Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • היסטארישער מסע המלכות של כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 קיין לונדון

קאווע שטיבל • היסטארישער מסע המלכות של כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 קיין לונדון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
71 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 72 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7707
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:06 pm#240406
מארקוס האט געשריבן:
ווי ווייט איך ווייס, גייט באבוב פאר די נסיעה ״נישט״ טיילן קיין טיקעטס.
יעדער מוז צאלן פאר זיין טיקעט.
יעדער מוז צאן פאר זיין אכסניא.
און אויב באבוב וועט צאן א טיקעט אלס הכרת הטוב פאר איינע וואס טוט און ארבעט פאר באבוב האט ער זיך עס ערליך פארדינט.

איך ווייס פון מער ווי איינער וואס באקומען בחנם טיקעטס און ניין זיי ארבטען נישט פאר באבוב
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:20 pm#240412
סתם אזוי? אבי געגעבן א טיקעט?
אלס וואס האבן זיי באקומען א טיקעט?
אזויווי די ווייסט ״מער פון איינער״, ביטע לאז אונז וויסן, ווייל איך וויל אויך באקומען איינס בחנם.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:56 pm#240421
לעמיל האט געשריבן:
מארקוס האט געשריבן:
ווי ווייט איך ווייס, גייט באבוב פאר די נסיעה ״נישט״ טיילן קיין טיקעטס.
יעדער מוז צאלן פאר זיין טיקעט.
יעדער מוז צאן פאר זיין אכסניא.
און אויב באבוב וועט צאן א טיקעט אלס הכרת הטוב פאר איינע וואס טוט און ארבעט פאר באבוב האט ער זיך עס ערליך פארדינט.

איך ווייס פון מער ווי איינער וואס באקומען בחנם טיקעטס און ניין זיי ארבטען נישט פאר באבוב

באקומען פון דער קהלה? אדער מען האט אים צוזאמען געשטעלט א טיקעט? אויב נישט זיכער פרעג אים. איך ווייס נישט קיין איינעם וואס דער קהלה זאל אים געבען א טיקעט בחנם.

איך האב שוין געשריבען אז גוטהארציגע מענטשען האבען "געהאלפען" מענטשען וואס קענען זיך נישט ערלויבען, ותו לא.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:08 pm#240428
גאליציאנער; לו יציור אז ביזט גערעכט אז באבוב 45 באשטייט פון טויזענט משפחות אויפ'ן גאנצע וועלט, איז עס נאך אלץ פיר מאל אזוי פיל אמתע חסידים ווי 48 האט.

לויט מיין קאלקולעטאר פארמאגט באבוב 45 איבער צוויי טויזענט משפחות איבער דער וועלט, און אכט צו צעהן מאל אזוי פיל חסידים (אמתע חסידים) ווי 48 האט.

חסידים מיינט נישט ווער עס איז שטאלץ צו זיין א באבובער; אזעליכע איז דא אין תל אביב אויך (ח"ו צו פארגלייכען, באט יו געט דער פוינט). א חסיד איז איינער וואס פרעגט זיין רבי וואס צו טוהן.

איך האב אבער הנאה אז פיינעלי ביזטו שוין "האלב" מודה. האט דאך מיין שרייבען שוין עפעס אויף געטוהן.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:15 pm#240430
בארא פארקער האט געשריבן:און אויב באבוב וועט צאן א טיקעט אלס הכרת הטוב פאר איינע וואס טוט און ארבעט פאר באבוב האט ער זיך עס ערליך פארדינט.
אבער סתם טיילן טיקעטס אבי אנצופילן די פארענטשעס, עינט גאנא העפען.

30% אדער מער באקומען טיקעטס פאר הכרת הטוב. זייער שיין.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:21 pm#240432
איך האב אבער הנאה אז פיינעלי ביזטו שוין "האלב" מודה. האט דאך מיין שרייבען שוין עפעס אויף געטוהן.[/quote]

ביטע זיי מסביר צו וועליכע האלב פון וואס איך בין מודה
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:25 pm#240433
מאיר הערש האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:און אויב באבוב וועט צאן א טיקעט אלס הכרת הטוב פאר איינע וואס טוט און ארבעט פאר באבוב האט ער זיך עס ערליך פארדינט.
אבער סתם טיילן טיקעטס אבי אנצופילן די פארענטשעס, עינט גאנא העפען.

30% אדער מער באקומען טיקעטס פאר הכרת הטוב. זייער שיין.



פארוואס 30, אפשר 60 אדער 80?
אז די מאכסט אויף מעשיות טוה עס all the way.

