת ל"ע, האט ער געזוכט וואס צו מתקן זיין.. ווייל פון הימל ווייזט מען נישט פאר א מענטש 'סתם אזוי' עפעס.
לענייננו, איך מיין אז דיקא די, וואס די האסט געהערט פון די בחורים את מה ס'בעדערט זיי, האסטו, און דארפסטו זעהן זיי צו מסביר זיי אלע עצהיו"ט.
ס'נישט אזוי שווער, און ווי מיינע רבי'ס אין חדר פלעגן זאגן,
אז ס'פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה.
אוודאי שרייבן שאני כדביארתי לעיל
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:43 pm#239243
א גרויסן ישר כח פאר הרב עין טובה פאר'ן שרייבן דעם וויכטיגן ארטיקל. ליידער ליידער לעבן מיר אין א זמן וואס "אידישקייט" באשטייט פון נאכטאנצן די משוגעת'ן פון סאסייעטי, און "אמונה" ווערט אנגעקוקט ווי א זאך וואס מ'געט "פאר ווער ס'דארף עס". ווי כאילו "אמונה" איז עפעס א בדיעבד'יגע זאך... איך האב שוין כמה וכמה פעמים געשריבן וועגן די ווייטאגליכע נושא. פאלגענד זענען עטליכע ארטיקלען:

למעשה #8: חינוך פאר אונזערע קינדער אין דעם דור פון אינטערנעט
l viewtopic.php?f=24&t=7539 l

"אמרו לפני מלכיות": אמונה, רבותי!
l viewtopic.php?f=13&t=1740 l

די יו"ט פונעם חכם איז געווארן די יו"ט פונעם שאינו יודע לשאול
l viewtopic.php?f=24&t=6225 l

די פראבלעם פאנגט זיך אהן פון דעם אז מ'טייטש אויס "אמונה פשוטה" אויף א אפיקורסישן אופן, און מ'איז מחנך קינדער אז מ'גלייבט ווייל... מ'דארף גלייבן! אמונה פשוטה מיינט אז מ'גלייבט אין דעם רבוש"ע מיט א פשטות, אהן פרעגן אויף זיין התנהגות, אבער די עצם מציאת ה' דארף אוודאי קומען פון חכמה, נישט טפשות. כ'האב מאריך געוועהן איבער דעם אין דעם ארטיקל:
אמונה פשוטה אין די גימפלעך
l viewtopic.php?f=13&t=5906 l

אפילו די גדולי ישראל וואס רעדן פון "אמונה פשוטה" רעדן נישט פון די אמונה פשוטה וואס מ'פארקויפט אין אונזער חינוך. לכו"ע דארף מען רעדן פון שכל'דיגע ארגומענטן וואס באווייזן אז יש מנהיג לבירה און משה אמת ותורתו אמת. חקירה מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש וואס איז בכלל נישט נוגע צו אונזער שמועס. כ'האב שוין אמאל מאריך געוועהן איבער די דריי סארט אמונות, און מלקט געוועהן פון גדולי ישראל די וויכטיגקייט פון אמונה ע"י ידיעה. זעה דעם פאלגענדען ארטיקל:
גדולי החסידות בשבח אמונה ע"י ידיעה
l viewtopic.php?f=13&t=6289 l

איינמאל מ'האט קושיות, און קושיות זענען געזונט ברוחניות ובגשמיות, דארף יעדער טאטע און מחנך קענען ענטפערן די בעיסיקס. אז מ'קען נישט ענטפערן די מער קאמפליצירטע קושיות, דארף מען קענען אנווייזן דעם קינד צו ליינען די הייליגע ספרים וועלכע זענען מאריך אין דעם, ווי ספר הכוזרי, ספר העיקרים, און די היינטיגע ספרים ווי ספרי מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, וכדומה.

