מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:51 pm#244711
די פאלק פאדערט א ריקאונט יעצט! ווי איז דער סופרים קאורט? עס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז דער בית הכסא האט דא עפעס געשמירט אינטער'ן טיש.
ונבנתה העיריואביאירוואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.
און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען.
פונקט האט מיר איינער געשריבן ווי שוואך (נע, שבח) דער בית הכסא איז, ווי זאגט טשורטשיל: some chicken...
לעיקוואדדי פאלק פאדערט א ריקאונט יעצט! ווי איז דער סופרים קאורט? עס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז דער בית הכסא האט דא עפעס געשמירט אינטער'ן טיש.
פישל'ע העררינג
***
אלע לשון הקודש ווערק האבן באקומען א שיינע ביאור פון מיך, לעיקוואד, אחד העם און אנדערע. מיט די דאזיגע אידישע ביאורים האט מען עס געקענט פארשטיין פונקט אזוי גוט ווי די אידישע.
פישל'ע העררינגאקעי, לאמיר ווייטער מפרש זיין, כיד הפאנטאזיע עלי לטובה...כוכב
ימי ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
אין דעם אליינס אז דער יום טוב איז גאנצע אכט טעג ברויך מען זיך אויך מתבונן זיין
ווייל צוליב שה"י ופה"י האט מען אונז פון אייביג פיינט געהאט
אבער א פארפייניגטע טאג ["עונה" לשון נופל על לשון] קומט אלץ צו אן ענדע
אין זכות פון די יום טוב'דיגע קרבנות [אִשֵׁהּ] וועלכע ברענגען השפעות טובות
הבינה והברכה לח"י *)
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
אויב טוהט מען זיך אזוי מתבונן זיין זעהט מען איין אז דאס לעבן איז באמת א ברכה
אזוי ווי דער נביא מלאכי זאגט אין פרק ב' אז אויב מען איז נישט שם על לב ווערן די ברכות אפגעטייטשט ווי קללות - וְאָרוֹתִי אֶת בִּרְכוֹתֵיכֶם וְגַם אָרוֹתִיהָ כִּי אֵינְכֶם שָׂמִים עַל לֵב
יוסף האט געמיינט אז ביים זוכן די ברודער האט זיין פיטום אנגעהויבן גיין אראפ [דערווייל דארט האט אנגעהויבן די צמיחת גאולת מצרים]
ווי קען זיך א מענטש פארלייקענען א הזדמנות צו לעבן א גוט לעבן?!
___
*) לח"י איז בגימטריא מ"ח, לרמז אז א מענטשס גאנצע מח און געדאנקען-גאנג ווערט געבענטש און נארמאלעזירט פון אזוי טראכטן
אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
[אפילו אויב האלט מען נאכנישט דערביי למעשה] איז אבער רעדן פון דעם קלוגע יסוד אזוי ווי פאר אן ארימאן [כמו-רש] זאפט פון פיש/פלייש [ער ערלויבט זיך נישט מער ווי דעס אבער ער האט כאטש דער טעם אין מויל]
און אזוי ווי דער שטיין האט באוויזן מהפך צו זיין סדרי בראשית און געבן וואסער, אזוי זאל דער באשעפער - הצור תמים פעלו - פאר אזא איינעם מהפך זיין אלעס לטובה
אזוי בעט איך מיט'ן גאנצע הארץ [33 מינוס 1 איז ל"ב]
און איינמאהל פאר אלעמאל זאל פארשניטן ווערן די עזובת בת ציון און די עצירות אוצרות השמים!
שוין, דער מחבר גייט מיך שחט'ען פאר'ן דערהרג'ענען זיין פיוט...
יואבנישט אז איך האב עפעס דערקעגן דאס פיי ווערטל חלילה וחס. אבער ס'ווענד זיך אין וועלכער משפחה דו לייגסט דאס אריין. אז וויל איך שטימען פאר א שיינעם פיוט אויף לשון קודש, האט דאס מיך באלד אוועקגעשלעפט. ס'באלאנגט נישט דארט. מ'קען נישט גיין א ברייט-ברומיגן פלאכן הוט ווען דאס רעקל לאזט זיך איז אין בעסטן פאל אויס דארט ווי אנדערע האלטן גאר דעם גארטל. ( לעיקוואד לכאורה וועט האלטן אז יא, איך בין נישט מחולק מיט עמען פון א פונדעמענטאלן קוק-ווינקל.)
אויב וואלט דאס געווען אין דער טב פאעמע צום ביישפיל, אדרבה, גיב צוויי.
יאירוואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.
ישמעאל הכהן103 טו בי קארעקט
שמעקעדיגעקזעקטלי! איך האב דאס געוויינט, געשריגן, אז כ'פארשטיי נישט צו פאעזיע, אבער מיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן. כוכב (און קעלנער) האט געוואלט איין זאך: א בלאק וואוט. נו, יעצט איז שוין צו שפעט, אז אלע גראדע מעכלעך שטימען וואס זיי האבן ליב, אודאי שטימט מען פארן בית הכבוד... בלי שום ספק אז אלמלי בלויז די מבינים וואלטן געשטימט וואלטן די רעזולטאטן גאר אנדערש אויסגעקוקט.
איך אויךעס איז צרות ווי א בארג. די 'חכימא דיהודאי'ס' און 'לייבגווארדיסטן' שימפן און שעלטן אז ס'גייט א רויך.
חברה נעמט איין א טשיל פיל ,עטץ זענטס שוין גענוג אנגעפאשעט מיט טויזענטער לייקס און זאט פון די גבאים רוטאציע כבוד ,פארגינסט אביסל אויך פאר די אפגעהארעוועטע פשוטי עם!
נידער מיט די קלאסן! לאנג זאל לעבן דעמאקראטיע!
ישמעאל הכהן103 האבן געשטימט דריי מאל. ניין?
ישראל קאפקעשעפטל📎 שושנים 1.png
שאלה, די באלד איז אלס געווינער'ס...?
אזוי אויך, מיינט דאס אז אינגאנצן 103 מענטשן האבן געשטימט???
די באלדס זענען די וועלכע דו האסט אויסגעוועלט, זעט זיך אויס אז דו האסט א גוטע נאז.
זיכער מער ווי 103, ווייל איינער האט געשריבן אז ער האט בטעות געשטימט נאר פאר איינס, און עטליכע האבן געשטימט פאר צוויי.
פישל'ע העררינג
המבין יבין זאל אנציען מער ווי שאון השעון?!!
איך אויךמיינע האט באקומען די ווייניגסטע אבער איך טרייסט מיך מיט די גוטע פילינג פון זיך דרייען צווישן די ריזן.
ישראל קאפקעאיך אויךמיינע האט באקומען די ווייניגסטע אבער איך טרייסט מיך מיט די גוטע פילינג פון זיך דרייען צווישן די ריזן.
ווען דו הייבסט נישט אן מיט 'פאעזיע איך קען נישט', וואלסטו מן הסתם באקומען דאפלט שטימען, יעדער וואלט געמיינט אז עס איז עפעס גאר טיף און קונסטליך.