פארומס › כ"א כסלו בילדער
כ"א כסלו בילדער
159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7740
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 4:18 pm#357361
שמעון וואלףאון ביזדערווייל קוקט דער עולם ארויס אויף די הדרכת השנה וואס די אחים האדמורי"ם וועלן מעורר זיין אויף די פירצת הזמן
ווי דען אנדערש -- גיבט א בליק אין דעם הייליגן שטיקל פונעם איד הק', ווי מען באשרייבט אז עס גייט קומען א מאסיווע דרשה, נישט ווייניגער ווי "יסודות'דיגע דברות קודש", "דעם קלארן דעת תורה", "חובת השעה", "דבר ה'", "יסודות איתנים", וואס דער הייליגער רבי, דער "מגן הטהור", דער "עמוד האש ההולך לפני מחנה בני ישראל", דער "שר צבא", דער "ראש גולת אריאל", וועט האלטן פאר די רבבות משתתפים.
"עס הערשט א געוואלדיגע תשוקה, רבבות חרדישע אידן קוקן ארויס צו די דרשה, קיינער וויל עס נישט פארפאסן" - שרייבט דער איד ממקור ראשון, "דאס וועט זיין דער סאמע קלימאקס און הויכפונקט פונעם גאנצן מעמד", פירט דער שרייבערל אויס מיט פאטאס. אין די קארידארן פון די ראשי עסקנים ווייסן אלע בלי ספק אז קיינער קומט נישט צוליב די טראסק, קיינער נישט וועגן די פרקי ושירי חזנות, וועגן די סעודה, וועגן די יו"ט ערליך סי.די., וועגן א ספר מיט סיפורים פונעם רבי'ן. גארנישט. אלעס קומט בלויז צוליב די "צענטראלע מאמענטן", דער רבינ'ס יערליכע חובת השעה דרשה. "כי אם לשמוע את דבר ה'...".
דער איד זאגט שוין אויך פאר גענוי וואס די דברות קודש וועלן זיין. קודם וועט דער רבי רעדן "הערליכע דיבורים" בשבח מוסדותינו הק'. נאכדעם וועט ער ווייטאגן אויפ'ן גזירת הגיוס. געוויס וועט ער רעדן פון טעכנאלאגיע אויכעט (הגם דאס שטייט נישט אפן באשריבן, איז עס אבער קלאר פון צווישן די שורות, ווען מען שרייבט אז דער רבי וועט מעורר זיין אויף "וויכטיגע יסודות נאמנים פאר'ן עתיד הדורות"). וראה זה פלא, כאטש דער איד זאגט אלעס פאר קלאר און דייטליך, עכ"ז איז נאך דער עולם שטארק משתוקק פון טיפן הארצן צו הערן די פייערדיגע דברות קודש דייקא יוצא מפום ממלל רברבן, לשמוע את דבר ה'.
דערמאנט מיר פון @פליקער'ס ארטיקל - "פראדיקטעבל". אבער נאך ווי.
.
📎 חובת השעה.jpg
מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 11:02 pm#357478
די ארונים מאכן היי יאר א סעודת הודאה והצלה כ"א כסלו אין די ארמארי. באזינדער וועלן זיי מאכן א דינער פאר די מוסדות א' וארא. קיין דעטאלן איבער די דינער ווייס איך נישט. אפשר וועט מען מאכן נאר פאר גרעסערע באשטייערער אדער עפעס אנדערש.
עני ארונים דא וואס קענען אויסקלארן?
עני ארונים דא וואס קענען אויסקלארן?
מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 11:49 pm#390825
עני בילדער אדער פרטים פון די דינערס דאס יאר?
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:38 am#390867
דער עולם איז געווען ביזי פאלאוען די אחת ושתים קאמפיין און נישט געהאט קיין צייט פאר בילדער
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:57 am#390874
כ"א כסלו תשע"ח
📎 Picture1210171022_1.jpg
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:28 pm#391015
לאקשכ"א כסלו תשע"ח
די בילד וואס די ברענגסט פין מהר''א ענדיגט זיך אינמיטן די זאל וואס איז געווען זייער לאנג, מ'קען זעהן די הויפט טיר וואס איז געווען אין צענטער פין זאל, פעיק ניוז אדער נייס טריי
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 12:42 pm#391281
דער_איד מיט ברייטע דעקונג פון די מעמדי כא_כסלו דורך אנ״ש איבער די גארער וועלט.
און איבער די כינוס_רבתי ביים מאנטריאל_נסיעה.
און איבער די כינוס_רבתי ביים מאנטריאל_נסיעה.
📎 photo_2017-12-14_12-41-12.jpg
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 12:52 pm#391284
לאקש#מיינסט עס #ערנסט? די #איד האט עס געדעקט #ברייט?#דער_איד מיט ברייטע דעקונג פון די מעמדי #כא_כסלו דורך אנ״ש איבער די גארער וועלט.
און איבער די #כינוס_רבתי ביים #מאנטריאל_נסיעה.
