Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
92 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 192 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7700
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:39 pm#239298
אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
שלום עליכם חברים,

איך האב א פערזענליכע הנאה פון שיינע אידישע מעלערייען, בעיקר די גאר טייערע, אזויווי איזידור קאופמאן, יצחק הולץ / האלץ, צבי מאלנאוויצער, יוסף איזראעלס וכדומה.

איך וואלט זייער הנאה געהאט ווען איינער דא, קען אפשר מוסיף זיין, זאגן מבינות וכדומה...
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:45 pm#239301
שלום עליכם.
מבינות אויף וואס? אדרבה, שטעל ארויף בילדער.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:07 pm#239306
דו זעהסט אויס ווי א גרויסע תלמיד חכם. אדרבה לערן אונז אויס. דערנאך וועלן מיר זיין א מחכים את רבו.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:28 pm#239309
דאס איז פון יצחק האלץ, זיינע מעלערייען פארקויפן זיך פאר ארום $50,000
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:31 pm#239311
דאס איז א מעלעריי פון צבי מאלנאוויצער, פון א ווייבער שול, ער האט א מורא'דיגע טאלאנט פון אראפלייגן א מצב.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:32 pm#239312
נאך איינס פון מאלנאוויצער.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:33 pm#239313
נאך א בילד פון מאלנאוויצער.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:35 pm#239314
נאך איינס פון האלץ.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:37 pm#239315
דאס ווייס איך נישט ווער עס איז די מעלער אבער ער האט געמאכט אסאך בילדער פון די לאגער און פון די האלאקאסט תקופה.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:41 pm#239316
נאך איינס פון האלץ.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:51 pm#239357
אה ענדליך איינער כלבבי.

אבער ווילסט מיר זאגן אז דער עילוי חיים דער רבס (בן הגרי''ז מבריסק) אין געווען א מבין אויף ארט?
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:55 pm#239361
א סענס אף יומער האט ער זיכער געהאט I wouldn't mind having him around

יעצט לעצם ענין די בילד פון די חתונה און פון דער ווייבל אליין כאפט מיר נישט אזוי
דער שניידער און די ערשטע פון ביהמ"ד מיין איך איז מוראדיג
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:08 pm#239364
דער שניידער איז א הערליכע עקזעמפל פון 'פיגיורעיטיוו ארט' געב א קוק יעדע קנייטש שטימט אויפן האר און די קענסט כמעט זעהן וואס דער שניידער טראכט.

די חתונה איז בערך 'עבסטרעקטיוו ארט' און איז טאקע נישט צופיל מיין טעיסט , אבער דאס גייט היינט.

די ווייבל איז קענטליך די זעלבע פרוי פונעם ווייבער שוהל נאר אביסל ארומגעטוישט די קאלירן.

אגב ,חוץ פון קויפמאן וואלט איך קיינע פון דיע נישט גערופן 'די טייערסטע' און רוב קויפמאן'ס אויפן מארקעט זענען פאלש.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:30 pm#239370
איך קיום דא ארויפשטעלן נאך אסאך בילדער, איך האב הנאה אז עס זענען נאך דא אביסלע מענטשן וואס פארשטייען, איך מיין אז פראפעצינאל איז האלץ מוראדיג, אבער אין ארויסברענגען די מצב קען איך נישט מחליט זיין ווער איז בעסער, האלץ אדער מאלנאוויצער.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:31 pm#239372
דאס איז נאך א בילד פון האלץ, עס זעט מיר אויס ווי דאס איז אין וויליאמסבורג.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:32 pm#239373
פארוואס לייגסטו נישט ארויף פון קויפמאן'ס ווערק, ער איז נאך די שענסטע, מיין איך.

אוודאי, לי עוועניו איין גאס פון די בי.קיו.אי.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:35 pm#239374
נעם למשל די פארטרעיטס פון יצחק הולץ קעגן די פארטרעיטס פון מאלנאוויצער, סאיז שווער מגדיר צו זיין די חילוק וואס און ווער ברענגט שטערקער ארויס די כאראקטאר פונעם אינדיווידואלען פערזאן.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:36 pm#239375
און ווי קען מען רעדן פון קויפמאן און נישט דערמאנען תלמידו הגדול לעזער/לייזער קרעסטין.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:37 pm#239376
מען בעט קאופמאן....
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:40 pm#239377
קויפמאן
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:41 pm#239378
נאך א קאופמאן אינגל...
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:44 pm#239379
וועמענס איז דאס
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:44 pm#239380
א רעביצין, בילד קאופמאן.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:45 pm#239381
קויפמאן איז אוועק צוואנציג יאר פאר די קריג. ווען, וואו, האבן די אנדערע געלעבט?
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:46 pm#239382
ישראל קאפקע האט געשריבן:וועמענס איז דאס


איוואן קרעמסקוי. Ivan Kremskoi
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:11 pm#239624
חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.
דיין פראגע/עצה צו ס'איז אפשר דא איינער פון די ארטיסטן פון וויליאמסבורג (די נישט אידישע טייל) וועלכע זאללן קענען אנווייזן עפעס פאר די פרומע תושבים פון דארט, איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז דער הרב יצחק טוביה ווייס פון מאה שערים און דער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד דאווענען אין דעם זעלבן שול... :lol: .
ס'קען נאך זיין אז מיט די צייט וועלן עטליכע חסיד'ישע וויליאמסבורג'ער תושבים גיין צו די ארטיסטן זיך לערנען. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעען... :roll:
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:18 pm#239625
berlbalaguleh האט געשריבן:חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.
דיין פראגע/עצה צו ס'איז אפשר דא איינער פון די ארטיסטן פון וויליאמסבורג (די נישט אידישע טייל) וועלכע זאללן קענען אנווייזן עפעס פאר די פרומע תושבים פון דארט, איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז דער הרב יצחק טוביה ווייס פון מאה שערים און דער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד דאווענען אין דעם זעלבן שול... :lol: .
ס'קען נאך זיין אז מיט די צייט וועלן עטליכע חסיד'ישע וויליאמסבורג'ער תושבים גיין צו די ארטיסטן זיך לערנען. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעען... :roll:

אזא אנגענעמע שנירל (אשכול thread) ביז אהער, ביטע לאזן אזוי (לאזט ר' יצחק טוביה און להבדיל יאיר לפיד, און דיין ציניזם אינדערויסן, אין די איבריגע 9,999 אשכולות).
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:20 pm#239626
עלענא פלעראָוואַ.
זי איז טאקע מוראדיג, זי גלייכט זייער דער נאטור, בלומען, און ספעציפיש טרויבן, פילע פון אירע בילדער האבן אן עלעמענט פון בלום-מענטשעלעך (flower fairies), זי האט אויך גאר אסאך געמעלן וואס האבן נישט דווקא מיט דזשודעאיקע.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:23 pm#239627
ישראל קאפקע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.
דיין פראגע/עצה צו ס'איז אפשר דא איינער פון די ארטיסטן פון וויליאמסבורג (די נישט אידישע טייל) וועלכע זאללן קענען אנווייזן עפעס פאר די פרומע תושבים פון דארט, איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז דער הרב יצחק טוביה ווייס פון מאה שערים און דער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד דאווענען אין דעם זעלבן שול... :lol: .
ס'קען נאך זיין אז מיט די צייט וועלן עטליכע חסיד'ישע וויליאמסבורג'ער תושבים גיין צו די ארטיסטן זיך לערנען. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעען... :roll:

אזא אנגענעמע שנירל (אשכול thread) ביז אהער, ביטע לאזן אזוי (לאזט ר' יצחק טוביה און להבדיל יאיר לפיד, און דיין ציניזם אינדערויסן, אין די איבריגע 9,999 אשכולות).

אבער צום ענין: איך מיין אז דער קאנטראסט איז גאנץ גוט בולט אין ביידע פעלער... :roll: :lol:
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:46 pm#239630
נאך פלעראָוואַ.
זי גלייכט זייער פרוכט, בעיקר טרויבן און פערזשיך (peach).
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:02 pm#239632
אגב, אירע טרויבען זענען נישט ווער ווייסט וואס...
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:04 pm#239633
זי איז א גוטע "קאמפאזישער" זי האט גוטע איידיעס, אבער אסאך פנים'ער זענען עמאציאנלאז....
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:08 pm#239635
חייםדירבס האט געשריבן:אגב, אירע טרויבען זענען נישט ווער ווייסט וואס...

און די הענט פון די מענטשן זעען אויך אויס מער רעאליסטיש ביי יצחק הולץ.
אבער די אויגן און אלע קליינע פרטים ארום זיי איז עפעס יוניעק (אייגנארטיג) ביי "פלעראווא", מער ווי ביי אלע אנדערע ארטיסטן... :idea:
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:15 pm#239638
הערליך איינס ביי איינס, נאכדערצו אז איך בין דאך נישט די גרעסטע מבין...

איך וואלט ווען נאר צוגעלייגט אז ATUB @חייםדירבס ATUB איז האלץ אליינס.... עניוועיס, א קנאקעדיגע התחלה דא אין שטיבל.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:21 pm#239641
שעפטל האט געשריבן:הערליך איינס ביי איינס, נאכדערצו אז איך בין דאך נישט די גרעסטע מבין...

איך וואלט ווען נאר צוגעלייגט אז @חייםדירבס איז האלץ אליינס.... עניוועיס, א קנאקעדיגע התחלה דא אין שטיבל.



דאס אז איך גלייך זיינע בילדער מאכט מיך נאכנישט אים... אבער יו נעווער נא....
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:25 pm#239643
קען האלץ אידיש?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 5:53 pm#239672
די ערשטע פאר פון פלעראווא וואס קאפקע האט גיברענגט איז מוראדיג
שמחת תורה די אינגל וואס האלט זיין קליינע ברידער האט מיר געכאפט און ווי די זיידע און באבע פיטערן די אייניקל איז אויך זייער טיף
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:00 pm#239675
איך האב פראבירט ארויפלאדענען פיל מער געמעלן, אבער וואס טוט מען אז קאווע שטיבל איז זייער דיסקרימינירד אויף וועלכע בילדער מען קען ארויפלאדענען, די פארמאט, די מאס (אין פיקסלס) און אין דימענציע (די הייעך און ברייט), פון יעדע דריי בילדער גייען צוויי נישט ארויף.
מען דארף מאכן א פעטיציע אז קאווע שטיבל זאל טוישן די רעגולאציעס.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:59 pm#239698
יצחק האלץ איז געווען דא באשריבן אין קאווע שטיבל:

יאנקל האט געשריבן:הונדערטער קונסט-ליבהאבער און קאלעקטארס האבן זיך פארזאמלט אין דער "בצלאל ארט גאלעריע" אין קראון-הייטס, צו דער דערעפענונג פון דעם ארט אויסשטעלונג פון די מאלערייען פון דעם בארימטן אידישן ארטיסט יצחק האלץ.
דער פארזאמלטער המון האט רעפרעזענטירט דעם פולן ספעקטרום פון ניו-יארק'ס ארטאדאקסישער געמיינדע. סאטמארער חסידים פון וויליאמסבורג, מאדערנע אידן פון לאנג-איילאנד און ליובאוויטשער פון קראון-הייטס - אלע זענען געקומען באוואונדערן די פעינטינגס און די נייע גאלעריע.
דער הויפט גאסט איז געווען דער ארטיסט אליין, יצחק האלץ. זיינע מאלערייען - פון די יארן 1962 ביז 2012 - האבן פארגעשטעלט לאנגע יארן פון אידישער היסטאריע.
בילד
אין דער גאלעריע

מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:11 pm#239700
הערליכע אשכול.
איך מיין אז פלעווארע זעהט אויס די מערסטע עכט
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:16 pm#239702
אויב עפעס פונקט פארקערט ,זי איז אזוי ווייט פון ריאליזם ארט/עכט ווי עס איז מעגליך. אלע אירע ארט איז פיין דמיון.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:19 pm#239704
פישל'ע העררינג האט געשריבן:חיים דער רב'ס,

ווי קען איך זעהן ערגעץ מער איבער האלץ? ווי קען איך קויפן זיינע אריגענעלס אדער ריפרינטס?

דא איז זיין אייגענע סייט ווי דו קענסט קויפן זיין אורגינאלע ארט און עס האט אויך א סעקשאן פון פרינטס (ליטאגראפס) פאר $90-$890.

דא האסטו א פרינט פון האלץ'ס הערליכע שוהל פעינטינג אבער עס איז היבש טייער ביי $895 ,דא איז נאכאיינס אויך $895 און איך ווייס אפילו נישט אויב עס האט זיין סיגנעטשור.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:26 pm#239705
איך אויך האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:חיים דער רב'ס,

ווי קען איך זעהן ערגעץ מער איבער האלץ? ווי קען איך קויפן זיינע אריגענעלס אדער ריפרינטס?

דא האסטו א פרינט פון האלץ'ס הערליכע שוהל פעינטינג אבער עס איז היבש טייער ביי $895 ,דא איז נאכאיינס אויך $895 און איך ווייס אפילו נישט אויב עס האט זיין סיגנעטשור.


דאס האט נישט קיין אריגענלען סיגנעטור.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:27 pm#239706
גנדי האט געשריבן:קען האלץ אידיש?


אין וויקעפידיע שטייט אז יא. ער איז געבוירן געווארן אין פוילן.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:30 pm#239707
גנדי האט געשריבן:קען האלץ אידיש?

ער איז געבוירן 1925 אין סקערנאוויץ ,פולין גאנץ זיכער אז ער קען אידיש.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:12 pm#239724
צבי מאַלנאָוויצער,
געבוירן אין בני ברק אין א חרדישע שטוב.
היינט איז ער א מאדערן ארטאדאקס.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:15 pm#239726
נאך מאַלנאָוויצער.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:17 pm#239728
ישראל קאפקע: ייש"כ. זייער הערליכע בילדער. אלע. נאר ביים מיטלסטן בילד איז א מעלה אז דער ארטיסט האט נישט אראפגעמאלן מיט צו שטארקע גראפישע דעטאלן... :lol:
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:20 pm#239729
קאפקע: דאס יונגעלע וועלכער לערנט אלף בית איז מורא'דיג. ער ברענגט ארויס אלע ניואנסן און געפיהלן אויפ'ן קינד'ס פנים....!
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:23 pm#239732
מאלנאוויצער איז מוראדיג...! ער ברענגט ארויס פנימער און "באדי לענגוועדש" זייער גוט. ער האט עטליכע סטיילס, אבער ער איז גוט!