פאלגענד זענען צוויי ארטיקלען וואס רעדן בקיצור אויף די ענינים.
אמונה מיט שכל - פארוואס מיר גלייבן
l viewtopic.php?f=13&t=5384 l

פארוואס עוואלוציע איז פאלטש
l viewtopic.php?f=19&t=2344 l
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:39 pm#239268
איינער קען ביטע לינקן צי די שו''ת בעניני אמונה פין ATUB @טאמבל סאס ATUB איך קען עס נישט טרעפן
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:20 pm#239345
איך וואלט פארגעשלאגן אז ווי איידער מ'זאל פארענטפערן די אלע אזויגעריפענע כלומר'שטע קשיות אויף די אמונה וואס נעמט א געוואלד מיט צייט, זאל מען אויסלערנען אז ס'נישט געפערליך צו לעבן מיט קשיות, סוכ"ס יעדער בלייבט מיט עפעס קשיות, די גרויסע אזויגעריפענע וויסענשאפטליכער בלייבן אויך מיט די צונג אינדרויסן ווען למשל מ'פרעגט זיי איבער די נארישע ביג בענג טיאריע, לשיטתם, וואס האט למעשה גורם געווען צו די ביג בינג, פארוואס איז עס געשעהן ? נישטא קיין געהעריגע הסבר, כהנה וכהנה ס'אלץ לעכערליך, נישט כדאי זיך אפילו מטפל זיין דערמיט.
אלזא וואס יא, מ'קען נעמען אן אנדערע צוגאנג וואס זעהט אויס צוזיין זייער פראקטיש, און דאס איז ווי מ'קען זען באשיינפערליך ווי די גאנצע תורה ליגט ממש אין די טבע, צוזאמן נעמען די אלע פאקטן און דאס נוצן אלס באווייז אז אמת תורתינו הקדושה, אט נעמט למשל דאס וואס ווערט געברענגט אין ספרים (דאכצוך אין מדרש תלפיות, און אנדערע) אז גויים האבן 32 ציינער בעת ווען אידן פארמאגן 33, וואס דאס איז א שטארקע מופת חותך אויף די ספעציעלע סגולות און אייגענשאפטן בין ישראל לעמים, דער אמת דאס אז ס'איז פארהאן אנאטאמישע דיפרענצן צעווישן אידן אין גויים ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא, און די הייליגע חת"ס באנוצט זיך דערמיט צו צווייפלן אויב אנאטאמישע פארשונגען אויף גויישע קערפער זענען אויך נוצליך פאר היילונגן אויף אידישע קערפער, איך בין נישט קיין גרויסע עקספערט אבער דאכצוך אז מ'קען אסאך מלקט זיין אין דעם געביט.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:34 pm#239347
דו ביזט סארקאסטיש?
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:43 pm#239352
כוכב האט געשריבן:דו ביזט סארקאסטיש?
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:46 pm#239353
פארוואס, נישט א גוטע איידיע ?
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:48 pm#239355
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:16 pm#239366
עס איז גאנץ קלאר אז ווען א מלמד שרייעט אן א קינד אפיקורס פאר פרעגן א שאלה, וואס דער מלמד ברוב פקחתו קען נישט ענטפערן, קומט אים פאר דעם א פינקן סליפ.
ווען קינדער פרעגן שאלות שלא לקנתר, מעג דער תשובה זיין, לאמער עס איבערשמיסן ביי ריסעס, און ברענג אריין א קליגערן אינעם בילד ווי איידער אוועקווארפן א יונגע אידישע נשמה.

מצד שני דארף אבער באטאנט ווערן:
צום בריסקער רב איז אמאל געקומען א משכיל פרעגן אלע זיינע שאלות און פקחות'דיגע קשיות, דער בריסקער רב האט משום סיבה אים נישט געקענט ארויסווארפן (דאכט זיך משום מוראה של מלכות) און איז געזעצן שטיל די גאנצע צייט און גארניטש געענטפערט, ווען דער אפיקורס איז ארויס, רבו עליו תלמידיו ילמדנו רבינו, די אלע שאלות וואלט דאך דער רבי געקענט אזוי לייכט ציווארפן און צובלאזן אז יענער וואלט ארויס בשן ועין, נא הלמאי אז דער רבי האט געשוויגן?
האט דער בריסקער רב געענטפירן מיט א קלארן בריסקער תשובה:
אויף א שאלה איז שייך צו ענטפערן א תשובה, משא''כ אויף א תירוץ קען מען קיין תירוץ נישט זאגן!
דהיינו דער משכיל איז נישט געקומען זאגן וואס איז אים שווער, נאר ער איז געקומען פארענטפערן זיין אפיקורס'ישן מהלך און טרייפענעם אויפירונג, און אויף דעם איז נישט שייך צו ענטפערן תשובות! עכדה''ק ודפח''ח