אדרבה רעכן מיך אויס "איינער" וואס די וויסט וואס האט באקומען א טיקעט אומזוסטערהייט.

אזוי ווייט ווי איך ווייס האבען שון איבער 1600 מענטשן פון אמריקא שון געקויפט טיקעטס דורכן וועד, און דאס איז אויסער די הונדריטער מענטשן וואס קויפען אליין די טיקעטס.

גדול יהי' כבוד המעמד הזה!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:27 pm#240434
מאיר הערש האט געשריבן:ווי גוט איז אז באבוב האט זיך צעטיילט. ווי קענען די צוויי באבוב'ס זיין צוזאמען ווען איינער איז ממש דאס פארקערטע פונ'ם צווייטן? דאס שנאה און האס פון באבוב48 שרייבערס איז בכלל נישט דא אין באבוב45 שרייבערס. איז עס נאר די שרייבערס אדער איז דאס דער מהות פון באבוב48? ווען דער מהר"ש און מהרנ"ץ זצ"ל האבן נאך געלעבט איז דאס שנאה צווישן באבובער חסידים נישט געווען.


מאיר הערש, די ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה.

א אמתע מעשה; דער וואך (נאכען זעהן די ברענענדיגע קנאה און שנאה פון 48 סטריט צום אויסערגעווענליכע הצלחה אין לאנדאן) האט א חשובער באבובער חסיד געזאגט צו זיין ווייב "איך פארשטיי נישט וויאזוי איך האב פערציג יאר געקענט זיין מיט אזעליכע מענטשען אין איין בית מדרש".

זיין ווייב, זעהט אויס א קליגע, האט אים צוריק גע'ענטפערט "דאס איז דערפאר ווייל דענמאלט זענען נאך אויך געווען דארטען נארמאלע מענטשען".

דער מעשה שפיגעלט אפ אלעס. איינער האט עס אראפ געלייגט אזוי. ווען דער מהר"ש זי"ע האט געלעבט איז זיין גרויסקייט און ליבשאפט צו יעדען געווען אזוי גרויס אז אפילו די וואס האבען זיך געפילט צוטרויטען האבען אלעס פארקוקט און געפילט אז זיי האבען אלעס מיט דער מהר"ש. ער איז געווען זייער טאטע, כאטש נישט אלע דארט זענען געווען זיינע ברידער.

יעצט אבער אז דער מהר"ש איז שוין נישט דא; איז פאר וואס פאר א גוט יאר זאל א צוטרויטענע בלייבען דארט; נאך דערצו וואס אין באבוב 45 פרעגט מען נישט אויס וויפיל פרוצענט גאליציאנער מען איז, אדער וויפיל געלט מען האט; און אפילו מיט א משפחה נאמען ווי גימפעלאוויטש, אויב ער איז א ערליכער, איז מען אים מחשיב.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:32 pm#240450
מארקוס האט געשריבן:...
נאך די לעצטע דעוועלאפמענטס, זענען די 45׳ער געווען טיעף טיעף אין דער ערד.
די״ת - פארלוירן.
בנינים נישט.
באבוב נישט.
...

פארוואס אויב עטץ האט אלעס געוואנען, גייט עטץ ארום בפנים זועפות; און די וואס (לויט דיר) האבען אלעס פארלוירען גייען ארום צופרידען און מיט א שמייכעל?

דערצייל אונז דער סוד.

אפשר "געווינען" דער די"ת, און וואס עטץ האט "געטוהן" צו געווינען דער די"ת, האט ענק באגראבען?
אפשר "צונעמען" אלע בנינים האט ענק באגראבען?
אפשר "צווינגען" די סלתו ושמנו פון באבוב צו מאכען א היכר צווישען זיי און ענק האט ענק באגראבען?

ענטפער נישט אזוי שנעל; טראכט!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:56 pm#240476
כנור, די ביסט א ריכטיגע און פאסיגע רעפרעזענטיטיוו פון דער צד 45.

ווי דערמאנט דא כמה וכמה פעמים, איז דער גאנצע צד ענקערע געבויט אויף דמיון, איננצורעדן דער עולם אז אינז דיין אלעס געווינען, בנינים, באקומען דער נאמען וכו' וכו' אבער ווען עס פאלט ארויס דער אמת און פנים אריין, דעשרעקטס ענק בכלל נישט, נאר מ'הייבט אן זינגען א צווייטער ניגון, ווי למשל בי"ד איז קארראפט און אינז זענען דער אמת'ע באבוב, אני שלום, היכר און אלע אנדערע שטותים. דער עיקר איז נישט אויפצוגעבן און אפי' צוליב דעם דארף מען טוישען דער ניגון, וואס עד כדי כך קען מען טראכטען ביי זיך אז אויב דאס פאלט דורך וועט באמת זיין דערנאך, אבער יעדער מאהל מיט א נייע חידוש ווי אזוי זיך מחזק צו זיין, און יעצט האלט מען שון ביי דער מצב אז בעצם איז יעדער איינער אויף צד 45 טיף און דער ערד, פארזעצט און אנגעווייטאגט, אז בי"ד האט געפסקנ'ט אז זיי זענען נישט באבוב (א שם לווי איז נישט קיין היכר, קענסט איבערזאגן היכר הונדרעט מאהל ס'וועט דיך גארנישט העלפן).

אבער דא איז געקומען א בליץ, הגם אז אזא נאמען ווי באבוב 45 איז פורים און דער וואכען, מילד גערעדט. אבער פונדעסוועגן קען מען זונגען א נייע ניגון, וויבאלד מ'קען זיך איינרעדן און דמיונ'ן אז דורך דעם וואס מ'לייגט א "היקר" 45, וועט צד באבוב נישט זיין הונדרעט פערצענט צופרודען, איז האמיר געוואנען!!

דאס איז דאך אזוי ווי די וועסט פרעגן א בירגער פון מדינת ישראל נאכען לעצטע מלחמה, וואס איז פשט אז און מדינת ישראל איז נישט הונדרעט פערצענט צופרודען בשעת די חברה פון חמס טעראר גרופע און גאזא טאנצען און שפרינגען און טיילען צוקערליך פאר די קינדער, וואלט דאך א קורץ בליקיגע מענטש געטראכט אז חמס האט געוואנען די מלחמה?

די תירוץ איז אוודאי אז אפי' מ'הרגט אויס טויזענטער חמס מיטגלידער מ'צוברעכט זייער גאנצע infrastructure און מערכת, וועלן זיין טאנצען אויף דער איין מיסעל וואס איז געפלויגען לעבן תל אביב! דער נמשל דארף מען נישט מסביר זיין.

לענינו, האסטו אנגעהויבען א לאנגע קעמפיין פון די גרויסע עולם וואס איז גאווען, און נאכדעם וואס מ'האט עס צונומען אויף קליין געלד, האט זיך געטוישט די ניגון זיך פרובירען איינצורעדן אז נאר ביי ענק איז דא אמת'ע חסידים, נישט מעמבערס וכו' זאכען וואס מליבא לפומא לא גליא.

וואס איז געבליבען צו ווינדרען איז, איז דאס דיין last resort? אדער איז נאך דא אסאך בעקאפ'ס צוגעגרייט.

א נער זאגט אויך אמאל א גוט ווארט וועל איך עס נאכזאגען: " ענטפער נישט אזוי שנעל; טראכט!"
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:59 pm#240477
גאליציאנער האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:און אויב באבוב וועט צאן א טיקעט אלס הכרת הטוב פאר איינע וואס טוט און ארבעט פאר באבוב האט ער זיך עס ערליך פארדינט.
אבער סתם טיילן טיקעטס אבי אנצופילן די פארענטשעס, עינט גאנא העפען.

30% אדער מער באקומען טיקעטס פאר הכרת הטוב. זייער שיין.

פארוואס 30, אפשר 60 אדער 80?
אז די מאכסט אויף מעשיות טוה עס all the way.

אדרבה רעכן מיך אויס "איינער" וואס די וויסט וואס האט באקומען א טיקעט אומזוסטערהייט.

אזוי ווייט ווי איך ווייס האבען שון איבער 1600 מענטשן פון אמריקא שון געקויפט טיקעטס דורכן וועד, און דאס איז אויסער די הונדריטער מענטשן וואס קויפען אליין די טיקעטס.

גדול יהי' כבוד המעמד הזה!

ווייל דו האסט נישט באקומען, הייסט נישט אז אנדערע האבן נישט באקומען. איך ווייס פון עטליכע וואס האבן באקומען טיקעטס און זיי האבן דערציילט אז אפאר הונדערט האבן באקומען. אפשר האב איך דאס נישט געזאלט דערציילן און דיר מאכן עגמת נפש, ווייל ווי עס זעט אויס געבן זיי נאר פאר די וואס זיי ווילן בדוקא (חשוב'ע באבוב48) זיי זאלן זיך באטייליגן.

