איך פארשטיי נישט וואס ס'גייט דא פאר. מילא א פארשטויבטן הוט, נו, מ'רעדט דאך פון מענטשן וואס אדער וואלגערט זיך דער הוט ביי זיי אין טראנק פאר חדשים, אדער זיצן זיי דערמיט אין כולל שוין פאר יארן.(נאו אפענס, באט דוכט זיך מ'רעדט פון וויזניץ, כ'מיין, איך קען א סך אפגעגאלטע היטן דארט.)
נאויס-פעדס אבער? קודם כל רעדט מען דאך פון וויזניץ, פלאסטיק גלעזער ווי אפגעטשאפטע פיאות צוגלייך איז דאך א חלק פונעם אוניפארעם, און פלאסטיק גלעזער פארמאגט דאך נישט קיין נאויס-פעדס. די בעסערע חברה ווידער גייען ווייטער מיט פלאסטיק גלעזער, טאקע נישט פון זעלבער סארט; נאויס-פעדס פארמאגט דאס אבער נאך אלץ נישט. ווייטער א גרויסער ציבור פארמאגט בכלל נישט קיין גלעזער, ווארום זיי טראגן קאנטעקט-לענסעס, האבן געמאכט לעזער סורדשערי אדער האבן פאר א טשעינדש גוטע אויגן. און דער איבריגער המון וואס טראגט יא מעטאלענע צי רימלעס ברילן הייסט עס זענען ערשיינען צום שבע ברכות פעד-לאז? מ'רעדט דא פון קליינע קינדער וואס צעבייסן די פעדס? וואס גייט דא פאר?