הנוגע לענינינו:
עס איז דא היינט א גאס פון תאוות רח''ל וועלכע ציען ליידער אוועק פון אידישקייט ה''י, און א חלק פונעם יונגווארג ווערט אריינגעשלעפט ביזן תהום פון די נסיונות הדור, פארשטייט זיך אז א מענטש מוז פארענטפערן פאר זיך און פאר א צווייטן פארוואס ער איז געפאלן אזוי טיף, און ס'הערט זיך נישט אז פשוט עס איז אן עבירה און כ'בין עובר, ע''כ גרובט מען אויס שאלות און חקירות פון אינטער דער ערד צו לעגעמאטעזירן דאס אויפפירונג, צו זאל עס זיין קשיות באמונה אדער ווארפן דאס שילד אויפן חינוך הדור, די רבנים, די עלטערן, וכו' וכהנה וכהנה!
דארף מען געדענקן
אויף קשיות קען מען ענטפערן תירוצים אבער אויף קיין תירוצים איז נישט שייך צו ענטפערן!
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:29 pm#239369
מאטי האט געשריבן:http://parsha.blogspot.com/2009/06/do-gentiles-have-more-teeth-than-jews.html?m=1

מורדיגע ווערטער פון ר' חיים בשם זיין שוואגער.
Indeed, in Midrash Talpiyot (anaf Aivarim) there is that to a gentile there are 31 teeth, while to a Jew there are 32. And the gaon Rabbi Yitzchak Zilberstein related to me that there was a dentist in the United States who hated Jews, and when they brought them to him he counted the teeth, and when he found 32 he did not wish to work on them.
איינער האט געמאכט דאס גענאר פון הרב זילבערשטיין.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:31 pm#239371
חסיד האט געשריבן:הנוגע לענינינו:
עס איז דא היינט א גאס פון תאוות רח''ל וועלכע ציען ליידער אוועק פון אידישקייט ה''י, און א חלק פונעם יונגווארג ווערט אריינגעשלעפט ביזן תהום פון די נסיונות הדור, פארשטייט זיך אז א מענטש מוז פארענטפערן פאר זיך און פאר א צווייטן פארוואס ער איז געפאלן אזוי טיף, און ס'הערט זיך נישט אז פשוט עס איז אן עבירה און כ'בין עובר, ע''כ גרובט מען אויס שאלות און חקירות פון אינטער דער ערד צו לעגעמאטעזירן דאס אויפפירונג, צו זאל עס זיין קשיות באמונה אדער ווארפן דאס שילד אויפן חינוך הדור, די רבנים, די עלטערן, וכו' וכהנה וכהנה!
דארף מען געדענקן
אויף קשיות קען מען ענטפערן תירוצים אבער אויף קיין תירוצים איז נישט שייך צו ענטפערן!


ילמדינו רבינו דעם כור המבחן ווען איז עס תירוצים, און ווען איז עס שאלות?
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:30 pm#239406
אין בזה כור להבחין באופן כללי.
יעדע פאל דארף מען עקסטער שוקל זיין איך לנהוג בזה.
כנלענ"ד ודו"ק
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:07 am#239438
איך בין אינגאנצן צומישט וואס דא גייט פאר, ATUB @עין טובה ATUB האט אין דריי שעה געקענט איבער-רעדן אן אנגעלייענטער אפיקורוס, פול מיט קשיות, אהן ער זאל אפילו האבן געלייענט מורה נבוכים.

עפעס א קסם האט ער דא, און איך פאדער ער זאל נוצן זיין עין טוב, און עס שעירן מיט אונז.

אלס איינער וואס האנדלט אסאך מיט אזעלכע קעיסעס, פון מיין עקספיריענס, קען מען זיצן שעות על גבי שעות, און כולי האי ואולי פועל׳ן ביים שואל, צו אננעמען אז די קעיס פון די מאמינים איז נישט סתם קיין איגנאראנס.

איך האלט אז עס ליגט א מורא׳דיגע אחריות אויף אייך צו אראפלייגן בקיצור, וועלכע מעטאד איהר נוצט. צו עס איז דער כוזרי׳ס הוכחה איבער מתן תורה. ווי אזוי באהאנדלט איהר עוועלושן? איז עס סתם שטותים, אדער איהר זענט מסביר אז עס איז נישט קיין סתירה צו די תורה. וכו׳ וכו׳.

דאס וואס איהר האט מורא פון אזעלכע וואס האבן נישט קיין קושיות - זאלט איהר מיר מוחל זיין - איז זייער אומ-פראקטיש, קען ער דען נישט גיין לייענען די קשיות אויף די ברייטע נעץ? עס איז היינט דא אפילו אין יידיש סייטס וואס פרעגלען אריין קשיות און בלבולים רח״ל. אויב איז ער אן אפגעהיטענער, וועט ער עס עניוועי נישט דא לייענען אדער פארשטיין. סא, פארוואס זאלט איהר צוריק האלטן אייערע טייערע אוצרות?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:17 am#239444
צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:36 am#239488
וואס דארף א בחור העכער 25 טראכטען וואס האט נישט קיין דזשאב אין נישט קיין שידוך אין די גאנצע קלאס שוין חתונה געהאט האט חס ושלום די בעשעפער פארגעסן פין עם?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:47 am#239490
כוכב האט געשריבן:ביים ליינען דעם ארטיקל אויף אייוועלט האב איך באלד געקלערט עס וואלט געווען זייער אינטרעסאנט צו הערן וואס איר האט דערקלערט דעם בחור.
איר מוזט נישט אנהויבן ביי די קשיות איר קענט אנהויבן ביי תירוצים.


ווי איז עס געווען אויף איוועלט פליז ברענג א לינק ישר כח
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 5:44 am#239492
@נהורא נפישא עס איז נישט קיין פראבלעם צי לעבן מוט קשיות אויף א פאקט דער פראבלעם מיט אסאך בתוכינו אז אידישקייט איז נישט קיין פאקט ביי זיי זיי האבן נישט די מינדסטע השגה פארוואס זיי זאלן 'יא' גלייבן אנטקעגן די קשיות
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:46 am#239521
סארי פאר אלע מיספארשטענדענישן, איך האב שוין ארויסגעברענגט אז איך בין נישט קיין שרייבער, און ממילא איז מיר שווער שריפטליך צו מסביר זיין אלעס עצהיו"ט. אבער דאך וועל איך פרובירן.

איך באנוץ מיך חלילה וחס נישט מיט קיין שום קסם, אבער דאך, בסייעתא דשמיא האב איך פארענטפערט זיינע אזויגערופענע שאלות. והסיבה לכך איז צוליב דעם וואס ער איז ב"ה נאכנישט געווען אנגעפיקעוועט מיט אלעס .
קודם האב איך איהם געדארפט אויפקלערן אז עולם אינו קדמון, וואס דאס איז נישט "אזוי" שווער, אין איינמאל ער האט צוריק אנגעפאנגען גלייבן אז ס'איז געווען איינער וואס האט קריעיטעט די וועלט, און ממילא להוא לבדו ראוי להתפלל, און נאר צו איהם דארף מען גלייבן, איז שוין נישט געווען אזוי שווער צו מסביר זיין אז "אויב רעליגיע, איז עס די אידישע"

יעצט א ווארט צו bpjew; אז מ'לעבט מיט אמונה איז בכלל נישט עולה על הדעת אז השי"ת האט חלילה פארגעסן פון איינעם, no matter the age.

און לרבים השואלים:
א לינק צו מיין אייוועלט ארטיקל;
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=25075 m
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:35 am#239533
כוכב האט געשריבן:צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.

גם אני מצטרף. מריסי עיניו ניכר אז עין טובה איז א טראל.
עין טובה, איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, גיי צוריק צו דיין נארמאלע ניק און הער זיך אויף נאריש מאכן.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:37 am#239535
יאיר האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.

גם אני מצטרף. מריסי עיניו ניכר אז עין טובה איז א טראל.
עין טובה, איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, גיי צוריק צו דיין נארמאלע ניק און הער זיך אויף נאריש מאכן.

גם אני מצטרף.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:38 am#239536
איך נעם נישט קיין שטעלונג אדערווייל!
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:41 am#239537
יהא, אז איך האב נאך א ניק, איז וועם באדערט עס?
ס"ה האב איך ארויסגעברענגט א ערנסטע נושא וואס מ'דארף אריינקלערן.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:59 am#239543
יאיר האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.

גם אני מצטרף. מריסי עיניו ניכר אז עין טובה איז א טראל.
עין טובה, איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, גיי צוריק צו דיין נארמאלע ניק און הער זיך אויף נאריש מאכן.

צ״ל מריסי עינתו, (לשון יחיד ונקבה).
ער מוז נישט זיין א טראל.
אבער ער זאגט אז יענער האט געהאלטן אז עולם קדמון. און ער האט איהם אויפגעקלערט. דאס קען איך אויכעט...
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:01 pm#239545
אינטערסאנט, וואו האט יענער בחור געזעהן אויף פעיסבוק אז דער וועלט איז יא קדמון? מוז זיין עפעס זייער אן אלטע פעיסבוק בלעטל.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:14 pm#239551
צווישן קרוב צו 7 ביליאן מענטשען אויפן וועלט קען מען רואיג טרעפן שקר... בפרט אז מ'זוכט תירוצים נישט צו דארפן טוהן וואס מ'האט צו טוהן, קען מען גאר לייכט "פארשטיין" אז עולם איז קדמון.
אבער, ווען מען איז דא צו פארשטיין די אמת, דעמאלט קען מען גרינג אויפקלערן די אמת
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:38 pm#239561
עין טובה האט געשריבן:יהא, אז איך האב נאך א ניק, איז וועם באדערט עס?
ס"ה האב איך ארויסגעברענגט א ערנסטע נושא וואס מ'דארף אריינקלערן.

דער פראבלעם איז נישט אז דו האסט נאך א ניק, דער פראבלעם איז אז דו מאכסט זיך נאריש און דו פילסט אן דעם ארט מיט הבלי הבלים.
@פארוואס?,
א יונגערמאן וואס ליינט קאווע שטיבל און פעיסבוק ווייסט גאנץ גוט אז קדמות העולם איז נישט דער היינטיגער מדובר ווען עס קומט צו עניני חקירה. חי אבולוציה אז עין טובה טרייבט ליצנות פון דעם עולם.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:45 pm#239565
יאיר, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין ווי ס'שטעקט נאריש דא?
יעדער איינער מוטשעט זיך מיט אנדערע מיני שאלות. אלעס מיט איין ציל;
נישט צו פילן אנקאמפטיבעל ביים טוהן מעשים נגד רצון בורא יתברך שמו
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:58 pm#239949
ער נוצט אגאנצע צייט די לשון 'אזויגערופענע' וואס דאס קומט בלי ספק פון קול מבשר, אלזא מוז מען דאך רעדן פון איינער וואס הערט נישט די ראדיא, וואס דאס מאכט מיך טראכטען אז ער האט נאכנישט קיין קאר, נו לכא' רעדט מען פון א כולל אינגערמאן. [ווייל א כלי קודש וואלט דאך נישט געהאט אינטערנעט]
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:01 pm#239952
וואס האט דען עין טובה דא געזאגט? ער האט בסך הכל געהאלפען א איד צו זיין א איד, יתכן מאוד אז יענער איז נישט געווען אזוי אנגעליינט ווי פאריקט פון זיינע תאוות
אבער מה פשעו ומה חטאתו פון עין טובה אז מען באפאלט אים אזוי?
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 5:34 pm#239964
כ'עדיר ענפערען.
וואס פונקטליך דארף ''אזויגערופענע שאלות'' צו מיינען??? די רמב''ם איז אפשר אויך געווען א ''אזויגערופענע רב''?! [וואס איך האלט גראדע, אז ווען ער לעבט ווען היינט וואלט עם קול מבשר בלי ספק אזוי בייטיטעלט].