1600+הונדערטער מענטשן??? :roll: גזמאות אין גרויסן ווען באבוב48 האט נישט אזויפיל מענער, חוץ טאמער דו רעכנסט מענער, פרויען און גאנצע משפחות.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:04 pm#240482
א מזל מ'קען נישט זען דיין פנים ווי רויט ס'איז בשעת די שריבסט דער גראבע שקר!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:14 pm#240486
מאיר הערש האט געשריבן:ווייל דו האסט נישט באקומען, הייסט נישט אז אנדערע האבן נישט באקומען. איך ווייס פון עטליכע וואס האבן באקומען טיקעטס און זיי האבן דערציילט אז אפאר הונדערט האבן באקומען.
1600+הונדערטער מענטשן??? :roll: גזמאות אין גרויסן ווען באבוב48 האט נישט אזויפיל מענער, חוץ טאמער דו רעכנסט מענער, פרויען און גאנצע משפחות.

די ביליגע שקרן, טיפיקעל קארטשינע.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:54 pm#240516
גאליציאנער האט געשריבן:א מזל מ'קען נישט זען דיין פנים ווי רויט ס'איז בשעת די שריבסט דער גראבע שקר!

בארא פארקער האט געשריבן:די ביליגע שקרן, טיפיקעל קארטשינע.

אנשטאט צו באשולדיגן יענעם מיט שקר, זייט נישט פויל, מאכט א ביסל הוימווערק וועט איר אליין געוואויר ווערן אז בערך 250 טיקעטס האט מען שוין געטיילט. זעט אויס, אז עטץ זענט נישט פון די "חשוב'ע באבוב48" וואס מען מוז ענק אויך א טיקעט געבן.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:57 pm#240520
בארא פארקער האט געשריבן:די ביליגע שקרן, טיפיקעל קארטשינע.

נאר באבוב48 וואלט גענוצט אזעלכע לשונות. דאס הערט מען נישט פון באבוב45.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:58 pm#240521
מאיר הערש האט געשריבן:
גאליציאנער האט געשריבן:א מזל מ'קען נישט זען דיין פנים ווי רויט ס'איז בשעת די שריבסט דער גראבע שקר!

בארא פארקער האט געשריבן:די ביליגע שקרן, טיפיקעל קארטשינע.

אנשטאט צו באשולדיגן יענעם מיט שקר, זייט נישט פויל, מאכט א ביסל הוימווערק וועט איר אליין געוואויר ווערן אז בערך 250 טיקעטס האט מען שוין געטיילט. זעט אויס, אז עטץ זענט נישט פון די "חשוב'ע באבוב48" וואס מען מוז ענק אויך א טיקעט געבן.



איך האב נישט געוויסט אז די האלסט אז עס איז דא 250 חשובע באבובער חסידים. איך האב געמיינט אז ס'איז און דער רעינדז פון 30-40

דער איינציגער וואס די נערס'ט איז זיך אליינס (אויך נישט)!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:13 pm#240522
באבוב48 האלט זיי פאר חשוב, נישט איך. און זעט אויס אז זיי האלטן דיר נישט פאר אזוי וויכטיג.
אויב ס'איז דא 850 אברכים (חוץ יוראפ און א"י) איז 250 בערך 30%, ניין?
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:16 pm#240523
איך פארשטיי נישט וואס דו האסט געשריבען, איך האף אז דו פארשטייסט יא.

בנוגע צו דער נאמבערס, קוקט מיך אויס אז דו וואוינסט אין אוסטרלי', און שטארק אפגעטשעפעט פון דער מציאות.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:57 pm#240531
וואס איז דא נישט צו פארשטיין?

בנוגע די נומערן, זעט אויס דו לעבסט מיט פאנטאזיע און כדי עס זאל אויסזען אז באבוב48 האט הונדערטער מער חסידים ווי ס'אקטועל, רעכנסטו אריין בחורים, פרויען, קינדער, און אלע וואס קומען אמאל דאווענען אין איינע פון די מנינים אדער טרעטן אמאל אריין, און אפשר גאר אויך אלע באבוב45 חסידים ווייל "זיי וועלן זיכער צוריקקומען".
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:05 pm#240541
איך האב דזשאבס צוטיילען פאר ארבעטסלאזע חסידים איך נעם אהן עכט באבוב און באבוב45,מיין אישי איז אפען.
אויב זענט איהר א רעביש קינד האב איך אוכט אן אפציע מזאל ארבעטען אנינומי.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:07 pm#240576
כ'וואלט מורא געהאט פון דיינע שארפע שטעלונגען און מחאות באיצטלא דקנאות ווען מ'האלט אנדערש פון דיר, איז ע''כ נאו טענק יא!