Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » די שובבי"ם טראמא

די שובבי"ם טראמא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
26 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 59 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8076
מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:03 pm#246081
די שובבי"ם טראמא
דעם מוצש"ק זענען זיך צאמגעקומען אין אסאך בתי מדרשים צענדליגער תמימות'דיגע בחורים אין יונגעלייט צו וויינען אביסל ביי די געדעקטע טישן וואס איז נאך אנגעשמירט פון די שמאלץ הערינג וואס מען געטיילט ביי של"ס און איז נאכנישט געהעריג אויפגעקלינט געווארן פון שלש סעודות, אויף די שובבי"ם טעיפ'ס וואס איז איבערגעבליבן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

איך וויל נישט ח"ו פוגע בכבוד פונעם הייליגן סאטמאר'ן רב זי"ע וואס הכל מודים אז ער איז געווען פון די צדיקים אין די פריערדגע דור צוזאמען מיט נאך אסאך צדיקים וואס איז אונז איבערגעבליבן פון די צווייטע וועלט מלחמה, וואס פארשטייען מיר דען צו זיין הייליגן הארץ וואס האט געקאכט ווי א קעסל ווען עס איז געקומען צו עניני קדושה, נאכדערצו ווען מען שטעלט דאס צוזאם מיט די חורבן פון ציונות וואס אין זיינע הייליגע אויגן אין זיין איידל הארץ האט נישט געקענט פארטראגן דאס אז ביאת המשיח איז אפגעשטופט געווארן צוליב דעם אומדערהערטן חוצפה אז אידן האבן גענומען א מדינה פאר די צייט, און ער האט מיט אלע כוחות פראבירט אז כאטש זאל מען אים נישט ווייטער אפשטופן דורכ'ן זיך נישט אפהיטן בעניני קדושה ומי יבוא אחר המלך.

אבער די טראמא וואס ווערט אריינגעלייגט אין די קליינווארג און דאס קליינקעפיגקייט וואס הערשט צווישן דעם עולם איבער דעם ענין דאס איז שוין עפעס וואס איז ווערט א שטיקל אנאליז.

נו מילא די סאטמארע אידן וואס געדענקן נאך די אטמאספעיר וואס האט געהערשט בשעת ווען דער סאטמאר רב זי"ע האט געזאגט תורה אין זיינע הייליגע דיבורים האבן אריינגעדרינגן עד דיכדוכו של נפשם בבחינת דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב, נו די טיעפ'ס ברענגט זיי צוריק צו דעם אטאספעיר כל הכבוד פאר זיי איך פארשטיי זייער הארץ.

אבער פאר די בחור'ליך וואס הייבן ניטאמאל אן צו ווייסן וואס שובבי"ם איז אלל עבאויט, און דער סאטמאר רב האבן זיי אויכנישט געקענט, פארוואס גייען זיי הערן די טעיפט'ס? זיי האבן ליעב אביסל צו וויינען?! צו מיינען זיי אז ווען זיי וועלן זיך זייער שטארק דרוקן וועט אפשר ארויסקומען פון זייערע אויגן אביסל טרערן צוזאמען מיט א גענעץ פון זייער מויל וואס וועט זיי מאכן שפירן אביסל בעסער אז זיי זענען אמת'דיגע פיינע בחורים?!

פארוואס דארף א בחור מיינען אז ער הייסט א פיינע בחור נאר אויב ער הערט די טיעפ'ס פונעם רבי'ן און וויינט מיט מיט אים אין די זעלבע צייט וואס ער פארשטייט אליינ'ס נישט פארוואס דער רבי וויינט אזוי?!

זיין רבי אין חדר אדער מגיד שיעור אין ישיבה איז ביזי מיט רציפות אין שובבי"ם, מען הרג'ט אויס די בחורים יותר מכפי כוחותם פון א פיזישע שטאנדפונקט מיט ליל שישי'ס און א רציפות קאנטעסט, און נאכדערצו געט מען זיי אביסל צו קאסטן וואס דאס מיינט אביסל אימאשענעל טראמא מיטן זיי מאכן שפירן אז עס קומט שוין ווייטער די טעג וואס מען מעג זיך נישט רורן, זעהט אויס אז דאס אפאטעמען נאך יום כיפור איז נאר געווען צייטווייליג ווייל יעצט קומט זעקס וואכן רציפות

ווען וועט מען שוין מאכן אונזערע קינדער שפירן אביסל מער באקוועם מיט זייער אידישקייט, אידישקייט האט גארנישט מיט דעם אז אונז זעמער פול מיט עבירות, דאס איז א קריסטליכע טהיאלעגי, אידישקייט דארף זיין מיט א געשמאק, דער שפראך דארף זיין אז מיר זענען טאקע נישט קיין בני אדם השלמים אבער, יעדע קלייניגקייט וואס מען טוט איז גרויס עד אין ערך, די דגוש דארף זיין אז שובבי"ם איז א צייט וואס מען האט א געלעגנהייט און א תיקון איז אסאך גרינגער ווי א גאנץ יאר נישט א צייט וואס מען דארף איבערקנעטען אלע שטינקעדיגע צואה וואס מען האט געטוהן א גאנצע יאר, און האלטן אין איין וויינען ווי ווייט מיר זענען נעבעך פון אמת'ע תשובה

דאס איז נאר א אויסבראך וואס איך האב נישט געקענט איינהאלטן אין מיר
דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:24 am#247648
די גרינגסטע וועג וויאזוי צו האבן קאנטראל אויף א מענטש איז דורך שולד געפילן, מיט שולד געפילן האסטו קאנטראל אויף זיין גאנצע לעבן פון געלט ביז זיין ווייב מיט קינדער אלעס איז דיינס, וועגן דעם איז חטא הידוע הארבער ווי עסן חזיר ווייל דאס איז א 1 סייז פיטס אלל עס די מערסטע פארזיכערטע וועג צו ריטשן יעדן איינעם, און וועגן דעם איז וויכטיג בחורים זאלן עס הערן קודם שטעמו טעם חטא ווייל אזוי איז תיכף לסמיכה שחיטה גלייך באותו רגע ווען ער פארשטייט עס שוין איז ער דיינס פאר גאנץ לעבן, וזהו סוד מדת יסוד, דאס איז דער יסוד פארן לעבן, יעצט קענסטו אים אנכאפן ביים שמיטשיק און מאכן די נעננועעים עד מאה ועשרים ווען די קינדער באגלייטן שוין נישט.
מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:14 pm#247904
נא נא.....!!!!

עס איז שוין כמעט פארלאפן די צווייטע וואך פון שובבי"ם, און ווי האלטס עטס? וואס קען מען ענק פארהערן? וויפיל שעות רציחו"ת האט עטס שוין? וויפיל מאל האט עטס שוין אויסגעזאגט תהילים שטייעדיגערהייט בלי הפסק? ווי אזוי קענט עטס קוקן דעם באשעפער אין פנים??.....

איינער געדענקט בערך אזאנע לאזונגען?.... כ'דערמאן מיר ווי מיין מנהל פלעגט יאמערן מיט אזא עמאציענאלע שטימע.....

#איי איז דאס געווען צייטן!

איך דערמאן מיר ווי איך פלעג האלטן א אויג אויף מיין מנהל אין ישיבה קטנה, און זעהנדיג אז ער איז פארטיפט אין זיין תהלים, האב איך געכאפט דעם שעת הכושר, און אפגעטראגן....
מיטוואך יאנואר 14, 2015 5:07 pm#247933
איך ווייס נישט ווי עטס פלעגטס פארברענגען שובבי"ם, אבער אין מיינע מקומות איז שובבי"ם געווען פון די בא'טעם'סטע וואכן, ווען מען קען זיך צוריק דערנענטערן צום אויבערשטן, ווען דער הייליגער באשעפער דער אב הרחמן בעט זיך צו זיינע קינדערלעך, שובו בנים שובבי"ם, און ער זאגט קומטס צוריק, ארפא משובותיכם, בבחינת קורא לה והיא באה, און נישט הכישה במקל והיא תבא (כידוע מצדיקים).
די טייכן טרערן וואס איך האב פארגאסן ביים הערן די טעיפס, ווי עס האט אויסגעוואשן דאס הארץ, ווי עס האט געגעבן חיזוק פאר א גאנצע וואך, אוודאי האט מען נאכדעם אריינגעהאקט פינף אדער צען שעה אין א ציה, אן קיין רציחה, נאר מיט אן אהבה, די שובבי"ם טעג איז געווען בבחינת תשובה מאהבה.
מיטוואך יאנואר 14, 2015 5:30 pm#247942
איך עגרי מיט דיר הונדערט פראצענט אז עס איז הייליגע טעג, וואס מען קען אויסנוצן זיך צו דערנענטערן צו השם יתברך, און מיין נישט אז איך ווייס נישט פון אזעלכע באגריפן ווי לערנען רציפות מתוך אהבה, און לאזן טרערן ביים הערן די טעיפס.
למען האמת, איך האב אסאך שעות אין מיין לעבן געלערנט רצופים, און איך האב אסאך זיך געוואשן דאס הארץ ביי די הייליגע תורות פון רבי'ן ז"ל.
כ'האב מיר נאר באצויגן אויף איין געוויסע מנהל וואס איך האב געהאט, וואס ער האט גענומען די דערהויבענע טעג און עס טראנספארמירט צו אנגעצויגענע פארביטערטע טעג, במלוא מובן המילה, און אויף דעם האב איך טענות!!
מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:01 pm#247956
איי פיל וויט u
דינסטאג יאנואר 05, 2016 9:39 pm#316218
לכ' די הייליגע טעג
דינסטאג יאנואר 05, 2016 11:48 pm#316239
אין די ישיבה קאלאנדער איז שובבים געווען די ימים נוראים.

די ראש ישיבה אונזערע האט מעורר געווען איבער תאות אכילה, ווי נישט שמירן פוטער אויף די ברויט, אדער מ'זאל טרינקען וואסער אנשטאט די זיס'לאזע פאנטש.

אונזער נאכמיטאג מגי"ש האט אזאנס געהירזשעוועט ביים טעגליכע מוסר שמועס, אז מ'האט געקענט דאס קרי טרעפן פון גרויס פחד און אימה.

די קעכער איז געווען פון די פרומע סארט. זיין וואלענע טלית קטן איז געווען זיין cook book. ער האט אויסגעזעהן ווי חייקל פון די מחנים ביכער, נאכן ווערן ארויסגעשלעפט פון די פריץ'ס גרוב נאך דריי חדשים. אין שובבים פלעגט ער פארטוישן די זאלץ במקום צוקער און פארקערט. אנטשולדיגס, דאס איז גראדע געווען אן הנהגה טובה זיינער א גאנצע יאר.

ביים רציפות שובבים סדר פלעגט אונזער אומדייעגנאזירטער בייפאלער/בארדערליין משגיח ארומלויפן ווי א וואנזיגער. מיט זיין רויט שטעכעדיג בארד האט ער געזוכט א קרבן ווי א מאסקיטא אין די ימי המצרים. זיין אומסטאבילע אויגן ווארפן נאך א פחד אויף מיר עד היום הזה.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 11:51 pm#316241
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיט זיין רויט שטעכעדיגע בארד

הממ.. וועלכע קאליר וואנצעס האט ער געהאט??
מסתמא די זעלבע ווי די זיס'לאזע פאנטש ;)
מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:34 am#316285
מי יגלה עפר מעל עיניך רבינו משה סופר זי"ע?
אלס האט ער איננגעזען מיט זיין תשובה אין או"ח סי' ק"צ! ער האט פון די זיידע געזען אז ער וועט האבען אן אייניקעל וואס וועט זיך אזוי פיהרען און ער האט עס געוואלט אויסמיידען מיט זיין דברי חכמה, ולא אסתייעא מלתא.

דאס רודפ'ן יעדער בחור צו לערנען רצופות, און יעדער בחור מוז לערנען אזויפיל שעה'ן, און אין די שעה'ן דווקא, איז דער זינד דא.

לאמיר נאכגעבען אז שובבי"ם איז א דערהויבענע צייט, הגם אין די מקורות איז עס בעיקר א צייט צו פאסט'ן און דאווענען, אדער שלא תפיל אשה את עוברה, אדער וועגען די הפסק גדול צווישען בה"ב און בה"ב (איין מינוט! וואס איז דאס בה"ב? וויאזוי געדענק'ט מען די טפל און מ'פארגעסט די עיקר?! שוין היינו טעמא ד.... היינו טעמא ד......).

יא, די ספרי קבלה דערמאנען אז מ'קען מתקן זיין ענייני היסוד (ספוק"י סטא"ף, רוף עס אן ביים נאמען, נישט he who must not be named). אבער דאס האט קיין שייכות נישט.

מתקן זיין גייט אזוי. ווען מ'זינדיגט אין עפעס א זינד, למשל חורש בשור וחמור יחדיו. קודם כל, דארף מען אויפהערען זינדיגען, דערנאך טוט מען תשובה ווי ס'שטייט אין רמב"ם. אפילו נאכ'ן תשובה טוהן, וואס דער מענטש איז א צדיק ווי אלע צדיקים, אבער א חסיד וואס איז מתחסד עם קונו וויל אפוואשען דער זינד. מ'דארף נישט אפוואשען דער זינד זוכה צו זיין צו תשובה, ס'איז גענוג אז מ'האט זיך אפגעהאקט פונ'ם זינד (עי' נפש החיים בזה בארוכה) און דאס טוט מען דורך די פיהר יסודות פון תשובה. דערנאך אבער, איז מעגליך צו מתקן זיין די פראבלעם פונ'ם זינד. די ראשונים גיבען אויף דעם סיגופים ועוד, וואס היינטיגער צייטען האבען שוין אלע מייעץ געווען אז ס'שטערט נאר, און ממילא איז עס נישט מתקן. נאך דעם איז דא סגולות אויף תיקון החטא, אלס געווידמעט פאר דער חסיד המתחסד עם קונו, אבער ס'ארבעט פונקט ווי אלע סגולות, אמאל יא אמאל נישט, נישט יעדער איינער איז קראנט וכו'. פאר דער תיקון איז ימי שובבי"ם מסוגל, ס'שטייט נישט אז דעמאלס טוט מען תשובה, נאר דעמאלס איז מען מתקן דער חטא.

פאר א בחור וואס איז שקוע אין חטא, און אפילו ער דערהייבט זיך און זינדיגעט קיינמאל נישט, אבער שקוע אין די יצר הרע איז ער נאכאלס, איז נישט דא קיין שום סבה אז ער זאך זיך בכלל מאכען צו טוהן פון די תיקונים, ער האלט נאך ביי תשובה, און דאס פארדרייען די יוצרות קען נאר ברענגען שלעכט'ס. איך ווייס נישט וואס יעדער איינער קען זאגען פון זיין עקספיריענץ, אבער קיינער ווייסט נישט וואס וואלט געווען אן דעם וואס ער הערט אט די תורות, און קיין ראיה איז עס נישט.

אפילו מ'גיבט אלס נאך אז מ'דארף מתקן זיין מיט שעות רצופות וכדו', איז נאכאלס לאו כל אנפי שווין. סדרי הישיבה מוזען צולאזען דער נאטור פון א בחור און דורכאויס די יאר, קען א בחור וואס קען נישט זיצען פיהר שעה אין א צי, אויף א נושא וואס ציט איהם נישט, מיט א חברותא וואס וואשט זיך נישט, אויף א בענקעל וואס האלט איהם נישט, זיך אויפהייבען אפאר מאל אינמיט'ן זיך אויסצולופטער'ן. ער קען אביסל חלומ'ן אינדערמיט, ער קען טרעפען זיין וועג וויאזוי זיך צו ספראווען מיט זיין פראבלעם, און נאכאלס לערנען און שטייגען, כפי זיין געברויכ'ן. אבער אז ער וויל ווערען בעסער און תשובה טוהן במשך ימי השובבי"ם, און רצופות איז זיין דורכפאל וואס ער דארף מתקן זיין, און ער האט שוין תשובה געטוהן און ס'פעלט נאר אויס א תיקון, איז נאכאלס נישט פארזיכערט אז די צאל שעות וואס איז נייטיג צו איהם איז פונקט ווי דאס פון א צווייט'ן. אפשר איז פאר איהם וויכטיגער ווייניגער שעות? אפשר מער? אפשר אן אנדערע צייט? אפשר אן אנדערע לימוד? אז ס'האט מיט תיקון החטא, איז עס זיין חטא און זיין תיקון. ס'באלאנגט אינ'ם כלליותדיג'ען סדרי הישיבה וואס זענען געמאכט צו זיין שווים לכל נפש.

-------------------------------

אגב אורחא, באשולדיגען דער רבי אויף די הנהגה איז נישט אין פלאץ. דער רבי האט געזאגט שלש סעודות ותו לא. פון ווי קומט די רציפות ביזנע"ס? ווער האט איינגעפיהרט רעדען פון דעם יעדען טאג? זייט ווען גייט מען צו צו בחורים און מ'פרעגט זיי ווי זיי האלטען אין דער הינזיכט? דאס האט גארנישט מיט קיין רבי'ס, סתם תאוות ותו לא, ודו"ק.
דינסטאג יולי 05, 2016 4:15 pm#340398
ליטוואק
אינטערסאנט אז דו האסט בערך צוגעטראפען א ישמח משה! ער ברענגט מה שגילו בחלום, אז דער אללע תיקונים וואס שטייט אויף געוויסע עבירות, אללע תעניות וסיגופים, דאס רעד זיך אלס ביי איינער וואס האט געטוהן דעם עבירה איין מאל אדער צוויי מאל. משא"כ איינער וואס איז שקוע אין any חטא, דארף נישט אללע תיקונים, נאר בלויז מיט זיך אינגאנצען אפשיידען פון דער עבירה איז גענוג פאר זיין כפרה.
דינסטאג יולי 05, 2016 5:38 pm#340418
איך האב דאס אינגאנצען נישט געמיינט, מיר האט מען מגלה געווען בהקיץ. אויב על פי קבלה דארף מען אויך נישט די תיקונים, וואויל איז צו יעדער איינער. נאר פאר אונז איז קבלה ווייניג נוגע, עכ"פ ביז מ'האט א נארמאלע תשובה געטוהן.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:17 am#362150
Re: די שובבי"ם טראמא
דא דארף מען אראפ ברענגען דב"ק פון דער וואודרידזשע רב שליט"א וועגען רצופות והמסתעף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:27 am#362155
זעט אויס דער עולם איז שוין געגיינגען פאר טעראפי אז מ'האט דאס יאר פארגעסן ארויף צוברענגען דעם 'טראמא' אשכול.
דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 9:05 pm#362420
יעצט געהערט: פינף שעה רצופות איז א געוואלדיגע ענין, אבער צו א שעה לערנען קומט עס נישט.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:04 am#362638
מיי גאש ווער איז דער קאמידיען?

מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:42 am#362651
אויב סאיז אזא גרויסע עבירה פארוואס שטייט עס נישט אין ערגעץ אין די תורה?.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:44 am#362653
ער ואונן?
און סתם אזוי, תושבע"פ איז עפעס א טעות? דער אויבישטער האט געזאגט אין זיין תושב"כ אז ער גייט געבען א תושבע"פ אויך, און אין תושבע"פ האט ער געזאגט קליפ און קלאר אז ס'איז אסור.

יעצט געזען דער קליפ. דער מענטש איז א געזונטע צודרייטע. ווי רעדט מען אזא שפראך?
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:09 am#362654
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער ואונן?
און סתם אזוי, תושבע"פ איז עפעס א טעות? דער אויבישטער האט געזאגט אין זיין תושב"כ אז ער גייט געבען א תושבע"פ אויך, און אין תושבע"פ האט ער געזאגט קליפ און קלאר אז ס'איז אסור.

יעצט געזען דער קליפ. דער מענטש איז א געזונטע צודרייטע. ווי רעדט מען אזא שפראך?

לויט דיר איז עס געוועהן מותר פאר הונדרעטער יאהרן ביז די חז״ל האבן עס ג׳אסרט, ריכטיג?

ווי זאגט דער אייבישטער אין די תורה אז ער גייט געבן א תושבע"פ?.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:11 am#362655
Re: די שובבי"ם טראמא
חז"ל האבען עס נישט גע׳אסרט. חז"ל האבען אראפ געשריבען וואס מ׳האט ביז דעמאלס נאר איבערגעזאגט בעל פה.

וזבחת כאשר צויתיך, כמראה אשר הראית בהר וכו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:41 am#362657
Re: די שובבי"ם טראמא
פארשטייט זיך אז דאס איז בהנחה אז הוז"ל איז א איסור דאורייתא. וואס כ'מיין דער קאנסענסוס איז אז נישט
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:48 am#362658
קוקט'ס דא
מאנטאג מערץ 26, 2018 1:03 pm#398450
Re: די שובבי"ם טראמא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מי יגלה עפר מעל עיניך רבינו משה סופר זי"ע?
אלס האט ער איננגעזען מיט זיין תשובה אין או"ח סי' ק"צ! ער האט פון די זיידע געזען אז ער וועט האבען אן אייניקעל וואס וועט זיך אזוי פיהרען און ער האט עס געוואלט אויסמיידען מיט זיין דברי חכמה, ולא אסתייעא מלתא.

דאס רודפ'ן יעדער בחור צו לערנען רצופות, און יעדער בחור מוז לערנען אזויפיל שעה'ן, און אין די שעה'ן דווקא, איז דער זינד דא.

.


א ליטוואק זאל אזוי רעדן?

ואולי אפשר לומר אז דער בריעף פון חתם סופר האט יא אויפגעטוהן אז די יונגעלייט זאל מען כאטש צורוה לאזן משא"כ ביי די ממשיכי דרך הגר"א.
מאנטאג מערץ 26, 2018 2:11 pm#398458
דער חתם סופר באלאנגט עפעס צו איין מדינה?
מאנטאג מערץ 26, 2018 5:21 pm#398469
Re: די שובבי"ם טראמא
האסט נישט פארשטאנען, מיין פראגע איז געווען א ליטוואק זאל האבן א פראבלעם אז יעדער דארף לערנען?
מאנטאג מערץ 26, 2018 6:52 pm#398476
Re: די שובבי"ם טראמא
אוודאי דארפ יעדער לערנען, אזוי שטייט אין רמב"ם און שו"ע. נאר יעדער דערף לערנען לויט וואס ער דארף, נישט אויף יענעמ׳ס אופן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk