Under maintenance
הויפט זייט » קוריאזן אין היימישע אויסגאבעס

קוריאזן אין היימישע אויסגאבעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #770
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:27 am#146331
דאס איז מער קאמיש ווי סקאנדאליש. עס האט מיר געקאסט א ביטערע געלעכטער זעהנדיג ווי משוגע מען איז געווארן אין אפילו די מאדערן-היימישע אויסגאבעס. דא האט איר צוויי רעקלאמעס פאר די ליניאדו שפיטאל. די ערשטע איז ערשינען אין די 'מקור ראשון', און די צווייטע איז ערשינען אין די משפחה מאגאזין. במושכל ראשון זעהן ביידע רעקלאמעס אויס די זעלבע. אבער קוקנדיג אביסל נענטער זעהט מען די חילוקים. לאמיר זעהן אויב איר קענט צו טרעפן. (אזהרה: עס וועט אייך צו ברענגן צו שטארקע געלעכטער ערב די ימים נוראים.)

קרעדיט: Natan Slifkin.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:37 am#146334
נשתנו הטבעים.. די קינדער ווערן שוין היינט געבוירן אנגעטוהן מיט בגדים...
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:00 am#146340
האסט פארפעלט נאך אפאר חילוקים, נוריה און אביגיל זענען געווארן דודי און איציק, אני כשלעצמי האב געהאט שרעקליכע הירהורים זעענדיג די האלב נאקעטע אביגיל... און נועם פאר סאם ריזען ווערט חגי.
אזוי אויך אונטען אין די ארגינעלע שטייט "ב'אגף יולדות' של לניאדו רואים בלידה חוויה", אבער פאר אונז חרדים איז דאס חס מלהזכיר, לידה איז לצורך פאפקארן און נקמה אין היטלער, חוויה? לא יזכר ולא יפקד! טוישט מען עס אויף "ב'אגף יולדות' של לניאדו רואים בלידה אותך", וואטעווער דעט מינס. דערנאך ביי די מעלות פונעם מחלקה, אין די ארגינעלע עד שטייט "הבאת התינוק להנקה עד אלייך", אבער אין משפחה קען מען אזא טמא'נע ווארט נישט אריינלייגן, ס'קען צוקומען צו הירהורים ומכשולות, פארטוישט מען הנקה מיט האכלה. און נאכאמאל צום סוף שטייט "הדרכה אישית וקבוצתית להנקה" אבער דאס איז אויך אסור, פארטוישט מען עס פאר "הדרכה אישית וקבוצתית בנושאים שונים", וואס איז דאס? ברעך דיך קאפ.

ווען די נאר איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט.
מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 9:35 pm#148125
דער רעדאקטאר פונעם בליץ איז ביים זינען?
דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:24 pm#150916
Marcy ave, האט א שידוך געטון....
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:57 pm#157165
עטרת אברהם האט חתונה אין עטרת אברהם!!....
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:00 pm#157169
אריין אין "טעותים אין היימישע אויסגאבעס" אשכול
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:01 pm#157254
סאשי פיש האט געשריבן:עטרת אברהם האט חתונה אין עטרת אברהם!!....


געוואלד ווי מען האלט שוין אין אמעריקע... בנינים האבן שוין חתונה במינם. :קראץ:
פרייטאג אקטאבער 18, 2013 8:19 am#157414
א דריטע באבובע רבי??.........
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:01 pm#172847
HUH ?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:13 pm#172856
וואס פארשטייסטו נישט? נחמיה מאסקאוויטש פון צפת האט א דאגה פון געלט און איז גרייט צו רעדן מיט דיר פאר א ציגענלעכע קאנפידענשעל פרייז.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:22 pm#172862
אודאי פארשטיי איך. אבער אזא תובע בפה איז מיר א חידוש, בפרט ווען ער גאראנטירט נישט צו דעליווערן עפעס זאכליך (ער וועט נאר פרובירן).
אגב, העיקר חסר פון דיין תגובה, "נחמיה מאסקאוויטש פון צפת" וועט נישט ברענגען קליענטן, מאך זיכער צו שרייבן הרב/שליט"א/עיה"ק/ת"ו, אט דאס רעדט צום הארץ און צו די אידישע נשמה.

אבי מען רעדט זיך אפ אז די איזראעליס לייגן זיך אן אויפן ציבור, און טוען גארנישט פאר פרנסה.
זאל אים השי"ת העלפן בדרך כבוד.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:26 pm#172868
ווייסטעך איך גלייב נישט די צייטונגען. אויב איך וועל עם פארהערן און זעהן ער איז א גאון אדער א רב וועל עם גערן שענקן דעם טיטל.
פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:54 am#173040
איך אויך האט געשריבן:וואס פארשטייסטו נישט? נחמיה מאסקאוויטש פון צפת האט א דאגה פון געלט און איז גרייט צו רעדן מיט דיר פאר א ציגענלעכע קאנפידענשעל פרייז.

נאך א פשט. אויב ס'איז קאנפידענשל קענמען נישט וויסן אויב דער פרייז איז צוגענגליך. :lol: 8-) :roll: :oops: :evil: :o
פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:00 am#175350
בררררר......
ווט''פ?
מיטוואך מערץ 05, 2014 10:36 pm#188993
אבו אבאס קעגן טעראר (שפאקטיוו)
דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:18 pm#189199
נישט קיין שלעכטע טעות גראדע אין קול ברמה. פון אבאמא קעיר צו אבאמא קערי

unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (13.62 KiB) געזען געווארן 2275 מאל
דאנערשטאג מערץ 06, 2014 9:01 pm#189216
סאשי פיש האט געשריבן:Marcy ave, האט א שידוך געטון....

ניין. סאשי:L זיי מיינען דער (געוועזענער( פרעזידענט פון עגיפטן מאהאמעד מארסי, ימ"ש. :roll: :lol: :x :P :oops: :o :shock: :evil:
מיטוואך מערץ 12, 2014 4:55 pm#190336
ווער קען guess'ן פון ווי די בריוו קומט....
(אויב די ווייסט זאג נישט)
מיטוואך מערץ 12, 2014 5:01 pm#190339
ס'פאנגט זיך אן מיט לכבוד....
מיטוואך מערץ 12, 2014 5:08 pm#190341
שעפטל האט געשריבן:ס'פאנגט זיך אן מיט לכבוד....

אוי גערעכט......
כ'האב עס אראפגענומען
מיטוואך מערץ 12, 2014 6:29 pm#190360
אליבא דאמת האט געשריבן:ווער קען guess'ן פון ווי די בריוו קומט....
(אויב די ווייסט זאג נישט)

די "בלאט" אוודאי
מיטוואך מערץ 12, 2014 8:21 pm#190374
אזוי ווי מען זעט מען קען שרייבן, וויל זיך שרייבן.......
און מיר דאנקן אייך, צוליב שטעלן די ווערטער......


איינער ווייסט וועלכע שפראך ער שרייבט?!
מאמע לשון קען ער אויך נישט?!
פון זיין ספרדישע שפראך טאר מען נישט משנה זיין?!
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:02 pm#190464
ראשעקאל האט געשריבן:
אליבא דאמת האט געשריבן:ווער קען guess'ן פון ווי די בריוו קומט....
(אויב די ווייסט זאג נישט)

די "בלאט" אוודאי

ווען ATUB @זר זהב ATUB איז ווען דא וואלט ער דאס זעכער געשריבן....
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:04 pm#190465
פונעם דרוק זע איך אז עס איז נישט "דער בלאט", אבער גערעכט אז דאס איז א טיפישער בלאט-בריוו.
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:05 pm#190486
ווער איז עס טאקע?
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:26 pm#190492
news report
מיטוואך יוני 11, 2014 12:17 am#205417
אינעם היינטיגן 'לוח הציבור' [בערך]: א מלמד און זיין תלמיד זענען פארוואונדעט געווארן אין בני ברק ווען דער וועכטער'ס רעוואלווער האט זיך בטעות צופייערט...
דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:49 am#205662
איך אויך האט געשריבן:ווייסטעך איך גלייב נישט די צייטונגען. אויב איך וועל עם פארהערן און זעהן ער איז א גאון אדער א רב וועל עם גערן שענקן דעם טיטל.

און אז ס'שטייט אין טעלעפאן בוך "הרב", אדער "ראביי" איז נישט געניג באגלייבט?!.. :? 8-) :lol: :roll: :oops: ;) :o
מאנטאג יולי 21, 2014 11:55 am#212832
.
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:56 am#215000
אזא בשורה טובה ווי די וואך אין בלאט האב איך שוין לאנג נישט געזעהן, עס האט מיר ממש מבטל געווען מיין אבילות פון די 9 טעג.

.
פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:49 am#215011
ב"ה אז ס'האטצעך נישט פארעמירט די ווארט פאפא נאר סאטמאר...
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 10:54 am#223367
כאפט אריין

.
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:03 am#223370
נאך גאנץ פיין, כאטשיג שטרעקט ער אויס זיין האנט, כ'קען א יוד וואס צאלט נישט קיין רענט צוויי חדשים נאך פארען קיין אומאן, ער איז אן'אונס, ער'ט דאך געמוזט צאלען זיין נסיעה
:roll:
פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:41 pm#248466
.
מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:35 pm#248520
איי איי ווי ווייט אונזער דולה איז פארפארן...
דינסטאג יאנואר 20, 2015 5:23 pm#249066
ונבנתה העיר האט געשריבן:.


און דער פארווערטס מאכט שוין חוזק

m http://blogs.forward.com/forward-thinki ... _feed=true m
מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:20 am#249148
היסטאריקער האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:.


און דער פארווערטס מאכט שוין חוזק

http://blogs.forward.com/forward-thinki ... _feed=true

ס'איז נישט אזוי ווייט דער פארווערטס ווי דער שרייבער פון ארטיקל. שלום דיען. ער האט נאך אלץ א פארביטערטקייט איבער די איבערגעטריבענע פרומע שטיק, פון וועלכע ער האט געליטן אין אן אנדערע קהילה קדושה בזיווג ראשון. זיין ערשטע רעבעצין איז געווען א תמימות'דיגע פרומע פראדוקט פונ'ם סקווערער חינוך... און (אזוי טענה'ט ער) דאס איז געווען איינס פון די הויפט סיבות פארוואס ער איז געווארן או.טי.די....!
זונטאג אפריל 05, 2015 11:28 pm#264210
לייען איך מיר אזוי 2 היימישע, פארצייטישע אויסגאבעס.

אין דאס אידישע ליכט אויף פסח שרייבט ער א גאנצע מוסר דרשה פון נישט זיין א מבזה את המועדות מיט ארומפארן הוליען חוה"מ, נאר אויסנוצן די צייט צו לערנען. די נעקסטע פעידזש זעה איך א פול פעידזש עד פאר קאני איילענד ריידס.

אינעם עונג שבת האקט ער געפערליך אויף די וואס זענען משנה פון מסורת האבות און מישן זיך פסח מיט כל טוב וטוב אין די געשעפטן, עד כדי כך אז מען ערלויבט זיך צו פארן פסח אין האטעלן. אויפן נעקסטן זייט איז א פול פעידזש עד פון אבערלענדער'ס בעסטע פסח קוקיס.
מאנטאג אפריל 06, 2015 4:57 am#264255
שמעקעדיג האט געשריבן:לייען איך מיר אזוי 2 היימישע, פארצייטישע אויסגאבעס.

אין דאס אידישע ליכט אויף פסח שרייבט ער א גאנצע מוסר דרשה פון נישט זיין א מבזה את המועדות מיט ארומפארן הוליען חוה"מ, נאר אויסנוצן די צייט צו לערנען. די נעקסטע פעידזש זעה איך א פול פעידזש עד פאר קאני איילענד ריידס.

אינעם עונג שבת האקט ער געפערליך אויף די וואס זענען משנה פון מסורת האבות און מישן זיך פסח מיט כל טוב וטוב אין די געשעפטן, עד כדי כך אז מען ערלויבט זיך צו פארן פסח אין האטעלן. אויפן נעקסטן זייט איז א פול פעידזש עד פון אבערלענדער'ס בעסטע פסח קוקיס.

שמעקעדיג: היסטאריע חזר'ט זיך איבער. מה שהיה הוא שיהיה...קוהלת...? (טאמער איז נישט דא אזא פסוק, האביך עס יעצט אויפגעמאכט.. :lol: )
אין די צייטונג, איז מיט עטליכע יאר צוריק געווען די זעלבע מעשה. אויף איין פעידזש איז געשטאנען א גאנצע מוסר דרשה אז מ'זאלל נישט פארן אין די האטעלן אויף וואקאציע. נאר פאר עניני רפואה. און אויב ח"ו מ'פארט יא זאלל מען נישט עסן בתערובות אנשים ונשים. נאר די האטעל זאלל סערווירן אין עקסטער צייטן. און אפילו שבת, זאלל מען נאר נוצן א "שפאניש ווענטל" . און אויפ'ן נעקסטן פעידזש האט ער אדווערטייזט עפעס א האטעל אין שווייץ,. און ער האט אויסגערעכנט אלע תענוגי עוה"ז וואס אונגערישע אידן האבן ליעב זיך נאכצוגעבן. (די גאליציאנער פארגינען זיך עס נישט. ביי זיי איז די גרעסטע תענוג אז מ'זיצט אינדערהיים און מ'עסט א שטיקל טרוקן ברויט, וואס מ'האט באקומען פאר ביליגער און מ'בייסט צו א שטיקל קנאבל...)
זונטאג יולי 26, 2015 6:25 pm#291800
אין די גליון פון ר' אליעזר דוד פריעדמאן

Capture2.PNG
Capture2.PNG (15.47 KiB) געזען געווארן 2915 מאל
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:11 am#314468
4.jpg
.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:14 am#314470
מיטוואך פעברואר 17, 2016 8:38 am#321691
די עברית'ישע המודיע האט גענומען קראנקהייט צום נעקסטע שטאפל ווען זיי האבן געפילט פאר וויכטיג אנצוטון הויזן אויף א "יונגעל" בעיבי אין א רעקלאמע פאר פעמפערס. זעט אינעם בילד די חילוק צווישן די ארגינעלע און די פרומע רעקלאמע. זעהט אויס אז המודיע האלט אז זייערע ליינער זענען פעדאפילס. נישט נאר די פעמפער מוז מען צודעקן, נאר אפילו קורצע ערמעל טאר א בעיבי חס וחלילה נישט טראגן. קראנק איז נישט גענוג א שטארקע אויסדרוק.

דאס דערמאנט אן ענליכע עפיזאד וואס איז שוין דערמאנט געווארן אין דער אשכול.

קרדיט: שאול קרויזר


.
מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:58 am#321707
איך מיין אז "דער איד" וואלט געהאנדעלט גאנץ ענליך....
זונטאג פעברואר 28, 2016 1:15 am#322798
REALY?
6.PNG
זונטאג פעברואר 28, 2016 10:29 am#322817
ATUB @ירח בן יומו ATUB
דו פרעגסט "really" צו ער האט עס געזאגט? אדער צו ס'אמת וואס ער האט געזאגט?
זונטאג פעברואר 28, 2016 12:16 pm#322823
מן הסתם האט ער אריינגעווארפן אין רמה"נ פושקע פאר די מצוה, און ער האט פארשטאנען אז ס'גייט ארויף אויף די מצוה פון צדקת רמב"נ. ודוק.
זונטאג פעברואר 28, 2016 2:56 pm#322848
עמוק עמוק
פרייטאג אפריל 21, 2017 8:35 am#368760
Re: קוריאזן אין היימישע אויסגאבעס
ליינענדיג דער איד פון יו"ט, האב איך באמערקט א פאר אינטרעסאנטע זאכען וואס זענען אפשר פשוט פאר די וואס ליינען דער איד יעדער וואך, אבער פאר א גאסט ווי מיר איז עס עפעס אנצומערקען.

איך האב דא דער ׳חג המצות - יו"ט פסח ביילאגע׳
בילד

די אגענדעס זענען עפעס מורא׳דיק. ווען מ׳באשרייבט די גרויסע הכרזה פון שנת תק"ע, שטופט מען אריין די גאנצע ׳היסטוריה׳ פון די רעפארם באוועגונג אין דייטשלאנד. זיי באשרייבען מדינת וועסטפאליא און די קאנסיסטואר וואס נאפאליאנ׳ס ברודער האט, אלס קעניג, אוועק געשטעלט פאר די אידען. זיי שרייבען אז די אלע פיהרער׳ס האבען געהאט איין ציל, אויסצורייסען אידישקייט גענצליך פון אידען. די פראבלעמען מיט דער ווערזיע פון היסטוריה פאדערט די גאנצע שעפערישקייט פון דער איד׳ס שטאב אויף צו פארענטפערען (אפשר וועגען דעם איז קענטיג דער מאנגאל פון שעפערישקייט אין די היימישע צייטונגען, ס׳איז אלס אויסגענוצט פאר דער וויכטיגע צוועק).
דער הויפט רב פון דער קאנסיסטואר האט געדרוקטע חידושים אויף ש"ס און דער דרכי תשובה ברענגט פון איהם? נעה, ער איז געווען אלט און שוואך און האט זיך נישט געקענט שלאגען מיט זיי (ווער רעדט פון שלאגען? אלט און שוואך איז נישט גענוג א תירוץ זיך אפצוזאגען כאטש פונ׳ם אמט?)
מ׳האט געמאכט א רשימה פון תקנות אין שולען, און מ׳זעט אז צווישען חסידים זענען זיי היינט אנגענומען? ווייל זיי האבען גענומען יענער מנהגים פון די ספרדים!
נאר א געציילטע פאר קענען זיי אויפווייזען אדער כאטש פארטייטשען אז ס׳האט עפעס א באהאלטענעם ציל. אלע אנדערע קוקען מיר אויס ווי גרייזען פון אומוויסענדע מענטשען, נישט כיטרע שטיקלעך אויסצורייסען אידישקייט. מ׳האט געוואלט ס׳זאל הערשען סדר. נו נו.
בילד

וועגען דער ראזעווע מעהל, האבען זיי א תשובה אין דברי חיים להתיר. אבער וואס טוט מען ווען די בעלזער האבען עס גע׳אסרט? ט׳קענען מיר זיין ווייניגער פרום ווי בעלזא, דער פאן טרעגער פון פרומקייט? נעה, דער צאנזער רב האט זיך צוריק געצויגען. וואס איז די מקור? וואס הייסט? דער איד זעלבסט! נישט ממש, מ׳האט געטראפען א בריוו וואס שטייט דארט ׳הנה עפ"י הדין אין לאוסרה, אך אם אפשר למעט מזה יותר טוב׳. דאס דארף הייסען צוריק געצויגען.....

ביים מאמר אויף דער רבינ׳ס סדר בשנת תש"ז איז די מערסטע קענטיג די פארדרייענישען. קודם דער שפראך פון ׳ערליכער רבנים׳ און ׳אמעריקאנער רבנים׳, כאילו הרב הנקין דארף זיך גייען קוויטלען ביי די אונגארישער רבנים. ווייטער ביים מעשה מיט די ווייץ, וואס מ׳האט מפרסם געווען אז מ׳האט געטראפען קנאבעל ביי די חרדים מצה בעקעריי ווייץ, און ווי דער רבי האט חושד געווען אפילו נאכ׳ן בודק זיין, און פון דעם גייט מען ווייטער אין אביסל היסטוריה פון דער מצה בעקעריי פון סאטמאר וואס האט ווייניג צו טוהן מיט די מאמר זעלבסט. מ׳פארענטפערט דרך אגב פארוואס סאטמארער מצות זענען נישט אלע ׳שיטת הרא"ש׳ מאכענדיג א רושם כאילו דער רבי האט עס אליינס אויך נישט געפאדערט. און דאס אז מערערים דארף מען הארכען אפילו נאכ׳ן טרעפען די שקר אין זייער ווערטער, ועוד.
סתם אזוי, די מעשה\מימרא פונ׳ם צאנזער רב אז צדיקים עסען קרבן פסח יעדעס יאר, און נישט ברוחניות נאר בגשמיות, און מ׳האט געזען דער פעטס רינען פון צאנזער רב׳ס מויל, וטאס דער סאטמארער רבי האט צוגעלייגט אז נישט יעדער האט געקענט זע׳ען, נאר די אנשי מעלה. עההם, טאמער דאס איז בגשמיות, וואס מיינט ברוחניות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk